אידישע נייעס
1.08K subscribers
3.54K photos
1.01K videos
165 files
15.2K links
באקומט נייעס אין אידיש. לאקאל, נאציאנאל און אונטערנאציאנאל, אלעס אויף איין פלאץ.

אינסטעגראם: instagram.com/YiddisheNews

אלע אונזערע טשענעלס: @YiddisheNetwork

הערות און רעקלאמעס צום אדמין: @YiddisheNewsBot

וועבסייט: http://www.yiddish.news
Download Telegram
אום ג' אדר ג' אלפים שנת תי"ג איז פארטיג געווארן דאס בויען דער צווייטער בית המקדש. עס האט געדויערט גאנצע 4 יאר צו בויען, און עס איז געשטאנען פאר די קומענדיגע 420 יאר, בעפאר'ן צווייטן חורבן בית המקדש אין די הענט פון די רוימער.

Credit: Der Yid
וועלט-פאסירונגען - Via http://ift.tt/2mdYL3o
אין דעם טאג אין יאר 790' האט קאנגרעס באשטעטיגט דורכצופירן דער סאמע ערשטער צענזוס, וואו די רעגירונג נעמט אינפארמאציע פון אלע בירגער און האלט חשבון אויף דער פאפולאציע. זינט דאן ווערט עס דורכגעפירט יעדע צען יאר.

Credit: Der Yid
היינטיגע יאהרצייטן

הג"מ מרדכי בן הג"מ אברהם זצ"ל יפה — בעל הלבושים — שע"ב
הג"מ אלי ' דוד בהג"מ בנימין זצ"ל, ראַבינאָוויטש־תאומים — ה"אדר"ת", ראב"ד ירושלים — מח"ס "תשובה מיראה" — תרס"ה
הג"מ יודא בהג"מ שמעי ' זצ"ל גרינפעלד — אבד"ק סעמיהאַלי — מח"ס "קול יהודה" — תרס"ז

Credit: Der Yid
באקומט די טעגליכע ״דער יוד״ אויף טעלעגראם.
http://ift.tt/2iQkooQ - Via http://ift.tt/2lcMyME
פרעזידענט טראמפ׳ס רעדע פאר קאנגרעס ווערט שטארק אויסגלויבט אין די פאליטישע וועלט (פיינע נייעס)
פרעזידענט טראמפ האט נעכטן געגעבן זיין ערשטע ערנסטע רעדע זינט זיין איינשווערונגס רעדע, א רעדע פאר ביידע הייזער פון קאנגרעס, און אנדערש ווי די איינשווערונגס רעדע וואס איז באצייכנט געווארן אלס א גאר שוואכע רעדע און מיט צופיל העסליכע רעטאריק, איז די נעכטיגע רעדע שטארק אויסגעלויבט געווארן, אנאליסטן האבן באצייכנט די רעדע מיט איין שורה ״מיט די רעדע איז ער געווארן פרעזידענט״ און פילע האבן געזאגט אז דאס איז געווען די בעסטע רעדע וואס דאנעלד טראמפ האט געגעבן סיי ווען, ווי עס שיינט האט ער זיך אונטערגעגעבן צו דרוק אינערהאלב זיין אדמיניסטראציע אז ער זאל נעמען א מער מעסיגע צוגאנג אויב ער וויל ווייעכער מאכן די אפאזיציע פון די דעמאקראטן אין קאנגרעס.

די רעדע איז געווען מייסטערהאפטיג צוזאמענשגעשטעלט, און טראמפ האט באוויזן צו אהערשטעלן א שטארקע דעליווערי. די הויכפונקטן פון די רעדע זענען געווען ווען ער האט פרעזענטירט פאר קאנגרעס געסט וואס ער האט מיטגעברענגט צו זיין רעדע, צווישן זיי עטליכע פאמיליע מיטגלידער פון קרבנות וועלכע זענען אומגעקומען דורך אומלעגאלע אימיגראנטן, די פאמיליע פון א דערשאסענע פאליציי אפיציר.

די סאמע הויכפונקט איז געווען ווען ער האט זיך דירעקט געוואנדן פונעם פאדיום צו מיסיס רייען, די אלמנה פונעם פארשטארבענעם סאלדאט, וועלכער איז אומגעקומען מיט צוויי וואכן צוריק אין תימן, אין די ערשטע מיסיע וואס ער האט באשטעטיגט אלס פרעזידענט, עס זענען געווען וואס האבן קריטיקירט די מיסיע, אבער ער האט אונטערגעשטראכן אז די מיסיע איז געווען א סוקסעס, און איר געזאגט ״איך וויל די זאלסט וויסן אז דיין מאן איז געשטארבן ווי א העלד, א קעמפער, און די מיסיע אויף וועלכע ער איז געגאנגען איז געווען א סוקסעס, און זיין אנדענק בלייבט אפהילכן פאר אייביג״ און פילע אין זאל האבן געווישט טרערן. און אפלאדירט פאר איבער 2 מינוט פון ביידע רייען אין קאנגרעס.

דורך: אידישע נייעס
פרעזידענט טראמפ נוצט טאן פון ״אפטימיזם און פאראייניגונג״ אין ערשטע רעדע אין קאנגרעס

א וויכטיגע פונקט אין די רעדע איז געווען אז עס איז געווען דאס ערשטע מאל וואס פרעזידענט טראמפ טוט פולהארציג פארדאמען ראסיזם און אנטיסעמיטיזם, און אפעלירט פאר מער פאראייניגונג צווישן ראסעס און רעליגיעס, ער האט אנגעהויבן דעם רעדע מיט׳ן אויפברענגען אז עס איז דעם מאנאט וואס אמעריקע צייכנט אפ די ביישטייערונגען פון די שווארצע געמיינדע, און האט געזאגט אז דאס דערמאנט אונז ״אז נאך אסאך דארף געטוען ווערן צו אויסראטן ראסיזם, אין אלע עקלדיגע פארמ׳ס וואס זי הייבט זיך דעם קאפ״ און דערביי אויך דערמאנט די אטאקעס אויף אידישע בתי חיים, און די באמבע דראאונגען צו אידישע צענטערן.

דורכאויס די רעדע האט טראמפ אויך באעהערט עטליכע שווארצע אינדיווידועלן, און האט אונטערגעשטראכן פארשידענע פאליסיס וואס ער וויל איינפירן, וואס וועלן העלפן די שווארצע געמיינדע, ער האט גערעדט איבער די הויכע שיסעריי ראטעס אין די שווארצע געגענטער אין שיקאגא און פארשפראכן צו נעמען אגרעסיווע שריט דאס צו אפשטעלן.

שוין פאר די רעדע האט דער פרעזידענט געזאגט אז דאס ווען זיין א רעדע ״פון פאראייניגונג און אפטאמיזם״ און ער האט טאקע באוויזן צו דעליווערן א גלענצנדע רעדע, און האט צופרידנגעשטעלט די רעפובליקאנער אין קאנגרעס וועלכע קענען זיך יעצט שפירן מער באקוועם מיט זייער פרעזידענט.

דער פרעזידענט האט גלייכצייטיג אויך נישט גענצליך געטוישט זיין טאן, ער האט זעלבספארשטענדליך אטאקירט די מידיע, און אנגעלייגט אלע פראבלעמען פון אמעריקע אויף אימיגראנטן, אבער ער האט עס געמאכט עלעגאנט, און האט נישט גענוצט קיין וואלגארע טערמינען, און ווי פילע אנאליסטן באצייכענען עס אז טראמפ האט באוויזן אז ער קען זיך האלטן דיציפלינירט צו א טעלעפראמטער, און ווען עס פעלט אויס קען דער ״טוויטער פרעזידענט״ זיין א עכטער פרעזידענט.

דורך: אידישע נייעס
פרעזידענט טראמפ לייגט ארויס שעפערישע אגענדע אין ערשטע רעדע פאר קאנגרעס

אין זיין רעדע צו קאנגרעס האט דער פרעזידענט ארויסגעלייט א רייע אישוס וועלכע שטייען אויפ׳ן שפיץ פון זיין אגענדע, ער האט נישט ארויסגעלייגט קיין נייע פלענער נאר אונטערגעשטראכן און אויסגעשארפט זיינע פאליסיס, און עס דעליווערט פאר קאנגרעס, פון וועמען ער האט געבעטן צו שטיצן לעגיסלאטיווע שריט וואס ער וויל נעמען וואס אנבאלאנגט די אנלעגנהייטן.

ער האט זיך באצויגן צו עטליכע זאכן וועלכע ער האט אויך גערעדט דערפון ביי זיין קאמפיין, אימיגראציע, האנדל און אימפארט, געזעץ און פאליצייאישע קאנטראל, נידערן שטייערן, פארשטערקערן די מיליטער, און באזיגן אייסיס, אבער האט אויך צוגעלייגט עטליכע פונקטן, ווי צום ביישפיל איבער ברייטערע אויסוואלן פאר עלטערן ווען עס קומט צו אויסוועלן א שולע, און אזוי אויך טשיילד קעיר פראגראמען וואס זאלן ערלויבן מאמעס צו ארבייטן.

ער האט געזאגט אז זיין אדמיניסטראציע ארבייט אויף א איבערגעמאכטע מער מעסיגע רייזע פארבאט, נאכדעם וואס די געריכט האט אנולירט זיין פריערדיגע עקזעקיוטיווע באפעל, און האט אויך ווידערהאלט אז ער וועט בויען דעם גרעניץ וואנט צווישן אמעריקע און מעקסיקא, אבער ער האט זיך אפגעהאלטן פון רעדן איבער דעפארטאציעס, און האט אין אלגעמיין נישט גענוצט די זעלבע שארפע טערמינען ווי אין די פארגאנגהייט.

ער האט דאן גערעדט איבער צוריקברענגען דשאבס קיין אמעריקע, און האט אונטערגעשטראכן אז זינט זיין געווינס האבן שוין עטליכע פירמעס צוריקגעברענגט צענדליגע טויזנטער דשאבס, אריינגערעכנט קייסלער, ספרינט, לאקהיד-מארטאן, פארד, דשענעראל מאטארס, און נאך, און דערביי אויך דערמאנט זיין עקזעקיוטיווע באפעל צו נידערן רעגולאציעס.

ער האט אויך גערעדט איבער ״מאסיווע שטייער שניטן״ וואס ער פלאנט צו געבן פאר די מיטל קלאס, און אויך אין די זעלבע צייט צו אינוועסטירן מער געלט אין די מליטער, און אזוי אויך א מאסיווע אינוועסטמענט פון א טריליאן דאלער פאר אינפרוסטרוקטור, וואס וועט גיין צו איבערבויען שאסייען און בריקן איבער דאס לאנד.

ער האט דורכאויס די רעדע אונטערגעשטראכן פילע פון זיינע פלענער אבער ער האט זיך אפגעהאלטן פון אריינגיין אין פונקטליכע דעטאלן, סיי איבער זיין בעפארשטייענדע בודשעט, און אזוי אויך אין אלגעמיין זענען פילע פראגעס געבליבן אומפארענטפערט.

דורך: אידישע נייעס
אנקעטעס צייגן שטארקע צופרידנהייט פונעם פרעזידענט׳ס רעדע

אנקעטעס צייגן אז צוקוקער איבער אמעריקע וועלכע האבן מיטגעהאלטן דעם פרעזידענט׳ס נעכטיגע רעדע אין קאנגרעס זענען ארויס גאר שטארק צופרידן, און האבן עס באצייכנט אלס ״פרעזידענליכע רעדע״ און ״פאראייניגונגס רעדע״ און אזוי ווייטער.

פארש גרופעס זענען נאכגעגאנגען פארשידענע גרופעס פון וויילער, און האבן געפונען אז אין אלגעמיין איז געווען א מאסיווע אויפשטייג פון שטיצע פאר דעם פרעזידענט׳ס פאליסיס, פילע וואס האבן נישט געהאלטן פון זיינע פאליסיס האבן געטוישט זייער מיינונג נאך די רעדע, און פילע וועלכע האבן האלבוועגס געשטיצט דעם פרעזידענט זענען געווארן נאך שטערקערע שטיצער נאך די רעדע.

אין א ען-בי-סי אנקעטע אויף די פראגע ״צו האט דיך די רעדע געמאכט מער אפטימיסטיש״ האבן אזויפיל ווי 84% רעפובליקאנער געענטפערט פאזיטיוו, און אזויפיל ווי 24% דעמאקראטן האבן געענטפערט די זעלבע, אין אלגעמיין האבן אזויפיל ווי 76% פון די וואס האבן עס געהערט שטארק אויסגעלויבט.

דורך: אידישע נייעס
מאסיווע שטורעמס רייסן דורך מידוועסט, לאזט איבער 3 טויטע (פיינע נייעס)
א מאסיווע טורנעידא וועלכע האט זיך אראפגעלאזט נעכטן נאכט אויף עטליכע שטעט אין די מידוועסט האט איבערגעלאזט שווערע שאדנס, און האט ליידער געקאסט 3 לעבנס אין מיזורי, און אין שיקאגא, און נאך פילע זענען פארוואונדעט געווארן. עס ווערט געשאצט אז די שטורעמס האבן געקאסט מיליאנען דאלער אין שאנדס, די שטורמעס וועלן נאך אנהאלטן היינט מיטוואך, און אויטאריטעטן האבן געווארנט די רעלעוואנטע געגענטער אז מען זאל פרובירן צו בלייבן אינדערהיים און צובינדען סיי וועלכע אביעקטן עס קענען פליען צוליב די ווינט און אנמאכן שאדן.

די ווינטן זענען געווען אזוי מאסיוו אז ריזיגע שטיקער פון אויטא טייל זענען ארויסגעפלויגן פון א דשאנק יארד אין מיזורי, און געלאנדעט אויף א דערנעבנדיגע שאסיי, עטליכע זענען פארוואונדעט געווארן און איינער איז אומגעקומען אין די אינצידענט, די אנדערע צוויי זענען אומגעקומען אין ענליכע אינצידענטן.

דורך: אידישע נייעס
העכערע פארליאמענט הויז אין בריטאניע שטימט קעגן רעגירונג פארשלאג איבער ברעקזיט (פיינע נייעס)
די האוז אף לארדס אין בריטאניע האט געשטימט אז די רעגירונג זאל ערלויבן בירגער פון אנדערע אייראפעישע נאציאנאליטעטן צו פארבלייבן אין ענגלאנד נאכדעם וואס זי רייסט זיך אפ פון די אייראפעישע פאראיין, דאס באדייט אז די ביל וועלכע טוט אויטאריזירן ברעקזיט ווערן צוריקגעקערט צום נידריגערן הויז די ״האוז אף קאמאנס״ ווי די מיגטלידער וועלן אדער קענען באשטעטיגן די פרישע אמענדמענט פון די האוז אף לארדס, אדער עס אפווארפן, די רעגירונג זוכט צו אפווארפן דעם אמענדמענט זאגנדיג אז דאס דארף זיין א טייל פון די פארהאנדלוגנען צווישן ענגלאנד און די אייראפעישע לענדער, אז זיי זאלן געבן דעם זעלבן סטאטוס פאר בריטישע בירגער אין זייערע לענדער, אבער די אפאזיציע פארטיידיגט די אמענדמענט זאגנדיג אז די מיליאנען אייראפעישע בירגער אין בריטאניע קענען זיך נישט ערלויבן צו ווארטן נאך א יאר צו וויסן איבער זייער צוקונפט, און זיי זאלן נישט זיין קיין ״פארהאנדלונגס קארטלעך״ אויפ׳ן טיש.

דורך: אידישע נייעס
דרום קארעא זוכט צו ארויסווארפן צפון פון די פעלקער פאראיין

אין ליכט פון די שטורעם וואס האט זיך אנטוויקלט ארום די די אסאסינאציע פון קים יאנג טים, דער עלטערער ברודער פונעם צפון קארעאר דעספאט, א מארד וואס ווערט געזען אלס פאליטישע מארד דורכגעפירט דורך צפון קארעא, אין וועלכע עס איז גענוצט געווארן כעמישע וואפן, האט דער דרום קארעאר אויסערן מיניסטער געזאגט אז עס פארלאנגט זיך אז די וועלט זאל ענדליך נעמען א פרעצעדענטלאזע שריט קעגן דעם מערדערישע רעזשים, נעמליך זיי גענצליך ארויסווארפן פון די וועלסט-פעלקער משפחה, און אנולירן איר מיטגלידערשאפט אינעם פעלקער פאראיין.

די קאמענטארן איז געמאכט געווארן דורך מיניסטער יאנג בעיאנג-סי וועלכע האט אונטערגעשטראכן אז די פאקט אז צפון קארעא טוט דורכפירן פאליטיש מאטיווירטע מארדן אינדרויסן פון אירע גרעניצן צייגט אז זי רעספעקטירט נישט די וועלט ארדענונג, און די איינציגע שריט וואס בלייבט איבער איז איר גענצליך צו ארויסווארפן פון די פעלקער פאראיין.

דורך: אידישע נייעס
סי-איי-עי אגענט באפרייט פון טורמע אין פארטוגאל

א סי-איי-אגענט וועלכע איז אנגעקלאגט און פאראורטיילט געווארן אויף קידנעפינג קלאגעס, נאכדעם וואס ער האט אנטייל גענומען אין אן אפעראציע צו פארכאפן און פארהאלטן דעם עגיפטישן פרעדיגער כאסאן מוסטאפע אסמא נאסער, וועלכע איז פארכאפט געווארן דורך די סי-איי-עי אויף די גאס אין מילאנא איטאליע, און איז אפגעפירט געווארן קיין עגיפטן ווי ער איז פארהאלטן געווארן און געווארן אויסגעפארשט איבער זיינע אקטיוויטעטן און פארבידנונגען מיט ראדיקאלן.

איטאליע האט שטארק געברויזט קעגן די אפעראציע וואס האט פארלעצט איר טעראטאריאלע אויטאריטעט, און האט אין א געריכטליכע פראצעס געאורטיילט 26 סי-איי-אגענטן, אין זייער אפוועזנהייט, סאברינע דע סאוסע איז א אגענטקע וועלכע וואוינט אין פארטוגאל, און האט דאפלטע בירגערשאפט, און איטאליע האט אריינגעגעבן פאר פארטוגאל א אויסליפערונג פארלאנג צוליב איר אנטייל נעמען אין די אפעראציע.

אין 2015 אז זי ארעסטירט געווארן אין פארטוגאל, און זי איז געזיצן פאר ארום 10 טעג, און זי האט ערווארטעט איר ענדליגטיגע טורמע אורטייל, אבער אין די לעצטע טעג האט די טראמפ אדמיניסטראציע זיך אריינגעמישט, און האט אויסגעארבעט אז זי וועט באקומען א פארדאן פונעם פארטוגאלעזער פרעזידענט, און זי וועט פארן קיין איטאליע ווי זי וועט באקומען א גאר לייכטע שטראף, און נישט דארפן זיצן אין טורמע.

דורך: אידישע נייעס
די אבאמא׳ס שרייבן אונטער בוך אפמאך פאר 65 מיליאן דאלער (פיינע נייעס)
די ״רענדאם האוז״ פאבלישינג פירמע האט באוויזן צו באקומען א קאנטראקט מיט די געוועזענע ערשטע פארפאלק, אונטער וועלכע זיי וועלן שרייבן צוויי באזונדערע בוכער איבער זייער תקופה אין ווייסן הויז, און לויט באריכטן וועלן זיי באקומען דערפאר 65 מיליאן דאלער, און זיי וועלן אריינלייגן די סומע אין זייער טשאריטי פונדאציעס, און אין די ״אבאמא פאנדעישן״ אזוי אויך וועלן א מיליאן בוכער אויסגעטיילט ווערן פאר סטודענטן וועלכע קענען זיך נישט ערלויבן צו קויפן. די פירמע האט אויך געזאגט אז די אבאמא פארפאלק וועט אפהאלטן עטליכע עפנטליכע ״בוך פארקויפונגען״ איבער אמעריקע און אויסלאנד, און געזאגט אז דאס אנטשפרעכט צו זיין מאסן פארזאמלונגען צו פייערן די ווערק וואס זיי האבן געטון אין ווייסן הויז.

דורך: אידישע נייעס
נייעס אין קורצן

פרעזידענט טראמפ גרייט צו זיין נייע רייזע פארבאט, לויט ווי ער האט נעכטן געזאגט פאר קאנגרעס, און לויט באריכטן האבן ראטגעבער אין ווייסן הויז געבעטן דעם פרעזידענט אז דאסמאל זאל מען ארויסנעמען איראק פון די ליסטע פון לענדער, וויבאלד דאס מאכט אן אסאך פראבלעמען פאר די אמעריקאנער מיליטער וועלכע ארבייט יעצט אינאיינעם מיט די אמעריקאנער מיליטער

באריכטן זאגן אז פרעזידענט טראמפ גרייט זיך צו נאמינירן דשאן האנסטסמאן אלס אמעריקעס אמבאסאדער צו רוסלאנד, האנטסמאן האט געדינט אלס סענאטאר פון יוטא, און אזוי אויך אלס אמבאסאדאר צו כינע אונטער פרעזידענט בוש, און איז געווען א פרעזידנעטליכע קאנדידאט אין די 2008 רעפובליקאנער פריימעריס.

די ״אינטערנאציאנאלע אימיגראציע קאמיסיע״ פון די פעלקער פאראיין האט געמאלדן אז אין די לעצטע צוויי טעג האבן אזויפיל ווי 7000 מענטשן אין ניגעריע פארלאזט זייערע היימען און וואנדערן ארום צוליב דעם וואס זייערע דערפער זענען אינוואדירט געווארן דורך די מערדערישע בוקא-חאראם טעראר גרופע, א ארגאניזאציע וואס האט שוין אויסגעמארדעט צענליגע טויזנטער און האט געמאכט היימלאז א געשאצטע 2.6 מיליאן מענטשן אין ניגעריע.


סענאט האט היינט קאנפערמירט די נאמינאציע פון רייען זינקע צו דינען אלס קאבינעט מיטגלידער, און אינטיריאר סקערטאר, זינקע, א געוועזנער נעיווי סיעל, און קאנגרעסמאן פון מאנטענע. זינקע וועט שטיין אין שפיץ פון די אינטיריאר דעפארטמענט וואס פארפיגט אויף מיליאנען אקערלאנד וואס געהערט פאר די פעדעראלע רעגירונג, אריינגערעכנט נאציאנאלע פארקס און נאטור רעזערווארן.

דורך: אידישע נייעס
סטאק מארקעט גרייכן פרישע רעקארדס אין ליכט פון פרעזידענט׳ס רעדע

די דאו אינדעקס האט צום ערשטן מאל אין די היסטאריע געגרייכט העכער 21,000 אין ליכט פון די פרעזינדענט׳ס רעדע וואס האט אריינגעגעברענגט מער זיכערהייט און אפטימיזם אין די מארקעטס, דאס קומט נאכדעם וואס א רעקארד 20,000 איז אויך געבראכן געווארן מיט בלויז צוויי וואכן צוריק, אלעס אינאיינעם האט די אינדעקס געזען א אויפשטייג אין 2,700 פונקטן זינט די טראמפ זיג. דאס קומט אין די זעלבע צייט וואס אנדערע אינדעקס האבן געזעהן א ענליכע טרענד, דאס איז אויך דאס ערשטע מאל זינט 1999 וואס די אינדעקס טאנצט מיט 1000 פונקטן אין אזא קורצע צייט.

דורך: אידישע נייעס