זעמל
1.62K subscribers
4.86K photos
1.79K videos
1 file
373 links
אידישע נייעס וואס איר זעהט נישט אין ערגעץ

צו באקומען אויף סטאטוס:
https://wa.me/message/GI5J7Z6IZJB2E1

צו באקומען אויף די וואטסעפפ גרופעס:
https://chat.whatsapp.com/E740CMfMpCkDkaan83GuJO

פאר קאמענטארן אדער צו אדווערטייזן:
@ZemelVINAdmin
Download Telegram
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
ארץ ישראל - ניסים אין מודיעין עילית.
פוילן - דעם מאנטאג און דינסטאג איז אפגעהאלטן געווארן אין ווארשא א קאנפערענץ פון די קולטור מיניסטארן פון די אייראפעישע פאראיין וואו עס איז געווארן אונטערגעשריבן אן אפמאך צווישן די גריכישער קולטור מיניסטאר פרוי מעדאני און די פוילישער קולטור מיניסטאר פרוי ווראבלעבווסקא צו צוריקקערן 76 אידישע אנטיקן וואס זענען גערויבט געווארן דורך די נאציס ימ"ש ביים צווייטן וועלט קריג.

די צוויי מיניסטארן האבן אונטערגעשריבן דעם אפמאך ווען עס זענען געווען אנוועזנד די דירעקטארס פון די אידישע מאזעאום פון ווארשא וואו די אנטיקן ווערן אצינד געהאלטן און פון די אידישע מאזעאום אין דער שטאט אטען אין גריכנלאנד וואו די אנטיקן וועלן געברענגט ווערן ביז ענדע דעם יאר אין א אקט וואס ווערט באצייכנט אלס קולטורעלע יוסטיץ.

צווישן די 76 אנטיק ווערק געפונט זיך היסטארישע כתרי תורה און מענטעלעך וואס זענען גערויבט געווארן פון די אידישע שטעט אין גריכנלאנד, מערסטנסס פון זיי פון די שטאט סאלאניקי פון די צייט וואס די נאציס ימ"ש האבן ליידער אויסגעראטן די אידישע געמיינדעס אין גריכנלאנד און אומגעברענגט 60 טויזנט גריכישע אידן הי"ד, וואס האט אויסגעמאכט 83 פראצענט פון די ארטיגע אידישע באפעלקערונג.
קראון הייטס - הרב מענדל קאטלארסקי פון מרכז 302 האט נעכטן געמאלדן אין די חב"ד הויפטקווארטירן אז צו אפצייכענען דעם 123׳סטע געבורטסטאג פונעם ליובאוויטשער רבי זצ"ל איז אויפגענומען געווארן 35 נייע חב"ד שלוחים איבער די וועלט, ווי איבער אמעריקע, קאנאדע, ענגלאנד, אפריקע, רוסלאנד, האלאנד, און נאך א צאל לענדער.
Media is too big
VIEW IN TELEGRAM
דער באקאנטע וויין מבין ר' אליעזר אונגאר שטעלט פאר א נייע חידוש, דאסמאל רעדט זיך עס פון ווייסע וויין, די ווייסע אמיקאל פארמאגט אן אינטערסאנטע לימענע פלעיוואר געמאכט פון די דאזיגע דריי טרויבן pinot bianco, gewurztraminer, chardonnay, וואס וועט פארקויפט אין די געשעפן פאר א נישטיגע 24 דאלאר ווי אויך די פייוו סטאון (Five stones Nobility) געמאכט 95 פראצענט פון שארדאנעי, וואס איז נאך עוועילעבעל אין די געשעפטן פאר 50 דאלאר וואס איז א רייכע געשמאקע הויכע קוואליטעט וויין.
ארגענטינע - סעבאסטיאן באסו, דער הויפט פראקוראר באויפטראגט אויף די קעיס פון די באמבארדירונג אויף די אידישע אמיע צענטער האט אריינגעגעבן אן אפיציעלע פארלאנג צו די פעדעראלע געריכט אין לאנד אז זיי זאלן ארויסשטעלן א נאציאנאלע און אינטערנאציאנאלע ארעסט באפעל אויפן איראנער פירער אייאטאלע עלי כאמינאי פאר זיין טייל אין די באמבארדירונג.

אין די פארלאנג פון פראקוראר באסו צום פעדעראלע ריכטער דאניעל ראפעקאס צייגט ער באווייזן אז דער אייאטאלע איז געווען דירעקט פארמישט אין פלאנירן און אויספירן דעם שוידערליכע באמבארדירונג אויף די אידישע אמיא צענטער אין יאר 1994 וואס האט איבערגעלאזט 85 טויט און נאך 300 פארוואונדעטע, ער זאגט אז כאמינאי האט פערזענליך אונטערגעשריבן אן עקזעקוטיוו ארדער צו באשטעטיגן די באמבארדירונג וואס זיין לאנד האט פינאנצירט און איז אויסגעפירט געווארן דורך די כיזבאללא טעראר גרופע.
קאנאדע - די פאליטישע געמיטער אין דער שטאט ווענקאווער אין די בריטיש קאלאמביע פראווינץ אין קאנאדע זענען גאר היציג די לעצטע עטליכע טעג נאך וואס עס איז ארויפגעשווימען א צאל פאוסטס אויף סאציאלע מידיע ארויסגעשטעלט דורך א נארוואס ערוועלטע סיטי קאונסיל מיטגליד וואס הערן זיך אנטיסעמיטיש און ווי ער גלייבט אין קאנספיראציע טעאריעס אז די אידן פירן די וועלט.

די רעדע איז פון דער קאונסיל מיטגליד שוען אור וואס איז אריינגעוועלט געווארן געווארן אויפן טיקעט פון די לינקע ׳קאאליציע פון פראגרעסיווע עלעקטארס׳ פארטיי ביי די וואלן וואס איז פארגעקומען מיט עטליכע טעג צוריק, ער האט געשריבן אויף סאציאלע מידיע אז יעדער ווייסט אז ווענקאווער סיטי ווערט קאנטראלירט דורך א געהיימע נעץ פון אידן וואס זיצן אין א בונקער טיף אין די ערד, אויך האט ער גאר שטארק אטאקירט מדינת ישראל און זיי באשולדיגט מיט פאלשע באשולדיגונען.

די אידישע פעדעראציע פון גרעיטער ווענקאווער האט פארדאמט זיינע ווערטער וואס זענען קאנספיראציעס פון די מיטל אלטער וואס נאר זיי איבערזאגן ברענגט צו מער אנטיסעמיטיזם און גערופן ער זאל זיך אנטשולדיגן אדער אפטרעטן פון אמט, אויך האט די קאנסערוואטיווע פארטיי פון בריטיש קאלאמביע ארויסגעשטעלט א לענגערע סטעיטמענט אים צו פארדאמען.
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
קעטסקילס - ערב פסח ביי די כלל ישראל שוהל אין וואודבורן.
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
וויליאמסבורג - סעניטאציע ארבעטער זענען היינט געזען געווארן אויף בעדפארד עוועניו וואו זיי האבן אפגענומען א גאנצע הויפן מאגאזינען וואס זענען געלעגן אויפן טעראטור און נישט אין די ספעציעלע סטענדס, די עסקנים זאגן אז דאס לייגן מאגאזינען אויפן טעראטור איז אומלעגאל און אויב קומען אריין אנקלאגעס דערוועגן קען מען קריגן א שווערע געלט שטראף.
קרית יואל - פרישע פלענער צו אנעקסירן 200 אקער לאנד דורך די ווילעדזש צו קרית יואל.
וואשינגטאן - פרעזידענט טראמפ האט ארויסגעשטעלט א סטעיטמענט ווי ער האט געמאלדן אז ער האט אויפגענומען דער היימישע ביזנעסמאן פון מיאמי ר׳ יהודה קאפלאן אלס דער ספעציעלער שליח צו באקעמפן קעגן אנטיסעמיטיזם.

טראמפ שרייבט אז ר׳ יהודה איז דער ריכטיגער פערזאן צו קעמפן קעגן אנטיסעמיטיזם וואס איז גאר הויעך געשטיגן אין די לאנד, זייענדיג א שטארקער אדוואקאט פאר אידישע אינטערעסן.
LIVE STREAM NOW AVAILABLE!


Chasidish Farbreng put together a live stream for tonight’s event for all to enjoy regardless of location.

Purchase a ticket here:
https://perlmanproductions.com
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
Watch these shows—and discover hundreds more!

Explore our full library at: https://mostlymusic.com
שר וגדול נפל בישראל: פטירה פון הגאון רבי מאיר מאזוז זצ"ל ראש ישיבת כסא רחמים

בני ברק - די ספרדי'שע תורה וועלט אין ארץ ישראל האט דעם שביעי של פסח פארלוירן איינע פון אירע מנהיגים הגאון רבי מאיר מאזוז זצ"ל ראש ישיבת כסא רחמים, וואס איז נפטר געווארן אין עלטער פון 80 יאר נאכן נישט זיין געזונט פאר א קורצע וויילע.

דער ראש ישיבה זצ"ל איז געבוירן אום י"ג ניסן תש"ה אין דער לאנד טוניזיע צו זיין פאטער הגאון רבי מצליח מאזוז הי"ד וואס האט געדינט אלס דיין פון די ארטיגע קהילה, ער איז אויפגעוואקסן אין שאטן פון די קהילה וואו ער איז געשטיגן בדרכי התורה והיראה, אין יאר תשל"א נאך וואס זיין פאטער רבי מצליח הי"ד איז קאלטבלוטיג ערמארדעט געווארן דורך אן אראבער איז ער ארויף געגאנגען קיין ארץ ישראל אינאיינעם מיט זיין פאמיליע און אויפגעשטעלט די ישיבה כסא רחמים וואס איז אויסגעשטיגן אלס א מאסיווע תורה נעץ וואס פארמאגט מוסדות פאר יונגלעך און מיידלעך, ווי אויך א צאל ישיבות און כוללים.

דער ראש ישיבה זצ"ל איז געווען א גרויסע מדקדק און בקי אין די מסורה פון די טוניזיער אידענטום און דאס אנגעהאלטן און ווייטער איבערגעגעבן פאר די קומענדיגע דורות, ער האט פארפאסט צענדליגע ספרים און געגעבן שיעורים מיט זיין אייגנארטיגע צוגאנג וואס האבן געצויגן טויזנטער מקשיבים אינערהאלב די ספרדי'שע געמיינדע.

על פי צוואתו זענען נישט פארגעקומען קיין הספדים נאר עטליכע ספרדי'שע גדולי התורה האבן איבערגעגעבן דברי חיזוק והתעוררות, ווען צום ענדע איז הגאון רבי צמח מאזוז שליט"א דער ברודער פונעם ראש ישיבה זצ"ל, אויפגענומען געווארן אלס ממלא מקומו צו שטיין אין שפיץ פון די תורה אימפעריע כסא רחמים.

טויזנטער אידן זענען ארויסגעקומען היינט אסרו חג אין ארץ ישראל צו באגלייטן דעם מיטה און אפגעבן דעם כבוד האחרון פארן גרויסן גאון זצ"ל וואס האט געדינט אלס דער לייכט טורעם און וועגווייזער פאר די ספרדי'שע אידנטום ביי דער מסע הלוויה וואס איז ארויס געגאנגען פון די ישיבה אין בני ברק אויפן וועג צו די פאנאוויטשער בית החיים וואו ער איז געקומען למנוחות.

יהא זכרו ברוך.
ארץ ישראל- צוויי ישיבה בחורים וואס זענען זונטאג אינדערפרי אנגעקומען צו די לוד לופטפעלד מיטן פלאן צו ארויסגיין פון לאנד זענען ארעסטירט געווארן צוליבן זיך נישט שטעלן צום מיליטער, מיט די הילף פון עסקנים האט מען באוויזן צו באפרייען די בחורים נאך עטליכע שעה וואס זיי האבן געוויילט אין דער מיליטערישע טורמע.
בארא פארק - מיט צער און ווייטאג מעלדן מיר די בשורה איבער די פטירה פון כ”ק הגה"צ רבי מרדכי שטיין זצ"ל גאב"ד פאלטישאן וואס איז נפטר געווארן דעם ערשטן טאג יום טוב אין עלטער פון 84 יאר נאכן נישט זיין געזונט פאר א לענגערע צייט.

די לוויה איז ארויס געגאנגען פון פאלטישאנער ביהמ"ד דעם צווייטן טאג יום טוב, דערנאך ביי ביהמ"ד מונקאטש, דערנאך איז דער רב זצ"ל געפירט געווארן קיין לאנג איילענד וואו ער איז געקומען לקבורה.

יהא זכרו ברוך.
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
ירושלים - נעילת החג אין חצה"ק בעלזא.
חיפה - א חרדי'שער איד האט דעם חול המועד זוכה געווען צו אפראטעווען טויזנטער אידן פון עובר זיין אויף די הארבע איסור פון עסן חמץ אום פסח ווען עס האט אים דערביי אפגעקאסט די ריזן סומע פון צוויי און אכציג טויזנט שקל, דורכן אפקויפן דעם גאנצן סטאק פון חמץ ביי א פעסטיוואל.

עס האט פאסירט ווען דער איד איז געגאנגען חול המועד האלטן נעבן די וואסער ברעג אין דער שטאט חיפה וואו ער האט געזען ווי עס טוהט זיך לעבעדיג ביי א גרויסע פרייע פעסטיוואל, ער האט דאן באמערקט ווי הונדערטער באטייליגטע עסן ליידער פיצא און טרינקען ביר בעצם יום טוב פסח, ער האט נישט געטראכט קיין צוויי און באלד זיך אנגעגארטלט מיט א קנאות של מצווה דאס צו אפהאלטן.

ער איז צוגעגאנגען צו די ארגאניזירער און געבעטן אז ער וויל באשטעלן די גאנצע קוואנטום פון פיצא און ביר וואס זיי האבן געהאט צוגעגרייט, צום ערשט האבן זיי געמיינט אז ער איז אראפ פון זינען אבער נאכן זעהן אז ער מיינט עס ערנסט האבן זיי האבן אים געמאלדן די פונקטליכע ציפער וואס דאס וועט אפקאסטן, גאנצע 82,300 שקל.

דער איד האט זיך פארבינדן צו זיינס א באקאנטער וואס איז פארמעגליך און פארציילט וואס ער האט באמערקט, יענער האט באלד אנגעבאטן צו אפיר געבן די גאנצע סומע געלט מיטן ציל צו אפראטעווען טוינטער אידן פון נכשל ווערן מיטן עסן חמץ, נאכן באצאלן דעם פולן סומע האבן די ארבעטער אויסגעגאסן די צענדליגע ריזיגע פעסער ביר און געמאכט א גרויסע פייער ווי מען האט פארברענט די הונדערטער קעסטלעך פיצא כדת וכדין.
רוסלאנד - די קרעמלין האט פארלאפענע דאנערשטאג געמאלדן אז פרעזידענט פוטין וועט געבן א מעדאל פון באעהרונג פארן הויפט רב פון לאנד הרב בערל לאזאר, פאר זיין שטענדיגע ארבעט צו צונויפברענגען אלע רעליגיעס און לאנד.