די מדינת ישראל מיליטער האלט אן א שארפע בלאקאדע ארום די אונטערערדישע טונעל וואו עס איז געהאלטן אז עס זענען געווארן עלימינירט עטליכע הויכראנגיקע כאמאס פירער אריינגערעכנט מוכאמעד סינוואר און דער כאמאס' ווארטזאגער אבו אביידא.
א בולדאזער וואס האט אפערירט אין דער געגנט צו פרובירן רייניגן די ברוכווארג, איז געווארן אטאקירט און ארויסגענומען פון דינסט.
דערמיט פרובירט די מיליטער אנהאלטן די דרוק אז אין פאל די טעראריסטן געפונען זיך געשטראנדעט אונטער דער ערד, לעבעדיגערהייט זאלן זיי נישט האבן קיין וועג ארויס.
▫️אידישער ווינקל ▫️

טויש אין פאליסי?
אל אראביע באריכט אז די טראמפ אדמיניסטראציע לייגט דרוק אויף מדינת ישראל אז זי זאל איינגיין פאר א פייער אפשטעל פון עטליכע טעג.
די פייער אפשטעל איז געווידמעט צו אריינפירן הילף אין עזה, משכונות וועלן נישט ווערן באפרייט אין אויסטויש.
די פאראייניגטע שטאטן האט אויך אינפארמירט די פארהאנדלער אז זי שטעלט זיך קעגן דאס פארלענגערן די מלחמה אין עזה.

א נייע ביכל דורך דער סי-ען-ען דזשורנאליסט, דזשעק טעפּפּער דעקט אויף שאקירנדע דעטאלן איבער געוועזענער פרעזידענט ביידענ'ס צושטאנד אין זיינע לעצטע טעג אין אפיס.
פרעזידענט ביידען האט פארגעסן נעמען פון זיינע נאנטע ראטגעבער, ווען ער האט זיך געטראפן מיט איינער פון זיינע גרעסטע שטיצער, דזשארדזש קלוני, האט ער נישט דערקענט ווער עס איז, און די ארומיגע פון דער פרעזידענט האבן גערעדט איבער די מעגליכקייט פון אריינלייגן פרעזידענט ביידען אין א ראדשטול נאך די וואלן.

טעראר אין ארץ ישראל: אן אראבישער טעראריסט האט געעפנט פייער אויף א פארבייפארנדע מאטאריסט, שיסנדיג אויף א פארפאלק.
ליידער ווערט באריכטעט איבער די פטירה פון א יונגע 30 יעריגע פרוי, דער מאן איז אין א קריטישער צושטאנד, ספעציעלע איינהייטן זענען אויפ'ן וועג, צו די ברוכין געגנט אין שומרון.

ווי פארשטענדליך האט אידישער ווינקל נישט קיין ערשטהאנטיגע לעבעדיגע קוועלער אויפ'ן סצענע אין ארץ ישראל און מיר דארפן זיך פארלאזן אויף אנדערע קראנטע נייעס קוועלער אין ארץ ישראל.
געוויסע קוועלער האבן באריכט איבער די פטירה פון די פרוי אבער אנדערע באריכטן שטעלן זיך ארויס אז עס איז נאך דא האפענונג, מיר האפן אז דאס איז אמת.
כלל ישראל איז גערופן צו זאגן תהלים און דאווענען פאר די רפואה שלימה פון די קרבנות אין די טעראר אטאקע בתוך שאר חולי ישראל.
בשורות טובות.

אינדערצייט וואס אוקראינע'ס פרעזידענט וולאדימיר זאלענסקי מאכט זיין וועג קיין אנקארא, טערקיי, מעלדט רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין אז ער וועט זיך נישט באטייליגן אין די דירעקטע געשפרעכן צווישן רוסלאנד און אוקראינע אין טערקיי.
אין דער זעלבער צייט מעלדט די ווייסע הויז אז טראמפ וועט זיך אויך נישט באטייליגן נאך וואס רוסישער פרעזידענט האט געלאזט אלעס הענגען.
רוסלאנד שיקט אויך נישט דער אויסערן מיניסטער אדער א הויכע מיניסטער אין ראנג, נאר ליבערשט א נידריגע קלאס דיפלאמאטישע גרופע.

אוקראינע'ס פרעזידענט וולאדימיר זאלענסקי, איז אנגעקומען קיין טערקיי, צו צייגן פאר די וועלט אז ער נעמט ערנסט די שלום פארהאנדלונגען צווישן רוסלאנד און אוקראינע וועלכע ציעט זיך שוין פאר העכער דריי יאר.
רוסישער פרעזידענט פוטין האט זיך נישט צוגעשטעלט, שיקנדיג א נידריגע שטאפל דיפלאמאטישע דעלעגאציע.
ווען זאלענסקי איז געפרעגט געווארן וואס עס איז זיין מעסעדזש פאר פּוטין, האט זאלענסקי געענטפערט "איך בין דא."

This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
פרעזידענט טראמפ זאגט אז ער גייט געבן פאר די כוטיס א שאנס און מען גייט געבן פאר סיריע א שאנס.
די כוטיס זעצן פאר צו טעראריזירן די איינוואוינער אין ארץ ישראל מיט'ן שיסן מיסילס.
▫️אידישער ווינקל ▫️
די כוטיס זעצן פאר צו טעראריזירן די איינוואוינער אין ארץ ישראל מיט'ן שיסן מיסילס.
▫️אידישער ווינקל ▫️
די מדינת ישראל מיליטער האמערט אומאויפהערליך מיט אטאקעס אין מערערע געגנטער אין עזה.
אנאליסטן צייגן אן אז די מיליטער גרייט זיך פאר מיסיע "גדעונ'ס וואגן" וועלכע איז מדינת ישראל'ס נייע מיליטערישע פלאן אין עזה, מיט א מאכטפולע אקופאציע וואס זעט נישט קיין ריקצוגן אין ערטער ווי די מיליטער באקומט קאנטראל ווילאנג אלע משכונות זענען באפרייט און כאמאס ווערט באזיגט.
מאפע: לאקאציעס וואו מדינת ישראל רעגנט אראפ פייער.