אידישער ווינקל
5.06K subscribers
20K photos
5.59K videos
346 files
2.41K links
‌‏גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ.

סטעטוס: https://bit.ly/3rkdzfK

צו קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin

יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
Download Telegram
מדינת ישראל פריים מיניסטער ביבי נתניהו האט נארוואס גערעדט מיט אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ.

פרעזידענט טראמפ האט אויסגעדרוקט טיפע טרויער איבער די שאקירנדע אינצידענט אין וואשינגטאן וואו צוויי ארבעטער אין די מדינת ישראל אמבעסאדע זענען דערמארדעט געווארן ה"י.

דער פריים מיניסטער האט זיך באדאנקט פאר פרעזידענט טראמפ אויף די אקטיוויטעטן וואס זיין אדמיניסטראציע נעמט אונטער קעגן די מאניפעסטאציע פון אנטיסעמיטיזם אין די פאראייניגטע שטאטן.

זיי האבן גערעדט וועגן עזה, און פרעזידענט טראמפ האט אויסגעדרוקט שטיצע פאר די צילן וואס זענען געווארן אוועקגעשטעלט דורך פריים מיניסטער נתניהו, צו באפרייען אלע משכונות, ענדיגן כאמאס און אויספירן די טראמפ פלאן.

די פריים מיניסטער און פרעזידענט טראמפ האבן איינגעשטימט איבער די געברויך צו פארזיכערן אז איראן פארמאגט נישט קיין נוקלעארע וואפנס.

▫️אידישער ווינקל ▫️
פאסירט יעצט: א וויילע נאך וואס די מדינת ישראל מיליטער האט ארויסגעגעבן א ווארענונג צו עוואקואירן א געביידע אין טאול, אין דרום לבנון, לאקירט צפון פון די ליטאני טייך, איז די געביידע געווארן אטאקירט.

די מיליטער זאגט אז די געביידע האט געדינט כיזבאלא.

▫️אידישער ווינקל ▫️
נאך א סינוואר אהיים: עס ווערט באשטעטיגט אז זאקארי סינוואר, א ברודער פון יאכיא סינוואר און מוכאמעד סינוואר, איז געשטארבן אין א מדינת ישראל אטאקע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
א ניו-יארקער מאן האט זיך דערקלערט שולדיג פאר'ן נעמען פענסיע געלטער וועלכע זענען געשיקט געווארן פאר זיין פארשטארבענע מאמע.

דאס קומט אין א צייט ווען די טראמפ אדמיניסטראציע זוכט מענטשן וועלכע טוען דאס, אין ליכט פון מאסק'ס שניטן און אויפמערקזאמקייט ארום רעגירונג'ס שניטן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די רעגירונג שאצט אז ארום 1.5 מיליאן ניו יארקער איינוואוינער וועלן פארלירן העלט אינשורענס צוליב די נייע פעדעראלע ביל.

▫️אידישער ווינקל ▫️
טויזענטער באטייליגן זיך היינט ביי דער סאטמארק ביזנעס שאו, ווי איבער 500 פירמעס שטעלן פאר זייערע פראדוקטן און סערוויסעס אין די ראקלענד קאמיוניטי קאלעדזש אין מאנסי.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די יונייטעד אראב עמיראטן איז ארויסגעקומען מיט א פארדאמונג קעגן די מארד פון די מדינת ישראל אמבעסאדע ארבעטער.

▫️אידישער ווינקל ▫️
דעם יאר זענען מיר אלע עולה לתורה!

*קבלת התורה אין ארץ ישראל!*

פארט אויפן קומענדיגער יו״ט שבועות אין ארץ ישראל, מיטן בארימטן ללכת טשארטער.
https://trip.lalechet.com/85Shavuos
רויטערס פארציילט אז די בילדער וועלכע פרעזידענט טראמפ האט געוויזן פאר'ן דרום אפריקאנער פרעזידענט זענען נישט פון דרום אפריקע.

פרעזידענט טראמפ האט געצייגט באגרעבעניש צערעמאניע בילדער פון ווייסע פארמער, אנגעבליך אין דרום אפריקע, לויט רויטערס זענען די בילדער פון קאנגא.

▫️אידישער ווינקל ▫️
רוסלאנד האט דורכגעפירט א ברוטאלע אטאקע קעגן די הויפטשטאט פון אוקראינע, שיסנדיג 10 איסקאנדער באליסטישע מיסילס און טויזענטער דראונס קיין קיעוו.

דראמאטישע בילדער צייגן ווי מערערע געביידעס ברענען אין דער זעלבער צייט, עס זענען געשאצט אויף אסאך פארוואונדעטע און פאטאליטעטן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
א פעדעראלע ריכטער האט געאורטיילט אז פרעזידענט טראמפ'ס עקזעקוטיוו ארדער אפצושפארן די עדיוקאציע דעפארטמענט קען נישט ווערן אויסגעפירט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די הארווארד אוניווערזיטעט האט אריינגעגעבן א קלאגע קעגן די טראמפ אדמיניסטראציע, אין רעאקציע צו א נייע פארבאט פון אריין לאזן אויסלענדישע סטודענטן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
א ריזיגער קארגא שיף האט אריין געקראכט אינעם גארטן פון א הויז אין נארוועגיע, אויסמיידנדיג דאס הויז מיט עטליכע פיס, פאליציי פארשט דעם אינצידענט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די אמעריקאנער סענאט האט געשטימט צו בלאקירן א קאליפארניע געזעץ, וועלכע וואלט געצווינגען אויפצוהערן פארקויפן קארס געטריבן דורך ברענשטאף אין יאר 2035.

▫️אידישער ווינקל ▫️
ביטקוין האט איבערגענומען די טייוואנעזער דאלער צו ווערן די 8-טע גרעסטע וואלוטע גלאבאל.

▫️אידישער ווינקל ▫️
דעם יאר זענען מיר אלע עולה לתורה!

*קבלת התורה אין ארץ ישראל!*

פארט אויפן קומענדיגער יו״ט שבועות אין ארץ ישראל, מיטן בארימטן ללכת טשארטער.

https://trip.lalechet.com/85Shavuos
א ריזיגער מארש אין שטיצע מיט מדינת ישראל קומט היינט פאר אין טאראנטא, קאנאדע, די צאל באטייליגטע ווערט שוין געשאצט ביי העכער 50,000 דורך די פאליציי.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
א רוסישע מיליטערישער ווארטזאגער זאגט אז פרעזידענט וולאדימיר פוטין האט זיך געפונען אויף א העליקאפטער אין די קורסק ראיאן, און האט זיך געטראפן פארטיידיגן רוסלאנד פון אן אוקראינישע אטאקע פון דראונס...

▫️אידישער ווינקל ▫️
דורכאויס די רוסישע אטאקע קעגן אוקראינע די נאכט, דער גרעסטער אטאקע זינט די אנהויב פון די רוסישע אינוואזיע אין אוקראינע, האבן רוסישע זעלנער אראפגעהאגלט באמבעס אין די שטעט.

קיעוו.
אדעסא.
דנעפראפעטראווסק.
זעפאריזיע.
דאנעטסק.

13 זענען שוין דערקלערט טויט, העכער 50 זענען פארוואונדעט. אוקראינע'ס פרעזידענט וולאדימיר זאלענסקי איז ארויסגעקומען מיט א רוף צו די פאראייניגטע שטאטן און די וועלט, מען זאל פארדאמען רוסלאנד און העלפן זיין לאנד קעגן דער אגרעסאר.

▫️אידישער ווינקל ▫️