זעמל
1.63K subscribers
4.9K photos
1.81K videos
1 file
379 links
אידישע נייעס וואס איר זעהט נישט אין ערגעץ

צו באקומען אויף סטאטוס:
https://wa.me/message/GI5J7Z6IZJB2E1

צו באקומען אויף די וואטסעפפ גרופעס:
https://chat.whatsapp.com/E740CMfMpCkDkaan83GuJO

פאר קאמענטארן אדער צו אדווערטייזן:
@ZemelVINAdmin
Download Telegram
ירושלים - אלס טייל פון א סעריע נייע תקנות פון די ׳בשעה טובה׳ ארגאניזאציע אין ק"ק גור איז געמאלדן געווארן א נייע איינפיר וואס וועט טוישן די וועג וויאזוי שידוכים ווערן געמאלדן אין די ׳המודיע׳ צייטונג וואס איז געהערט פאר די קהילה, די נייע איינפיר פארמאגט די פולשטענדיגע צושטימונג פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א.

איינע פון די פראבלעמען וואס האבן זיך געמאכט ווען מען האט אנגעטראגן א עלטערע בחור איז געווען אז נאכן שידוך האבן די מחותנים זיך געשפירט אומבאקוועם מיט די מודעות אין דער צייטונג וואס פלעגט צו צייכענען די נאמען פון די ישיבה און סעמינאר וואו די בחור אדער מיידל לערנט, און ביי עלטערע בחורים און מיידלעך וואס זענען שוין ארויס פון ישיבה אדער שולע איז די שורה געבליבן לער וואס האט געפירט צו אומבאקוועמליכקייט.

מיט די נייע איינפיר וועט מען מער נישט שרייבן די נאמען פון די ישיבה אדער סעמינאר, נאר א בחור וואס האט געלערנט אין ירושלים אדער אשדוד וועט מען שרייבן צב"ש ישיבת גור ירושלים אויך אויב איז ער מער נישט אין ישיבה, וואס וועט פארמיידן די אומבאקוועמליכקייט ביי שידוכים פון עלטערע בחורים און מיידלעך פון די קהילה.
מאנסי - א יונגע פארפאלק וואס האט פארלאפענע חול המועד גענוצט א ׳ליפט׳ קאר סערוויס צו צוריקפארן אהיים פון מאנסי קיין וויליאמסבורג האט זיך געכאפט נאכן אנקומען אהיים אז זיי האבן איבערגעלאזט א קליין פעקל וואס האט אנהאלטן טייערע חפצים און צירונג אינעם קאר, נישט האבנדיג קיין וועג וויאזוי צו אנקומען צום דרייווער באנוצנדיג זיך מיט א טעלעפאן סערוויס וואס איז פארבינדן מיט ׳ליפט׳ און נישט דורך זיי אליין, דעריבער האבן זיי זיך פארבינדן צו חברים ד׳ראקלענד צו בעטן הילף.

חברים איז באלד אריינגעשפרינגען זיי ארויסצוהעלפן צו צוריקקערן די פארלוירענע צירונג און האבן פאר לאנגע שעות איבערגעקוקט זיכערהייט קעמעראס אין די געגנט וואו די קאר האט אפגענומען די פארפאלק ביז זיי האבן באוויזן צו אידענטיפיצירן די לייסענס ציפערן און געמאכט קאנטאקט מיטן דרייווער, זיי האבן קאארדינירט מיט שומרים פון קווינס און וויליאמסבורג צו זיך טרעפן מיט דעם דרייווער און אפנעמען די צירונג און דערנאך דאס אפגעגעבן פאר די פארפאלק צו זייער גרויסע פרייד.

(Photo Credit: Monsey Scoop)
Media is too big
VIEW IN TELEGRAM
די וואך אין זיין פאדקעסט וואס פארמאגט די מערסטע אויסהערער איבער אמעריקע האט דער זשורנאליסט דזשאו ראגען געהאט א שמועס מיט דער קאמידיאן טים דילאן, ביים שמועס האבן זיי גערעדט איבער די היסטאריע פון חסידי׳שע שטריימלעך ווי ראגען האט געזאגט אז ער גלייכט דאס שטארק.
Looking for a car? Any make any model,

Lowest pricing!

We buy lease returns!!

https://wa.me/message/NKVLYNN5AZM7K1
קידוש ה’: באקאנטע ׳גפן׳ פירמע צאלט הויכע פרייז צו אראפנעמען אומאיידעלע עד אויף בילבארד אויפן וועג אריין צו לינדען

ניו דזשערסי - שוין א לענגערע צייט וואס די אידישע איינואינער אין לינדען שטויסן זיך אהן אין א ריזיגע בילבארד ביים אריינגאנג צום שטאט וואס שטייט הארט נעבן די סאנאקא גאז סטאנציע, ווען די ריזן בילבארד האט פארמאגט א אומאיידעלע עד וואס האט שטארק געשטערט די איינוואוינער ווען דארונטער טוען יעדן טאג הונדערטער קינדער זיין אויסגעשטעלט צו דעם בילד ביים אריינפארן און ארויספארן צו די מוסדות התורה אין ברוקלין.

א גרופע עסקנים האבן זיך מיט א צייט צוריק אריינגעלייגט צו זעהן וואס מען קען טוהן צו אראפנעמען דעם בילד, אבער האבן זיך אנגעשטויסן אין א שווערע פראבלעם, דערנאך וואס די קאמפאני וואס די בילבארד איז אונטער זייער אייגענטומשאפט האט געבעטן א געפעפערטע פרייז צו טוישן דעם בילד פאר א צווייטע אדווערטייזמענט וואס קומט אויס צו א ריזן סומע געלט יעדן איינציגע חודש אזוי אויך האבן זיי נישט מסכים געווען צו אראפנעמען די בילד מיטן אנגעבן אז זיי זענען בלויז דא פאר ביזנעס.

איז איינגעפאלן א געדאנק אז מעגליך זאל איינער פון די אידישע עסן קאמפאניס עס אויסדינגען און מען האט זיך פארבינדן מיט רבי מאטי לאנדא פון די באקאנטע קריעטיווע 'הארט ווארקס' מארקעטינג קאמפאני און ער האט זיך פארבינדן מיט ר׳ מרדכי הערצאג פון די ׳קענאווער קארפאראציע׳ וואס פארמאגט אונטער זיך א גרויסע צאל היימישע עסן ברענדס, נאכן הערן די דעטאלן פון די עסקנים איז ר׳ מרדכי גלייך אריינגעשפרינגען אין ברענגען אן ענדע צו די שמירת עינים פראבלעם און מיט איין טעלעפאן רוף אפגעדינגען דעם בילבארד פאר די קומענדיגע דריי חדשים פאר א ריזן סומע געלט וואס איז דריי מאל אזויפיל ווי זיי צאלן געווענדליך פאר אנדערע בילבארד׳ס לענגאויס אמעריקע, און די וואס פארן דורך די בילבארד זעהן אצינד א גרויסע אדווערטייזמענט פון די ׳גפן׳ פירמע ווען עס איז קלאר אז א גרויסע פראצענט פון די וואס פארן דארט אריבער זענען ווייניג אינטערסירט אין די פראדוקטן.
לעיקוואוד - צענדליגע וואלונטירן פון חברה הצלה פון סענטראל דזשערסי האבן זיך פארזאמלט צו א ספעציעלע טרענירונג סעסיע צו פארברייטערן זייער וויסנשאפט אין נאך מעדיצינישע פעלדער צו קענען באהאנדלען אלע סארט עמערזשענסי סיטואציעס ווען עס מאכט זיך חלילה.

צום ערשט איז פארגעקומען א פרעזענטאציע איבער אלעס ארום אויגן און עמערזשענסי סיטואציעס וואס קענען זיך מאכן דערביי, איבערגעגעבן געווארן דורכן די אויגן ספעציעליסט און פראפעסאר ר׳ דניאל ראטה, ער איז א לענגערע צייט איבערגעגאנגען אלע סיטואציעס און פראבלעמען וואס קענען זיך מאכן ביי די אויגן פון פאציענטן און ווי אזוי צו דאס פראפעסיאנעל באהאנדלען. דערנאך האט אויפגעטרויטן דער וועלט בארימטער מוהל הרב ניסן מאזעס שליט"א וואס האט איבערגעגעבן אינפארמאציע פאר די וואלונטירן איבער פארשידענע עמערזשענסי סיטואציעס וואס קענען זיך מאכן נאך וואס א קינד גייט אריבער א ברית מילה וויאזוי עס צו באהאנדלען מיט געניטע פראפעסיאנעליזם.
אונגארן - די אידישע מאזעאום פון בודאפעסט האט אויפגעשטעלט א נייע אויסשטעלונג אין די הויף פון די מאזעאום וואס באשטייט פון גאר אלטע אידישע מציבות פון די לעצטע פאר הונדערט יאר, די מציבות קומען מיט א פונקטליכע ערקלערונג וואו דאס איז געפונען געווארן און וועמענס דאס איז אין עטליכע שפראכן.

די מציבות גייען צוריק מיט הונדערטער יארן נאך פון ווען די אטאמאנישע אימפעריע האט געוועלטיגט איבער אונגארן פאר 500 יאר צוריק, אויך זענען דא מציבות פון די שפעטערע יארן ווען די אידן האבן נאר געמעגט וואוינען אינדרויסן פון שטאט, און פון די צייטן ווען די עסטרייכישע האבן געהערשט אויפן לאנד, א מערהייט פון די מציבות זענען אפגעפונען געווארן אין קאנסטרוקציע זאנעס און זענען גענוצט געווארן צו בויען געביידעס און צוימען נאך וואס די אלטע אידישע בתי חיים זענען חרוב געווארן.
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
ירושלים - א יונגערמאן ווערט געזען גיסן וויין אויפן שטח וואו די לאקאלע שטאטראט וויל בויען די לייכטע באנען, וואס ווערט געזען ביי היימישע אידן אלס א מכשול פאר די אפגעהיטנקייט פון די געגנט, די וויין וואס ער האט געגאסן איז פון די טראפן וואס איז אראפגעגאסן געווארן ביי די מכות און דצ"ך עד"ש באח"ב ביים סדר וואס איז א סגולה קעגן מזיקים.
חסדי ה’ - פון די מיימאנעדיס שפיטאל קומט אהן די גוטע נייעס אז הילד פנחס רפאל בן שרה סעדה לרפו"ש, וואס איז קריטיש פארוואונדעט געווארן מיט עטליכע וואכן צוריק ביים שרעקליכן עקסידענט אין פלעטבוש ווי ער האט פארלוירן זיין מוטער און 2 שוועסטער איז ב"ה באפרייט געווארן פון שפיטאל, ער געפונט זיך אצינד אין א ריהעב וואו ער ערהוילט זיך.
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
Drawing is in 3 HOURS!!!

Buy a ticket in the raffle of Pupa Kipas chasanim and enter a chance

to win back "Thousand" times the amount of your donation up to 100 thousand dollars cash!

And you take part in the great Mitzva of Hachnusas kalah!

https://donary.com/Kipaschasanimpupa12
קראון הייטס - ווילדע קאנפראנטאציעס האבן יעצט ביינאכט אויסגעבראכן צווישן פרא פאלעסטינער פראטעסטירער און ליובאוויטשער בחורים אויף איסטערן פארקוועי, די פראטעסטירער האבן זיך פארזאמלט צו פראטעסטירן קעגן דער עקסטרעמיסטישע מדינת ישראל מיניסטאר איתמר בן גביר וואס האט באזוכט און אויפגעטרויטן אין די חב"ד הויפטקווארטירן אין 770.
ניו יארק - די 'או.יו.' טיטש קאאליציע האט ארויסגעשטעלט א שטודיע וואס זיי האבן אונטערגענומען ביי אידישע שולעס און מוסדות התורה אין אמעריקע וואס צייגט אז די קאסטן פאר זיכערהייט ארום די שולע געביידעס איז דראסטיש געשטיגן אינעם פאלגענדע יאר נאך די אקטאבאר זיבן אטאקע אין קעגנזאץ צו א יאר בעפאר.

די שטודיע האט צוזאמגענומען די ציפערן פון 63 שולעס אין ניו יארק, ניו דזשערסי, פלארידע, און פענסילוועניע, און פארגלייכט די ציפערן פון די שולע יאר בעפאר די אקטאבאר זיבן אטאקע און די שולע יאר דערנאך, די ציפערן צייגן אז עס איז געווען א 84 פראצענט העכערונג אין זיכערהייט קאסטן צוליב זארג פון אנטיסעמיטישע אטאקעס קעגן אידישע צענטערן. אין די יאר בעפאר די אטאקע האבן די שולעס פארוואלטונג אויסגעגעבן אומגעפער $445 פער סטודענט פאר זיכערהייט קאסטן אין א יאר דערויף איז דאס געשפרינגען צו $807, ניו יארק האט געזען א שפרינג פון 102 פראצענט, א מערהייט פון די קאסטן זענען געווען פאר זיכערהייט וועכטער און די איבעריגע פאר אנדערע זיכערהייט מאסנאמען.
לינדען - אייגנארטיגע שמחה איינלאדונג צו די שלום זכר פון בן הנולד צו רבי אהרן שמואל האלד, פון די וואיל באקאנטע קריעטיווע ’פינעקס’ מארקעטינג פירמע.
קראון הייטס - פילע האבן זיך היינט פארזאמט ביים לוויה פון דער באקאנטער כלל טוער און מנקר רבי מנחם מענדל רייטפארט ע"ה, וואס איז ל"ע טראגיש אומגעקומען דעם דינסטאג אין אן עקסידענט אונטערוועגנס ביים זיך צוריקקערן פון פלארידע קיין ניו יארק נאכן וויילן דארט אויף יום טוב פסח.

בשורות טובות.
וואשינגטאן - אין די האלאקאוסט מאזעאום אין וואשינגטאן די.סי. איז פארגעקומען א רייכע דינער פאר ביישטערער צו די מאזעאום ווי עס איז געווארן אויפגעטריבן מיליאנען דאלארן פון רייכע אידן און פילאנטראפן, די הויפט אויפטריט ביים דינער איז געווען פון פרוי ליפטשטאדט וואס האט געדינט אלס אמבאסאדאר אין די קאמף קעגן אנטיסעמיטיזם ביי די ביידען אדמיניסטראציע.

ביי איר רעדע האט זי באגריסט אלע פארזאמלטע און אויך ספעציעל באגריסט דער באקאנטער כלל טוער ר׳ יהודה קאפלאן פון מיאמי, פלארידע וואס איז מיט צוויי וואכן צוריק נאמינירט געווארן דורך פרעזידענט טראמפ צו איבערנעמען איר אמט, ר׳ יהודה געפונט זיך אין די טעג אין וואשינגטאן זיך צו טרעפן מיט געזעצגעבער אין בעפארברייטונג צו די סענאט הערינג און זיין באשטעטיגונג.

פרוי ליפטשטאדט האט דערביי ארויסגעברענגט אז די קאמף קעגן אנטיסעמיטיזם אין אמעריקע ספעציעל אין די קאלעדזש קאמפוסן איז אן אומפארטייאישע פראבלעם וואס דארף גענומען ווערן גאר הארב און האט געוואונטשן פאר ר׳ יהודה פיל סוקסעס מיטן פארזעצן דעם שטאנדהאפטיגער קאמף, אויך האבן א צאל אנדערע הויכראנגיקע באאמטע באגריסט ביי זייער רעדע ר׳ יהודה פאר זיין אויפנאמע.
ענגלאנד - די היימישע קהילה אין די וועסקליף געגנט אין ענגלאנד האבן אריינגעגעבן א באקלאגעניש צו די עסעקס פאליציי דעפארטמענט ווי זיי בעטן אז די פאליציי זאל אויספארשן וויאזוי עס איז באשטעטיגט געווארן אז א פרא פאלעסטינער פראטעסט וואס איז פארגעקומען פארלאפענע שביעי של פסח זאל אריבערגיין פינף שוהלן אין די געגנט אינדערצייט וואס מען האט געהאלטן אינמיטן דאווענען.

די אנפירער פון די פראטעסטן וואס זענען ארגאניזירט געווארן דורך א צאל לינקע גרופעס האבן קלאר אויסגעוועלט די דאזיגע גאס וואס איז פיל מיט שוהלן אז די פראטעסט זאל דארט איבערגיין און דאס אנגעצייכנט אלס ׳בלוי און ווייסע׳ געגנט, די פראטעסטירער האבן געשריגן אנטיסעמיטישע לאזונגען אויף די אידן וואס זענען אריבערגאנגען דערנעבן.

הרב עקיבא אשר פדווא שליט"א דער רב פון ביהמ"ד מילואים לאפוד אין וועסקליף האט גערעדט צו די פרעסע נאך די פראטעסט און דערציילט אז די פאליציי האט אפגעהאלטן אידן פון קומען אין שוהל און אנדערע האבן זיך אפגעהאלטן פון ארויסטרעטן פון זייערע הייזער צוליב שרעק, ער האט געזאגט אז זיין טאכטער וואס זיצט אין א וויל-טשעיר איז אהיימגעקומען מיט טרערן אין די אויגן נאך וואס פראטעסטירער האבן העסליך געשריגן אויף איר אז זי איז א מערדער פון קליינע קינדער.
דער הויפט רב פון אוקריינע הרב משה אסמאן האט ערהאלטן פון די ארטיגע מיליטער א גאר חשוב׳ע מעדאל פון עהרע אויפן נאמען פון זיין שטיף זוהן מתתיהו סאמבורסקי ע"ה, וואס איז אומגעקומען אין די שלאכטן קעגן רוסלאנד איבערלאזנדיג א קליינע יתומה אין שטוב.