אידישער ווינקל
5.07K subscribers
20.1K photos
5.61K videos
346 files
2.42K links
‌‏גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ.

סטעטוס: https://bit.ly/3rkdzfK

צו קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin

יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
Download Telegram
פרעזידענט טראמפ האט פארארדנט אז די אמעריקאנער מיליטער זאל אויפהערן קאארדינירן מיט מדינת ישראל איבער מעגליכע אטאקעס קעגן די איראנע נוקלעארע איינריכטונגען.

דער פרעזידענט האט געזאגט פאר מדינת ישראל פריים מיניסטער ער זאל נישט אטאקירן אינדערצייט וואס נוקלעארע פארהאנדלונגען זעצן פאר אבער מדינת ישראל זעצט פאר זיך צו אנגרייטן פאר א פאטענציאלע אטאקע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די מדינת ישראל מיליטער האט ארויסגעגעבן א גרויסארטיגע עוואקואציע פארלאנג, דעקנדיג ריזיגע געגנטער אין צפון עזה אריינגערעכנט דזשאבאליע-אל-באלאד, אל-אטאטרא, שאדזשאיא, אל דוראזש, און אל-זייטון.

▫️אידישער ווינקל ▫️
א דזשורנאליסט האט אנגעפרעגט ביי פרעזידענט טראמפ, וואס ער זאגט איבער דער אינצידענט ווי פראנצויזישער פרעזידענט עמאנואל מאקרון האט געכאפט א פראסק אין געזיכט.

פרעזידענט טראמפ האט רעאגירט אז מען דארף קומענדיגער מאל האלטן די טירן פארמאכט...

▫️אידישער ווינקל ▫️
א נייע באריכט פון די אינטערנאציאנאלע אטאמישע ענערגיע אגענטור דעקט אויף אז איראן האט דורכגעפירט געהיימניספולע אקטיוויטעטן ארום אירע נוקלעארע וואפנס, נוצנדיג אומקלאסיפיצירטע מאטריאל אין געהיימע לאקאציעס.

איראן פארמאגט לויט די באריכט גענוג בארייכערטע אוראניום צו אנפילן 9 באמבעס.

מדינת ישראל פריים מיניסטער איז ארויסגעקומען מיט א סטעיטמענט פארדאמען איראן און אפעלירט אז די וועלט מוז אפשטעלן איראן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
צוויי און אהאלב וואכן נאך די אטאקע: די מדינת ישראל מיליטער און די שין בית זיכערהייט אגענטור מעלדן אפיציעל אז כאמאס פירער מוכאמעד סינוואר איז געווארן עלימינירט און אינאיינעם מיט אים, בריגאדיר גענעראל פון רפיח, מוכאמעד שאבאנא.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די ווייסע הויז זאגט אז טעריפס אויף שטאָל און אלומינום וועלן שטייגן פון 25% צו 50% אנהויב קומענדיגע וואך.

▫️אידישער ווינקל ▫️
רעפובליקאנער קאנגרעסמאן טאמעס מעסי רופט אז די פאראייניגטע שטאטן זאל ענדיגן אלע שטיצע פאר מדינת ישראל

לויט מעסי קען גארנישט פארענטפערן די צאל ציווילע פאטאליטעטן אין עזה אין די לעצטע צוויי יאר, "מיר דארפן ענדיגן אלע מיליטערישע הילף פאר מדינת ישראל יעצט, האט מעסי געזאגט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
בילדינג.עי-איי, וועלכע איז אין דער פארגאנגענהייט געווען ווערד 1.5 ביליאן דאלער, האט זיך צוזאמגעלייגט נאך וואס עס איז געווארן אויפגעדעקט אז איר עי-איי איז פאלש.

די פירמע האט אנגעבליך געזאלט אפערירן מיט פארגעשריטענע עי-איי אבער אנשטאט האט זי אויפגענומען מענטשליכע דעוועלאפערס אין אינדיע צו שרייבן קאוד.

▫️אידישער ווינקל ▫️
דער ספעציעלער דיפלאמאט פון די טראמפ אדמיניסטראציע, סטיוו וויטקאף מעלדט אז די פרישע פארשלאג פאר אן אפמאך איז צעפאלן מיט כאמאס נישט איינשטימענדיג דערויף, לויט וויטקאף איז כאמאס' ענטפער "אומאקצעפטירבאר און גייט נאר פירן די פארהאנדלונגען צוריקצואוועגס.‏

כאמאס איז גרייט צו באפרייען בלויז 4 משכונות אין דער ערשטער טאג, און די אנדערע 6 צעטיילט צווישן א מאנאט און צוויי מאנאטן, זי פארלאנגט אויך אן ענדע צו די קריג.

טראמפ האט לעצטע נאכט געזאגט אז אן אפמאך אין אויסטויש פאר די באפרייאונג פון משכונות איז זייער נאנט.

די מדינת ישראל מיליטער זעצט פאר צו אפערירן, עוואקואירן און אויספלאסטערן געגנטער אין עזה.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די סופרים קאורט האט געגעבן ערלויבעניש פאר די טראמפ אדמיניסטראציע אוועק צו נעמען די לעגאלע סטאטוס פון 500,000 אימיגראנטן וועלכע האבן באקומען צייטווייליגע בירגערשאפט אונטער ביידען.

▫️אידישער ווינקל ▫️
אין א קאמישער אינצידענט האט זיך א פארברעכער איינגעבראכן אין א הויז אין אפסטעיט ניו יארק, זיך געזעצט עסן, גענומען א שאוער און זיך אנגעטוהן קליידונג וואס ער האט דארט געטראפן.

ווען דער בעל הבית איז אהיים געקומען האט ער געבעטן דעם פארברעכער ארויס צו גיין, אבער יענער האט גע'טענה'ט אז דאס איז זיין הויז.

▫️אידישער ווינקל ▫️
ווילדע וואלד פייערן אין קאנאדע'ס וואלדפייער סעזאן פארשפרייטן שעדליכע לופט אין ארומיגע געגענטער, און האט שוין דערגרייכט אמעריקאנער שטאטן ביי די קאנאדישע גרעניצן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
אייס אגענטן פירן ווייטער דורך ארעסטן אויף אומלעגאלע אימיגראנטן וועלכע קומען אין געריכט זיך פארטיידיגן, און האבן ארעסטירט נאך זיבן פארגאנגענעם דאנערשטאג אין מאנהעטן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די סי-די-סי האט עטוואס געטוישט זייער שטאנד אויף די קאוויד 19 וואקסינאציע, און האט אראפ גענומען די אפיציעלע רעקאמענדאציע אז קינדער זאלן ווערן וואקסינירט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
צוויי ניו-יארקער פאליציי אפיצירן זענען אנגעבליך געדינגען געווארן פאר פערזענליכע זיכערהייט, דורך די פארברעכער וועלכע האבן פארכאפט און געפייניגט אן איטאליענער קריפטא-מיליאנער די וואך.

פאליציי פארשט אויב די אפיצירן זענען געווען פארמישט און אויב זיי האבן באקומען די פאלאנגטע באשטעטיגונג צו זיין פערזענליכע זיכערהייט וועכטער.

▫️אידישער ווינקל ▫️
יונייטעד לופטליניע מעלדט אז זיי וועלן צוריק אנהויבן די רייזעס פון ניו-יארק קיין תל-אביב, אנגעהויבן פון יוני 05.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
אוקראינע'ס עס-בי-יו אגענטור האט איבערראשט די וועלט מיט'ן דורכפירן א מאסיווער אפעראציע נוצנדיג זעלבסטמארד דראונס.

די מיסיע וואס זי האט א נאמען געגעבן "שפין געוועב" איז פארגעקומען ביי די בעלאיע לופטבאזע אין די אירקוטסק ראיאן, 4,200 קילאמעטער אוועק פון די דע-פאקטא אוקראינישע גרעניץ.

עס זענען דארט געווארן פארניכטעט אדער געשעדיגט געווארן העכער 40 באמבארדיר פליגערס, אריינגערעכנט A-50 סורוועילענס פליגערס, Tu-95 און TU-22M3 סטראטעגישע באמבארדירונג פליגערס.

לויט ערשטע שאצונגען האט די אטאקע געשאפן שאדנס פון העכער $2 ביליאן רובל [געשאצטע זיבן ביליאן דאלער] פאר די רוסישע עירפארס.

דער רוסישער פרעזידענט האט גערופן פאר אן עמערדזשענסי זיכערהייט קאונסיל זיצונג.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
נאנטע ווידעא צייגט ווי רוסישע עראפלאנען וועלכע מאכן דעם טויט פאר אוקראינע בירגער מיט'ן באמבארדירן אומאויפהערליך, ווערן ארויסגענומען פון דינסט איינס נאכ'ן צווייטן דורך א גאר פרעציזער אקציע.

לויט באריכטן האט אוקראינע נישט אינפארמירט די טראמפ אדמיניסטראציע איבער די פלאן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
די דראונס גענוצט צו אטאקירן די רוסישע באמבארדיר פליגערס זענען געווארן ארויסגעשיקט פון טרעילארס וואס זענען געווארן פארקירט נישט ווייט פון די מיליטערישע באזעס.

די טראקס האבן אויפגעריסן פון זיך אליינס, ווי נאר זיי האבן געענדיגט ארויסשיסן אלע דראונס.

▫️אידישער ווינקל ▫️
ווייטערדיגע באריכטן איבער די אוקראינישע אטאקע אין רוסלאנד, איינס פון די מערסט דראמאטישע מיסיעס אין מאדערנע היסטאריע.

אוקראינע האט גענוצט עי-איי צו טרענירן אירע דראונס צו אטאקירן די שוואכסטע באשיצטע באשטאנדטיילן פון יעדן מאדעל פון רוסלאנד'ס סטראטעגישע באמבארדיר פליגערס, דורכאויס די אטאקע.

אין בילד: אוקראינע'ס עס-בי-יו טשיף וואסיל מאליוק, שטודירנדיג די אטאקע פלענער, וועלכע האבן גענומען 18 מאנאטן צו אנגרייטן.

▫️אידישער ווינקל ▫️