זעמל
1.62K subscribers
4.89K photos
1.8K videos
1 file
376 links
אידישע נייעס וואס איר זעהט נישט אין ערגעץ

צו באקומען אויף סטאטוס:
https://wa.me/message/GI5J7Z6IZJB2E1

צו באקומען אויף די וואטסעפפ גרופעס:
https://chat.whatsapp.com/E740CMfMpCkDkaan83GuJO

פאר קאמענטארן אדער צו אדווערטייזן:
@ZemelVINAdmin
Download Telegram
ירושלים - אסרו חג איז ערשינען א בריוו אונטערגעשריבן דורך 26 שדכנים און שדכניות פון חצר הקודש גור פון אלע שטעט לענגאויס ארץ ישראל ווי זיי טוען מעלדן אז נאך א צאל זיצונגען מיט פראפעסיאנאלן און שדכנים האט מען באשלאסן צו ארויפרוקן די פרייז וואס וועט ווערן באצאלט פאר א שדכן נאכן אויספירן א שידוך פון 5,000 שקל איין זייט צו גאנצע 10,000 שקל, לויט ווי די שדכנים ערווענען איז פאר צוואנציג יאר צוריק שוין געווארן איינגעפירט אז יעדע זייט זאל באצאלן טויזנט דאלאר פאר א שדכן און די יעצטיגע ציפער פון צען טויזנט שקל איז די זעלבע ווערד לויט די יעצטיגע עקענאמיע.

די שדכנים שרייבן אז די לעצטע שידוכים סעזאן איז געווען גאר שוואך צוליב די צאל אקטיווע שדכנים וואס איז געווארן ווייניגער און די צאל אויסגעפירטע שידוכים וואס איז געווען גאר נידריג, מיט די נייע פרייז האפט מען צו אריינגעבן מער ענערגיע אין די שדכנים צו קענען אי"ה אויספירן פילע שידוכים און ברענגען פרישע שדכנים צום טיש.

די נייע פרייז וועט אריינגיין אין קראפט אנגעהויבן פון קומענדיגע ראש השנה תשפ"ו הבעל"ט און עס איז בלויז פאר בחורים און מיידלעך וואס זענען העכער די יארגאנג פון צוואנציג יאר, דערביי בעטן די שדכנים אז דער וואס קען זאל באצאלן דעם פרייז אויך פאר שידוכים פון יונגערע בחורים און מיידלעך צו מחזק זיין די שדכנים און אזוי אויך זאל מען פראבירן צו אנהייבן באצאלן די נייע געהעכערטע פרייז שוין פון איצט.
פענסעלוועניע - פארלאפענע ערב שביעי של פסח האט זיך די טעלעפאן אין די הויפטקווארטירן פון חברים פון אראנדזש קאונטי צוקלינגען ווען אויף די אנדערע זייט טרייבל איז געווען א פרוי וואס איז געווען היסטעריש און איבערגעגעבן אז זי האט פארלוירן א גאר טייערע צירונג שטיק אין די מיסט און געבעטן פאר הילף.

זי האט פארציילט אז איר פאמיליע געפונט זיך אין די ׳חי׳ לייפליין׳ קעמפ אין פענסילוועניע אויף חול המועד און ווייסט נישט וואס צו טוהן, זי האט דערביי געבעטן חברים וואס געפונט זיך איבער א שעה אוועק איר ארויסצוהעלפן, נאכן אנפרעגן אויב זי האט פראבירט זיך צו פארבינדן מיט די לאקאלע הילף ארגאניזאציעס און אנדערע אפציעס און נאכן זעהן אז עס איז נישט דא קיין אנדערע הילף אפציע האבן זיך א גרופע וואלונטירן ארויסגעלאזט אין וועג צו העלפן דעם פארלוירענע פרוי, טראץ די פארנומענע חול המועד און ערב יום טוב אומשטענדן.

אנקומענדיג דארט האבן די וואלונטירן אנגעהויבן אויסליידיגן די גרויסע מיסט קאסטן וואס איז געווען אנגעפילט מיט מיסט פון איבער גאנץ יום טוב, נאך עטליכע שעה פון שווערע ארבעט און דורכנישטערן זעקל ביי זעקל איז די טייערע צירונג שטיק אפגעפונען געווארן און צוריקגעקערט געווארן מיט גרויס פאר פרייד פאר די אייגענטומער.
נעפאל - שביעי של פסח שפעט ביינאכט האט דער חב"ד שליח אין קאטמאנדו ר׳ חזקי ליפשיץ מיט זיין פאמיליע זיך אויפגעוועקט פון יארמעליכע קולות, דערנאך וואס די ארבעטער אין די חב"ד הויז וואס האבן קוים מיט צוויי שעה בעפאר געענדיגט סערווירן די סעדות יום טוב פאר די הונדערטער געסט זענען געקומען צו לויפן מיט שרעק און דערציילט אז א פארשוין טאנצט אויפן דאך.

אריינגעקומענדיג אין די בית חב"ד האבן זיי געפונען א פארשוין אין די דרייסיגער יארן פון נארוועגיע וואס האט מיט א ווילדקייט וואנדאליזירט און צובראכן אלס וואס איז אים געווען פארנט פון די אויגן.

די פאליציי איז זאפארט אנקומען צום סצענע נאכן אלאמירט ווערן דורך די נישט אידישע ארבעטער און אריינגענומען דעם פארשוין אין ארעסט, זיי פארשן אויס אויב זיינע מאטיוון זענען געווען אנטיסעמיטיש פארבינדן און האבן דעריבער פארשטערקערט די וואך ארום די בית חב"ד, לויט ווי דער חב"ד שליח זאגט האט ער דורכאויס זיין 25 יאר וויילן אין נעפאל נאכנישט בייגעוואוינט אזא אינצידענט.
קראון הייטס - אידישע איינוואוינער אויף ברוקלין עוועניו און אויף קראון סטריט זענען פריער אריין אין פאניק ווען עס האט זיך געהערט קולות פון א רונדע קוילן וואס זענען געשאסן געווארן עטליכע מינוט פאר 9:00 אזייגער ביינאכט.

לויט די פאליציי האט דער שיסער געשאסן 4 אדער 5 קוילן אין ריכטונג פון א הויז אויפן גאס וואס לויט באריכטן וואוינט דארט איינע פון גרויסע פארברעכערישע באנדעס, זיי האבן באלד פארשלאסן די גאס און געפענט אן אויספארשונג.
לאנדאן - אן אייגנארטיגע קאמפיין לויפט דורך 'ערבים יו. קעי.',
ווי זיי רופן פאר נייע רעגיסטראציעס אויף א שארפע וועג, מיט פאשקעווילן נוסח ירושלים צו פארמיידן פון דארפן באהענגען די שטאט מיט געלט קאמפיינס אין פאל פון א טראגעדיע רח"ל.
די מארקעטינג איז דורך די בארימטע טאקטיק פירמע.
קאנאדע - דריי אידישע ביזנעסער אין דער שטאט טארנהיל אין די אונטעריא פראווינץ זענען דורכאויס פארלאפענע שבת שביעי של פסח איינגעבראכן געווארן, טראץ דעם וואס די פאליציי אויספארשער זאגן אז די אינצידענטן איז געווען פינאנציעל מאטיווירט זאגן אידישע געמיינדע פירער אז דאס זיך איינברעכן אין אידישע ביזנעסער טוהט אנזייען שרעק און כאאס ביי די לאקאלע אידישע געמיינדע.

איינע פון די געשעפטן וואס זענען איינגעבראכן געווארן איז די ׳מיי זיידי׳ס פיצא׳ געשעפט וואס איז אויפגעשטעלט געווארן מיט צענדליגע יארן צוריק און די געשעפט איז באקאנט צו זיין א נאסטאלגישע טייל פון די אידישע היסטאריע אין די געגנט, די אייניקל פון די גרינדער פרוי לאנטסמאן וואס איז די דעפיוטי פירער פון די קאנסערוואטיווע פארטיי אין קאנאדע, האט אנגערופן דער אינצידענט א שריט צו אפשרעקן די אידישע געמיינדע, זי זאגט אז די לאנד איז נישט צום דערקענען מיט די גרויסע אויפשטייג פון אנטיסעמיטישע אינצידענטן אין די לעצטע צייט און האט פארשפראכן אז אויב וועלן די קאנסערוואטיוון זיגן ביי די בעפארשטייענדע וואלן קומענדיגע וואך וועט דאס קומען צו אן אפשטעל.
ארץ ישראל - די ועד הישיבות האט ארויסגעשטעלט א מעלדונג אין בעפארברייטונג צום זומער זמן, צו בחורים וואס זענען קינדער פון איזראעלי בירגער וואס קומען פון אויסלאנד לערנען אין ארץ ישראל.

זיי פאדערן אויף אז מ׳זאל טוישן די בירגערשאפט סטאטוס ביי די לאקאלע קאנסולאט צו זיין דעזיגנירט אלס קינד פון אימיגראנטן און אזוי ארום פארמיידן פראבלעמען אנבלאנגט די גיוס געזעץ ביים אנקומען קיין ארץ ישראל.
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
קרית יואל - א העלישע פייער האט אויסגעבראכן די נאכט ביי א הויז וואס באלאנגט פאר א איד אויף מאונטען פארק ראוד אין מאנרא.
ניו יארק - די קלעימס קאנפערענץ ארגאניזאציע וואס געבט זיך אפ מיט פינאנציעלע שטיצע פאר איבערלעבער פון די האלאקאוסט האט דינסטאג ארויסגעשטעלט זייער יערליכע באריכט איבער די צאל קריגס איבערלעבער וואס זענען נאך געבליבן ביים לעבן, די ציפער שטייט ביי 220,800 וואס וואוינען אויסגעשפרייט אין 90 לענדער איבער די וועלט.

אומגעפער האלב פון אלע איבערלעבער וואוינען היינט צוטאגס אין ארץ ישראל, 18 פראצענט וואוינען אין אמעריקע, 17 פראצענט אין אייראפע פון דעם 9 פראצענט אין פראנקרייך, און 12 פראצענט וואוינען אין לענדער וואס זענען געווען א טייל פון די סאוויעטישע פאראיין.

די עלטסטע קריגס איבערלעבערין איז 113 יאר און איז געבוירן אין יאר 1912 און די יונגסטע זענען 78 יאר און זענען געבוירן אין יאר 1946, א מערהייט איבערלעבער זענען געווען קינדער ביים קריג און זענען געבוירן צווישן 1928 ביזן ענדע קריג.
בני ברק - פארלאפענע זונטאג נאכט נאכן מסע הלוויה פון הגאון רבי מאיר מאזוז זצ"ל ראש ישיבת כסא רחמים און מגדולי מנהיגי יהדות ספרד אין ארץ ישראל איז זיין קליין זיבן יעריג אייניקל ינון כהן געגאנגען שלאפן מיט א געפיל פון ווייטאג נאכן פארלירן זיין ליבליכע גרויסן זיידע, אינמיטן נאכט האט ער זיך גע׳חלום׳ט ווי זיין זיידע וואס איז קוים מיט עטליכע שעה בעפאר געקומען לקבורה קומט צו איהם אין חלום, צום ערשט האט ער זיך דערשראקן אבער נאכן זעהן די פרידליכע אויגן האט ער זיך דערנענטערט צו אים.

רבי מאיר זצ"ל האט זיך צוגערוקט צום קינד וואס איז א זוהן פון זיין איידעם הגאון רבי ליאור כהן שליט"א און אים געזאגט מיט קורצע טרעפליכע ווערטער אז מ׳זאל זעהן צו ממשיך זיין זיינע דרכים, די ווערטער זענען איינגעקריצט געווארן אין הארץ פון דעם קינד און ביים זיך ערוועקן האט ער באלד פארציילט פאר זיינע עלטערן איבער דעם וואונדערליכע חלום.
ענגלאנד - באזוכער וואס זענען אין די לעצטע טעג אנגעקומען צו די קליסאלד פארק אין די העקני געגנט האבן געפונען דעם פארק וואנדאליזירט און אנגעפירקלט מיט אנטיסעמיטישע סימבאלן, די וואנדאלן האבן גענוצט בלויע פארב צו פירקלען אויף די גליטשערס און אנדערע שפילצייגן ווי אויך האבן זיי געפירקלט זעקס האקנקרייצן אויף שטיינער אינעם קינדער פארק.

די פארק געפונט זיך א שפאן אוועק פון צוויי אידישע שוהלן אין די געגנט וואס גרעניצן זיך מיטן פארק, די עדת ישראל שוהל און דער נארט לאנדאן קהילה.

די העקני קאונסיל האט גלייך אויפגערייניגט די פירקלונגען און די פאליציי פארשט אויס דעם אינצידענט ווי א האס פארברעכן.
לעיקוואוד - שטייענדיג נאך יום טוב פסח האט הצלה פון סענטראל דזשערסי ארויסגעשטעלט די ציפערן פון די פארגאנגענע פארנומענע יום טוב סעזאן, ווען וואלונטירן האבן דורכאויס די אכט טעג יום טוב געדעקט איבער 416 רופן וואס פון דעם זענען 198 געווען טראנספארטאציעס צו שפיטעלער און ביי 34 פעלער האט מען געדארפט צוקומען צו הילף פון פאראמעדיקס.

אין דער סטעיטמענט האבן זיי אויסגעדרוקט א ספעציעלן דאנק פאר די וואלונטירן זעלבסט וואס האבן אוועקגעגעבן פון זייער טייערע צייט און זיך אוועקגעריסן פון וויילן מיט די פאמיליע ביי די סדרים אדער יום טוב סעודות צו חול המועד מיטן לויפן ראטעווען אידן אין פאל פון נויט.
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
ירושלים - פילע האבן מוחה געווען קעגן די לעצטיגע פילע ארעסטן פון בחורים אין די לוד לופטפעלד פארן זיך נישט שטעלן אין די מדינת ישראל מיליטער, די פראטעסטירער האבן אפגעשטעלט די פארקער אויף הייוועי נומער איינס ביי אריינגאנג צום שטאט.
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
בני ברק - היינט דינסטאג איז פארגעקומען די מעמד יציקת היסודות פאר די נייע בנין מרכז העולמי ישועות משה, וויזניץ, אויף רחוב שלמה המלך, אינדערצייט וואס איבער 500 הונדערט טראקס גיסן די צעמענט אין א צייט אפשניט פון 36 שעה אין איין ציה.
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
רוסלאנד - נישט אידישע באזוכער וואס זענען געקומען צום באקאנטע חיות גארטן אין מאסקווע האבן מיטגעהאלטן מיט שטוינונג ווי א גרופע פון צענדליגע קינדער מיט קאפלעך און פאות שטייען ארום א פרוכט בוים, זינגען דארט ניגונים און דאווענען, דערנאך וואס די ארגאניזירער פון די ארטיגע קינדער פראגראמען האבן די וואך ארויסגענומען אלע קינדער אויף אן אויספלוג צו די מאסקווער טיר-גארטן וואס שטייט שוין פאר איבער 160 יאר און פארמאגט איבער 1,500 ערליי באשעפענישן און עס איז איינע פון די גרעסטע אין די וועלט, און דארט האבן די קינדער געמאכט ברכת אילונות.

דער הויפט רב הרב בערל לאזאר שליט"א וואס איז מיטגעקומען אינאיינעם מיט די קינדער האט אויסגעטיילט מתנות פאר די וואס האבן זיך צוגעשטעלט צו די פראגראמען, אויך איז דער רב ארומגעגאנגען מיט די קינדער און ערקלערט איבער דיני טהרה און טומאה פון חיות און בהמות וואס שטייט אין די וואכענדיגע פרשה, פרשת שמיני, און די קינדער האבן גאר שטארק הנאה געהאט.
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
פוילן - הכנות צום יארצייט פון הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זצ"ל, צו דער יארצייט כ”ה ניסן.
חברים פון סענטראל דזשערסי האט זיך ארויסגעלאזט מיט לייט טורעמעס און אנדערע שווערע עקוויפמענט צו ארויסהעלפן די פייערלעשער וואס ארבעטן שוין פאר לענגערע שעות צו ברענגן א העלישע וואלד פייער וואס ברענט אין אושען קאונטי אונטער קאנטראל.

(Video Credit: Lakewood Alerts)
בד"ה - טראגעדיע: באקאנטער כלל טוער און מנקר רבי מנחם מענדל רייטפארט ע"ה, ל"ע טראגיש אומגעקומען אין עקסידענט

קראון הייטס - ליובאוויטשער חסידים איבער די וועלט און איינוואוינער אין קראון הייטס האבן מיט צער און טרויער אויפגענומען די נייעס איבער די טראגישע אומקום פון איינע פון די באקאנטע איינוואינער אין די געגנט, רבי מנחם מענדל רייטפארט ע"ה אין פריצייטיגן עלטער פון 57 יאר, דערנאך וואס ער איז ל"ע נעכטן דינסטאג אומגעקומען אין א שרעקליכע עקסידענט ביים זיך צוריקקערן פון פלארידע קיין ניו יארק נאכן וויילן דארט אויף יום טוב פסח, די עקסידענט האט פאסירט אויף די איי-95 הייוועי אין די סטעיט דזשארדזשיע ווען ער האט פארלוירן קאנטראל אינמיטן דרייוון, זיין זוהן וואס האט זיך געפונען אינאיינעם מיט אים אין קאר איז מיט ניסים ארויס אהן קיין שווערע וואונדן.

רבי מענדל ע”ה איז אויפגעוואקסן אין בארא פארק און איז א זוהן פון דער בעל מחבר ספרים און פילאנטראפ הרה"ג ר׳ יצחק רייטפארט שליט"א, ער איז פאר לאנגע יארן געווען דער אייגענטומער און אפגעפירט די ׳קראון כשר פלייש מארקעט׳ אויף קינגסטאן עוועניו אין קראון הייטס, ער איז געווען א גרויסע מומחה אין די הלכות פון ניקור און האט די לעצטע יארן געדינט אלס מנקר פאר א צאל חסידי'שע שחיטות אין אמעריקע.

ער איז אויך דורכאויס זיין קורצע לעבן געווען פארמישט אין פילע מעשי חסד זייענדיג א אקטיווער מעמבער פון חברה הצלה, ער איז עטליכע מאל געלאפן אין וואלן פאר פאבליק אפיסעס אלס קאנסערוואטיווער קאנדידאט און פראבירט צו אויפטוען פארן ציבור, ער האט איבערגעלאזט אכט יתומים וואס זענען טיף ערשיטערט און צוטרייסלט פון די שרעקליכע טראגעדיע.

בשורות טובות.
וואשינגטאן - אן איינלאדונג איז אין די טעג ארויסגעשיקט געווארן דורך די ׳פריעדלענדר גרופע אין נאמען פון די אידישע קאנפעדעראציע פון אוקריינע און די אידישע ענקאונטער פון אוקריינע צו א ספעציעלע צערעמאניע וואס וועט פארקומען קומענדיגע וואך מיטוואך אין די באזוכערס צענטער אין די אמעריקאנער קאפיטאל געביידע.

ביים צערעמאניע וועט געגעבן ווערן די מעדאל אויפן נאמען פון דער ארכי-בישאף פון די גריכישע קאטוילישע קירכע אין אוקריינע, אנדרעי שעפטיצקי, פון יאר 1901 ביז זיין טויט אין יאר 1944, ער איז אויסגעשטאנען צו זיין א אידן רעטער ביים צווייטן וועלט קריג ווי ער האט באהאלטן צווישן 150 ביז 200 אידישע קינדער אין קאטוילישע יתומים אנשטאלטן אונטער די פירערשאפט פון די קירכע און אין זיין רעזידענץ אליין האט ער באהאלטן א אידיש קינד א זוהן פון א לאקאלער רב.

די צוויי וואס וועלן ווערן באעהרט איז דער פראנצויזישער אידישע פילאזאף בערנארד הענרי לעווי, און פרוי קאסטענקא, די באקאנטע אוקריינישער שרייבערין און דיכטערין וואס איז 95 יאר אלט.