זעמל
1.62K subscribers
4.88K photos
1.8K videos
1 file
375 links
אידישע נייעס וואס איר זעהט נישט אין ערגעץ

צו באקומען אויף סטאטוס:
https://wa.me/message/GI5J7Z6IZJB2E1

צו באקומען אויף די וואטסעפפ גרופעס:
https://chat.whatsapp.com/E740CMfMpCkDkaan83GuJO

פאר קאמענטארן אדער צו אדווערטייזן:
@ZemelVINAdmin
Download Telegram
Media is too big
VIEW IN TELEGRAM
🚨Post-Yom Tov Digestive Relief alert!

Introducing Super Colin Clens💥

Break down heavy foods, soothe digestion, and lose weight much easier

📞Message Maple Pharmacy now and get free delivery all over plus a special gift 🎁

https://wa.link/lmwwr5
גבעתיים - א דראמא איז אנטשטאנען ביי די רבנים פון דער שטאט גבעתיים ערב שביעי של פסח ווען זיי האבן זיך פראבירט צו פארבינדן צום גוי וואס האט אפגעקויפט די חמץ פון די לאקאלע איינוואוינער, ווען אנגעפרעגט וויפיל אזייגער ער וועט זיין גרייט צו אריבערקומען מוצאי יום טוב צו קענען צוריק אפקויפן די חמץ פון אים האט ער ערשטוינט די רבנים און געענטפערט אז ער געפונט זיך נישט אין לאנד נאר ער איז איז אין אויסלאנד.

די געשיכטע האט זיך אנגעהויבן אזויווי אומעטום ווי די רבני העיר טוען בעפאר פסח פארקויפן די חמץ פון די איינוואוינער, גבעתיים איז נישט געווען אנדערש און די רבנים הרב אשר וויזל און הרב חן סיידה האבן זיך געזעצט ערב יום טוב מיט א לאקאלע גוי און אים פארקויפט אלע חמץ כדת וכדין, ווי יעדן יאר.

נאכן באקומען דעם ענטפער פונעם גוי אז ער איז אין אויסלאנד האבן די רבנים אדורכגעטוהן די סיטואציע מיט עטליכע גדולי ישראל וואס האבן גע׳פסק׳נט אז די מערסטע אויסגעהאלטן איז אויב מען קויפט צוריק די חמץ אבער די לשון השטר איז אויסגעארבעט אז די חמץ זאל צוריקקומען אויך אויב די גוי ווערט פארשוואונדן, אין ענדע האט מען באוויזן אים ארויפצוברענגען אויף א ווירטואלע זיצונג מוצאי יום טוב און די חמץ איז געהעריג געווארן צוריק אפגעקויפט לויט די הלכה.
אוקריינע - אן אנטיסעמיטישע אינצידענט האט פאסירט אום אחרון של פסח ביינאכט ביי די אידישע געמיינדע צענטער אין דער שטאט קריווי-ריא וואס איז די געבורטסשטאט פונעם אידישע פרעזידענט פון לאנד ווילאדימיר זעלענסקי, דערנאך וואס א פלאש באמבע איז געשאסן געווארן אויפן פאדערשטע טיר פון די צענטער און בלויז צוליב די פארשטערקערטע זיכערהייט מאסנאמען וואס די צענטער האט אונטערגענומען צוליב די אנטיסעמיטישע אויפשטייג אין לאנד די לעצטע צייט, האט די געביידע בלויז געליטן מילדע שאדן.

לויט ווי דער רב פון די אידישע געמיינדע אין שטאט ר׳ לירון אדרי האט געזאגט פאר די פרעסע איז די אינצידענט די צווייטע אין א צייט אפשניט פון בלויז איין וואך ווען עטליכע טעג צוריק איז א קאר וואס געהערט פאר די צענטער העסליך וואנדאליזירט געווארן, ער האט גערופן פאר די זיכערהייט אגענטורן אין לאנד צו פארשטערקערן די זיכערהייט ביי אידישע צענטערן און די פאליציי האט געעפנט אן אויספארשונג צו דערגיין די אידענטיטעט פונעם שולדיגן פארשוין.
ירושלים - א שילד איז געווארן ארויסגעשטעלט אויף די תכלת מרדכי גאס נאך די גרויסע ניסים ביי די טעראר אטאקע פארזוך ערב פסח פארלאפענע יאר.
ראשון לציון - אין די טעג איז פארענדיגט געווארן די טייערסטע ארון הקודש אין די וועלט וואס איז פלאצירט אין ישיבת עטרת שלמה אין שטאט אין שפיץ פון דער ראש ישיבה הגאון רבי שלום בער סאראצקין, עס פארמאגט איבער צוויי טאן זילבער וואס האט אפגעקאסט איבער צוויי מיליאן דאלאר און ריזיגע קוואנטומען פון גאלד.
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
אין די צייט וואס טויזנטער אידן קערן זיך צוריק פון פלארידע נאכן וויילן דארט אויף יום טוב פסח איז א דעלטא פליגער אין די ארלענדא לופטפעלד היינט אינדערפרי ארויף אין פלאמען, אלע פאסאזשירן זענען ב”ה עוועקואירט געווארן זיכערערהייט.
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
די אויסערן מיניסטעריום פון קאטאר האט ארויסגעשטעלט א שארפע סטעיטמענט צו פארדאמען א ווידעא וואס איז פאבריצירט געווארן דורך 'עי-איי' דורך א רעכטע אקטיוויסטן גרופע אין מדינת ישראל צו שטופן די מיינונג צו ארויפגיין אויף די הר הבית.

אין די דאזיגע ווידעא זעהט מען ווי די על-אקצא מעטשעט ווערט פארברענט און די בית המקדש השלישי קומט ארויף אנשטאט דעם.
ירושלים - אסרו חג איז ערשינען א בריוו אונטערגעשריבן דורך 26 שדכנים און שדכניות פון חצר הקודש גור פון אלע שטעט לענגאויס ארץ ישראל ווי זיי טוען מעלדן אז נאך א צאל זיצונגען מיט פראפעסיאנאלן און שדכנים האט מען באשלאסן צו ארויפרוקן די פרייז וואס וועט ווערן באצאלט פאר א שדכן נאכן אויספירן א שידוך פון 5,000 שקל איין זייט צו גאנצע 10,000 שקל, לויט ווי די שדכנים ערווענען איז פאר צוואנציג יאר צוריק שוין געווארן איינגעפירט אז יעדע זייט זאל באצאלן טויזנט דאלאר פאר א שדכן און די יעצטיגע ציפער פון צען טויזנט שקל איז די זעלבע ווערד לויט די יעצטיגע עקענאמיע.

די שדכנים שרייבן אז די לעצטע שידוכים סעזאן איז געווען גאר שוואך צוליב די צאל אקטיווע שדכנים וואס איז געווארן ווייניגער און די צאל אויסגעפירטע שידוכים וואס איז געווען גאר נידריג, מיט די נייע פרייז האפט מען צו אריינגעבן מער ענערגיע אין די שדכנים צו קענען אי"ה אויספירן פילע שידוכים און ברענגען פרישע שדכנים צום טיש.

די נייע פרייז וועט אריינגיין אין קראפט אנגעהויבן פון קומענדיגע ראש השנה תשפ"ו הבעל"ט און עס איז בלויז פאר בחורים און מיידלעך וואס זענען העכער די יארגאנג פון צוואנציג יאר, דערביי בעטן די שדכנים אז דער וואס קען זאל באצאלן דעם פרייז אויך פאר שידוכים פון יונגערע בחורים און מיידלעך צו מחזק זיין די שדכנים און אזוי אויך זאל מען פראבירן צו אנהייבן באצאלן די נייע געהעכערטע פרייז שוין פון איצט.
פענסעלוועניע - פארלאפענע ערב שביעי של פסח האט זיך די טעלעפאן אין די הויפטקווארטירן פון חברים פון אראנדזש קאונטי צוקלינגען ווען אויף די אנדערע זייט טרייבל איז געווען א פרוי וואס איז געווען היסטעריש און איבערגעגעבן אז זי האט פארלוירן א גאר טייערע צירונג שטיק אין די מיסט און געבעטן פאר הילף.

זי האט פארציילט אז איר פאמיליע געפונט זיך אין די ׳חי׳ לייפליין׳ קעמפ אין פענסילוועניע אויף חול המועד און ווייסט נישט וואס צו טוהן, זי האט דערביי געבעטן חברים וואס געפונט זיך איבער א שעה אוועק איר ארויסצוהעלפן, נאכן אנפרעגן אויב זי האט פראבירט זיך צו פארבינדן מיט די לאקאלע הילף ארגאניזאציעס און אנדערע אפציעס און נאכן זעהן אז עס איז נישט דא קיין אנדערע הילף אפציע האבן זיך א גרופע וואלונטירן ארויסגעלאזט אין וועג צו העלפן דעם פארלוירענע פרוי, טראץ די פארנומענע חול המועד און ערב יום טוב אומשטענדן.

אנקומענדיג דארט האבן די וואלונטירן אנגעהויבן אויסליידיגן די גרויסע מיסט קאסטן וואס איז געווען אנגעפילט מיט מיסט פון איבער גאנץ יום טוב, נאך עטליכע שעה פון שווערע ארבעט און דורכנישטערן זעקל ביי זעקל איז די טייערע צירונג שטיק אפגעפונען געווארן און צוריקגעקערט געווארן מיט גרויס פאר פרייד פאר די אייגענטומער.
נעפאל - שביעי של פסח שפעט ביינאכט האט דער חב"ד שליח אין קאטמאנדו ר׳ חזקי ליפשיץ מיט זיין פאמיליע זיך אויפגעוועקט פון יארמעליכע קולות, דערנאך וואס די ארבעטער אין די חב"ד הויז וואס האבן קוים מיט צוויי שעה בעפאר געענדיגט סערווירן די סעדות יום טוב פאר די הונדערטער געסט זענען געקומען צו לויפן מיט שרעק און דערציילט אז א פארשוין טאנצט אויפן דאך.

אריינגעקומענדיג אין די בית חב"ד האבן זיי געפונען א פארשוין אין די דרייסיגער יארן פון נארוועגיע וואס האט מיט א ווילדקייט וואנדאליזירט און צובראכן אלס וואס איז אים געווען פארנט פון די אויגן.

די פאליציי איז זאפארט אנקומען צום סצענע נאכן אלאמירט ווערן דורך די נישט אידישע ארבעטער און אריינגענומען דעם פארשוין אין ארעסט, זיי פארשן אויס אויב זיינע מאטיוון זענען געווען אנטיסעמיטיש פארבינדן און האבן דעריבער פארשטערקערט די וואך ארום די בית חב"ד, לויט ווי דער חב"ד שליח זאגט האט ער דורכאויס זיין 25 יאר וויילן אין נעפאל נאכנישט בייגעוואוינט אזא אינצידענט.
קראון הייטס - אידישע איינוואוינער אויף ברוקלין עוועניו און אויף קראון סטריט זענען פריער אריין אין פאניק ווען עס האט זיך געהערט קולות פון א רונדע קוילן וואס זענען געשאסן געווארן עטליכע מינוט פאר 9:00 אזייגער ביינאכט.

לויט די פאליציי האט דער שיסער געשאסן 4 אדער 5 קוילן אין ריכטונג פון א הויז אויפן גאס וואס לויט באריכטן וואוינט דארט איינע פון גרויסע פארברעכערישע באנדעס, זיי האבן באלד פארשלאסן די גאס און געפענט אן אויספארשונג.
לאנדאן - אן אייגנארטיגע קאמפיין לויפט דורך 'ערבים יו. קעי.',
ווי זיי רופן פאר נייע רעגיסטראציעס אויף א שארפע וועג, מיט פאשקעווילן נוסח ירושלים צו פארמיידן פון דארפן באהענגען די שטאט מיט געלט קאמפיינס אין פאל פון א טראגעדיע רח"ל.
די מארקעטינג איז דורך די בארימטע טאקטיק פירמע.
קאנאדע - דריי אידישע ביזנעסער אין דער שטאט טארנהיל אין די אונטעריא פראווינץ זענען דורכאויס פארלאפענע שבת שביעי של פסח איינגעבראכן געווארן, טראץ דעם וואס די פאליציי אויספארשער זאגן אז די אינצידענטן איז געווען פינאנציעל מאטיווירט זאגן אידישע געמיינדע פירער אז דאס זיך איינברעכן אין אידישע ביזנעסער טוהט אנזייען שרעק און כאאס ביי די לאקאלע אידישע געמיינדע.

איינע פון די געשעפטן וואס זענען איינגעבראכן געווארן איז די ׳מיי זיידי׳ס פיצא׳ געשעפט וואס איז אויפגעשטעלט געווארן מיט צענדליגע יארן צוריק און די געשעפט איז באקאנט צו זיין א נאסטאלגישע טייל פון די אידישע היסטאריע אין די געגנט, די אייניקל פון די גרינדער פרוי לאנטסמאן וואס איז די דעפיוטי פירער פון די קאנסערוואטיווע פארטיי אין קאנאדע, האט אנגערופן דער אינצידענט א שריט צו אפשרעקן די אידישע געמיינדע, זי זאגט אז די לאנד איז נישט צום דערקענען מיט די גרויסע אויפשטייג פון אנטיסעמיטישע אינצידענטן אין די לעצטע צייט און האט פארשפראכן אז אויב וועלן די קאנסערוואטיוון זיגן ביי די בעפארשטייענדע וואלן קומענדיגע וואך וועט דאס קומען צו אן אפשטעל.
ארץ ישראל - די ועד הישיבות האט ארויסגעשטעלט א מעלדונג אין בעפארברייטונג צום זומער זמן, צו בחורים וואס זענען קינדער פון איזראעלי בירגער וואס קומען פון אויסלאנד לערנען אין ארץ ישראל.

זיי פאדערן אויף אז מ׳זאל טוישן די בירגערשאפט סטאטוס ביי די לאקאלע קאנסולאט צו זיין דעזיגנירט אלס קינד פון אימיגראנטן און אזוי ארום פארמיידן פראבלעמען אנבלאנגט די גיוס געזעץ ביים אנקומען קיין ארץ ישראל.
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
קרית יואל - א העלישע פייער האט אויסגעבראכן די נאכט ביי א הויז וואס באלאנגט פאר א איד אויף מאונטען פארק ראוד אין מאנרא.
ניו יארק - די קלעימס קאנפערענץ ארגאניזאציע וואס געבט זיך אפ מיט פינאנציעלע שטיצע פאר איבערלעבער פון די האלאקאוסט האט דינסטאג ארויסגעשטעלט זייער יערליכע באריכט איבער די צאל קריגס איבערלעבער וואס זענען נאך געבליבן ביים לעבן, די ציפער שטייט ביי 220,800 וואס וואוינען אויסגעשפרייט אין 90 לענדער איבער די וועלט.

אומגעפער האלב פון אלע איבערלעבער וואוינען היינט צוטאגס אין ארץ ישראל, 18 פראצענט וואוינען אין אמעריקע, 17 פראצענט אין אייראפע פון דעם 9 פראצענט אין פראנקרייך, און 12 פראצענט וואוינען אין לענדער וואס זענען געווען א טייל פון די סאוויעטישע פאראיין.

די עלטסטע קריגס איבערלעבערין איז 113 יאר און איז געבוירן אין יאר 1912 און די יונגסטע זענען 78 יאר און זענען געבוירן אין יאר 1946, א מערהייט איבערלעבער זענען געווען קינדער ביים קריג און זענען געבוירן צווישן 1928 ביזן ענדע קריג.
בני ברק - פארלאפענע זונטאג נאכט נאכן מסע הלוויה פון הגאון רבי מאיר מאזוז זצ"ל ראש ישיבת כסא רחמים און מגדולי מנהיגי יהדות ספרד אין ארץ ישראל איז זיין קליין זיבן יעריג אייניקל ינון כהן געגאנגען שלאפן מיט א געפיל פון ווייטאג נאכן פארלירן זיין ליבליכע גרויסן זיידע, אינמיטן נאכט האט ער זיך גע׳חלום׳ט ווי זיין זיידע וואס איז קוים מיט עטליכע שעה בעפאר געקומען לקבורה קומט צו איהם אין חלום, צום ערשט האט ער זיך דערשראקן אבער נאכן זעהן די פרידליכע אויגן האט ער זיך דערנענטערט צו אים.

רבי מאיר זצ"ל האט זיך צוגערוקט צום קינד וואס איז א זוהן פון זיין איידעם הגאון רבי ליאור כהן שליט"א און אים געזאגט מיט קורצע טרעפליכע ווערטער אז מ׳זאל זעהן צו ממשיך זיין זיינע דרכים, די ווערטער זענען איינגעקריצט געווארן אין הארץ פון דעם קינד און ביים זיך ערוועקן האט ער באלד פארציילט פאר זיינע עלטערן איבער דעם וואונדערליכע חלום.
ענגלאנד - באזוכער וואס זענען אין די לעצטע טעג אנגעקומען צו די קליסאלד פארק אין די העקני געגנט האבן געפונען דעם פארק וואנדאליזירט און אנגעפירקלט מיט אנטיסעמיטישע סימבאלן, די וואנדאלן האבן גענוצט בלויע פארב צו פירקלען אויף די גליטשערס און אנדערע שפילצייגן ווי אויך האבן זיי געפירקלט זעקס האקנקרייצן אויף שטיינער אינעם קינדער פארק.

די פארק געפונט זיך א שפאן אוועק פון צוויי אידישע שוהלן אין די געגנט וואס גרעניצן זיך מיטן פארק, די עדת ישראל שוהל און דער נארט לאנדאן קהילה.

די העקני קאונסיל האט גלייך אויפגערייניגט די פירקלונגען און די פאליציי פארשט אויס דעם אינצידענט ווי א האס פארברעכן.
לעיקוואוד - שטייענדיג נאך יום טוב פסח האט הצלה פון סענטראל דזשערסי ארויסגעשטעלט די ציפערן פון די פארגאנגענע פארנומענע יום טוב סעזאן, ווען וואלונטירן האבן דורכאויס די אכט טעג יום טוב געדעקט איבער 416 רופן וואס פון דעם זענען 198 געווען טראנספארטאציעס צו שפיטעלער און ביי 34 פעלער האט מען געדארפט צוקומען צו הילף פון פאראמעדיקס.

אין דער סטעיטמענט האבן זיי אויסגעדרוקט א ספעציעלן דאנק פאר די וואלונטירן זעלבסט וואס האבן אוועקגעגעבן פון זייער טייערע צייט און זיך אוועקגעריסן פון וויילן מיט די פאמיליע ביי די סדרים אדער יום טוב סעודות צו חול המועד מיטן לויפן ראטעווען אידן אין פאל פון נויט.