זעמל
1.62K subscribers
4.85K photos
1.78K videos
1 file
370 links
אידישע נייעס וואס איר זעהט נישט אין ערגעץ

צו באקומען אויף סטאטוס:
https://wa.me/message/GI5J7Z6IZJB2E1

צו באקומען אויף די וואטסעפפ גרופעס:
https://chat.whatsapp.com/E740CMfMpCkDkaan83GuJO

פאר קאמענטארן אדער צו אדווערטייזן:
@ZemelVINAdmin
Download Telegram
שר וגדול נפל בישראל: פטירה פון הגאון רבי מאיר מאזוז זצ"ל ראש ישיבת כסא רחמים

בני ברק - די ספרדי'שע תורה וועלט אין ארץ ישראל האט דעם שביעי של פסח פארלוירן איינע פון אירע מנהיגים הגאון רבי מאיר מאזוז זצ"ל ראש ישיבת כסא רחמים, וואס איז נפטר געווארן אין עלטער פון 80 יאר נאכן נישט זיין געזונט פאר א קורצע וויילע.

דער ראש ישיבה זצ"ל איז געבוירן אום י"ג ניסן תש"ה אין דער לאנד טוניזיע צו זיין פאטער הגאון רבי מצליח מאזוז הי"ד וואס האט געדינט אלס דיין פון די ארטיגע קהילה, ער איז אויפגעוואקסן אין שאטן פון די קהילה וואו ער איז געשטיגן בדרכי התורה והיראה, אין יאר תשל"א נאך וואס זיין פאטער רבי מצליח הי"ד איז קאלטבלוטיג ערמארדעט געווארן דורך אן אראבער איז ער ארויף געגאנגען קיין ארץ ישראל אינאיינעם מיט זיין פאמיליע און אויפגעשטעלט די ישיבה כסא רחמים וואס איז אויסגעשטיגן אלס א מאסיווע תורה נעץ וואס פארמאגט מוסדות פאר יונגלעך און מיידלעך, ווי אויך א צאל ישיבות און כוללים.

דער ראש ישיבה זצ"ל איז געווען א גרויסע מדקדק און בקי אין די מסורה פון די טוניזיער אידענטום און דאס אנגעהאלטן און ווייטער איבערגעגעבן פאר די קומענדיגע דורות, ער האט פארפאסט צענדליגע ספרים און געגעבן שיעורים מיט זיין אייגנארטיגע צוגאנג וואס האבן געצויגן טויזנטער מקשיבים אינערהאלב די ספרדי'שע געמיינדע.

על פי צוואתו זענען נישט פארגעקומען קיין הספדים נאר עטליכע ספרדי'שע גדולי התורה האבן איבערגעגעבן דברי חיזוק והתעוררות, ווען צום ענדע איז הגאון רבי צמח מאזוז שליט"א דער ברודער פונעם ראש ישיבה זצ"ל, אויפגענומען געווארן אלס ממלא מקומו צו שטיין אין שפיץ פון די תורה אימפעריע כסא רחמים.

טויזנטער אידן זענען ארויסגעקומען היינט אסרו חג אין ארץ ישראל צו באגלייטן דעם מיטה און אפגעבן דעם כבוד האחרון פארן גרויסן גאון זצ"ל וואס האט געדינט אלס דער לייכט טורעם און וועגווייזער פאר די ספרדי'שע אידנטום ביי דער מסע הלוויה וואס איז ארויס געגאנגען פון די ישיבה אין בני ברק אויפן וועג צו די פאנאוויטשער בית החיים וואו ער איז געקומען למנוחות.

יהא זכרו ברוך.
ארץ ישראל- צוויי ישיבה בחורים וואס זענען זונטאג אינדערפרי אנגעקומען צו די לוד לופטפעלד מיטן פלאן צו ארויסגיין פון לאנד זענען ארעסטירט געווארן צוליבן זיך נישט שטעלן צום מיליטער, מיט די הילף פון עסקנים האט מען באוויזן צו באפרייען די בחורים נאך עטליכע שעה וואס זיי האבן געוויילט אין דער מיליטערישע טורמע.
בארא פארק - מיט צער און ווייטאג מעלדן מיר די בשורה איבער די פטירה פון כ”ק הגה"צ רבי מרדכי שטיין זצ"ל גאב"ד פאלטישאן וואס איז נפטר געווארן דעם ערשטן טאג יום טוב אין עלטער פון 84 יאר נאכן נישט זיין געזונט פאר א לענגערע צייט.

די לוויה איז ארויס געגאנגען פון פאלטישאנער ביהמ"ד דעם צווייטן טאג יום טוב, דערנאך ביי ביהמ"ד מונקאטש, דערנאך איז דער רב זצ"ל געפירט געווארן קיין לאנג איילענד וואו ער איז געקומען לקבורה.

יהא זכרו ברוך.
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
ירושלים - נעילת החג אין חצה"ק בעלזא.
חיפה - א חרדי'שער איד האט דעם חול המועד זוכה געווען צו אפראטעווען טויזנטער אידן פון עובר זיין אויף די הארבע איסור פון עסן חמץ אום פסח ווען עס האט אים דערביי אפגעקאסט די ריזן סומע פון צוויי און אכציג טויזנט שקל, דורכן אפקויפן דעם גאנצן סטאק פון חמץ ביי א פעסטיוואל.

עס האט פאסירט ווען דער איד איז געגאנגען חול המועד האלטן נעבן די וואסער ברעג אין דער שטאט חיפה וואו ער האט געזען ווי עס טוהט זיך לעבעדיג ביי א גרויסע פרייע פעסטיוואל, ער האט דאן באמערקט ווי הונדערטער באטייליגטע עסן ליידער פיצא און טרינקען ביר בעצם יום טוב פסח, ער האט נישט געטראכט קיין צוויי און באלד זיך אנגעגארטלט מיט א קנאות של מצווה דאס צו אפהאלטן.

ער איז צוגעגאנגען צו די ארגאניזירער און געבעטן אז ער וויל באשטעלן די גאנצע קוואנטום פון פיצא און ביר וואס זיי האבן געהאט צוגעגרייט, צום ערשט האבן זיי געמיינט אז ער איז אראפ פון זינען אבער נאכן זעהן אז ער מיינט עס ערנסט האבן זיי האבן אים געמאלדן די פונקטליכע ציפער וואס דאס וועט אפקאסטן, גאנצע 82,300 שקל.

דער איד האט זיך פארבינדן צו זיינס א באקאנטער וואס איז פארמעגליך און פארציילט וואס ער האט באמערקט, יענער האט באלד אנגעבאטן צו אפיר געבן די גאנצע סומע געלט מיטן ציל צו אפראטעווען טוינטער אידן פון נכשל ווערן מיטן עסן חמץ, נאכן באצאלן דעם פולן סומע האבן די ארבעטער אויסגעגאסן די צענדליגע ריזיגע פעסער ביר און געמאכט א גרויסע פייער ווי מען האט פארברענט די הונדערטער קעסטלעך פיצא כדת וכדין.
רוסלאנד - די קרעמלין האט פארלאפענע דאנערשטאג געמאלדן אז פרעזידענט פוטין וועט געבן א מעדאל פון באעהרונג פארן הויפט רב פון לאנד הרב בערל לאזאר, פאר זיין שטענדיגע ארבעט צו צונויפברענגען אלע רעליגיעס און לאנד.
פארלאפענע ערב שביעי של פסח האט א ליכט אויפגעשיינט ביי די קאגאן פאמיליע, ווען עס איז געבוירן געווארן א טאכטער ביי הק’ ר׳ צבי קאגאן הי"ד, וואס איז בארבאריש אומגעברענגט געווארן דורך איסלאמישע טעראריסטן מיט א האלבע יאר צוריק אין די אראבישע עמיראטן.
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
בני ברק - די ערשטע רונדע פון פון פריש געבאקענע חמץ ווערט צוכאפט מוצאי פסח אין דער באקאנטע 'מאפיית וויזניץ' בעקעריי.
בארא פארק - א העלישע פייער האט אויסגעבראכן היינט פארטאגס קעגנאיבער די גאראזדש פון חברה הצלה וואס איז סטאנציאנירט אויף דער זעכצנטע עוועניו צווישן די 52'סטע און 53'סטע סטריט, וואו א הצלה קאר און א פריוואטע מיניווען זענען ארויף אין פלאמען און טאטאל פארניכטעט געווארן, די סצענע האט אנגעמאכט א גרויסע ספעקטאקל אויף די גאס ווען אידן זענען געווען אויפן וועג צו מקיים זיין די מנהג פון השכמה אום אסרו חג.

פייערלעשער זענען אנגעקומען צום סצענע ווען ביידע קארס זענען שוין געווען איינגעהילט אין פלאמען און דאס אפגעהאלטן פון זיך ווייטער פארשפרייטן און בליץ שנעל פארלאשן, ב"ה קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן.

די אורזאך פונעם פייער איז דערווייל אומבאקאנט אבער ווי די פאליציי אינאיינעם מיט די פייער דעפארטמענט זאגן אז נאכן דורכקוקן די זיכערהייט קעמעראס פון די סצענע זעהט נישט אויס אז די פייער איז פארבינדן מיט אן ארסאן אטאקע נאר ווארשיינליך האט די קאר זעלבסט אויפגעריסן וואס האט פאראורזאכט אן עלעקטריק פייער.

(Video Credit: Boro Park Scopp)
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
מי כעמך ישראל: פלארידע - א איד אין ארלענדא האט אונטערגענומען א פראיעקט צו צוזאמנעמען די איבעריגע עסן פון פסח פון פארשידענע פראגראמען און פאמיליעס אין די געגנט און עס וועט ווערן פארטיילט דורך תומכי שבת און אנדערע הילף ארגאניזאציעס.
מאסקווע - אויפן איינלאדונג פון דער רוסישער הויפט רב הרב בערל לאזאר שליט"א איז די טראפאנאוו פאמיליע וואס פארמאגט רוסישע בירגערשאפט געקומען קיין רוסלאנד צו פראווען דעם יום טוב פסח אלס געסט פון די קהילה, מרת טראפאנאוו די מוטער פון דער באפרייער פארכאפטער משכון אלכסנדר טראפאנאוו, האט געגעבן א צאל אויפטריטן פאר די פרויען פון די אידישע קהילה און האט פארציילט די גרויסע ניסים און איר שטארקע דערנענטערנוג צו אידישקייט אין די לעצטע יאר אהאלב.

מיטוואך חול המועד איז די פאמיליע אריבערגערופן געווארן צום קרעמלין אויף א ספעציעלע אודיענץ מיט פרעזידענט ווילאדימיר פוטין, אינאיינעם מיט די פאמיליע איז מיטגעקומען דער הויפט רב פון לאנד הרב בערל לאזאר שליט"א און דער פארזיצער פון די אידישע געמיינדע הרב אלכסנדר בארדא שליט"א, וואס איז געווען די ערשטע מאל וואס פוטין האט אויף גענומען משכונות וואס זענען באפרייט געווארן פון עזה געפענגעניש.

ביים זיצונג האט פרוי טראפאנאוו זיך באדאנקט פאר פוטין פארן נוצן זיין דיפלאמאטישע מאכט און נאנטע פארבינדונגען מיט איסלאמישע לענדער צו לייגן דרוק אויף די כאמאס טעראר גרופע זיי צו באפרייען און אים געבעטן צו ווייטער ארבעטן צו פירן צו דער באפרייאונג פון די איבעריגע 59 משכונות וואס געפונען זיך אונטער שרעקליכע אומשטענדן אין עזה שוין גאר א לאנגע צייט.

ביים ענדע האט פרוי טראפאנאוו פארציילט פאר פוטין אז פיר דורות פון איר פאמיליע זענען פארכאפט געווארן, זי מיט איר מוטער און זוהן דורך כאמאס אום אקטאבאר זיבן און איר באבע דורך די נאציס ימ"ש ביים צווייטן וועלט קריג.
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
נעילת החג ביי מרן אדמו"ר מוויזניץ אינעם בית האכסניה אין לאס אנדזשעלעס.
Media is too big
VIEW IN TELEGRAM
🚨Post-Yom Tov Digestive Relief alert!

Introducing Super Colin Clens💥

Break down heavy foods, soothe digestion, and lose weight much easier

📞Message Maple Pharmacy now and get free delivery all over plus a special gift 🎁

https://wa.link/lmwwr5
גבעתיים - א דראמא איז אנטשטאנען ביי די רבנים פון דער שטאט גבעתיים ערב שביעי של פסח ווען זיי האבן זיך פראבירט צו פארבינדן צום גוי וואס האט אפגעקויפט די חמץ פון די לאקאלע איינוואוינער, ווען אנגעפרעגט וויפיל אזייגער ער וועט זיין גרייט צו אריבערקומען מוצאי יום טוב צו קענען צוריק אפקויפן די חמץ פון אים האט ער ערשטוינט די רבנים און געענטפערט אז ער געפונט זיך נישט אין לאנד נאר ער איז איז אין אויסלאנד.

די געשיכטע האט זיך אנגעהויבן אזויווי אומעטום ווי די רבני העיר טוען בעפאר פסח פארקויפן די חמץ פון די איינוואוינער, גבעתיים איז נישט געווען אנדערש און די רבנים הרב אשר וויזל און הרב חן סיידה האבן זיך געזעצט ערב יום טוב מיט א לאקאלע גוי און אים פארקויפט אלע חמץ כדת וכדין, ווי יעדן יאר.

נאכן באקומען דעם ענטפער פונעם גוי אז ער איז אין אויסלאנד האבן די רבנים אדורכגעטוהן די סיטואציע מיט עטליכע גדולי ישראל וואס האבן גע׳פסק׳נט אז די מערסטע אויסגעהאלטן איז אויב מען קויפט צוריק די חמץ אבער די לשון השטר איז אויסגעארבעט אז די חמץ זאל צוריקקומען אויך אויב די גוי ווערט פארשוואונדן, אין ענדע האט מען באוויזן אים ארויפצוברענגען אויף א ווירטואלע זיצונג מוצאי יום טוב און די חמץ איז געהעריג געווארן צוריק אפגעקויפט לויט די הלכה.
אוקריינע - אן אנטיסעמיטישע אינצידענט האט פאסירט אום אחרון של פסח ביינאכט ביי די אידישע געמיינדע צענטער אין דער שטאט קריווי-ריא וואס איז די געבורטסשטאט פונעם אידישע פרעזידענט פון לאנד ווילאדימיר זעלענסקי, דערנאך וואס א פלאש באמבע איז געשאסן געווארן אויפן פאדערשטע טיר פון די צענטער און בלויז צוליב די פארשטערקערטע זיכערהייט מאסנאמען וואס די צענטער האט אונטערגענומען צוליב די אנטיסעמיטישע אויפשטייג אין לאנד די לעצטע צייט, האט די געביידע בלויז געליטן מילדע שאדן.

לויט ווי דער רב פון די אידישע געמיינדע אין שטאט ר׳ לירון אדרי האט געזאגט פאר די פרעסע איז די אינצידענט די צווייטע אין א צייט אפשניט פון בלויז איין וואך ווען עטליכע טעג צוריק איז א קאר וואס געהערט פאר די צענטער העסליך וואנדאליזירט געווארן, ער האט גערופן פאר די זיכערהייט אגענטורן אין לאנד צו פארשטערקערן די זיכערהייט ביי אידישע צענטערן און די פאליציי האט געעפנט אן אויספארשונג צו דערגיין די אידענטיטעט פונעם שולדיגן פארשוין.
ירושלים - א שילד איז געווארן ארויסגעשטעלט אויף די תכלת מרדכי גאס נאך די גרויסע ניסים ביי די טעראר אטאקע פארזוך ערב פסח פארלאפענע יאר.
ראשון לציון - אין די טעג איז פארענדיגט געווארן די טייערסטע ארון הקודש אין די וועלט וואס איז פלאצירט אין ישיבת עטרת שלמה אין שטאט אין שפיץ פון דער ראש ישיבה הגאון רבי שלום בער סאראצקין, עס פארמאגט איבער צוויי טאן זילבער וואס האט אפגעקאסט איבער צוויי מיליאן דאלאר און ריזיגע קוואנטומען פון גאלד.