אידישער ווינקל
5.07K subscribers
20.1K photos
5.61K videos
346 files
2.42K links
‌‏גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ.

סטעטוס: https://bit.ly/3rkdzfK

צו קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin

יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
Download Telegram
פראנצויזישער פרעזידענט עמאנואל מאקרון זאגט אז פראנקרייך וועט באשליסן אין די קומענדיגע טעג אויב זי זאל אונטערנעמען קאנקרעטע שריט קעגן מדינת ישראל.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
אילאן מאסק: "אמעריקא גייט באנקראט."

מאסק האט נעכטן פארפירט אויף עקס קעגן טראמפ'ס ביל, בעטנדיג מענטשן זאלן רופן זייערע סענעטארן און קאנגרעסלייט, אז זיי זאלן עלימינירן דעם ביל.

▫️אידישער ווינקל ▫️
מדינת ישראל און דייטשלאנד פארמאכן יעצט אויף א היסטארישע דיעל, פון $4.3 ביליאן דאלער אויף די עראו-3 פארטיידיגונגס סיסטעם.

מדינת ישראל פירט דערמיט דורך איר גרעסטער וואפנס האנדל אין איר רעקארד. די סיסטעם, קא-אנטוויקלט אינאיינעם מיט די פאראייניגטע שטאטן איז אהערגעשטעלט געווארן צו אפשטעלן און נוטראליזירן לאנגשטרעקיגע באליסטישע מיסילס און האט זיך ארויסגעשטעלט אלס אפעקטיוו קעגן די כוטי מיסילס און איראנ'ס מיסיל באראזש אין אפריל 2024.

▫️אידישער ווינקל ▫️
פרעזידענט טראמפ האט אויסגעדרוקט איבערראשונג און שעצונג צו די אוקראינישע אטאקע דורכאויס די וויקענד, אבער איז באזארגט אז ער וועט מאכן די פייער אפשטעל פארפלאנטערט לויט א באריכט אין עקסיאס.

פרעזידענט טראמפ האט אין אוועל אפיס, אטאקירט אוקראינע'ס פרעזידענט אז "ער פארמאגט נישט די קארטלעך."

לויט די ניו-יארק-טיימס איז טראמפ בייז אויף ביידע פירער, פון רוסלאנד און אוקראינע, אבער ספעציעל אויף אוקראינע'ס פרעזידענט וולאדימיר זאלענסקי, וועמען ער באצייכנט אסאך אין דיסקוסיעס אלס דער "שלעכטער מאן" וואס שטופט די קריג צו א נוקלעארער מלחמה, אבער ער זיך אויסגעדרוקט מערערע מאל אז ער פארשטייט זאלענסקי'ס שריט און פארוואס ער טוט.

אין דער זעלבער צייט פארמאגט דער פרעזידענט רעספעקט פאר רוסישער פרעזידענט און טראץ באטראכטן די מעגליכקייט פון לייגן נאך סאנקציעס אויף רוסלאנד האלט ער זיך דערווייל אפ דערפון.

▫️אידישער ווינקל ▫️
דער אמעריקאנער סטעיט דעפארטמענט האט ארויסגעשטעלט א טרעוול ליסטע פון לענדער אויף שטאפל פיר, מיט א רעקאמענדאציע "נישט צו רייזן אהין," צוליב ריזיקעס און געפארן אין יענע לענדער.

צווישן זיי ווערן אויסגערעכנט אפגאניסטאן, בעלארוס, רוסלאנד, אוקראינע, צפון קארעא, סיריע, ווענעזועלע, ליביע און סאמאליע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
פרעזידענט טראמפ האט ארויפגעשטעלט א פארבאט, אויף איינוואוינער פון 12 לענדער, וועלכע קענען מער נישט אריינקומען צו די פאראייניגטע שטאטן און אפעלירן פאר וויזעס, דאס רעכנט אריין.

איראן.
האיטי.
טשאד.
ליביע.
סודאן.
עריטריע.
בורמע.
תימן.
סאמאליע.
אפגאניסטאן.
עקוואטאריעל גיני.
רעפובליק אוו קאנגא.

▫️אידישער ווינקל ▫️
פרעזידענט טראמפ האט פארארדנט אן אויספארשונג זאל ווערן אונטערגענומען איבער די גייסטישער צושטאנד פון געוועזענער פרעזידענט דזשאו ביידען, און דער באנוץ פון די "אויטאמאטישע פעדער," גענוצט צו לייגן דעם פרעזידענט'ס אונטערשריפט אויף לעגאלע דאקומענטן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
רוסלאנד פרובירט צו אראפשפילן די אוקראינישע פליגער אטאקע קעגן איר סטראטעגישע אוויאציע דורכ'ן ערזעצן די פארניכטעטע פליגערס מיט נייע פליגערס אדער פאלשע "דעקויס" אז עס זאל אויסזען גוט אויף די סאטעליט בילדער...

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
דייטשלאנד'ס קאנצלער פרידריך מערץ באזוכט יעצט ביי פרעזידענט טראמפ אין ווייסן הויז.

פרעזידענט טראמפ האט געזאגט פאר מערץ אז דייטשלאנד האט אן ענליכער פראבלעם ווי אמעריקא, מיט אסאך געפארפולע מענטשן וועלכע געפונען זיך דארט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
אילאן מאסק טראולט ארום מיט פרעזידענט טראמפ, ציטירנדיג אלטע טוויטס ווי דער פרעזידענט דרוקט אויס קעגנערשאפט צו שפענדערייען און גרויסע בילס, מאסק שרייבט צו "קלוגע ווערטער."

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
פרעזידענט טראמפ לאזט זיך ארויס אין א ווייכע אטאקע קעגן אילאן מאסק. "איך בין זייער אנטוישט אין אילאן, איך האב אים אסאך געהאלפן"

אילאן האט נישט געזאגט שלעכטע זאכן וועגן מיר, אבער איך גלייב אז דאס קומט וועט נאכפאלגן.

טראמפ זאגט אז ער וואלט געווינען פענסילוועניע אפילו אן די הילף פון אילאן מאסק. ער באשולדיגט מאסק מיט "טראמפ דערעינזשמענט סינדראם."

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
פרעזידענט טראמפ:

"פוטין האט געזאגט 'מיר האבן נישט קיין אויסוואל, נאר צו אטאקירן' עס גייט ווארשיינליך נישט זיין שיין, איך האב אים געזאגט טוה עס נישט, זאלסט עס נישט טון," האט טראמפ געענדיגט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
דערווייל וואס טראמפ און מאסק זענען פארמישט אין א פאליטישער שלאכטפעלד, זעצן אינוועסטירער פאר צו פארקויפן טעסלא שעירס און די סטאק האט שוין געטראסקעט העכער 17%.

▫️אידישער ווינקל ▫️
פאליטישע ערדציטערניש: אילאן מאסק זאגט אז עס איז צייט צו ארויסלאזן דער עכטער באמבע, באשולדיגנדיג אז פרעזידענט טראמפ, איז אויף די עפשטיין פיילס, און דאס איז פארוואס די ליסטעס ווערן נישט פארעפנטליכט.

מאסק זאגט מען זאל אוועקלייגן די טוויט, פאר דער טאג וואס די ווארהייט וועט ארויסקומען.

▫️אידישער ווינקל ▫️
מיט די פאליטישע געפעכט צווישן מאסק און טראמפ, אויף וועמענ'ס זייט זענט איר?
Anonymous Poll
39%
אילאן מאסק
61%
פרעזידענט טראמפ
מאסק שטיצט די געדאנק מען זאל אימפטישן פרעזידענט טראמפ און אויפנעמען וויצע פרעזידענט דזשעי די ווענס.

▫️אידישער ווינקל ▫️
א 59 יעריגער ביזנעסמאן פון דייטשלאנד, בערנד קעיבל, איז דערמארדעט געווארן דורך לייבן, דורכאויס א באזוך אין אפריקע.

קעיבל איז ארויסגעגאנגען פון זיין שאטער, אין א סאפארי אין נאמיביע, ווען דער אינצידענט האט פאסירט.

אנוועזנדע האבן פרובירט דערשרעקן די לייבן אבער עס איז שוין געווען צו שפעט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
פרעזידענט טראמפ זאגט אז זיינע באציאונגען מיט אילאן מאסק זענען פארטיג.

די וואשינגטאן פאסט באריכט אז פרעזידענט טראמפ האט באשולדיגט מאסק אין זיין א דראג אדיקט.

דערווייל האט מאסק פארמעקט די טוויט וואו ער באשולדיגט טראמפ אין זיין אויף די עפשטיין ליסטע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
רוסלאנד האט געשאסן 206 דראונס, צוויי באליסטישע מיסילס און זעקס קרוז מיסילס קיין אוקראינע לעצטע נאכט. באריכטן איבער מערערע פאטאליטעטן און פארוואונדעטע, פון דער ציווילער באפעלקערונג.

[מערקט ווי איין פייערמאן טראגט קליידונג מיט דער קאנאדישער פאן, ווארשיינליך הילף וואס דאס לאנד האט באקומען פון קאנאדע.]

▫️אידישער ווינקל ▫️
מדינת ישראל מיליטער מעלדט אז זי האט ארויסגעברענגט די קערפער פון דער כאמאס פירער מוכאמעד סינוואר, וועלכע איז געווארן עלימינירט עטליכע וואכן צוריק אין א טונעל אונטער די אייראפעאישע שפיטאל, אינאיינעם מיט נאך קערפערס פון טעראריסטן וואס האבן זיך דארט געפונען און עס אפגעפירט קיין ארץ-ישראל.

דערמיט געפונען ביידע סינוואר ברודערס אינאיינעם אין ארץ ישראל אונטער דער קאנטראל פון די מדינת ישראל מיליטער.

▫️אידישער ווינקל ▫️