אידישער ווינקל
5.09K subscribers
19.7K photos
5.52K videos
346 files
2.38K links
‌‏גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ.

סטעטוס: https://bit.ly/3rkdzfK

צו קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin

יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
Download Telegram
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
די אוקראינע מיליטערישע שפיאנאזש אגענטור [HUR] פארניכטעט א רוסישע SU-30 פייטער דזשעטס מיט א שיף דראון. די אינצידענט האט פאסירט העכער די שווארצע ים.

עס איז דאס ערשטע מאל אין היסטאריע וואס א וואסער דראון שיסט אראפ א מיליטערישער פליגער.

▫️אידישער ווינקל ▫️
פרישע חלות לכבוד שבת, געברענגט צו אייער טיר אדער שמחה.

מיר סערווירן אלע גרעסערע אידישע שטעט, דעליווערי אומזיסט פון צוויי חלות און העכער.

פאר סיי וועלכע באשטעלונגען אדער פראגעס: https://w-a.chat/c49022
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
די מדינת ישראל רעגירונג האט אונטערגענומען א מאסיווע הילף פראיעקט צו באשיצן די דרוזישע געמיינדע אין סיריע, דורכפירנדיג לופט אטאקעס אין דמשק, און עטליכע אנדערע שטעט צו ווארענען די נייע סירישע רעגירונג.

א מדינת ישראל העליקאפטער האט אויך געלאדנט אין סיריע, ברענגענדיג מעדיצינישע און מיליטערישע סופליי.

▫️אידישער ווינקל ▫️
ארום 60,000 רעזערוויסטן ווערן גערופן צום דינסט אין מדינת ישראל, מיט די מיליטער זאגנדיג אז זי גרייט זיך פאר א ריזיגע מיסיע קעגן כאמאס, "די קומענדיגע טעג שטעלן פאר דער ענדגילטיגער געלעגנהייט פאר כאמאס צו באפרייען די משכונות און זיך אונטערגעבן, אויב וועלן זיי זיך נישט צושטעלן וועט די קומענדיגע פאזע זיין צו באזיגן כאמאס און דאס מאל וועלן מיר זיך נישט אפשטעלן."

▫️אידישער ווינקל ▫️
כינע האט געעפנט די וועלט'ס ערשטע עי-איי שפיטאל מיט 14 ארטיפישל אינטעליגענץ דאקטוירים.

▫️אידישער ווינקל ▫️
Ride in style, comfort, and confidence at your Colony or Camp this summer with our premium golf carts. Choose from our wide selection of golf carts available for both sales and rentals. Cruise through the great outdoors and elevate your recreation to new heights with our
high-quality golf carts.

Sales, Rentals, On site Service

https://wa.me/message/5WIGNKCQEBCMJ1
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
אין מאסקווע האט מען אויפגעבויט און נאכגעמאכט די סטרוקטור פון די דייטשע רייכסטאג געביידע, צו דורכפירן דערויף א פערפארמענץ איבער די איבערפאל אויף די געביידע אין יאר 1945.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
די אייגענע מעדיצין: די אוקראינישע מיליטער האט דורכאויס די נאכט אטאקירט מערערע געגנטער אין רוסלאנד, אריינגערעכנט אין ראסטאוו, נאוואראסיסק, טאמאן און אנאפא, מיט ארום פיר פארוואונדעטע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
פרעזידענט טראמפּ אויף טרוט, שיקט ארויס אט די בילד, עס איז געווארן איבערגעשיקט דורך די ווייסע הויז אקאונט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די כינעזער פירמע טעמו האט אויפגעהערט שיקן פראדוקטן פון כינע צו די פאראייניגטע שטאטן, אנגעבנדיג די סיבה פון הויכע טעריפס.

▫️אידישער ווינקל ▫️
ברעיקינג: א מיסיל געשאסן פון תימן פארפעלט צו ווערן אראפגעשאסן דורך די מדינת ישראל חץ סיסטעם און די אמעריקאנער טהאד מיסיל סיסטעם איז געפאלן נעבן טערמינאל 3 אין בן גוריון לופטפעלד, איינער לייכט פארוואונדעט געווארן אין די אינצידענט מיט די מיסיל פאלנדיג אין אן אפענע פלאץ.

די לופטפעלד איז אפגעשטעלט פאר צייטווייליג, אן אויספארשונג איז געעפנט געווארן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
בעני גאנץ רעאגירט איבער די מיסיל אטאקע נעבן בן גוריון: "דאס איז נישט תימן, דאס איז איראן."

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
דראמאטישע ווידעא פון דער אינצידענט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
פרעזידענט טראמפּ שרייבט אז איראן שפילט ווי דער אומשולדיגער קרבן, אין א טוויט איבער די כוטי אטאקע אויף בן גוריון לופטפעלד, מיט מדינת ישראל פריים מיניסטער ענטפערנדיג, אז טראמפ איז גערעכט, און אז מדינת ישראל וועט רעאגירן צו די אטאקע אין די פלאץ און צייט וואס זיי קלויבן אויס.

▫️אידישער ווינקל ▫️
כינעזער פרעזידענט שי-דזשינפינג איז ערווארטעט צו באזוכן רוסלאנד די וואך, צו טרעפן רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פּוטין און ער וועט זיך באטייליגן ביי די זיג פאראדעס וואס וועלן פארקומען פרייטאג.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
א מדינת ישראל זעלנער האט אויסגעמיטן פון ווערן שווער פארוואונדעט אדער אפילו ערגער ווי דעם, נאך וואס א מעטאלענע שטיק צוים האט אים אויסגעמיטן מיט ניסים, נאך וואס זיין גרופע האט אטאקירט א הויז אין עזה, מיט א שטיק מעטאל פליענדיג אין רעאקציע צו די אויפרייס קראפט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
א דראון דזשעמינג סיסטעם אויף אן אייזל מיט א העלמעט אין סערוויס מיט די רוסישע קרעפטן אין אוקראינע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
עקסיאס באריכט: אמעריקאנער פארטיידיגונגס מיניסטער פּיעט העגסעט פלאנט צו באזוכן ארץ ישראל אין די טעג איידער פרעזידענט טראמפּ באזוכט אין די מיטל מזרח. טראמפּ וועט זיך נישט אפשטעלן אין ארץ ישראל דורכאויס די באזוך.

▫️אידישער ווינקל ▫️
פרעזידענט טראמפּ זאגט אז ער וועט נישט אויפזאגן דער פעדעראלער רעזערוו טשעירמאן דזשעראם פּאועל, איידער פּאועל'ס טערמין ענדיגט זיך אין יאר 2026.

פרעזידענט טראמפּ האט שוין אויסגעדרוקט מערערע מאל זיין פארלאנג פאר פאועל אז ער זאל נידערן די ראטעס, און געלאזט הערן אנטוישונג איבער דער טשעירמאן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
א נייע ביכל דעקט אויף: לויט באריכטן האבן געהילפן פון פרעזידענט ביידען באטראכט די געדאנק אז געוועזענער פרעזידענט ביידען זאל נעמען א גייסטישער טעסט אין די אנהויב יאר 2024, אבער האבן באזייטיגט די פלאן אויס זארג צוליב זיין גייסטישער צושטאנד.

▫️אידישער ווינקל ▫️