ניו יארק - א שקירנדע און שטוינענדע צוזאמענארבעט צווישן באמטע אינערהאלב די סטעיט עדיוקעשאן דעפארטמענט מיט די טרויעריגע באקאנטע ’יאפפע"ד’ גרופע וועלכע פירן א מלחמה קעגן דעם ערליכן חינוך ווערט אויפגעדעקט, ס'ווערט אויפגעדעקט אין די טעג אז די סטעיט עדיוקעישן דעפארטמענט האט געשיקט פאר די יאפפע"ד גרופע צו איבערקוקן די 'דרעפט' בריוון וועלכע זענען געווארן ארויס געשיקט צו די מוסדות וועלכע די סטעיט האט געטראפן נאן עקוויוועלענט, 'בעפאר' זיי האבן עס ארויסגעשיקט פאר די מוסדות התורה זעלבסט, און לויט אלע ווארשיינליכקייטן זענען יאפפע"ד געווען די וועלכע האבן זיי גאר צוגעשטעלט די אידישע איבערטיישונג דערפון.
דער אדוואקאט פון פערל'ס ר' אבי שיק האט דערפאר געשיקט גאר א שארפע בריוו פארן עדיוקעשאן דעפארטמענט צוליבן ארבעטן אינאיינעם מיט די קעגנערישע גרופע, און פארן פארארדענען די מוסדות צו שיקן פאר עלטערן די אפציעס וואס זיי האבן, אריינגערעכנט צו שיקן אין פובליק סקול רח"ל, און אנגעוויזן אז צו ארבעטן מיט זיי אויף אזא סארט בריוו אין צווינגען ישיבות צו שיקן אזא בריוו איז נישט בלויז א קאנסיטוציאנעלע פארלעצונג, נאר צייגט אויף א שטארקע איינזייטיגקייט 'טאטעלאריסטישע' רעגירונג צוגאנג.
די פאלגנדע אנטוויקלונגען שיקן א סקרוך אין די ביינער ווען מען זעהט וויאזוי באמטע אינערהאלב די סטעיט עדיוקעשאן דעפארטמענט ארבעטן אונטערן טיש מיט יאפפע"ד וועלכע קעמפט קעגן אונזער הייליגע חינוך, און עס ברענגט ארויס נאכמער די גורל'דיגע געוויכט פונעם יעצטיגער געריכטליכע קעיס וואס פערל'ס פירט אן אינעם קאורט אוו אפיעלס קעגן די סטעיט עדיוקעישן דעפארטמענט ווי כלל ישראל האפט און איז מתפלל אויף גוטע בשורות.

בני ברק - היינט אינדערפרי איז הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקא אפגעפירט געווארן צו די מעייני ישועה שפיטאל אין שטאט נאכן ליידן פון שווערע ווייטאגן אויף די פיס, דערנאך וואס דער ראש ישיבה אין עלטער פון 95 יאר איז עטליכע שעה בעפאר אומגעפאלן ביי זיך אינדערהיים און האט צוליב די יסורים נישט געקענט קומען דאווענען שחרית אין ישיבה.
נאכן אונטערזוכן אין שפיטאל האבן די דאקטוירים פעסטגעשטעלט אז דער ראש ישיבה ליידט פון א שפאלט אין איינע פון די פיס ביינער און וועט דארפן בלייבן אין שפיטאל אויף אבזערוואציע פאר א קורצע וויילע, טראץ דעם וואס דער ראש ישיבה איז אין א גוטע צושטאנד ווערט דער ציבור גערופן צו דאווענען לרפואת מרן רבי אפרים דוב בן דבורה לרפו"ש.

ציריך - אין די ׳קונסטהויז׳ מאזעאום אין ציריך זענען פארהאן אומגעפער 200 קונסט ווערק וואס זענען טייל פון די בורלא קאלעקציע, איינע פון די קונסטווערק אויף אויסשטעלונג איז א מאלעריי דורך דער בארימטער פראנצויזישע מעלער עדווארד מאנעט וואס איז איבער 150 יאר אלט און איז ווערד גאר אסאך געלט. די מאלעריי האט געהערט פאר א אידישע זאמלער פון דייטשלאנד מיטן נאמען מאקס זילבערבערג וואס האט ביים אנטלויפן פון דייטשלאנד פארקויפט דעם מאלעריי פאר קליין געלט אסאך ווייניגער ווי איר עכטע ווערד, אין יאר 1953 האט דער רייכסטער מאן פון שווייץ אמיל בורלא דאס אפגעקויפט און אריינגעשטעלט אין זיין קאלעקציע.
אין יאר 2012 האט די ׳קונסטהויז׳ באקומען די גאנצע בורלא זאמלונג און איז געקומען אונטער שווערע קריטיק דערפאר פארן נעמען די זאמלונג וואס באשטייט פון גאר אסאך בארויבטע קונסטווערק פון אידן, אצינד איז די מאזעאום איינגעגאנגען אויף אן אפמאך צו צאלן א גרויסע סומע געלט פאר די אייניקלעך פון זילבערבערג צו אויסקויפן זייערע רעכטן איבער די טייערע מאלעריי.

ירושלים - אלס טייל פון א סעריע נייע תקנות פון די ׳בשעה טובה׳ ארגאניזאציע אין ק"ק גור איז געמאלדן געווארן א נייע איינפיר וואס וועט טוישן די וועג וויאזוי שידוכים ווערן געמאלדן אין די ׳המודיע׳ צייטונג וואס איז געהערט פאר די קהילה, די נייע איינפיר פארמאגט די פולשטענדיגע צושטימונג פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א.
איינע פון די פראבלעמען וואס האבן זיך געמאכט ווען מען האט אנגעטראגן א עלטערע בחור איז געווען אז נאכן שידוך האבן די מחותנים זיך געשפירט אומבאקוועם מיט די מודעות אין דער צייטונג וואס פלעגט צו צייכענען די נאמען פון די ישיבה און סעמינאר וואו די בחור אדער מיידל לערנט, און ביי עלטערע בחורים און מיידלעך וואס זענען שוין ארויס פון ישיבה אדער שולע איז די שורה געבליבן לער וואס האט געפירט צו אומבאקוועמליכקייט.
מיט די נייע איינפיר וועט מען מער נישט שרייבן די נאמען פון די ישיבה אדער סעמינאר, נאר א בחור וואס האט געלערנט אין ירושלים אדער אשדוד וועט מען שרייבן צב"ש ישיבת גור ירושלים אויך אויב איז ער מער נישט אין ישיבה, וואס וועט פארמיידן די אומבאקוועמליכקייט ביי שידוכים פון עלטערע בחורים און מיידלעך פון די קהילה.

מאנסי - א יונגע פארפאלק וואס האט פארלאפענע חול המועד גענוצט א ׳ליפט׳ קאר סערוויס צו צוריקפארן אהיים פון מאנסי קיין וויליאמסבורג האט זיך געכאפט נאכן אנקומען אהיים אז זיי האבן איבערגעלאזט א קליין פעקל וואס האט אנהאלטן טייערע חפצים און צירונג אינעם קאר, נישט האבנדיג קיין וועג וויאזוי צו אנקומען צום דרייווער באנוצנדיג זיך מיט א טעלעפאן סערוויס וואס איז פארבינדן מיט ׳ליפט׳ און נישט דורך זיי אליין, דעריבער האבן זיי זיך פארבינדן צו חברים ד׳ראקלענד צו בעטן הילף.
חברים איז באלד אריינגעשפרינגען זיי ארויסצוהעלפן צו צוריקקערן די פארלוירענע צירונג און האבן פאר לאנגע שעות איבערגעקוקט זיכערהייט קעמעראס אין די געגנט וואו די קאר האט אפגענומען די פארפאלק ביז זיי האבן באוויזן צו אידענטיפיצירן די לייסענס ציפערן און געמאכט קאנטאקט מיטן דרייווער, זיי האבן קאארדינירט מיט שומרים פון קווינס און וויליאמסבורג צו זיך טרעפן מיט דעם דרייווער און אפנעמען די צירונג און דערנאך דאס אפגעגעבן פאר די פארפאלק צו זייער גרויסע פרייד.
(Photo Credit: Monsey Scoop)

Media is too big
VIEW IN TELEGRAM
די וואך אין זיין פאדקעסט וואס פארמאגט די מערסטע אויסהערער איבער אמעריקע האט דער זשורנאליסט דזשאו ראגען געהאט א שמועס מיט דער קאמידיאן טים דילאן, ביים שמועס האבן זיי גערעדט איבער די היסטאריע פון חסידי׳שע שטריימלעך ווי ראגען האט געזאגט אז ער גלייכט דאס שטארק.
Looking for a car? Any make any model,
Lowest pricing!
We buy lease returns!!
https://wa.me/message/NKVLYNN5AZM7K1
Lowest pricing!
We buy lease returns!!
https://wa.me/message/NKVLYNN5AZM7K1
קידוש ה’: באקאנטע ׳גפן׳ פירמע צאלט הויכע פרייז צו אראפנעמען אומאיידעלע עד אויף בילבארד אויפן וועג אריין צו לינדען
ניו דזשערסי - שוין א לענגערע צייט וואס די אידישע איינואינער אין לינדען שטויסן זיך אהן אין א ריזיגע בילבארד ביים אריינגאנג צום שטאט וואס שטייט הארט נעבן די סאנאקא גאז סטאנציע, ווען די ריזן בילבארד האט פארמאגט א אומאיידעלע עד וואס האט שטארק געשטערט די איינוואוינער ווען דארונטער טוען יעדן טאג הונדערטער קינדער זיין אויסגעשטעלט צו דעם בילד ביים אריינפארן און ארויספארן צו די מוסדות התורה אין ברוקלין.
א גרופע עסקנים האבן זיך מיט א צייט צוריק אריינגעלייגט צו זעהן וואס מען קען טוהן צו אראפנעמען דעם בילד, אבער האבן זיך אנגעשטויסן אין א שווערע פראבלעם, דערנאך וואס די קאמפאני וואס די בילבארד איז אונטער זייער אייגענטומשאפט האט געבעטן א געפעפערטע פרייז צו טוישן דעם בילד פאר א צווייטע אדווערטייזמענט וואס קומט אויס צו א ריזן סומע געלט יעדן איינציגע חודש אזוי אויך האבן זיי נישט מסכים געווען צו אראפנעמען די בילד מיטן אנגעבן אז זיי זענען בלויז דא פאר ביזנעס.
איז איינגעפאלן א געדאנק אז מעגליך זאל איינער פון די אידישע עסן קאמפאניס עס אויסדינגען און מען האט זיך פארבינדן מיט רבי מאטי לאנדא פון די באקאנטע קריעטיווע 'הארט ווארקס' מארקעטינג קאמפאני און ער האט זיך פארבינדן מיט ר׳ מרדכי הערצאג פון די ׳קענאווער קארפאראציע׳ וואס פארמאגט אונטער זיך א גרויסע צאל היימישע עסן ברענדס, נאכן הערן די דעטאלן פון די עסקנים איז ר׳ מרדכי גלייך אריינגעשפרינגען אין ברענגען אן ענדע צו די שמירת עינים פראבלעם און מיט איין טעלעפאן רוף אפגעדינגען דעם בילבארד פאר די קומענדיגע דריי חדשים פאר א ריזן סומע געלט וואס איז דריי מאל אזויפיל ווי זיי צאלן געווענדליך פאר אנדערע בילבארד׳ס לענגאויס אמעריקע, און די וואס פארן דורך די בילבארד זעהן אצינד א גרויסע אדווערטייזמענט פון די ׳גפן׳ פירמע ווען עס איז קלאר אז א גרויסע פראצענט פון די וואס פארן דארט אריבער זענען ווייניג אינטערסירט אין די פראדוקטן.

לעיקוואוד - צענדליגע וואלונטירן פון חברה הצלה פון סענטראל דזשערסי האבן זיך פארזאמלט צו א ספעציעלע טרענירונג סעסיע צו פארברייטערן זייער וויסנשאפט אין נאך מעדיצינישע פעלדער צו קענען באהאנדלען אלע סארט עמערזשענסי סיטואציעס ווען עס מאכט זיך חלילה.
צום ערשט איז פארגעקומען א פרעזענטאציע איבער אלעס ארום אויגן און עמערזשענסי סיטואציעס וואס קענען זיך מאכן דערביי, איבערגעגעבן געווארן דורכן די אויגן ספעציעליסט און פראפעסאר ר׳ דניאל ראטה, ער איז א לענגערע צייט איבערגעגאנגען אלע סיטואציעס און פראבלעמען וואס קענען זיך מאכן ביי די אויגן פון פאציענטן און ווי אזוי צו דאס פראפעסיאנעל באהאנדלען. דערנאך האט אויפגעטרויטן דער וועלט בארימטער מוהל הרב ניסן מאזעס שליט"א וואס האט איבערגעגעבן אינפארמאציע פאר די וואלונטירן איבער פארשידענע עמערזשענסי סיטואציעס וואס קענען זיך מאכן נאך וואס א קינד גייט אריבער א ברית מילה וויאזוי עס צו באהאנדלען מיט געניטע פראפעסיאנעליזם.

אונגארן - די אידישע מאזעאום פון בודאפעסט האט אויפגעשטעלט א נייע אויסשטעלונג אין די הויף פון די מאזעאום וואס באשטייט פון גאר אלטע אידישע מציבות פון די לעצטע פאר הונדערט יאר, די מציבות קומען מיט א פונקטליכע ערקלערונג וואו דאס איז געפונען געווארן און וועמענס דאס איז אין עטליכע שפראכן.
די מציבות גייען צוריק מיט הונדערטער יארן נאך פון ווען די אטאמאנישע אימפעריע האט געוועלטיגט איבער אונגארן פאר 500 יאר צוריק, אויך זענען דא מציבות פון די שפעטערע יארן ווען די אידן האבן נאר געמעגט וואוינען אינדרויסן פון שטאט, און פון די צייטן ווען די עסטרייכישע האבן געהערשט אויפן לאנד, א מערהייט פון די מציבות זענען אפגעפונען געווארן אין קאנסטרוקציע זאנעס און זענען גענוצט געווארן צו בויען געביידעס און צוימען נאך וואס די אלטע אידישע בתי חיים זענען חרוב געווארן.

This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
ירושלים - א יונגערמאן ווערט געזען גיסן וויין אויפן שטח וואו די לאקאלע שטאטראט וויל בויען די לייכטע באנען, וואס ווערט געזען ביי היימישע אידן אלס א מכשול פאר די אפגעהיטנקייט פון די געגנט, די וויין וואס ער האט געגאסן איז פון די טראפן וואס איז אראפגעגאסן געווארן ביי די מכות און דצ"ך עד"ש באח"ב ביים סדר וואס איז א סגולה קעגן מזיקים.
חסדי ה’ - פון די מיימאנעדיס שפיטאל קומט אהן די גוטע נייעס אז הילד פנחס רפאל בן שרה סעדה לרפו"ש, וואס איז קריטיש פארוואונדעט געווארן מיט עטליכע וואכן צוריק ביים שרעקליכן עקסידענט אין פלעטבוש ווי ער האט פארלוירן זיין מוטער און 2 שוועסטער איז ב"ה באפרייט געווארן פון שפיטאל, ער געפונט זיך אצינד אין א ריהעב וואו ער ערהוילט זיך.
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
Drawing is in 3 HOURS!!!
Buy a ticket in the raffle of Pupa Kipas chasanim and enter a chance
to win back "Thousand" times the amount of your donation up to 100 thousand dollars cash!
And you take part in the great Mitzva of Hachnusas kalah!
https://donary.com/Kipaschasanimpupa12

קראון הייטס - ווילדע קאנפראנטאציעס האבן יעצט ביינאכט אויסגעבראכן צווישן פרא פאלעסטינער פראטעסטירער און ליובאוויטשער בחורים אויף איסטערן פארקוועי, די פראטעסטירער האבן זיך פארזאמלט צו פראטעסטירן קעגן דער עקסטרעמיסטישע מדינת ישראל מיניסטאר איתמר בן גביר וואס האט באזוכט און אויפגעטרויטן אין די חב"ד הויפטקווארטירן אין 770.
ניו יארק - די 'או.יו.' טיטש קאאליציע האט ארויסגעשטעלט א שטודיע וואס זיי האבן אונטערגענומען ביי אידישע שולעס און מוסדות התורה אין אמעריקע וואס צייגט אז די קאסטן פאר זיכערהייט ארום די שולע געביידעס איז דראסטיש געשטיגן אינעם פאלגענדע יאר נאך די אקטאבאר זיבן אטאקע אין קעגנזאץ צו א יאר בעפאר.
די שטודיע האט צוזאמגענומען די ציפערן פון 63 שולעס אין ניו יארק, ניו דזשערסי, פלארידע, און פענסילוועניע, און פארגלייכט די ציפערן פון די שולע יאר בעפאר די אקטאבאר זיבן אטאקע און די שולע יאר דערנאך, די ציפערן צייגן אז עס איז געווען א 84 פראצענט העכערונג אין זיכערהייט קאסטן צוליב זארג פון אנטיסעמיטישע אטאקעס קעגן אידישע צענטערן. אין די יאר בעפאר די אטאקע האבן די שולעס פארוואלטונג אויסגעגעבן אומגעפער $445 פער סטודענט פאר זיכערהייט קאסטן אין א יאר דערויף איז דאס געשפרינגען צו $807, ניו יארק האט געזען א שפרינג פון 102 פראצענט, א מערהייט פון די קאסטן זענען געווען פאר זיכערהייט וועכטער און די איבעריגע פאר אנדערע זיכערהייט מאסנאמען.

גליונות לכבוד שבת - פרשת שמיני
👇👇👇
https://www.dropbox.com/scl/fo/tw69pdbu5kpc5ood2zyx1/AMna2c8rUjfRuKfaAI9TDg4?rlkey=1cr04v919xvwf1jedb06340ob&st=mxfohizi&dl=0