אידישער ווינקל
5.06K subscribers
20K photos
5.59K videos
346 files
2.41K links
‌‏גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ.

סטעטוס: https://bit.ly/3rkdzfK

צו קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin

יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
Download Telegram
דער פרעזידענט פון איראן מאסוד פאזעשקען זאגט אז איראן וועט זיך נישט בייגן צו אמעריקאנער דרוק איבער אויפגעבן איר נוקלעארער פראגראם.

▫️אידישער ווינקל ▫️
פרעזידענט טראמפ האט נאכאמאל געלאזט הערן זיין מיינונג אז איראן וועט נישט ווערן ערלויבט צו פארמאגן סיי וועלכע בארייכערטע אוראניום. עס איז ערווארטעט אז איראן וועט צוריקקומען מיט א נעגאטיווע ענטפער איבער דער לעצטער אמעריקאנער דיעל פארשלאג.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
אוקראינע האט דורכגעפירט אן אטאקע אויף די קרימיע בריק צום דריטן מאל.

העכער א טאן פון אויפרייס מאטריאל זענען געווארן צוגעבינדן צו איינער פון די אונטערוואסער שטאנגען וואס שטיצן אונטער דעם קערטש בריק.

די פארקער פון די בריק איז שוין צוריק געעפנט געווארן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
Beautiful House In Airmont, Available To be rented For the summer.

Message Us here:
https://api.whatsapp.com/send?phone=18459079672&text=Hi,%20I'm%20interested%20Please
דער קאנסערוואטיווער קאנדידאט קאראל נאוראקי האט געווינען די וואלן פאר פרעזידענט אין פוילן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
לויט באריכטן פון עזה איז דער צושטאנד ממש ווי דער גיהנם זאל זיך האבן געעפנט, מיט די מדינת ישראל מיליטער פארזעצנדיג צו פאראויסגיין מיט איר נייע אגרעסיווע "מרכבות גדעון" מיסיע.

איינוואוינער אין מדינת ישראל זאגן אז קיינמאל פארדעם האט זיך די ערד נישט אזוי געשאקלט פון די אטאקעס אין עזה מיט די מאכטפולע גערודער און אפקלאנגען ווערנדיג געהערט ביז צפון ארץ ישראל.

▫️אידישער ווינקל ▫️
אילאן מאסק, דער וועלט'ס רייכסטער מאן וואס האט נארוואס געענדיגט זיין 100 טאגיגער טערמין אלס גאווערמענט ארבעטער אין די טראמפ אדמיניסטראציע, אלס אנפירער פון דאוזש, איז נאכאמאל ארויסגעקומען שארף אטאקירן די "הערליכע גרויסע ביל פון די טראמפ אדמיניסטראציע."

לויט מאסק איז עס א שאנדע אויף סיי ווער עס שטימט דערויף.

▫️אידישער ווינקל ▫️
הויז ספיקער מייק דזשאנסאן רעאגירט און זאגט אז עס איז זייער אנטוישנד אז אילאן מאסק זאל אראפרייסן דער פרעזידענט'ס גרויסע הערליכע ביל און אז ער איז זייער נישט גערעכט מיט זיין קריטיק ארום די שפענדערייען.

▫️אידישער ווינקל ▫️
צוויי אראבער פון חברון זענען נארוואס געווארן געכאפט און אפגעשטעלט אין די באן סטאנציע אין תל אביב, טראגעדיג מונדירן פון די מדינת ישראל מיליטער אין זייערע זעקלעך.

זיי זענען גענומען געווארן פאר אויספארשונג דורך די זיכערהייט אגענטורן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
הויז ספיקער מייק דזשאנסאן: פרעזידענט טראמפ איז נישט פרייליך אז אילאן מאסק האט געמאכט א 180...

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
הויז ספיקער מייק דזשאנסאן: "איך האב געקלינגען נעכטן אילאן מאסק, ער האט נישט געענטפערט דעם רוף..."

▫️אידישער ווינקל ▫️
פרעזידענט טראמפ האט גערעדט טעלעפאניש מיט רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פּוטין.

פוטין האט קלאר געמאכט פאר טראמפ אז ער וועט יעצט מוזן רעאגירן און נקמה נעמען אויף די אוקראינישע אינפילטראציע אטאקע אין וועלכע 40 סטראטעגישע באמבארדיר פליגערס זענען געווארן פארניכטעט אדער געשעדיגט.

טראמפ האט געזאגט פאר פוטין אז איראן קען נישט האבן קיין נוקלעארע וואפנס און אז ער קען מעגליך זיין דער מיט א לעזונג דערצו. "איראן איז שטאט מיט זייערע רעאקציעס און מיר וועלן דארפן אן ענדגילטיגער ענטפער אין דער נאנטער צוקונפט."

▫️אידישער ווינקל ▫️
טראץ וואס א צאל לענדער טוען באיקאטירן מדינת ישראל'ס פארטיידיגונג אינדוסטריע, האט דער מיניסטער פון פארטיידיגונג געמאלדן אז מדינת ישראל האט געבראכן א פרישן רעקארד פון וואפנס עקספארטן.

דער פארטיידיגונגס מיניסטער ישראל כץ מעלדט היינט אז אין יאר 2024 האט מדינת ישראל פארקויפט וואפנס אין ווערד פון נאנט צו 15 ביליאן דאלער (ארום 52 ביליאן ש"ח) א העכערונג פון ארום 13% פראצענט פון א יאר פארדעם.

מער ווי האלב פון די דיעלס זענען ווערד העכער 100 מיליאן. איבער האלב פון די עקספארטן גייען פאר לענדער אין אייראפע.

אין ארום 4 יאר האבן מדינת ישראל וואפנס עקספארטן דערגרייכט א שפרינג פון העכער 100%.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די GB זומער סעיל איז דא 🌷
די נאציאנאלע וועטער סערוויס האט היינט אפיציעל ארויף געשטעלט א לופט קוואליטעט אלערט אויף ניו יארק סיטי, אין רעזולטאט פון די ווילדע וואלדפייערן אין קאנאדע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
איינע פון די פאבריקן וואו מען פראדוצירט קאקע-קאלע אין בראזיל איז געווארן סוספענדירט, צוליב זארגן איבער ריינקייט וועלכע קענען שעדיגן דעם געטראנק.

▫️אידישער ווינקל ▫️
וואלווא זאגט אז סעילס זענען געפאלן מיט צוועלף פראצענט די לעצטע יאר צייט, אין טייל צוליב א שטארקע פאל אין סעילס פון אירע עלעקטראנישע אויטאמאבילן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
פעדעראלע אגענטורן וועלן פארמערן דאס דורכקוקן פיילס פון אויסלענדישע באזוכער מיט וויזעס, און וועלן נעמען די נויטיגע שריט מיט די וואס זענען דא לענגער ווי ערלויבט.

דאס קומט אויפ'ן באפעל פונעם היימלאנד זיכערהייט סעקרעטערי קריסטי נאועם, צילנדיג צו פארעכטן די שאדנס פון די ביידען אדמיניסטראציע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
דאטא צייגט אז שפענדונג אויף אדווערטייזמענטס וועלכע ווערט געצילט אויף ספעציפישע אינדיווידואלן דורך עי-איי פראגראמען ווערן כסדר מער, און די וואס בלייבן מיט טראדיציאנאלע מעטאדן וועלן אנהויבן פארלירן געלט אינעם נאנטן צוקונפט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די קאנגרעס בודזשעט אפיס זאגט אז פרעזידענט טראמפ'ס שטייער ביל וועט צולייגן $2.4 טריליאן דאלער צו די חובות פון די פאראייניגטע שטאטן.

▫️אידישער ווינקל ▫️