זעמל
1.82K subscribers
8.45K photos
3.24K videos
2 files
851 links
אידישע נייעס וואס איר זעהט נישט אין ערגעץ

צו באקומען אויף סטאטוס:
https://wa.me/message/GI5J7Z6IZJB2E1

צו באקומען אויף די וואטסעפפ גרופעס:
https://chat.whatsapp.com/IGS39n9hm6s7iRRGZSB0o0?mode=r_c

פאר קאמענטארן אדער צו אדווערטייזן:
@ZemelVINAdmin
Download Telegram
אוקריינע - שטייענדיג א וואך נאך וואס א אידישע צענטער אין שטאט קיעוו איז געשעדיגט געווארן, איז די אידישע געמיינדע אין לאנד נעכטן ווידער עפעקטירט געווארן פון די קריג מיט רוסלאנד, ווען א רוסישע דראון האט געשעדיגט די היים פון א לאקאלער עסקן אין שטאט דענייפער, און אין רעזולטאט איז זיין זוהן לייכט געשעדיגט געווארן.

די דראון האט אויפגעריסן אויפן גאס הארט נעבן וואו עס וואוינט ר׳ זעליג ברעז וועלכער דינט אלס מנהל פון די ארטיגע קהילה אונטער הרב שמואל קאמניצקי, אויך איז ער באקאנט מיט העלפן אידישע פליטים פון איבער די גאנצע לאנד. די אויפרייס האט פאראורזאכט אז די פענסטער פון זיין הויז איז געווארן אויסגעשאסן און זיין זוהן האט געליטן בלויז לייכטע וואונדן פון פליענדע גלאז.
אמעריקע - נייע ציפערן ארויסגעשטעלט דורך די פעדעראלע צענזוס ביורא צייגט אז די צוויי אידישע שטעט, קרית יואל אין ניו יארק, און לעיקוואוד אין ניו דזשערסי, זענען די צוויי שטעט מיט די יונגסטע באפעלקערונג איבער גאנץ אמעריקע, דאס קומט צוליב די גרויסע צאל קינדער וואס חרדישע פאמיליעס פארמאגן וואס ברענגט אראפ די מיטל עלטער.

די דורכשניטליכער מיטל עלטער פאר אלע טאונשיפס אין אמעריקע לויט די לעצטיגע ציפער שטייט ביי 39 יאר. קרית יואל קומט אריין די נידריגסטע מיט האלב פון איר באפעלקערונג וועלכער זענען אונטער 15.7 יאר אלט, לעיקוואוד קומט אריין די צווייטע מיט האלב פון איר באפעלקערונג וועלכער זענען אונטער 18.1 יאר אלט.
טערקיי - שוין לאנגע יארן וואס געוויסע פארשער גלייבן אז די תיבה וואס נח האט גענוצט זיך צו ראטעווען ביים מבול פאר 4,310 יאר צוריק געפונט זיך אויפן אררט בארג אין טערקיי.

אין יאר 1959 איז אנדעקט געווארן אויפן ארט א לענגליכע סארט שטיין אין פארעם פון א שיף זייענדיג צווישן 500 און 600 פיס לאנג, און דאס שטימט מיט די מאס וואס שטייט אין תורה אז די תיבה איז געווען 300 אמה לאנג.

איינס פון די פארשער וואס שטודירן שוין דעם ארט פאר לאנגע יארן איז ענדרו דזשאנס. ער האט אין די לעצטע צוויי יאר דורכגעפירט 88 באזונדערע סארט טעסטס און סקענס וואס דייטן אן אז עס טאקע שטארק מעגליך אז דאס ארט, 6,500 פיס העכער די וואסער לעוועל, איז טאקע דארטן וואו די תיבה איז געבליבן שטיין נאכן מבול.
👍2🔥1😱1
איראן - נאכן פארטיגן די ארבעט פון רייניגן די ברוכווארג ביים שוהל אין שטאט טעהראן וואס איז פארניכטעט געווארן דורך א מדינת ישראל באמבארדירונג, זענען די צוויי ספרי תורה געפונען געווארן בלויז מיט שאדנס אויף די דרויסנדע האלטערס.
לאנדאן - נאך די לעצטיגע אטאקעס אויף שוהלן און אידישע צענטערן איבערן לאנד, האט דער הויפט רב הרב אפרים מירוויס היינט אפגעהאלטן א זיצונג מיט פרעמיער מיניסטער קיער סטארמער.
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
טאראנטא - די וואך איז פארגעקומען א רירנדע מעמד קביעת מזוזה ביים אפיס פון דער אידישע טשיף אינספעקטאר פאול ריינקאפף פון די 32׳סטע דעוויזע אינערהאלב די טאראנטא פאליציי.

דאס קומט דערנאך וואס דער אידישער אפיציר האט אנגעקניפט א שטארקע נאנטשאפט מיט די חב"ד רב ר׳ ירמי׳ כהן נאך וואס פילע מזוזות זענען געווארן אראפגעריסן פארלאפענע חנוכה פון א אפארטמענט קאמפלעקס וואו הרב כהן פירט אן א שוהל פאר רוסישע אידן.

ריינקאפף וועלכער האט אנגעפירט דעם אויספארשונג האט נאכן אינצידענט זעלבסט באשלאסן צו לייגן א מזוזה אויף זיין אפיס. דער הויכראנגיקער פאליציי אפיציר האט מיט דער אנוועזנהייט פון דער חב"ד רב און אנדערע שלוחים אליינס געמאכט די ברכה לקבוע מזוזה און ארויפגעלייגט דער מזוזה למען יעמוד ימים רבים.
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
ירושלים - די צוויי חרדישע בחורים וועלכע זענען באזידלט געווארן דורך א פרייע זשורנאליסט ביים גיין נאך געלט, האבן ערהאלטן א געשאנק פון די זשורנאליסטן ר׳ אריה ארליך און ר׳ יאיר לוי וועלכע האבן אנגעפירט די צדקה קאמפיין דערנאך.
עס ווערט א רעאליטעט.

די מעכטיגע אר-סי-סי קאמפלעקס אין ראקלענד קאונטי ווירבלט מיט אקטיוויטעטן אין צוגרייטונג צו די 845 עקספא וואס וועט פארקומען קומענדיגן זונטאג.
845 Expo
🗓 Sun, April 26
📍 RCC Fieldhouse
Networking • Discovery • Opportunity
🎟 15% Off Tickets (Ends April 25)
https://bit.ly/41YGc5L
מירון - אידן איבער די וועלט האבן מיט פרייד אויפגענומען די נייעס אז די פייער אפשטעל אין לבנון איז געווארן פארלענגערט מיט נאך 3 וואכן, פארזיכערנדיג אז די הילולא אין 2 וואכן ארום וועט ווערן אפגעראכטן אומגעשטערט.
בארא פארק - די לעצטע פאר טעג האט די גאס ביי די 14׳טע עוועניו און 39׳סטע גאס אנגעהויבן איינזינקען און היינט האט זיך די ערד געבראכן עפענענדיג א גרויסע פאט-האול.

חברים האט פארזיכערט דאס ארט ביז סיטי ארבעטער זענען געקומען דאס פארריכטן.
לאנדאן - אין די יעצטיגע טעג טוען פילע אידישער איינוואוינער אין שטאט מאכן א ספעציעלע היתר עיסקא ערצייגט דורך די בית הוראה לעניני ריבית וממונות ׳שבט מיהודה׳ אונטער די כדתיא בית דין, דערנאך וואס א פאפולערע לאקאלע באנק וואס פילע אידן האבן זיך באנוצט דערמיט איז געווארן אפגעקויפט דורך א אמעריקאנער אינוועסטמענט פירמע אונטער אידישע אייגענטומערשאפט.

די רעדע איז פון די ׳לענדקא׳ באנק וואס איז געעפנט געווארן צוריק אין 2018. דורכאויס די פאר יאר האט די באנק ארויסגעגעבן הלוואות פון עטליכע ביליאן דאלאר און פילע אידן פון סטעמפארד היל האבן זיך באנוצט דערמיט ביים זיך איינהאנדלען הייזער.

צוליב וואס עס איז דעם חודש געווארן אפגעקויפט דורך ׳סערבערוס קאפיטאל מענעדזשמענט׳ פונעם אידישע ביליאנער סטיוו פיינבערג, האט די בית דין ארויסגעשטעלט א רוף צום ציבור אז וויבאלד די אפקויף גייט אריין אין קראפט מארגן פרייטאג דארף מען באלד מאכן א היתר עיסקא, און אויב נישט וועט מען דארפן צוריק באצאלן די גאנצע הלוואה נישט צו חלילה נכשל ווערן מיט איסור ריבית.

עס איז אין פלאן פון די בית דין צו ארבעטן מיט די נייע אידישע אייגענטומער צו מאכן א היתר עיסקא אויפן גאנצע באנק, אבער אויף דערווייל וועט מען נישט קענען האנדלען מיט זיי.
דאלאס - די פינפטע דיסטריקט אפעלאט געריכט האט דינסטאג ארויסגעגעבן אן אורטייל אז די עשרת הדברות געזעץ וואס די סטעיט לעגיסלאטור האט אריבערגעפירט און גאווערנאר עבאט האט אונטערגעשריבן, איז אין צוזאמענהאנג מיט די קאנסטיטוציע און קען ווערן אויסגעפירט.

די געזעץ וואס פאדערט אויף אז פובליק שולעס זאלן לייגן די עשרת הדברות אין די לערן קלאסן, איז געווארן אריבערגעפירט דורך די סטעיט פאראיאר אבער האט זיך באלד אנגעשטויסן אין געזעצליכע פראבלעמען צוליב געוויסע גרופעס וועלכע האבן געקלאגט די סטעיט אין געריכט אז עס איז קעגן די קאנסטיטוציע און רעליגיעזע פרייהייט, אצינד האט די געריכט געאורטיילט אז עס איז געזעצליך אויסגעהאלטן.

די גרופעס וואס האבן געקלאגט די סטעיט אין געריכט האבן געמאלדן אז זיי וועלן אפעלירן דעם אורטייל צום סופרים קאורט, דארט איז נישט זיכער אויב עס וועט בלייבן גילטיג, נאך צוויי אורטיילן קעגן ענליכע געזעצן אין ארקענסא און לוזיאנא וואס זענען געווארן אנידערגעשטימט דורך די סופרים קאורט.
ארגענטינע - אין שטאט ראסאריו, וואס איז די דריטע גרעסטע שטאט אין לאנד -פארמאגנדיג א באפעלקערונג פון 1.6 מיליאן איינוואוינער-, איז די וואך פארגעקומען דער כינוס השלוחים פאר די צענדליגער שלוחים וועלכע פירן אן די 56 חב"ד צענטערן לענגאויס די לאנד.

דורכאויס די טעג פונעם כינוס איז פארגעקומען א ספעציעלער זיצונג אין די ביורא פונעם אידישער מעיאר פון דער שטאט, פאבלו חבקין, וועלכער איז א פראמינענטער פאליטיקאנט אין די סאנטא פעי פראווינץ.

ער האט דערנאך געלייגט תפילין מיטן הויפט שליח פון לאנד הרב צבי גרינבלאט, און באעהרט אלע שלוחים מיט מעדאלן פאר זייער איבערגעגעבענע ארבעט פאר די אידישע געמיינדע.
וויליאמסבורג - עסקני סאטמאר אינאיינעם מיט'ן מייסטער קארדינירער ר' יוחי פליישמאן ביי א מיטונג היינט אינעם גיגאנטישן "דאגלעס גרינהאוז" זאל, אין בעפארברייטונג צו די הכנסת ספר תורה וואס ווערט אריינגעגעבן דורך האדמו"ר מסאטמאר קומענדיגע ל"ג בעומר.
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
מעלבוירן - גאלאפירנדע בוי ארבעט ביים מקווה אינעם נייע שבת שוהל, וואס ווערט אויפגעבויעט דורך ק"ק עדת ישראל, ביים ארט פון די לאנגיעריגער שוהל.
ענגלאנד - די בריטישע ׳ליאן און טורנבול׳ ליציטאציע הויז האט ארויסגעשטעלט צום פארקויפן א מאלעריי דורך דער אידישער מעלער יענקל אדלער. עס איז ערווארטעט זיך צו פארקויפן פאר צווישן פופציג ביז אכציג טויזנט פונט.

אדלער איז געבוירן אין לאדזש צו א אידישע פאמיליע, ער האט זיך דערנאך געצויגן קיין דייטשלאנד וואו ער האט זיך געלערנט מאלעריי, ער איז געווארן א באקאנטע ארטיסט און אויסגעלערנט זיין פאך פאר סטודענטן אינעם אוניווערסיטעט אין שטאט דוסלדארף. אין 1933 ווען היטלער איז ארויף אויפן בענקל איז ער געווען איינע פון די פילע אידישע אינטעלעקטואלן וועלכער זענען אנטלאפן פון דייטשלאנד אנקומענדיג קיין ענגלאנד בעירום ובחוסר כל.

דער ספעציפישע מאלעריי וואס שטייט צום פארקויפן האט ער געמאלן אין שטאט גאלסגאו אין סקאטלאנד פאר א ציין דאקטער, אין אויסטויש פאר באהאנדלונגען. אין 1949 איז ער געשטארבן פון א הארץ אטאקע נאכן הערן אז זיינע עלטערן און 9 געשוויסטער זענען אומגעברענגט געווארן דורך די נאציס ימ"ש עק"ה, זייענדיג בלויז 53 יאר אלט.
ירושלים - האדמו"ר מבעלזא היינט נאכט ביים אויפנעמען קוויטלעך, צום ערשטן מאל נאך איבער א וואך צוליב וואס דער רב האט געשפירט זייער שוואך.
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
אנטווערפן - באקאנטער יאנקעלע קארנבליט ביים זיך גרייטן אויף שבת זייענדיג צוגאסט אין שטאט.