זעמל
1.63K subscribers
4.92K photos
1.82K videos
1 file
380 links
אידישע נייעס וואס איר זעהט נישט אין ערגעץ

צו באקומען אויף סטאטוס:
https://wa.me/message/GI5J7Z6IZJB2E1

צו באקומען אויף די וואטסעפפ גרופעס:
https://chat.whatsapp.com/E740CMfMpCkDkaan83GuJO

פאר קאמענטארן אדער צו אדווערטייזן:
@ZemelVINAdmin
Download Telegram
לינדען - אייגנארטיגע שמחה איינלאדונג צו די שלום זכר פון בן הנולד צו רבי אהרן שמואל האלד, פון די וואיל באקאנטע קריעטיווע ’פינעקס’ מארקעטינג פירמע.
קראון הייטס - פילע האבן זיך היינט פארזאמט ביים לוויה פון דער באקאנטער כלל טוער און מנקר רבי מנחם מענדל רייטפארט ע"ה, וואס איז ל"ע טראגיש אומגעקומען דעם דינסטאג אין אן עקסידענט אונטערוועגנס ביים זיך צוריקקערן פון פלארידע קיין ניו יארק נאכן וויילן דארט אויף יום טוב פסח.

בשורות טובות.
וואשינגטאן - אין די האלאקאוסט מאזעאום אין וואשינגטאן די.סי. איז פארגעקומען א רייכע דינער פאר ביישטערער צו די מאזעאום ווי עס איז געווארן אויפגעטריבן מיליאנען דאלארן פון רייכע אידן און פילאנטראפן, די הויפט אויפטריט ביים דינער איז געווען פון פרוי ליפטשטאדט וואס האט געדינט אלס אמבאסאדאר אין די קאמף קעגן אנטיסעמיטיזם ביי די ביידען אדמיניסטראציע.

ביי איר רעדע האט זי באגריסט אלע פארזאמלטע און אויך ספעציעל באגריסט דער באקאנטער כלל טוער ר׳ יהודה קאפלאן פון מיאמי, פלארידע וואס איז מיט צוויי וואכן צוריק נאמינירט געווארן דורך פרעזידענט טראמפ צו איבערנעמען איר אמט, ר׳ יהודה געפונט זיך אין די טעג אין וואשינגטאן זיך צו טרעפן מיט געזעצגעבער אין בעפארברייטונג צו די סענאט הערינג און זיין באשטעטיגונג.

פרוי ליפטשטאדט האט דערביי ארויסגעברענגט אז די קאמף קעגן אנטיסעמיטיזם אין אמעריקע ספעציעל אין די קאלעדזש קאמפוסן איז אן אומפארטייאישע פראבלעם וואס דארף גענומען ווערן גאר הארב און האט געוואונטשן פאר ר׳ יהודה פיל סוקסעס מיטן פארזעצן דעם שטאנדהאפטיגער קאמף, אויך האבן א צאל אנדערע הויכראנגיקע באאמטע באגריסט ביי זייער רעדע ר׳ יהודה פאר זיין אויפנאמע.
ענגלאנד - די היימישע קהילה אין די וועסקליף געגנט אין ענגלאנד האבן אריינגעגעבן א באקלאגעניש צו די עסעקס פאליציי דעפארטמענט ווי זיי בעטן אז די פאליציי זאל אויספארשן וויאזוי עס איז באשטעטיגט געווארן אז א פרא פאלעסטינער פראטעסט וואס איז פארגעקומען פארלאפענע שביעי של פסח זאל אריבערגיין פינף שוהלן אין די געגנט אינדערצייט וואס מען האט געהאלטן אינמיטן דאווענען.

די אנפירער פון די פראטעסטן וואס זענען ארגאניזירט געווארן דורך א צאל לינקע גרופעס האבן קלאר אויסגעוועלט די דאזיגע גאס וואס איז פיל מיט שוהלן אז די פראטעסט זאל דארט איבערגיין און דאס אנגעצייכנט אלס ׳בלוי און ווייסע׳ געגנט, די פראטעסטירער האבן געשריגן אנטיסעמיטישע לאזונגען אויף די אידן וואס זענען אריבערגאנגען דערנעבן.

הרב עקיבא אשר פדווא שליט"א דער רב פון ביהמ"ד מילואים לאפוד אין וועסקליף האט גערעדט צו די פרעסע נאך די פראטעסט און דערציילט אז די פאליציי האט אפגעהאלטן אידן פון קומען אין שוהל און אנדערע האבן זיך אפגעהאלטן פון ארויסטרעטן פון זייערע הייזער צוליב שרעק, ער האט געזאגט אז זיין טאכטער וואס זיצט אין א וויל-טשעיר איז אהיימגעקומען מיט טרערן אין די אויגן נאך וואס פראטעסטירער האבן העסליך געשריגן אויף איר אז זי איז א מערדער פון קליינע קינדער.
דער הויפט רב פון אוקריינע הרב משה אסמאן האט ערהאלטן פון די ארטיגע מיליטער א גאר חשוב׳ע מעדאל פון עהרע אויפן נאמען פון זיין שטיף זוהן מתתיהו סאמבורסקי ע"ה, וואס איז אומגעקומען אין די שלאכטן קעגן רוסלאנד איבערלאזנדיג א קליינע יתומה אין שטוב.
בד"ה - טראגעדיע: עלף יעריג מיידל אין מאנסי ליידער נפטר געווארן נאך שווערע עקסידענט פאר עטליכע וואכן צוריק

מאנסי - מיט גרויס צער און טרויער מעלדן מיר די שווערע נייעס אז דעם שבת איז ליידער נפטר געווארן הילדה רויזא פראדל לעפקאוויטש ע"ה אין יונגן עלטער פון בלויז 11 יאר, טאכטער פון יבלחט"א רבי יואל לעפקאוויטש, נאכן זיך ראנגלען פאר עטליכע וואכן מיט שווערע יסורים אין די וועסטשעסטער שפיטאל אין די צייט וואס כלל ישראל האט מתפלל געווען פאר איר רפואה.

פארלאפענע מאנטאג נאכט פרשת ויקהל איז זי אראפגעקלאפט געווארן דורך א פארבייפארנדע קאר אויף ראנעלד דרייוו אינדערצייט וואס זי איז געפארן אויף א ביציקל, און רעזולטאט איז זי קריטיש פארוואונדעט געווארן, זי איז אין איילעניש אפגעפירט געווארן אין שפיטאל דורך חברה הצלה, וואו די דאקטוירים האבן פאר עטליכע וואכן איר פראבירט צוריקצוברענגען אבער ליידער האט זי היינט שבת אויסגעהויכט איר לויטערע נשמה.

בשורות טובות.
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
גליל - טויזנטער דרוזישע שעיכן פון מדינת ישראל און סיריע זענען שבת ארויף צום קבר יתרו אין כפר חיטין וואס זיי גלייבן איז די קבר פון זייער נביא שועייב און לויט געוויסע איז דאס די קבר פון יתרו חותן משה.

עס איז די ערשטע מאל זינט די 6 טעג מלחמה וואס מדינת ישראל לאזט אריין הונדערטער דרוזן פון סיריע צו ארויפגיין אויפן קבר.
Media is too big
VIEW IN TELEGRAM
דייטשלאנד - דער באקאנטער דף היומי מגיד שיעור מיט טויזנטער צוהערער הרב אלי סטעפאנסקי, ביים פארזאגן דעם טעגליכע דף שיעור פון פרייטאג אין די לופטפעלד אין שטאט פראנקפורט אויפן וועג צוריק פון אמעריקע קיין ארץ ישראל.
Beautiful new development "Union Terrace" in Spring Vally NY

4 Bedroom Duplex / 2 Bedroom Walk-Ins Available

Open house: Tomorrow Sunday Apr. 27, 2:00 - 4:00

For more info
https://wa.me/message/GOF3LPP3YJ36L1

Location 👉 https://maps.app.goo.gl/XdGwoEfeU7qh4s8r5?g_st=com
סיריע - די קליינע אידישע געמיינדע אין דער שטאט דמשק אין סיריע איז אין טיפן שאק נאך וואס עס איז אנטדעקט געווארן אז וואנדאלן האבן וואנדאליזירט די ציון הק' פון הרה"ק רבי חיים וויטאל זצ"ל אין די ארטיגע אידישע בית החיים, די וואנדאלן האבן אויפגעבראכן דעם טויער פונעם בית החיים און די אוהל, און אויפגעגראבן א טיפע גרוב הארט נעבן מקום מנוחתו פון דעם הייליגן צדיק זצ"ל.

די שרעקליכע וואנדאליזם אקט האט פאסירט מיטוואך נאכט און ווען די ארטיגע אידן זענען אנגעקומען פרייטאג צום ציון צוליב די 405׳טע יארצייט פונעם צדיק וואס קומט אויס קומענדיגע מאנטאג ל׳ ניסן, האבן זיי אנדעקט די שרעקליכע סצענע, זיי האבן באלד אלאמירט די אינסטאנצן און די רעגירונג האט פארזיכערט אז זיי וועלן נאכיאגן די שולדיגע און זיי שטרענג באשטראפן.

די איחוד הרבנים פון די איסלאמישע לענדער האבן ארויסגעשטעלט א סטעיטמענט ווי זיי האבן ארויסגעברענגט זייער ווייטאג פון די וואנדליזם אקט און גערופן פאר די סירישע אוטעריטעטן צו צושטעלן מער שוץ ביי הייליגע אידישע ערטער אין לאנד.
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
ירושלים - פוסק הדור הגאון רבי משה שטערנבוך שליט"א ביי ספירת העומר מוצאי שבת אין די איבערגעבויטע דירה פונעם רב אין די הר נוף געגנט.
ניו יארק - די פאליציי האט געמאלדן קלאגעס קעגן א 52 יעריגער פארברעכער ביים נאמען דעקאן וועיר וואס פארמאגט 60 פריערדיגע ארעסטן.

ער האט זיך מיט עטליכע וואכן צוריק איינגעבראכן ביי די ’האסעל וויג שאפ’ אויף דיען סטריט אין קראון הייטס און אפגעטראגן פון דארט מיט $30,000 ווערד פון שייטלען וואס טייל פון זיי זענען געווען גרייט פאר פאציענטן וואס ליידן ליידער פון די ביטערע מחלה ל”ע.
בני ברק - פון שטוב פון מרן הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקא איז ארויסגעשטעלט געווארן א רוף צו כלל ישראל צו מתפלל זיין פארן ראש ישיבה מרן רבי אפרים דוב בן דבורה לרפו"ש וואס געפונט זיך אין שפיטאל מיט שווערע יסורים.

דער ראש ישיבה וואס איז אין די עלטער פון 95 יאר בליעה”ר, איז פרייטאג אינדערפרי אריבער אן אפעראציע אין די מעייני הישועה שפיטאל אויף די היפן ביין נאכן אומפאלן מיטוואך שפעט אויפדערנאכט אינדערהיים.

לויט ווי די שטוב מענטשן געבן איבער איז די אפעראציע אריבער מיט גרויס הצלחה און דער ראש ישיבה וועט דארפן פארבלייבן אין שפיטאל אויף אבזערוואציעס פאר נאך עטליכע טעג און די פולקאמע ערהוילונג קען נעמען נאך געציילטע וואכן, אויף שבת איז אריבער געברענגט געווארן א ספר תורה צום שפיטאל צימער און א מנין תלמידים האבן דארט אפגעראכטן די תפילות.

מארגן זונטאג וועט פארגעקומען נאך א זיצונג דורך די דאקטוירים צו אבזערווירן ווען דער ראש ישיבה וועט קענען גענצליך באפרייט ווערן פון שפיטאל.
בני ברק - הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקא האט זיך היינט אומגעקערט אהיים נאכן וויילן 3 טעג אין שפיטאל צוליב אן אפעראציע אויף די פיס נאכן אומפאלן, דער ראש ישיבה האט זיך באלד געזעצט צום גמרא און וועט אין די נאנטע טעג צוריק אנהייבן אויפנעמען דעם ציבור ווי געווענליך.
לעיקוואוד - נאך עטליכע יאר פון פלענער און איבער צוויי יאר פון העפטיגע בוי ארבעט זענען די צוויי הערליכע נייע חתונה תקנות זאלן אויף אועק סטריט פארענדיגט געווארן און לויטן פלאן וועט עס געעפנט ווערן הארט נאך יום טוב שבועות פאר די זומער חתונה סעזאן, די זאלן וועלן שטארק ארויסהעלפן מחותנים שטייענדיג בעת שמחתם צו שניידן פון די הויכע קאסטן ביים חתונה מאכן.

די זאלן וואס ווערן אנגעפירט דורך א גרופע עסקנים איז אויפגעבויט געווארן מיט די פינאנציעלע הילף פון די פילאנטראפישע שרון פאמיליע און איינס וועט הייסן עטרת אסתר און די צווייטע עטרת בלומא, די פרייז פון א חתונה נאכט מיט אלעס אריינגערעכנט וועט זיין 13 טויזנט דאלאר און וועט שניידן טויזנטער דאלארן פון די אומגעהויערע חתונה נאכט קאסטן.

די לאקאלע איינוואוינער האבן מיט פרייד אויפגענומען דער בשורה פון די נייע זאלן וואס וועלן זיין די ניינטע און צענטע חתונה זאלן אין שטאט, און עס איז שוין פארנומען כמעט פאר אלע נעכט דורכאויס דער קומענדיגע זומער חתונה סעזאן.
רוים - פארלאפענע וואך אין די טעג צווישן די טויט און די באגרעבעניש צערעמאניע פון דער פארשטארבענער פויפסט פראנציס האבן קאנספיראציע טעאריקער וואס גלייבן אז אידן פירן די וועלט זיך אויך גענומען צו זיינע ביינער, זיי האבן אים באשולדיגט אז ער איז געווען אונטערגעווארפן אונטער אידישע ביליאנערן און פאליטיקאנטן און אלס וואס ער האט געטוהן איז געווען אין זייער נאמען.

איינע פון די קאנספיראציע טעאריקער איז געגאנגען ווייטער און ארויסגעשטעלט א רעקארדירונג ווי דער פויפסט קושט די הענט פון דריי פערזאנען מיט קאפלעך אויפן קאפ און געשריבן אז דאס זענען דער אידישער ביליאנער אינוועסטירער דעיוויד ראקעפעלער, דער אידישער סעקרעטארי אוו סטעיט הענרי קיסינדזשער, און א געוויסער מאן מיטן נאמען דזשאן ראטשילד, די פאוסט וואס איבער א מיליאן באנוצער האבן געזען האט זיך באצויגן צו די רעקארידרונג זאגנדיג אז די דריי זענען די שטערקסטע מענטשן אויפן וועלט און דער פויפסט קושט זייערע הענט אנשטאט דינען זיינע פארגלייבטע.

עס האט נישט לאנג גענומען ביז עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז די גאנצע געשיכטע איז אויסגעזויגן פון פינגער, די רעקארדירונג איז פון א באזוך אין יאר 2014 אין מדינת ישראל ווי דער פויפסט האט זיך באטייליגט ביי א צערעמאניע צום האלאקאוסט געדענק טאג אין די יד ושם האלאקאוסט מאזעאום און דארט געקושט די הענט פון זעקס קריגס איבערלעבער.
ארץ ישראל - מארגן מאנטאג גרייטן זיך די בני ישוב הישן און די פלג הירושלמי קרייזן צו ארויסגיין אויף מאסן פראטעסטן אין 3 לאקאציעס איבערן לאנד וואו טויזנטער בחורי הישובת זענען גערופן געווארן זיך צו שטעלן אין מיליטער, די פראטעסטן גייען פארקומען ביי די לשכת הגיוס אין ירושלים, באר שבע, און ביי די צענטראלע לשכת הגיוס אין תל השומר.