ענגלאנד - די היימישע קהילה אין די וועסקליף געגנט אין ענגלאנד האבן אריינגעגעבן א באקלאגעניש צו די עסעקס פאליציי דעפארטמענט ווי זיי בעטן אז די פאליציי זאל אויספארשן וויאזוי עס איז באשטעטיגט געווארן אז א פרא פאלעסטינער פראטעסט וואס איז פארגעקומען פארלאפענע שביעי של פסח זאל אריבערגיין פינף שוהלן אין די געגנט אינדערצייט וואס מען האט געהאלטן אינמיטן דאווענען.
די אנפירער פון די פראטעסטן וואס זענען ארגאניזירט געווארן דורך א צאל לינקע גרופעס האבן קלאר אויסגעוועלט די דאזיגע גאס וואס איז פיל מיט שוהלן אז די פראטעסט זאל דארט איבערגיין און דאס אנגעצייכנט אלס ׳בלוי און ווייסע׳ געגנט, די פראטעסטירער האבן געשריגן אנטיסעמיטישע לאזונגען אויף די אידן וואס זענען אריבערגאנגען דערנעבן.
הרב עקיבא אשר פדווא שליט"א דער רב פון ביהמ"ד מילואים לאפוד אין וועסקליף האט גערעדט צו די פרעסע נאך די פראטעסט און דערציילט אז די פאליציי האט אפגעהאלטן אידן פון קומען אין שוהל און אנדערע האבן זיך אפגעהאלטן פון ארויסטרעטן פון זייערע הייזער צוליב שרעק, ער האט געזאגט אז זיין טאכטער וואס זיצט אין א וויל-טשעיר איז אהיימגעקומען מיט טרערן אין די אויגן נאך וואס פראטעסטירער האבן העסליך געשריגן אויף איר אז זי איז א מערדער פון קליינע קינדער.

בד"ה - טראגעדיע: עלף יעריג מיידל אין מאנסי ליידער נפטר געווארן נאך שווערע עקסידענט פאר עטליכע וואכן צוריק
מאנסי - מיט גרויס צער און טרויער מעלדן מיר די שווערע נייעס אז דעם שבת איז ליידער נפטר געווארן הילדה רויזא פראדל לעפקאוויטש ע"ה אין יונגן עלטער פון בלויז 11 יאר, טאכטער פון יבלחט"א רבי יואל לעפקאוויטש, נאכן זיך ראנגלען פאר עטליכע וואכן מיט שווערע יסורים אין די וועסטשעסטער שפיטאל אין די צייט וואס כלל ישראל האט מתפלל געווען פאר איר רפואה.
פארלאפענע מאנטאג נאכט פרשת ויקהל איז זי אראפגעקלאפט געווארן דורך א פארבייפארנדע קאר אויף ראנעלד דרייוו אינדערצייט וואס זי איז געפארן אויף א ביציקל, און רעזולטאט איז זי קריטיש פארוואונדעט געווארן, זי איז אין איילעניש אפגעפירט געווארן אין שפיטאל דורך חברה הצלה, וואו די דאקטוירים האבן פאר עטליכע וואכן איר פראבירט צוריקצוברענגען אבער ליידער האט זי היינט שבת אויסגעהויכט איר לויטערע נשמה.
בשורות טובות.

This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
גליל - טויזנטער דרוזישע שעיכן פון מדינת ישראל און סיריע זענען שבת ארויף צום קבר יתרו אין כפר חיטין וואס זיי גלייבן איז די קבר פון זייער נביא שועייב און לויט געוויסע איז דאס די קבר פון יתרו חותן משה.
עס איז די ערשטע מאל זינט די 6 טעג מלחמה וואס מדינת ישראל לאזט אריין הונדערטער דרוזן פון סיריע צו ארויפגיין אויפן קבר.

Media is too big
VIEW IN TELEGRAM
דייטשלאנד - דער באקאנטער דף היומי מגיד שיעור מיט טויזנטער צוהערער הרב אלי סטעפאנסקי, ביים פארזאגן דעם טעגליכע דף שיעור פון פרייטאג אין די לופטפעלד אין שטאט פראנקפורט אויפן וועג צוריק פון אמעריקע קיין ארץ ישראל.
Beautiful new development "Union Terrace" in Spring Vally NY
4 Bedroom Duplex / 2 Bedroom Walk-Ins Available
Open house: Tomorrow Sunday Apr. 27, 2:00 - 4:00
For more info
https://wa.me/message/GOF3LPP3YJ36L1
Location 👉 https://maps.app.goo.gl/XdGwoEfeU7qh4s8r5?g_st=com

סיריע - די קליינע אידישע געמיינדע אין דער שטאט דמשק אין סיריע איז אין טיפן שאק נאך וואס עס איז אנטדעקט געווארן אז וואנדאלן האבן וואנדאליזירט די ציון הק' פון הרה"ק רבי חיים וויטאל זצ"ל אין די ארטיגע אידישע בית החיים, די וואנדאלן האבן אויפגעבראכן דעם טויער פונעם בית החיים און די אוהל, און אויפגעגראבן א טיפע גרוב הארט נעבן מקום מנוחתו פון דעם הייליגן צדיק זצ"ל.
די שרעקליכע וואנדאליזם אקט האט פאסירט מיטוואך נאכט און ווען די ארטיגע אידן זענען אנגעקומען פרייטאג צום ציון צוליב די 405׳טע יארצייט פונעם צדיק וואס קומט אויס קומענדיגע מאנטאג ל׳ ניסן, האבן זיי אנדעקט די שרעקליכע סצענע, זיי האבן באלד אלאמירט די אינסטאנצן און די רעגירונג האט פארזיכערט אז זיי וועלן נאכיאגן די שולדיגע און זיי שטרענג באשטראפן.
די איחוד הרבנים פון די איסלאמישע לענדער האבן ארויסגעשטעלט א סטעיטמענט ווי זיי האבן ארויסגעברענגט זייער ווייטאג פון די וואנדליזם אקט און גערופן פאר די סירישע אוטעריטעטן צו צושטעלן מער שוץ ביי הייליגע אידישע ערטער אין לאנד.

ירושלים - פוסק הדור הגאון רבי משה שטערנבוך שליט"א ביי ספירת העומר מוצאי שבת אין די איבערגעבויטע דירה פונעם רב אין די הר נוף געגנט.
ניו יארק - די פאליציי האט געמאלדן קלאגעס קעגן א 52 יעריגער פארברעכער ביים נאמען דעקאן וועיר וואס פארמאגט 60 פריערדיגע ארעסטן.
ער האט זיך מיט עטליכע וואכן צוריק איינגעבראכן ביי די ’האסעל וויג שאפ’ אויף דיען סטריט אין קראון הייטס און אפגעטראגן פון דארט מיט $30,000 ווערד פון שייטלען וואס טייל פון זיי זענען געווען גרייט פאר פאציענטן וואס ליידן ליידער פון די ביטערע מחלה ל”ע.

בני ברק - פון שטוב פון מרן הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקא איז ארויסגעשטעלט געווארן א רוף צו כלל ישראל צו מתפלל זיין פארן ראש ישיבה מרן רבי אפרים דוב בן דבורה לרפו"ש וואס געפונט זיך אין שפיטאל מיט שווערע יסורים.
דער ראש ישיבה וואס איז אין די עלטער פון 95 יאר בליעה”ר, איז פרייטאג אינדערפרי אריבער אן אפעראציע אין די מעייני הישועה שפיטאל אויף די היפן ביין נאכן אומפאלן מיטוואך שפעט אויפדערנאכט אינדערהיים.
לויט ווי די שטוב מענטשן געבן איבער איז די אפעראציע אריבער מיט גרויס הצלחה און דער ראש ישיבה וועט דארפן פארבלייבן אין שפיטאל אויף אבזערוואציעס פאר נאך עטליכע טעג און די פולקאמע ערהוילונג קען נעמען נאך געציילטע וואכן, אויף שבת איז אריבער געברענגט געווארן א ספר תורה צום שפיטאל צימער און א מנין תלמידים האבן דארט אפגעראכטן די תפילות.
מארגן זונטאג וועט פארגעקומען נאך א זיצונג דורך די דאקטוירים צו אבזערווירן ווען דער ראש ישיבה וועט קענען גענצליך באפרייט ווערן פון שפיטאל.

לעיקוואוד - נאך עטליכע יאר פון פלענער און איבער צוויי יאר פון העפטיגע בוי ארבעט זענען די צוויי הערליכע נייע חתונה תקנות זאלן אויף אועק סטריט פארענדיגט געווארן און לויטן פלאן וועט עס געעפנט ווערן הארט נאך יום טוב שבועות פאר די זומער חתונה סעזאן, די זאלן וועלן שטארק ארויסהעלפן מחותנים שטייענדיג בעת שמחתם צו שניידן פון די הויכע קאסטן ביים חתונה מאכן.
די זאלן וואס ווערן אנגעפירט דורך א גרופע עסקנים איז אויפגעבויט געווארן מיט די פינאנציעלע הילף פון די פילאנטראפישע שרון פאמיליע און איינס וועט הייסן עטרת אסתר און די צווייטע עטרת בלומא, די פרייז פון א חתונה נאכט מיט אלעס אריינגערעכנט וועט זיין 13 טויזנט דאלאר און וועט שניידן טויזנטער דאלארן פון די אומגעהויערע חתונה נאכט קאסטן.
די לאקאלע איינוואוינער האבן מיט פרייד אויפגענומען דער בשורה פון די נייע זאלן וואס וועלן זיין די ניינטע און צענטע חתונה זאלן אין שטאט, און עס איז שוין פארנומען כמעט פאר אלע נעכט דורכאויס דער קומענדיגע זומער חתונה סעזאן.

רוים - פארלאפענע וואך אין די טעג צווישן די טויט און די באגרעבעניש צערעמאניע פון דער פארשטארבענער פויפסט פראנציס האבן קאנספיראציע טעאריקער וואס גלייבן אז אידן פירן די וועלט זיך אויך גענומען צו זיינע ביינער, זיי האבן אים באשולדיגט אז ער איז געווען אונטערגעווארפן אונטער אידישע ביליאנערן און פאליטיקאנטן און אלס וואס ער האט געטוהן איז געווען אין זייער נאמען.
איינע פון די קאנספיראציע טעאריקער איז געגאנגען ווייטער און ארויסגעשטעלט א רעקארדירונג ווי דער פויפסט קושט די הענט פון דריי פערזאנען מיט קאפלעך אויפן קאפ און געשריבן אז דאס זענען דער אידישער ביליאנער אינוועסטירער דעיוויד ראקעפעלער, דער אידישער סעקרעטארי אוו סטעיט הענרי קיסינדזשער, און א געוויסער מאן מיטן נאמען דזשאן ראטשילד, די פאוסט וואס איבער א מיליאן באנוצער האבן געזען האט זיך באצויגן צו די רעקארידרונג זאגנדיג אז די דריי זענען די שטערקסטע מענטשן אויפן וועלט און דער פויפסט קושט זייערע הענט אנשטאט דינען זיינע פארגלייבטע.
עס האט נישט לאנג גענומען ביז עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז די גאנצע געשיכטע איז אויסגעזויגן פון פינגער, די רעקארדירונג איז פון א באזוך אין יאר 2014 אין מדינת ישראל ווי דער פויפסט האט זיך באטייליגט ביי א צערעמאניע צום האלאקאוסט געדענק טאג אין די יד ושם האלאקאוסט מאזעאום און דארט געקושט די הענט פון זעקס קריגס איבערלעבער.

ארץ ישראל - מארגן מאנטאג גרייטן זיך די בני ישוב הישן און די פלג הירושלמי קרייזן צו ארויסגיין אויף מאסן פראטעסטן אין 3 לאקאציעס איבערן לאנד וואו טויזנטער בחורי הישובת זענען גערופן געווארן זיך צו שטעלן אין מיליטער, די פראטעסטן גייען פארקומען ביי די לשכת הגיוס אין ירושלים, באר שבע, און ביי די צענטראלע לשכת הגיוס אין תל השומר.
קעטסקילס - חסד של אמת האט ארויסגעשטעלט א ביטע צו רופן דעם ציבור זיך צו באטייליגן ביי א לוויה פון א מת מצווה היינט פארנאכטס.
די לוויה פון האשה אהבה לאה בת משה דוב וואס איז אפגעראטעוועט געווארן דורך חסד של אמת פון פארברענט ווערן וועט פארקומען אין די בית החיים פון חסד של אמת אין וואודרידזש 7:00 אזייגער פארנאכטס.
די לוויה פון האשה אהבה לאה בת משה דוב וואס איז אפגעראטעוועט געווארן דורך חסד של אמת פון פארברענט ווערן וועט פארקומען אין די בית החיים פון חסד של אמת אין וואודרידזש 7:00 אזייגער פארנאכטס.
Media is too big
VIEW IN TELEGRAM
ניו יארק - נאך גרויס דרוק פון די פאבליק און א שטארקע ווינט קעגן אים אויף סאציאלע מידיע האט ראבערט דזשאסמאן געמאלדן זיין רעזיגנאציע אלס דער פרעזידענט פון די געמיינדע קאונסיל פון די 24׳סטע ניו יארק סיטי פאליציי פריסינקט אין די אופפער וועסט סייד געגנט אין מאנהעטן.
די שטורעם האט זיך אנגעהויבן דערנאך וואס עס האט צירקולירט א רעקארדירונג ווי דזשאסמאן ווערט געזען אראפרייסן פלאקאטן מיט אינפארמאציע פון פארכאפטע משכונות וואס געפונען זיך נאך ליידער אין עזה געפענגעניש, ווען ער איז געווארן אנגעפרעגט דורך פארבייגער פארוואס ער טוהט דאס, האט ער געענטפערט א לעכערליכע ענטפער אז עס איז אומלעגאל צו קלעבן צעטלעך אויף עלעקטריק שטאנגען וואס געהערט פאר די סיטי און געזאגט אז ער האט אנגעפרעגט ביי די פאליציי איבער די לעגאליטעט דערפון.
דזשאסמאן איז געווען א לאנגיעריגער וואלונטיר אין די פאליציי געמיינדע קאונסיל וואס איז געווידמעט צו ברענגען זיכערהייט ביי די לאקאלע געמיינדעס אין ניו יארק סיטי, אידישע גרופעס וואס האבן פארפירט קעגן אים האבן אנגעצייגט אז מיט זיין שריט האט ער געטוהן פונקט דאס פארקערטע פון וואס ער איז געשטעלט געווארן דורך די סיטי איינוואינער.

ניו יארק - יעדעס יאר געבט די אלגעמיינע אמעריקאנער וועכענטליכע צייטשריפט די 'טיים' מאגאזין ארויס א ליסטע פון הונדערט מענטשן איבער וועלט וואס האבן געהאט די גרעסטע איינפלוס איבער אלוועלטליכע אנגעלעגנהייטן דורכאויס דעם יאר, אין די היי יאריגע ליסטע פון 2025 זענען גאנצע פופצן דערפון אידן וואס איז ווארשיינליך די מערסטע אידן אויף די ליסטע זינט די מאגאזין האט אנגעהויבן ערשיינען מיטן ליסטע אין יאר 1999.
צווישן די אידן וואס זענען היי יאר אויף די ליסטע ציילט זיך די באפרייטע משכון פון עזה, נועה ארגמני וואס איז ארומגעפארן די וועלט און געקעמפט פאר די איבעריגע פארכאפטע משכונות, זי איז באשריבן געווארן אין די אויסגאבע דורך דאג עמהאפף דער אידישע מאן פון דער געוועזענע וויצע פרעזידענט העריס.
נאך אידן וואס ציילן זיך אויף די ליסטע איז דער פארזיצער פון די ’עי.די.על’, דזשאנאטאן גרינבלאט, דער אמעריקאנער קאמערס סעקרעטאר האווארד לאטניק, דער מעקסיקאנער פרעזידענט פרוי שיינבוים, מעטא פארזיצער מארק צוקערבערג, דער ביליאנער אלעקס קארפ, ביליאנער לארי פינק, און נאך א צאל באקאנטע אידישע פיגורן.

קערעסטיר - אין בעפארברייטונג צו די טויזנטער פון איבער די וועלט וועלכע קומען אין די טעג צו פארן קיין קערעסטיר צום יארצייט פון הרה"ק רבי ישעי׳ מקרעסטיר זי"ע, איז אוועקגעשטעלט געווארן א סעלפאון טורעם דורך די שטאטראט צוליב די גאר שוואכע טעלעפאן סערוויס וואס איז דארט געווען ביז היינט.