אידישע נייעס
1.12K subscribers
3.54K photos
984 videos
162 files
15.2K links
באקומט נייעס אין אידיש. לאקאל, נאציאנאל און אונטערנאציאנאל, אלעס אויף איין פלאץ.

אינסטעגראם: instagram.com/YiddisheNews

אלע אונזערע טשענעלס: @YiddisheNetwork

הערות און רעקלאמעס צום אדמין: @YiddisheNewsBot

וועבסייט: http://www.yiddish.news
Download Telegram
באקומט די טעגליכע ״פיינע נייעס״ פון "JP Updates" אויף טעלעגראם.
http://ift.tt/2j136F9 (פיינע נייעס)
וואל סטריט שטייגט צו היסטארישע הויכקייטן נאך טראמפ'ס רעדע - Via http://ift.tt/2mdI4F2
ניו יארק – דער אמעריקאנער סטאק מארקעט האט נעכטן געהאט א גאר גוטן טאג, און אנאליסטן האבן געזאגט אז דאס איז א דירעקטער רעזולטאט צו דעם אפטימיזם וואס גרויסע ביזנעסער, באנקירן און אינוועסטירער שפירן אין די יעצטיגע טעג, צוליב דער געלונגענער רעדע וואס פרעזידענט טראמפ האט געגעבן דינסטאג נאכט, אין וועלכן ער האט פארשפראכן, צווישן אנדערן, צו שניידן שטייערן פאר קארפאראציעס, און ער האט ווידערהאלט זיין פלאן אהערצושטעלן אן איין-טריליאן דאלערדיגן אינפראסטרוקטור פלאן צו שאפן פרישע הונדערטער טויזנטער דזשאבס.

דער "דאו דזשאונס" אינדעקס אויפ'ן סטאק מארקעט איז געשטיגן נעכטן מיט 303 פונקטן, שליסנדיג זיך העכער 21,000 צום ערשטן מאל אין דער היסטאריע. דאס דאס קומט בלויז איין מאנאט נאכדעם וואס דער אינדעקס האט געבראכן א רעקארד מיט'ן גרייכן 20,000 צום ערשטן מאל אין היסטאריע. נאך א סיבה וואס מארקעט אנאליסטן זאגן אז עס האט צוגעגעבן צו וואל סטריט'ס גוטער טאג נעכטן, איז דער פאקט וואס מען הערט אז די פעדעראלע רעזערוו איז שוין גענוג איבערצייגט, אז די עקאנאמיע איז שטארק און ערהוילט, אז זיי גרייטן זיך צו העכערן די אינטערעסט ראטעס, זייענדיג זיכער אז די עקאנאמיע קען דאס פארנעמען.

Credit: Der Yid
פרישער פלאקן אין ברעקזיט פלענער - Via http://ift.tt/2lwUsMd
ענגלאנד – דער העכערער פארלאמענט אין ענגלאנד האט נעכטן אריינגעווארפן אן ערנסטן פלאקן אין די פלענער פון פרעמיער מיניסטארשע טעריסא מעי, וואס האט געזוכט פאראויסצושפאנען אומגעשטערט מיט'ן ברעקזיט און זיך אפטיילן פונעם אייראפעאישן יוניאן. דער "הויז פון די לארדס" פארלאמענט האט געשטימט מיט א שטארקער מערהייט, אז פרעמיער מיניסטארשע מעי מוז ארויסשטעלן קלארע דעטאלן וויאזוי אזעלכע אינדיווידועלן וועלכע פארמאגן בירגערשאפט פונעם אייראפעאישן יוניאן און וואוינען אין ענגלאנד וועלן זיין באשיצט נאכדעם וואס דער ברעקזיט איז שוין דורכגעפירט, און א פארשפרעכונג אז אזעלכע סארט מענטשן וועלן נישט פארלירן זייער רעזידענץ רעכטן. מיניסטארשע מעי זאגט אבער אז עס איז נישט קיין גרויסער שטער, און איר רעגירונג וועט אין די קומענדיגע געציילטע טעג ארויסשטעלן די גענויע באשיצונגען פאר אייראפעאישע יוניאן בירגער וועלכע וואוינען אין ענגלאנד, און דער פלאן אנצוהייבן די ברעקזיט פראצעדורן נאך בעפאר ענדע מערץ איז ווייטער אין גאנג.

Credit: Der Yid
דראונס, נייעסטער וואפן פון אייסיס טעראריסטן

וואשינגטאן – א גרופע עקספערטן זענען ארויסגעקומען מיט א שארפער ווארענונג צו די מערב וועלט לענדער, אז מען זאל זיין גרייט אויף צוקונפטיגע טעראר אטאקעס וואס אייסיס טעראריסטן און סימפאטיקער וועלן דורכפירן דורכ'ן נוצן קליינע קאמערציאלע דראונס וועלכע מען קען שוין היינט צוטאגס איינקויפן אין אלע גרויסע עלעקטראניקס געשעפטן. קריסטאפער דיקעי, א לאנגיעריגער קאנטער-טעראריזם עקספערט און זשורנאליסט, שרייבט אז פון לעצטיגע אייסיס פראפאגאנדע זעט מען, ווי זיי האבן אריינגענומען דראון טעכנאלאגיע אלס טייל פון זייער ארסענאל, און אין איראק האט מען דאס שוין געזען אין עטליכע פעלער, וואו טעראריסטן האבן ארומגעבינדן א באמבע אויף א קליינעם דראון און עס געלאזט אראפקראכן העכער איראקער זעלנער. דיקעי זאגט אז פאליציי און קאנטער-טעראריזם באאמטע אין אלע גרויסע אמעריקאנער און אייראפעאישע סיטיס דארפן צוגרייטן א סטראטעגיע, וויאזוי זיך אן עצה צו געבן ווען אטאקעס וועלן מער נישט דורכגעפירט ווערן מיט טראקס, קארס אדער רעוואלווערס, נאר מיט פשוט'ע קאמערציאלע קליינע דראונס.

Credit: Der Yid
פארדעכטיגט פייער אין מעלבוירנער פאבריק

אויסטראליע – דריי מענטשן זענען אומגעקומען אין א פייער וואס האט אויסגעבראכן אין א פארלאזטן פאבריק אין מעלבוירן, אויסטראליע, און די פאליציי און פייערלעשער זאגן אז דאס פייער זעט אויס זייער פארדעכטיגט. די באאמטע זאגן אז זיי האבן באקומען א רוף איבער אן אויפרייס אין דער פארלאזטער פאבריק געביידע, און עס האט זיי געדויערט פערציג מינוט אויסצולעשן דאס פייער, און ערשט דערנאך האבן זיי געטראפן די דריי נישט-לעבעדיגע קערפער אינעווייניג. די געביידע האט ביז יאר 02' געדינט אלס איינס פון די סאמע גרעסטע פאבריקן אין דער וויקטאריע געגנט, און זינט'ן זיך פארשליסן, האבן היימלאזע אנגעהויבן זיך אריינציען דארטן, שטערנדיג דעוועלאפערס פון אנהייבן פאקטישע ארבעט אויף א פראיעקט פון בויען דירות דערויף, ווייל זיי זענען געווען באזארגט אז מענטשן וועלן נישט האבן חשק צו וואוינען אין אן ארט וואס האט געדינט אלס א היימלאזער שעלטער. דער פארדאכט איז אז א שליח פון איינעם פון די דעוועלאפערס האבן אונטערגעצונדן דאס פייער מיט'ן ציל צו פארטרייבן די היימלאזע, און די 3 האבן נישט געקענט זיך ארויסבאקומען גענוג באצייטנס פון דער געביידע.

Credit: Der Yid
קויל געפונען אין אידישן קלאס-צימער אין אינדיאנא - Via http://ift.tt/2lhEo5O
אינדיאנא – עס גייט נישט אריבער קיין טאג וואס מען הערט נישט פרישע אנטיסעמיטישע אינצידענטן אין אמעריקע אין די לעצטע פאר וואכן, און נעכטן האט מען געהערט אז מען האט געפונען א קויל אין א קלאס-צימער פון א אידישן מוסד אין דער עדת בני ישראל שוהל אין עוואנסוויל, אינדיאנא. די לאקאלע אידישע פירער האבן זיך באלד געוואנדן צו די פאליציי, און א ווארטזאגער פאר די עוואנסוויל פאליציי זאגט אז זיי און די עף-בי-איי פארשן דעם אינצידענט אלס א ווארשיינליכע אנטיסעמיטישע אטאקע. דער לאקאלער עוואנסווילער מעיאר, לאיד ווינעק, האט באזוכט די שוהל דינסטאג אינדערפרי און האט ארויסגעגעבן א שארפן סטעיטמענט צו פארדאמען די אטאקע. אין דער זעלבער צייט האט מען אפגעאטעמט, אז דער וואס האט געשאסן דעם קויל, האט עס געטאן בשעת די שוהל איז געווען ליידיג און קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן.

Credit: Der Yid
שפאניע עלימינירט שפראך-טעסט פאר גירוש אייניקלעך

מאדריד – די אויטאריטעטן אין שפאניע האבן געמאלדן, אז זיי האבן נאך מער פארגרינגערט פאר די אייניקלעך פון אידן וועלכע זענען פארטריבן געווארן ביים גירוש שפאניע וואס ווילן צוריקקומען וואוינען קיין שפאניע. אין יאר 13' האט די רעגירונג אין שפאניע באשטעטיגט א געזעץ, וואס גיט א שנעלן פראצעדור פאר אידן, אייניקלעך פון די גירוש-שפאניע אידן, אז זיי זאלן קענען קומען קיין שפאניע, אפעלירן און באקומען בירגערשאפט רעכטן. אלעס אינאיינעם זענען שוין 4,919 אידן געווארן נייטראליזירטע שפאנישע בירגער. עס איז אבער ארויסגעהויבן געווארן דער פאקט, אז רוב פון זיי זענען געווארן בעיקר ווייל מען האט אויסגעקרויזט דעם ספעציעלן פראצעדור, וואס רופט די אפליקאנטן אויסצופילן א טעסט איבער שפאנישן קולטור און דער טעסט ווערט געגעבן אויף דער שפאנישער שפראך, וואס האט געברענגט אז רוב אידן האבן נישט געקענט אויספילן דעם טעסט. אצינד האט די רעגירונג אפגעשאפן דעם טעסט, איז געווארן פיל גרינגער צו אפעלירן פאר בירגערשאפט.

Credit: Der Yid
סענאט באשטעטיגט זינקע אלס אינערן מיניסטער - Via http://ift.tt/2lhBPAM
וואשינגטאן – דער סענאט האט נעכטן געשטימט צו באשטעטיגן נאך א קאבינעט מיטגליד פאר דער טראמפ אדמיניסטראציע, און אזוי ווערט טראמפ'ס רעגירונג צוביסלעך מער און מער אנגעפילט. 68 סענאטארן האבן געשטימט צו באשטעטיגן דעם רעפובליקאנער קאנגרעסמאן, רייען זינקע, אלס סעקרעטאר פון דער אינערן אנגעלעגנהייטן דעפארטמענט, און 31 סענאטארן האבן געשטימט קעגן אים. דאס הייסט אז א שיינע צאל דעמאקראטישע קאנגרעסלייט האבן אים געשטיצט. זינקע איז באלד איינגעשוואוירן געווארן, קורץ נאכ'ן באשטעטיגט ווערן. מען האט אויך געהערט אז דער סענאט וועט נאך בעפאר שבת שטימען אויף דער נאמינאציע פון בען קארסאן אלס סעקרעטאר פון דער פעדעראלער האוזינג דעפארטמענט, און ווי עס ווערט פאראויסגעזאגט וועט קארסאן גרינג באשטעטיגט ווערן.

Credit: Der Yid
נייער אימיגראציע עקזעקוטיוו ארדער אפגעשטופט

וואשינגטאן – אריגינעל האט געהייסן אז היינט דאנערשטאג וועט פרעזידענט טראמפ אונטערשרייבן דעם נייעם עקזעקוטיוו ארדער איבער אימיגראציע און פליטים, אבער דאס ווייסע הויז האט עס אפגעשטופט, נישט געבנדיג קיין פרישן דאטום דערפאר. עס איז נישט געקומען קיין קלארער ענטפער פון ווייסן הויז, פארוואס מען שטופט עס אפ, אבער באריכטן צייגן אז דאס ווייסע הויז האט געמאכט דעם באשלוס עס אפצושטופן, זעענדיג די פאזיטיווע דעקונג וואס טראמפ האט באקומען פון זיין רעדע פאר קאנגרעס דינסטאג נאכט, און זיי ווילן אז די פאזיטיווע דעקונג זאל אנהאלטן כאטש נאך עטליכע טעג. די טראמפ אדמיניסטראציע ווייסט, אז ווי נאר מען וועט ווידעראמאל אנהייבן רעדן פון אימיגראציע און דעם טראוועל פארבאט, וועט צוריק ווערן נעגאטיוו די דעקונג אין דער מידיא איבער טראמפ, ווילן זיי עס ערשט אפשטופן און אויסציען די גוטע מינוטן פאר לענגער.

Credit: Der Yid
נישטא גענוג געלט פאר מעקסיקא גרעניץ וואנט - Via http://ift.tt/2lwT6Be
וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ'ס פארשפרעכונג צו נוצן געלטער וואס עקזיסטירן שוין אינעם לויפנדיגן פעדעראלן בודזשעט אויף צו בויען די מאסיווע גרעניץ וואנט צווישן אמעריקע און מעקסיקא האט זיך אנגעשטאלפערט אין אן ערנסטער שוועריקייט, ווען די טראמפ אדמיניסטראציע האט איינגעזען אז עס איז בכלל נישטא גענוג עקזיסטירנדע געלטער אינעם פעדעראלן בודזשעט צו דעקן די קאסטן. דאס איז באריכטעט געווארן נעכטן פארנאכטס דורך "רויטערס", וועלכע זאגט אז זי האט געזען די דאקומענטן פון דער רעגירונג, און ווי ס'שטעלט זיך ארויס האט די טראמפ אדמיניסטראציע געקענט אידענטיפיצירן בלויז צוואנציג מיליאן דאלער פונעם בודזשעט פון דער היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט, וועלכע קען דירעקטירט ווערן צום בויען פונעם וואנט, וואס איז א שפיי אין וואסער קעגן די צוואנציג ביליאן דאלער וואס עס וועט קאסטן צו בויען די וואנט.

Credit: Der Yid
7 באלטימארער פאליציי אפיצירן ארעסטירט

מערילאנד – זיבן באלטימארער פאליציי אפיצירן זענען נעכטן ארעסטירט און אנגעקלאגט געווארן מיט פעדעראלע שווינדל קלאגעס. דער פעדעראלער פראקוראר ראד ראזענסטיין האט דעטאליזירט די קלאגעס קעגן די זיבן אפיצירן ביי א ספעציעלן פרעסע קאנפערענץ, ארויסברענגענדיג אז די זיבן אפיצירן האבן סיסטעמאטיש גערויבט קעש, צירונג, וואפנס און אנדערע טייערע חפצים פון סתם אומשולדיגע איינוואוינער וועלכע האבן גארנישט געטאן שלעכטס, נאר די אפיצירן האבן אויסגענוצט זייער מאכט און דורכגעפירט די גניבות. אלעס אינאיינעם האבן זייערע גניבות, וואס נעמט אויך אריין דאס אריינשרייבן פאלשע "אווערטיים" ארבעטס שטונדן, באטראפן די סומע פון א פערטל מיליאן דאלער. ראזענסטיין האט ארויסגעברענגט די געוואגטקייט פון די אפיצירן, אז זיי האבן דורכגעפירט די גניבות אין לויף פון יאר 15', ווען דאס לאנד האט אסאך געקוקט אויף דער באלטימארער פאליציי דעפארטמענט, נאכדעם ווי יענעם יאר איז דער שווארצער מאן פרעדי גרעי אומגעקומען בשעת'ן טראנספארטירט ווערן אין א פאליציי קאר.

Credit: Der Yid
מידוועסט שטורעמס קאסטן 3 לעבנס

פילאדעלפיע – א סעריע שטורעמס, טארנעידאס און אנדערע שווערע וועטער אומשטענדן, וועלכע האבן דינסטאג אומגעברענגט 3 איינוואוינער אין די מידוועסט אמעריקאנער שטאטן, האבן נעכטן מיטוואך זיך גערוקט צו די "איסט קאוסט" שטאטן, און עס איז געווען פארגעזאגט שווערע שטורעמס פאר ניו יארק סיטי, וואשינגטאן סטעיט, פילאדעלפיע און באסטאן. די שטורעמס האבן אנגעטראפן אילינאי און מיזורי דינסטאג שפעט ביינאכט, פון וועלכן איינער איז אומגעקומען אין מיזורי און צוויי אין אילינאי, און עס האט איבערגעלאזט צענדליגער טויזנטער אן קיין עלעקטעריציטעט. די שווערע ווינטער וועטערס קומט נאכדעם וואס מ'האט געהאט אינעם היגן "איסט קאוסט" ראיאן עטליכע טעג פון שיינע כמעט-זומערדיגע וועטערס.

Credit: Der Yid
שומער: מאכטפולסטער ניו יארקער פאליטישאן - Via http://ift.tt/2lwRvv2
ניו יארק – די "סיטי און סטעיט" מאגאזין'ס יערליכע ליסטע פון 100 מאכטפולסטע ניו יארקער האט צוגעטיילט דעם טיטל "דער מאכטפולסטער פאליטישאן אין ניו יארק סיטי" פאר סענאטאר טשאק שומער. די ליסטע ערשיינט יערליך אין פעברואר זינט 13', און היי יאר איז אינטערעסאנט אז פרעזידענט טראמפ ערשיינט אויף דער ליסטע, וואס האבנדיג טראמפ איז עס דאס ערשטע מאל וואס אן אמטירנדער פרעזידענט איז אויף דער ספעציעלער ליסטע. טראמפ איז אויפ'ן פערטן ארט נאך גאווערנאר קאומא און מעיאר דיבלאזיא. די פובליצירער פון "סיטי און סטעיט" מאגאזין זאגן, אז שומער איז געשטיגן צו נומער איינס אויף דער ליסטע נאכ'ן איבערנעמען אלס דער העכסט-ראנגיגער דעמאקראט אינעם סענאט.

Credit: Der Yid
ניו יארקער צופרידן פון מעיאר דעבלאזיא

ניו יארק – א נארוואס פארעפנטליכע "קוויניפיעק" אנקעטע צייגט, אז מעיאר ביל דעבלאזיא האט באוויזן צו העכערן זיין צופרידנהייט ראטע צום העכסטן שטאפל אין א יאר, און אז ער וועט גרינג באזיגן זיין הויפט רעפובליקאנער קעגנער ביי די היי-יעריגע וואלן. ווי די אנקעטע ווייזט, זענען 50 פראצענט פון די ניו יארקער וויילער צופרידן פון אים - די העכסטע ראטע אין א יאר - קעגן 42 פראצענט וואס זענען אומצופרידן פון דער ארבעט וואס ער טוט אלס מעיאר. די אנקעטע האט אויך געצייגט, אז דיבלאזיא איז פאראויס פון דעם רעפובליקאנער ריעל עסטעיט מאגנאט פאול מאסי מיט א מערהייט פון 59 צו 25 פראצענט.

Credit: Der Yid
יונייטעד עירליינס פלאנירט מאסיווע אויסברייטערונג - Via http://ift.tt/2lDhtxJ