אידישער ווינקל
5.06K subscribers
20K photos
5.58K videos
346 files
2.41K links
‌‏גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ.

סטעטוס: https://bit.ly/3rkdzfK

צו קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin

יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
Download Telegram
קאטאר האט אונטערגעשריבן א $200,000,000,000 אוויאציע אפמאך מיט די פאראייניגטע שטאטן, זיך אונטערנעמענדיג צו קויפן בואינג פליגערס.

▫️אידישער ווינקל ▫️
דראַמא אין אַנטווערפּן: היינט אינדערפרי האבן פאליציי אפיצירן דורכגעפירט אבלאוועס מיט א געריכטליכן באפעל, אין די הייזער פון עטליכע מוהלים אין שטאָט.

די פאליציי האט קאנפיסקירט אלע מעסערס וואס זיי האבן געהאט אין זייער באזיץ און געבעטן א ליסטע פון די קינדער וואס זענען דורך די מצות ברית מילה אין דער פארגאנגענעם יאר.

די אבלאוועס זענען א דירעקטע רעזולטאט פון א קלאגע וואָס איז אַרײנגעגעבן געוואָרן אַ יאָר צוריק קעגן די מוהלים אין אַנטווערפּן איבער דער מצוה פון ברית מילה.

▫️אידישער ווינקל ▫️
א פליגער פון אבו דאבי האט געלאנדעט אין רימון לופטפעלד אין אילת, צו אפנעמען 600 בירגער פון עזה, אלס טייל פון א פרייוויליגע אימיגראציע פראיעקט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
חבר כנסת משה שמעון רוט, דער טשעירמאן פון די עטישע אנגעלעגנהייטן קאמיטע אין די מדינת ישראל כנסת, איז ארויסגעקומען מיט א פארדאמונג איבער די אינצידענט אין אנטווערפן, באשולדיגנדיג אז דאס איז אן אטאקע קעגן רעליגיעזע פרייהייט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
בלויז זעקס מאנאטן אפגערוקט און דער סירישער פרעזידענט איז געווארן פון אן אפאזיציע רעבעל וואס פרובירט אראפווארפן די רעגירונג מיט טעראר, ביז דער פרעזידענט וואס טרעפט זיך מיט וועלט פירער, אריינגערעכנט דער אמעריקאנער פרעזידענט...

▫️אידישער ווינקל ▫️
די מדינת ישראל מיליטער האלט אן א שארפע בלאקאדע ארום די אונטערערדישע טונעל וואו עס איז געהאלטן אז עס זענען געווארן עלימינירט עטליכע הויכראנגיקע כאמאס פירער אריינגערעכנט מוכאמעד סינוואר און דער כאמאס' ווארטזאגער אבו אביידא.

א בולדאזער וואס האט אפערירט אין דער געגנט צו פרובירן רייניגן די ברוכווארג, איז געווארן אטאקירט און ארויסגענומען פון דינסט.

דערמיט פרובירט די מיליטער אנהאלטן די דרוק אז אין פאל די טעראריסטן געפונען זיך געשטראנדעט אונטער דער ערד, לעבעדיגערהייט זאלן זיי נישט האבן קיין וועג ארויס.

▫️אידישער ווינקל ▫️
טויש אין פאליסי?

אל אראביע באריכט אז די טראמפ אדמיניסטראציע לייגט דרוק אויף מדינת ישראל אז זי זאל איינגיין פאר א פייער אפשטעל פון עטליכע טעג.

די פייער אפשטעל איז געווידמעט צו אריינפירן הילף אין עזה, משכונות וועלן נישט ווערן באפרייט אין אויסטויש.

די פאראייניגטע שטאטן האט אויך אינפארמירט די פארהאנדלער אז זי שטעלט זיך קעגן דאס פארלענגערן די מלחמה אין עזה.

▫️אידישער ווינקל ▫️
א נייע ביכל דורך דער סי-ען-ען דזשורנאליסט, דזשעק טעפּפּער דעקט אויף שאקירנדע דעטאלן איבער געוועזענער פרעזידענט ביידענ'ס צושטאנד אין זיינע לעצטע טעג אין אפיס.

פרעזידענט ביידען האט פארגעסן נעמען פון זיינע נאנטע ראטגעבער, ווען ער האט זיך געטראפן מיט איינער פון זיינע גרעסטע שטיצער, דזשארדזש קלוני, האט ער נישט דערקענט ווער עס איז, און די ארומיגע פון דער פרעזידענט האבן גערעדט איבער די מעגליכקייט פון אריינלייגן פרעזידענט ביידען אין א ראדשטול נאך די וואלן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
דער פרעזידענט פון דייטשלאנד, פראנק וואלטער שטיינמייער האט באזוכט די קיבוץ בארי, צווישן אנדערע באזוכנדיג די עס-זאל אין דער קיבוץ אינאיינעם מיט מדינת ישראל פרעזידענט יצחק הערצאג.

▫️אידישער ווינקל ▫️
איבער 200 רעפובליקאנער מעמבערס פון קאנגרעס און 52 רעפובליקאנער סענעטארן האבן אונטערגעשריבן א בריוו צו פרעזידענט טראמפ, זאגנדיג אז איראן מוז אויפגעבן אירע בארייכערטע אוראניום און אפשטעלן אירע נוקלעארע פראגראמען.

▫️אידישער ווינקל ▫️
טעראר אין ארץ ישראל: אן אראבישער טעראריסט האט געעפנט פייער אויף א פארבייפארנדע מאטאריסט, שיסנדיג אויף א פארפאלק.

ליידער ווערט באריכטעט איבער די פטירה פון א יונגע 30 יעריגע פרוי, דער מאן איז אין א קריטישער צושטאנד, ספעציעלע איינהייטן זענען אויפ'ן וועג, צו די ברוכין געגנט אין שומרון.

▫️אידישער ווינקל ▫️
ווי פארשטענדליך האט אידישער ווינקל נישט קיין ערשטהאנטיגע לעבעדיגע קוועלער אויפ'ן סצענע אין ארץ ישראל און מיר דארפן זיך פארלאזן אויף אנדערע קראנטע נייעס קוועלער אין ארץ ישראל.

געוויסע קוועלער האבן באריכט איבער די פטירה פון די פרוי אבער אנדערע באריכטן שטעלן זיך ארויס אז עס איז נאך דא האפענונג, מיר האפן אז דאס איז אמת.

כלל ישראל איז גערופן צו זאגן תהלים און דאווענען פאר די רפואה שלימה פון די קרבנות אין די טעראר אטאקע בתוך שאר חולי ישראל.

בשורות טובות.

▫️אידישער ווינקל ▫️
אינדערצייט וואס אוקראינע'ס פרעזידענט וולאדימיר זאלענסקי מאכט זיין וועג קיין אנקארא, טערקיי, מעלדט רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין אז ער וועט זיך נישט באטייליגן אין די דירעקטע געשפרעכן צווישן רוסלאנד און אוקראינע אין טערקיי.

אין דער זעלבער צייט מעלדט די ווייסע הויז אז טראמפ וועט זיך אויך נישט באטייליגן נאך וואס רוסישער פרעזידענט האט געלאזט אלעס הענגען.

רוסלאנד שיקט אויך נישט דער אויסערן מיניסטער אדער א הויכע מיניסטער אין ראנג, נאר ליבערשט א נידריגע קלאס דיפלאמאטישע גרופע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
מדינת ישראל פריים מיניסטער ביבי נתניהו האט פארדאמט דער פראנצויזישער פרעזידענט עמאנואל מאקרון פאר'ן זיך שטעלן מיט א "טעראריסט ארגענעזאציע" נאך זיין קריטיק איבער מדינת ישראל.

▫️אידישער ווינקל ▫️
פרעזידענט טראמפ זאגט אז ער קען נישט שלאפן ביינאכט צוליב די מלחמה אין אוקראינע.

טראמפ מוטשעט זיך צו דורכפירן זיין צוזאג, צו ענדיגן די מלחמה שנעל.

▫️אידישער ווינקל ▫️
א הויכראנגיקע כאמאס באאמטער באסעם נאים באשטעטיגט אז אין אן אינטערוויו מיט סקיי ניוז אז כאמאס פירט דורך דירעקטע געשפרעכן פארהאנדלונגען מיט די פאראייניגטע שטאטן צו ענדיגן די מלחמה.

▫️אידישער ווינקל ▫️
אינדיע און פאקיסטאן האבן איינגעשטימט צו פארלענגערן די פאקיסטאן-אינדיע פייער אפשטעל ביז מאי 18.

▫️אידישער ווינקל ▫️
פרעזידענט טראמפ זאגט אז זיין באזוך אין מיטל מזרח וועט עפענען צוטריט צו $10 טריליאן דאלער אין פאטענציאלע אינוועסטירונגען.

▫️אידישער ווינקל ▫️
אוקראינע'ס פרעזידענט וולאדימיר זאלענסקי, איז אנגעקומען קיין טערקיי, צו צייגן פאר די וועלט אז ער נעמט ערנסט די שלום פארהאנדלונגען צווישן רוסלאנד און אוקראינע וועלכע ציעט זיך שוין פאר העכער דריי יאר.

רוסישער פרעזידענט פוטין האט זיך נישט צוגעשטעלט, שיקנדיג א נידריגע שטאפל דיפלאמאטישע דעלעגאציע.

ווען זאלענסקי איז געפרעגט געווארן וואס עס איז זיין מעסעדזש פאר פּוטין, האט זאלענסקי געענטפערט "איך בין דא."

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
פרעזידענט טראמפ זאגט אז ער גייט געבן פאר די כוטיס א שאנס און מען גייט געבן פאר סיריע א שאנס.

די כוטיס זעצן פאר צו טעראריזירן די איינוואוינער אין ארץ ישראל מיט'ן שיסן מיסילס.

▫️אידישער ווינקל ▫️