Media is too big
VIEW IN TELEGRAM
ניו יארק - נאך גרויס דרוק פון די פאבליק און א שטארקע ווינט קעגן אים אויף סאציאלע מידיע האט ראבערט דזשאסמאן געמאלדן זיין רעזיגנאציע אלס דער פרעזידענט פון די געמיינדע קאונסיל פון די 24׳סטע ניו יארק סיטי פאליציי פריסינקט אין די אופפער וועסט סייד געגנט אין מאנהעטן.
די שטורעם האט זיך אנגעהויבן דערנאך וואס עס האט צירקולירט א רעקארדירונג ווי דזשאסמאן ווערט געזען אראפרייסן פלאקאטן מיט אינפארמאציע פון פארכאפטע משכונות וואס געפונען זיך נאך ליידער אין עזה געפענגעניש, ווען ער איז געווארן אנגעפרעגט דורך פארבייגער פארוואס ער טוהט דאס, האט ער געענטפערט א לעכערליכע ענטפער אז עס איז אומלעגאל צו קלעבן צעטלעך אויף עלעקטריק שטאנגען וואס געהערט פאר די סיטי און געזאגט אז ער האט אנגעפרעגט ביי די פאליציי איבער די לעגאליטעט דערפון.
דזשאסמאן איז געווען א לאנגיעריגער וואלונטיר אין די פאליציי געמיינדע קאונסיל וואס איז געווידמעט צו ברענגען זיכערהייט ביי די לאקאלע געמיינדעס אין ניו יארק סיטי, אידישע גרופעס וואס האבן פארפירט קעגן אים האבן אנגעצייגט אז מיט זיין שריט האט ער געטוהן פונקט דאס פארקערטע פון וואס ער איז געשטעלט געווארן דורך די סיטי איינוואינער.

ניו יארק - יעדעס יאר געבט די אלגעמיינע אמעריקאנער וועכענטליכע צייטשריפט די 'טיים' מאגאזין ארויס א ליסטע פון הונדערט מענטשן איבער וועלט וואס האבן געהאט די גרעסטע איינפלוס איבער אלוועלטליכע אנגעלעגנהייטן דורכאויס דעם יאר, אין די היי יאריגע ליסטע פון 2025 זענען גאנצע פופצן דערפון אידן וואס איז ווארשיינליך די מערסטע אידן אויף די ליסטע זינט די מאגאזין האט אנגעהויבן ערשיינען מיטן ליסטע אין יאר 1999.
צווישן די אידן וואס זענען היי יאר אויף די ליסטע ציילט זיך די באפרייטע משכון פון עזה, נועה ארגמני וואס איז ארומגעפארן די וועלט און געקעמפט פאר די איבעריגע פארכאפטע משכונות, זי איז באשריבן געווארן אין די אויסגאבע דורך דאג עמהאפף דער אידישע מאן פון דער געוועזענע וויצע פרעזידענט העריס.
נאך אידן וואס ציילן זיך אויף די ליסטע איז דער פארזיצער פון די ’עי.די.על’, דזשאנאטאן גרינבלאט, דער אמעריקאנער קאמערס סעקרעטאר האווארד לאטניק, דער מעקסיקאנער פרעזידענט פרוי שיינבוים, מעטא פארזיצער מארק צוקערבערג, דער ביליאנער אלעקס קארפ, ביליאנער לארי פינק, און נאך א צאל באקאנטע אידישע פיגורן.

This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
קערעסטיר - אין בעפארברייטונג צו די טויזנטער פון איבער די וועלט וועלכע קומען אין די טעג צו פארן קיין קערעסטיר צום יארצייט פון הרה"ק רבי ישעי׳ מקרעסטיר זי"ע, איז אוועקגעשטעלט געווארן א סעלפאון טורעם דורך די שטאטראט צוליב די גאר שוואכע טעלעפאן סערוויס וואס איז דארט געווען ביז היינט.
לינדען - די היימישע איינוואינער אין שטאט באגריסן אין די יעצטיגע טעג די נייע גר צדק ר׳ אברהם נח בן אברהם וואס אסאך קענען אים מיט זיין געוועזענע נאמען אנדרעי, וואס פלעגט טוהן קאנסטרוקציע ארבעט פאר עטליכע קהילה מיטגלידער אין די פארגאנגענהייט און אזוי ארום זיך באקאנט געמאכט מיט די אידישע לעבנסשטייגער.
די פרישע גר צדק איז געווען א שטענדיגע מתפלל אין ביהמ"ד אהל הינדא זידיטשוב אין שטאט בנשיאות הרה"צ רבי יושע פרץ שנעבאלג שליט״א פאר די פארלאפענע צוויי יאר, און דער רב הרב שנעבאלג שליט"א און אלע מתפללים און ביהמ"ד האבן אים שטארק מקרב געווען די גאנצע צייט וואס ער האט זיך געדרייט אין ביהמ"ד וואו ער האט באקומען א געוואלדיגע נאנטשאפט צו תורה ומצוות.
א גאר רירענדע מאמענט איז געווען פארלאפענע דאנערשטאג ביי קריאת התורה ווען דער גבאי אין די זידיטשוב׳ע ביהמ"ד האט אויסגערופן יעמוד ר׳ אברהם נח בן אברהם צו די עלייה פון שלישי, אים אויפרופנדיג לתורה נאכן פארענדיגן די גיור פראצעדור א טאג בעפאר אום מיטוואך ביי בי"ד קו הישר אין בארא פארק, מיט א התלהבות דקדושה האט ער געמאכט די ברכה אשר בחר בנו מכל העמים און עולה געווען לתורה, דאנקנדיג דעם אויבערשטן אז ער האט זוכה געווען צו ווערן א חלק פון זיין באליבטע פאלק.

בעלארוס - אין די טעג קומען פאר די לעצטע ביסל ארבעט צו פארענדיגן א ריזן מאנומעט אויפן שטח פון די אלטע אידישע בית החיים אין דער שטאט בריסק, די מאנומענט וועט צוזאמענשטעלן די 1,200 מציבות וואס זענען געפונען געווארן די לעצטע 20 יאר איבערן שטאט נאכן גענוצט ווערן אלס בוי מאטריאל פאר גאסן, געביידעס און צוימען, די פראיעקט צו בויען דעם מאנומענט ווערט אנגעפירט דורך א צאל אידישע ארגאניזאציעס פון אמעריקע, ענגלאנד, און בעלארוס וואס זענען ארויס אין א קאמפיין צו שאפן די לעצטע 40 טויזנט פונט צו פארענדיגן דעם געוואלדיגע פראיעקט.
די אלטע בית החיים אין בריסק איז געווען אין באנוץ פאר איבער הונדערט יאר ביזן אויסברוך פון די צווייטע וועלט קריג און עס ווערט געשאצט אז איבער 35 טויזנט אידן ליגן דארט באערדיגט, די בית החיים איז חרוב געווארן ביים קריג און די מציבות זענען ליידער ארום געשלעפט געווארן איבערן שטאט אלס בוי מאטריאל פאר פריי פון אפצאל, אויך איז אויף א טייל פונעם שטח פון די בית החיים ליידער אויפגעבויעט געווארן א סטאדיום און איר עקזיסטענץ איז כמעט פארגעסן געווארן ווען נישט די יעצטיגע פראיעקט.
די ארגאניזאציעס מיט די הילף פון לאקאלע איינוואוינער האבן צונויפגעזאמלט איבער 1,200 מציבות וואס וועלן אויפגעשטעלט ווערן אינמיטן די שטח און ווערן ארומגענומען מיט א הויכע שטיינערנע צוים וואס וועט פארזיכערן אז די ארט ווערט נישט פארגעסן און אידן קענען דארט קומען דאווענען, די עפענונג צערעמאניע איז געפלאנט אויף דריי חדשים ארום יולי דעם 28׳סטע ווען עס ווערט אפגעצייכנט 80 יאר פון ווען די שטאט איז באפרייט געווארן פון די נאציס ימ"ש.

ירושלים - אין איינע פון די אלטעס היימען אין דער שטאט ירושלים וואו עס וואוינט א עלטערע איד מיטן נאמען ר׳ משה האבן די אנדערע שכנים געעפנט א פאר אויגן ווען ר׳ אברהם חיים זילבער האט אריין שפאצירט מיט א קוכן מיט דריי ליכט דערויף וואס האט געצייגט די נומער הונדערט, ווייניג פון זיי האבן געוואוסט אז דער עלטערער איד פייערט יענעם טאג זיין הונדערט׳סטער געבורטסטאג.
ר׳ אברהם חיים האט דאס געוואוסט וויבאלד ר׳ משה פלעגט מיט עטליכע יאר צוריק וואוינען אין די מרום כנען געגנט נעבן צפת וואו ער איז האט זיך באזעצט נאכן ווערן באפרייט פון אוישוויץ, און ער דינט אלס דער חב"ד שליח אין די ארטיגע שטעטלעך ווי ער איז געווען שטארק באפריינדעט מיט ר׳ משה.
מיט צען יאר צוריק ווען ר׳ משה האט נאך געוואוינט אין מרום כנען פארן זיך אריבער ציען צום אלטעס היים האט ער געמאכט א סעודה צו אפצייכענען זיין ניינציגסטע געבורטסטאג און ר׳ אברהם חיים האט אים געוואונטשן אז מען זאל זיך ווידערזעהן אויף שמחות ביי די הונדערט׳סטע געבורטסטאג, ער האט נישט פארפעלט זיין צוזאג און אנגעקומען קיין ירושלים ברענגען א קוכן און פארברענגן מיט דעם איד אין די אלטער היים.

קראון הייטס - פרא פאלעסטינער גרופעס האבן ארויסגעשטעלט מעלדונגען איבער א געפלאנטע פראטעסט פאר די פרייהייט פון עזה וואס וועט אפגעהאלטן ווערן מארגן מאנטאג אין די קראון הייטס אומגעגנט.
אין בעפארברייטונג צו די פראטעסטן האבן די וועד הקהל, די קראון הייטס אידישע קאונסיל, און די לאקאלע שומרים, ארויסגעשטעלט אנווייזונגען פארן ציבור ווי אזוי זיך צו באגיין אין די צייט פון די פראטעסטן.

CHARTER TO KERESTIER
Spots are filling fast — don’t wait!
Website👇
nesiahtravel.com
Phone👇
(845) 444-8785
Whatsapp👇
https://wa.me/message/XCXXCE6TJE2PD1
Spots are filling fast — don’t wait!
Website👇
nesiahtravel.com
Phone👇
(845) 444-8785
Whatsapp👇
https://wa.me/message/XCXXCE6TJE2PD1
בארא פארק - א העלישע פייער האט אויסגעבראכן מאנטאג 2:00 אזייגער פארטאגס ביי א דריי שטאקיגע געביידע אויף די דרייצנטע עוועניו ביים ווינקל פון די ניין און דרייסיג׳סטע סטריט, די פייער האט זיך אנגעהויבן אין די אונטערשטע שטאק פון די געביידע וואו עס איז פלאצירט די אידישע 'סעיוואן' שיך געשעפט.
פייערלעשער האבן שווער געארבעט צו פארלעשן די פייער וואס האט זיך פארשפרייט צו די צווייטע שטאק וואו עס געפונט זיך עטליכע אפארטמענטס מיט נישט אידישע פאמיליעס, ווען די פלאמען זענען געגאנגען אויף ארויף צוליב דעם וואס די געביידע פארמאגט נישט קיין פענסטער אויפן זייט און ביי די אונטערשטע שטאק
געוויסע איינוואוינער האבן פארציילט אז זיי האבן געשמעקט גאז און געהערט אן אויפרייס הארט בעפאר די פייער האט אויסגעבראכן, לויט די אוטעריטעטן זענען פאמיליעס וואס האבן געוואוינט אויף די צווייטע און דריטע שטאקן געבליבן אהן א דאך איבערן קאפ.
(Video Credit: Boro Park Scoop)

האלאנד - די מעיאר פון אמסטערדאם פרוי האלסעמא האט געגעבן אן אפיציעלע אנטשולדיגונג אין נאמען פון די שטאט פאר זייער ראלע אין די מארד פון זעכציג טויזנט לאקאלע אידן דורכאויס די צווייטע וועלטס קריג, זי האט געגעבן די אנטשולדיגונג דורכאויס א רעדע אין די האלאקאוסט מאזעאום אין די אידישע קולטור קווארטל ביי א צערעמאניע צו אפצייכענען די האלאקאוסט געדענק טאג.
די מעיאר האט געזאגט אז ווען עס איז געקומען די שווערע מינוט ווען די נאציס ימ"ש האבן געבעטן די ליסטעס פון די אידן האט די רעגירונג איבערגעלאזט די אידישע באפעלקערונג פון שטאט און ארויסגעהאלפן זיי צו דעפארטירן, זי האט זיך אנטשולדיגט אין נאמען פון די רעגירונג פארן זיך נישט באגיין מיט רחמנות אויף די אידישע איינוואוינער, זי האט צו געענדיגט אז היסטאריע קען מען נישט איבערשפילן און דערפאר איז דער פליכט צו געדענקען אלע וואס זענען אומגעקומען אין די האלאקאוסט.
ביי איר רעדע האט זי ערקלערט וויאזוי די דעמאלטדיגע שטאטראט האט געגעבן פונקטליכע מאפעס פון אלע אידן אין שטאט און די לאקאלע פאליציי האט זעלבסט פיזיש ארויסגעהאלפן מיט די דעפארטאציעס ווערנדיג א טייל פון די נאצי מארד מאשין, זי האט פארשפראכן אז די אויספארשונג צו דערגיין די פונקטליכע דעטאלן ווער עס איז געווען פארמישט אין די דעפארטאציעס און מארדן וועט אין די נאנטע צייט ווערן פארענדיגט און פאבליצירט.

לעיקוואוד - א שווערע אינצידענט האט פאסירט זונטאג נאכט אין לעיקוואוד ווי א היימישע פרוי א מאמע פון יונגע קינדער, איז קריטיש פארוואונדעט געווארן אין אן עקסידענט, זי איז אין איילעניש אפגעפירט געווארן דורך הצלה וואלונטירן צו די דזשערסי שאור מעדיקעל צענטער וואו זי געפונט אין א קריטישע צושטאנד אין א קאומא, און איז אנגעוויזן אויף רחמי שמים מרובים.
די עקסידענט האט פאסירט אינדערצייט וואס די פרוי האט אריבעגעשפרייזט די גאס ביי די אינטערסעקשאן פון ריווער עוועניו און אועק סטריט און איז אראפגעקלאפט געפארן דורך א פארבייפארנדע קאר.
כלל ישראל ווערט גערופן צו מתפלל זיין פאר אביגיל שרה בת מיכל ליאורה לרפו"ש.

אוקריינע - פארלאפענע פרייטאג איז אנגעקומען א ווענדונג צו די זק"א אגענטור איבער א איד אין שטאט בארדיטשוב אין אוקריינע וואס איז נפטר געווארן, נאכן הערן מער דעטאלן און אראפשיקן וואלונטירן האט זיך ארויסגעשטעלט אז די רעדע איז פון ר׳ ישראל אהרן רובין ז"ל וואס איז לאנגע יארן געשטאנען אין שפיץ פון די הכנסת אורחים קעגנאיבער דער ציון פון סניגורן של ישראל הרה"ק רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זי"ע, וואס איז פלוצלינג נפטר געווארן אין עלטער פון 64 יאר.
די נפטר איז געבוירן אין שטאט בני ברק צו זיין פאטער דער באקאנטער בעל מנגן הרה"ח רבי שמואל רובין ז"ל, ער איז געווען א בנן של קדושים פון די רובין פאמיליע און בן אחר בן פון הרה"ק רבי אשר ישעיה מראפשיץ זצ"ל און אייניקל פון הרה"ק רבי אלימלך מליזענסק זי"ע. ער איז אויפגעוואקסן אין שטאט בני ברק, מיט לאנגע יארן צוריק האט ער זיך געצויגן קיין בארדיטשוב און זיך דארט געפארעט מיט הכנסת אורחים מיט זיין גאלדענע הארץ, ער האט איבערגעלאזט איין זוהן הרה"ח ר׳ אברהם מנדל נחום רובין פון ק”ק סאטמאר אין בני ברק און די לוויה וועט פארגעקומען מארגן דינסטאג אין די בית העלמין אין באר יעקב.
יהא זכרו ברוך.

ראמאלא - פארלאפענע וואך איז פארגעקומען אין די הויפטשטאט פון די פאלעסטינער אוטעריטעט ראמאלא די 32׳סטע צענטראלע קאונסיל זיצונג פון די פאלעסטינער באפרייאונג ארגאניזאציע ווי דער ניינציג יעריגער פרעזידענט פון די פאלעסטינער אוטעריטעט מאכמוד אבאס האט געגעבן א פייערדיגע רעדע, ביי זיין רעדע האט ער שטארק אראפגעריסן די כאמאס טעראריסטן אין עזה וואס שעדיגן די פאלעסטינער קאמף פאר זעלבשטענדיקייט און גערופן אז זיי זאלן שוין באפרייען די פארכאפטע מדינת ישראל בירגער וואס זיי האלטן אין געפענגעניש.
אויך האט ער זיך באצויגן צו די קאמף פאר די אל-עקצא מעטשעט אויפן הר הבית ווי ער האט אפגעלייקנט סיי וועלכע פארבינדונג פון ירושלים צו די אידישע פאלק, ער האט באשולדיגט מדינת ישראל מיטן ווילן חרוב מאכן דעם מעטשעט וואס איז פארהייליגט ביי מוסולמענער איבער די וועלט.
ווי עס זעהט זיך אויס האט זיין פארעלטערונג געשאדט פאר זיין מח און ער האט פארלוירן טייל פון זיינע פעיגקייטן צו זעהן גלייך און ער האט אנגעטראפן א נייע היסטארישע אויפדעקונג אז דאס וואס די אידן טענה׳ן אז די בית המקדש איז געשטאנען אויפן הר הבית איז א ליגנט, ער איז ווייטער געגאנגען מיטן נאכזאגן אין נאמען פון די קוראן אז די ערשטע און צווייטע בית המקדש זענען בכלל געווען אין תימן און נישט אין ירושלים, א זאך וואס איז ניי אין די פאלעסטינער קאמף צו איבערשרייבן די היסטאריע און ווערט הויפטזעכטליך נישט דערמאנט אין די היסטאריע ביכער און אויך נישט און די קוראן.