אידישע נייעס
1.08K subscribers
3.54K photos
1.01K videos
165 files
15.2K links
באקומט נייעס אין אידיש. לאקאל, נאציאנאל און אונטערנאציאנאל, אלעס אויף איין פלאץ.

אינסטעגראם: instagram.com/YiddisheNews

אלע אונזערע טשענעלס: @YiddisheNetwork

הערות און רעקלאמעס צום אדמין: @YiddisheNewsBot

וועבסייט: http://www.yiddish.news
Download Telegram
וואשינגטאן – יונייטעד עירליינס האט געמאלדן, אז זי וועט זיך מאסיוו אויסברייטערן, אנגעהויבן אין יוני, דאס מיינט אז זי וועט באדייטענד אויסברייטערן דעם נעץ פון אירע סערוויסעס. די פירמע האט געמאלדן אז זי וועט צולייגן 4 נייע דעסטינאציעס; 12 נייע רוטס; און אויסברייטערן סערוויסעס אין פילע אנדערע ערטער וואו זי שפירט אז זי קען זיך פארמעסטן מיט אירע קאנקורענטן. איר נייער פירער, סקאט קירבי, האט נעכטן געזאגט, אז דאס איז ווייל יונייטעד עירליינס איז היבש איינגעשרימפן געווארן אין די לעצטע 6 יאר, בשעת אירע קאנקורענטן האבן דאס אויסגענוצט צו וואקסן אויף איר חשבון, מוז זי זיך אונטערגארטלען און זען אז יונייטעד זאל פארדינען שיין געלט. די פירמע פלאנירט איבערצומאכן אירע סקעדזשועלס און בעסער אויסנוצן איר פלאטע פון עראפלאנען אויף צוצושטעלן די נייע רייזעס. קוירבי האט געזאגט אז ער אנערקענט אז זיינע צילן וועלן נישט רעאליזירט ווערן איבערנאכט, אבער אז מען נעמט די ריכטיגע שריט, קומט מען סוף כל סוף אן. די פירמע האט אויך געשלאסן א קאנטראקט מיט דער עיר וויסקאנסין פירמע, וועלכע וועט צושטעלן 50 פון אירע באמבארדיער-פירמע ראיאנאלע פליגערס צו דער דיספאזיציע פון די יונייטעד עירליינס רייזנדע.

Credit: Der Yid
פראנצויזישער ארטיסט קריכט ארויס פון שטיין - Via http://ift.tt/2lx0ZGT
פראנקרייך – יא איר האט גוט געלייענט, גויאישע ארטיסטן קומען אויף מיט אלערליי צעדרייטע וועגן צו ציען אויפמערקזאמקייט, ווארום יעדער שטות הייסט ביי זיי עפעס ארטיסטיש. איצט האט אן ארטיסט אין פראנקרייך, מיט'ן נאמען עיברעהעם פאינטשיוואל, דורכגעפירט א קונצשטיק, אן ארטיסטיש שטיקל, דורך וואוינען אין א שטיין פאר 13 טעג. דער שטיין איז אויסגעהוילט געווארן, און ער האט דערין געוואוינט כמעט 2 וואכן. דער 44 יעריגער ארטיסט האט געגעסן פרוכט און געמאלענע עסן און האט געאטעמט דורך א לופט–רער. ביים ארויסקריכן איז ער געווען היבש צעמישט, אבער דאס איז דאך נארמאל נאכ'ן זיצן אזוי לאנג "פארשטיינערט." אין 14' האט דער זעלבער ארטיסט פארברענגט א וואך צייט אין אן אויסגעהוילטן בערן סקולפטור, האט געגעסן ווערים און אינזעקטן, כדי צו לעבן אויף דער זעלבער דיעטע ווי די בערן. עס איז א וואונדער אז ער האט זיך נישט אנגעקליידט מיט קיין פעל און זיך געלאזט וואקסן די נעגל ווי א בער...

Credit: Der Yid
עף-בי-איי באאמטע, וועלכע פארשן די באמבע סטראשונקעס אויף אידישע צענטערן, זאגן אז זיי זענען כמעט הונדערט פראצענט זיכער אז דער וואס טוט עס איז סתם א פארשוין, וואס זוכט אונטערהאלטונג און כאאס, אבער איז נישט קיין עכטער טעראריסט.

Credit: Der Yid
א טעראר אטאקע האט נעכטן פאסירט אין חברון, ווען אן אראבישער טעראריסט האט אריינגעשטורעמט אינעם היים פון אן איזראעלישן בירגער אין חברון און געשטאכן דעם איינוואוינער, וועלכער איז לייכט פארוואונדעט געווארן. דער איינוואוינער האט דערנאך געשאסן דעם טעראריסט.

Credit: Der Yid
אידישע-געשעענישן
אום ד' אדר שנת ס"ז איז די טראגישע געשיכטע פונעם ארעסט פונעם מהר"ם מרוטנברג און זיין פטירה אין תפיסה געקומען צו אן ענדע, ווען דער אידישער גביר אלכסנדר ווימפען האט געצאלט די גאנצע סומע באפרייאונגס געלטער און מען האט ארויסגעגעבן דעם קערפער פונעם גאון ישראל לקבורה.

Credit: Der Yid
וועלט-פאסירונגען
אין דעם טאג אין יאר 906' האט פאסירט א היסטארישע שרעקליכע טארנעידא אין מיסיסיפי פון וועלכע 33 זענען אומגעקומען און עס האט אפגעקאסט 5 מיליאן דאלער שאדנס, וואס איז לויט היינטיגע ווערד עס 126 מיליאן דאלער.

Credit: Der Yid
היינטיגע יאהרצייטן

האמורא רב אחאי בר רב הונא — ד"א רס"ו
הג"מ ארי ' יודא לייב בן הג"מ יוסף זצ"ל — המכונה "ר' לייב שרה'ס" — תקנ"א
הג"מ חיים יוסף בן הג"מ ארי ' זצ"ל גאָ־טליעב — אבד"ק סטראָפּקוב — בעל "טיב גיטין וקידושין" — תרכ"ז
הג"מ שרגא צבי בן הג"מ זאב וואָלף זצ"ל טענענבוים — אבד"ק טשאַטה — בעל "נטע שורק" — תרנ"ז

Credit: Der Yid
באקומט די טעגליכע ״דער יוד״ אויף טעלעגראם.
http://ift.tt/2iQkooQ - Via http://ift.tt/2lXYL6S
אטוירני דשענעראל סעשאנס אונטער דרוק צו רעזיגנירן צוליב פארבינדונג מיט רוסלאנד (פיינע נייעס)
די קאנטראווערסיע ארום פארבינדונגען צווישן די טראמפ שטאב און די רוסישע רעגירונג אין מאסקווע האט זיך צוריק צופלאקערט נאכדעם וואס עס איז באקאנט געווארן אז דער אטוירני דשענעראל דשעף סעשאנס האט זיך געטראפן מיט'ן רוסישן אמבאסאדער עטליכע מאל דורכאויס דעם לעצטן יאר, און ער האט נישט דערציילט דערוועגן פאר די סענאט דורכאויס זיינע פארהערן צו ווערן באשטעטיגט אלס אטוירני דשענעראל.

דאס וועקט אויף די פראגע אויב די טראמפ קאמפיין האט געהאט דירעקטע הילף פון מאסקווע, וויבאלד סעשאנס איז געווען שטארק אינסטרומענטאל אינעם קאמפיין, און ער האט ביז יעצט באהאלטן די פאקט אז ער האט זיך געטראפן מיט רוסישע באאמטע, איינע פון די צוזאמענטרעפן איז פארגעקומען דורכאויס די נאציאנאלע קאנוועשאן פון די רעפובליקאנער פארטיי אין קליוולאנד, אין ברען פון די קאמפיין.

די דעמאקראטן אין שפיץ פון זייער פירער אין קאנגרס נענסי פעלאוסי זענען ארויס מיט א קאמפיין אז סעשאנס זאל זאפארט רעזיגנירן פון זיין פאזיציע און פארלאזן דעם יוסטיץ דעפארטמעט, פעלאוסי און אנדערע דעמאקראטן זאגן אז ער קען אויסשטיין קלאגעס פאר'ן זאגן ליגנט פאר'ן סענאט, ווען ער איז געפרעגט געווארן אויב ער האט געהאט פארבינדונג מיט רוסלאנד האט ער קלאר געזאגט אז נישט, און האט אויך געגעבן שריפטליך אזא צוזאג.

דאס ווייסע הויז טוט שארף אפווארפן די באשולדיגונגען און זאגט אז דער סענאטאר האט זיך געטראפן מיט'ן רוסישן אמבאסאדער אין די ראמען פון זיינע פונקציעס אין סענאט, זייענדיגע א מיטגליד אין די מיליטערישע קאמיטע אין סענאט, און אז אין די פארהער איז ער געפרעגט געווארן אויב ער האט געהאט קאנטאקט מיט רוסלאנד וואס אנבאלאנגט די טראמפ קאמפיין.

ספיקער פאול רייען האט היינט רעאגירט צו די שטורעם און געזאגט אז ער ערווארטעט אז עס זאל ווערן אויסגעפארשט, און גלייכצייטיג געזאגט אז ער האפט אז דשעף סעשאנס וועט איבערגעבן דעם קעיס פאר זעלבסטשענדיגע אויספארשער און נישט זיין א טייל דערפון.

דער רוסישער אויסערן מיניסטעריום האט אויך שארף אפגעווארפן די באשולדיגונג און געזאגט אז זייער אמבאסאדאר סערגעי קיזליאק איז א "וועלטס קלאס דיפלאמאט" וועלכע אין די ראמען פון זיין פאזיציע טרעפט זיך נאכאנאנד מיט אמעריקאנער באאמטע, און האט אטאקירט די סי-ען-ען נייעס קוואל פאר'ן אראפמאלן דעם אמבאסאדער ווי א רוסישער שפיאן.

דורך: אידישע נייעס
מיליטערישע קוועלער: אמעריקע האט באקומען "אומשאצבארע" אינפארמאציע אין די אפעראציע אין תימן (פיינע נייעס)
קוועלער אינעם פענטאגאן האבן היינט מיטגעטיילט מיט די פרעסע מער דעטאלן איבער די אפעראציע וואס די אמעריקאנער מיליטער האט דורכגעפירט אויף א פעסטונג פון אל-קאידע אין תימן, אין וועלכע איין אמעריקאנער זעלנער און נאך פילע ציווילע זענען אומגעקומען.

די אפעראציע איז געווען די ערשטע וועלכע איז באשטעטיגט געווארן דורך פרעזידענט טראמפ, און איז אויסגעשטאנען קריטיק פון פילע דעמאקראטן וועלכע האבן עס באצייכנט אלס א דורכפאל, און אזוי אויך פונעם רעפובליקאנער סענאטאר דשאן מקעין, וועלכע האט גערופן פאר א אויספארשונג איבער די אפעראציע. פרעזידענט טראמפ האט אבער עטליכע מאל אפגעווארפן די קריטיק, אריינגערעכנט אין זיין נעכטיגע רעדע ווען ער האט באצייכנט די אפעראציע אלס העכסט סוקסעספול.

אין די פרישע מעלדונגען פון מיליטערישע קוועלער געבן זיי איבער אז די אפעראציע איז געווען א אויסטערלישע סוקסעס אויפ'ן שפיאנאזש פראנט, און מיליאנען דאקומענטן וואס זענען קאנפיסקירט געווארן שטעלט צו פאר די אמעריקאנער מיליטער דעטאלירטע אינפארמאציע איבער אלע אקטיוויטעטן פון אל-קאידע אין תימן און אין נאך לענדער, אריינגערעכנט נעמען פון די פירער וועלכע מען האט נישט געהאט ביז יעצט.

דורך: אידישע נייעס
צו וועט מען דארפן א וויזע צו פארן קיין אייראפע פון אמעריקע? (פיינע נייעס)
די אייראפעישע פארליאמענט האט דורכגעפירט א רעזאלוציע וועלכע זוכט צו ארויפלייגן א פארבאט אויף אמעריקאנער בירגער צו אריינקומען פרייערהייט קיין אייראפע אן א וויזע, וויבאלד אמעריקע האט נאכנישט עלימינירט די פארלאנג פאר וויזעס פאר 5 לענדער וועלכע זענען אנגעשלאסן אינעם אייראפעישן פאראיין, דאס נעמט אריין די ארימערע לענדער בולגאריע, קראאטיע, פוילן, ראמעניע, און קפריסין.

די רעזאלוציע איז אבער נישט בינדנד, וואס באדייט אז יעדע איינציגע פון די אייראפעישע לענדער קען אליין באשליסן אויב זיי ווילן אננעמען די רעקאמענדאציע פון די פאראיין, און ווי עס שיינט איז די הויפט ציהל בלויז צו פארשטערקערן די דרוק אויף אמעריקע צו עלימינירן די וויזע פראגראם פאר אלע אייראפעישע לענדער, און אויב נישט וועט די אייראפעישע פארליאמענט באטראכטן צו נעמען ווייטערדיגע שריט. אין די לעצטע מאנאטן האט קאנאדע אויך אראפגענומען די וויזע פארלאנג פון בולגאריע און ראמעניע אויף די פארלאנג פון אייראפע.

דורך: אידישע נייעס
חיזבאלע שטעלט ארויס פראוואקאטיווע סטראשעריי קעגן מדינת ישראל (פיינע נייעס)
די טעראר ארגאניזאציע חיזבאלע זוכט צו פראוואקירן מדינת ישראל, נאך א לאנגע צייט פון רעלאטיווע שטילקייט, בלויז עטליכע טעג נאכדעם וואס דער אנפירער פון די גרופע חאסאן נאסראלא האט געגעבן א רעדע איבער די גרופעס אנטשלאסנקייט צו אטאקירן מדינת ישראל, האט די גרופע ארויסגעגעבן א ווידיאו אין וועלכע זיי טוען פונקטליך ארויסלייגן זייערע צילן וועלכע וועלן געטראפן ווערן אין די נעקסטע רונדע פון מילטערישע קאנפראנטאציע מיט מדינת ישראל.

צווישן די ציהלן זענען כעמישע פאבריקן אין חיפה, וואס אויב זאל מען חס ושלום דאס קענען ציהלן קען דאס פירן צו א מאסיווע קאטאסטראפע, און אזוי אויך די נוקלעארע איינריכטונגען אין דימונה, און נאך א רייע ציהלן. מדינת ישראל געניסט פון א סאפיסטיקירטע אנטי-מיסיל פראגראם, אבער עקספערטן זאגן אז אויב שיסט חיזבאלע ארויס צענדליגע מיסילס מיט איין מאל קען די טעכנאלאגיע זיין הילפסלאז.

אין די ווידיאו צייגט חיזבאלע אז זי פארמאגט S300 מיסילס, א סאפיסטיקירטע וואפן וואס רוסלאנד האט צוגעשטעלט פאר די אסאד רעזשים, און מדינת ישראל האט עטליכע מאל פארלאנגט פון רוסלאנד זאל דאס נישט טון וויבאלד דאס וועט עווענטועל אנקומען צו חיזבאלע וואס ארבעט אינאיינעם מיט די אסאד מיליטער, אבער רוסלאנד האט עטליכע מאל געלייקנט אז חיזבאלע האט צוטריט צו די וואפן, און געזאגט אז מדינת ישראל האט נישט קיין באווייזן צו אונטערשטיצן דעם פאקט.

דורך: אידישע נייעס
געוועזענער עגיפטישער פרעזידענט חאסני מובאראק ריינגעוואשן פון מארד קלאגעס (פיינע נייעס)
א אפעלאט געריכט אין עגיפטן האט היינט אנגענומען די אפיל פון דעם געוועזנעם פרעזידענט פון עגיפטן חוסני מובאראק און האט ארויסגעווארפן די אורטייל פון א נידריגערע געריכט וואס טוט אים באשולדיגן אין די טויט פון די פראטעסטירער וועלכע זענען אומגעקומען אין ברען פון די רעוואלוציע וועלכע איז פארגעקומען אין 2011 אלס טייל פונעם "אראבישן פריהלינג"

די פריערדיגע אורטייל האט אים באשולדיגט אין די טויט פון 239 ציווילע בירגער וואס זענען געווארן אומגעברענגט דורך די פאליציי, און אים צוגעטיילט לעבנסלענגיכע טורמע, אבער די אורטייל איז געגעבן געווארן אין 2012 ווען די מוסלעמענער ברודערשאפט האט געהערשט איבער עגיפטן, היינט בלאזן שוין דארט נייע ווינטן, און דער יעצטיגער פרעזידענט אל-סיסי איז א פריינט מיט מובאראק. אין די לעצטע חדשים זענען אויך די קינדער פון מובאראק געווארן פרייגעשפראכן פון פריערדיגע קלאגעס איבער שווינדל.

מובאראק געפונט זיך אין א שוואכע געזונט צושטאנד, און איז ביז יעצט פארהאלטן געווארן אין א מיליטערישע שפיטאל, אצינד וועט ער ווארשיינליך ווערן ארויסגעלאזט אויף די פריי. טויזנטער פון זיינע אנהענגער האבן געפייערט זיין ריינוואשונג אויף די גאסן פון קאהיר.

דורך: אידישע נייעס