אידישער ווינקל
5.09K subscribers
19.7K photos
5.5K videos
346 files
2.37K links
‌‏גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ.

סטעטוס: https://bit.ly/3rkdzfK

צו קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin

יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
Download Telegram
די שין בית און פאליציי פארשן אויס די מעגליכקייט אז עטליכע פון די פייערס זאלן זיין ארסאן אטאקעס און די אגענטורן האבן שוין ארעסטירט דריי פארדעכטיגטע פערזאנען.

אין בילד: די פייער נעבן ירושלים געזען פון א רעטונגס העליקאפטער.

▫️אידישער ווינקל ▫️
בולגאריע, קראאטיע און די פאראייניגטע שטאטן, האבן פארגעשלאגן הילף פאר מדינת ישראל צו באקעמפן די פייערן, און לויט אומבאשטעטיגטע קוועלער האט סאודי אראביע אויך איינגעשטימט צו העלפן אין פאל עס פעלט זיך אויס.

▫️אידישער ווינקל ▫️
פרעזידענט טראמפּ זאגט היינט אז די סטאק מארקעט וועלכע האט שטארק געטראסקעט זינט די טעריפס זענען געמאלדן געווארן האט גארנישט מיט אים נאר מיט די ביידען אדמיניסטראציע.

"עס האט גארנישט מיט טעריפס, נאר מיט דעם אז מיר זענען געווארן איבערגעלאזט מיט שלעכטע ציפערן, ווען די בום הייבט זיך אן, וועט עס ווי קיינמאל בעפאר, געדולד," שרייבט דער פרעזידענט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
א געריכט אין ווערמאנט האט געאורטיילט אז די רעגירונג זאל באפרייען א פאלעסטינער מאן וועלכע האט אנגעפירט מיט אנטי איזראעל פראטעסטן, און איז ארעסטירט געווארן אינמיטן זיין אינטערוויו צו פארענדיגן זיין בירגערשאפט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
אין אן אויסשליסליכער אינטערוויו מיט די עי-בי-סי נייעס אגענטור, אפצייכענענדיג 100 טעג זינט די פרעזידענטשאפט האט זיך אנגעהויבן, האט פרעזידענט טראמפ ארויסגעברענט די פארשריט אין אימיגראציע, און האט בארואיגט אמעריקאנער אז די עקאנאמיע וועט זיך צוריק סטאביליזירן און בליען ווייטער.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
א 'רויטע פאקל' צושטאנד איז געווארן דערקלערט דורך די פייער און רעטונגס אגענטורן אין מדינת ישראל, וואס באדייט די מאביליזאציע פון נאציאנאלע הילף, די מיליטער, אריינגערעכנט עירקרעפט, הילף פון אנדערע דיסטריקטן און לאגיסטישע קרעפטן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
פייער קריזיס אין מדינת ישראל: די בן גוריון לופטפעלד גרייט זיך פאר די אנקום פון דער ריזיגער סופער טאנקיר פייערפייטער פליגער וואס איז אויפ'ן וועג פון גריכנלאנד.

▫️אידישער ווינקל ▫️
ברעיקינג: די פאראייניגטע שטאטן און אוקראינע האבן אונטערגעשריבן א מינעראל דיעל.

▫️אידישער ווינקל ▫️
ברעיקינג: נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער מייק וואלץ און זיין דעפיוטי מיניסטער אלעקס וואנג וועלן פארלאזן זייערע אמטן.

קוואל: סי-בי-סי.

▫️אידישער ווינקל ▫️
מדינת ישראל פריים מיניסטער ביבי נתניהו: מיר האלטן 18 מענטשן אין ארעסט אויף פארדאכטן אויף אנהויבן די פייערס.

נתניהו האט צוגעלייגט: "אונזערע שכנים וועלכע טענה'ן אז זיי האבן ליב דעם לאנד, רעדן איבער אנצינדן פייערס און דאס פארברענען."

▫️אידישער ווינקל ▫️
פראנקרייך האט פארבאטן דאס באנוץ פון רויטע קאלירן, קינדער בובעס, און טראדיציאנאלע פאלעסטינע קליידונג אין פרא עזה פראטעסטן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
א דרוזישער פייערמאן, וויאם נעוואני, אין ארץ ישראל ווערט אויסגעלויבט אויף זיין העראאישקייט, איינשטעלנדיג זיין לעבן צו ארויסראטעווען א ספר תורה פון א ברענענדיגע הויז.

▫️אידישער ווינקל ▫️
דראמאטישע בילד צייגט ווי מדינת ישראל פייערלעשער ליגן מאכטלאז און רוען זיך אפ נאך א שווערע געראנגל קעגן די מאכטפולע וואלדפייערן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
בילדער צייגן די נאכפאלגן פון די וואלדפייערן נעבן ירושלים געגנט, אסאך פייערן זענען געברענגט געווארן אונטער קאנטראל דורכאויס די נאכט, אסאך הילף קומט היינט אן פון דערנעבנדע לענדער.

▫️אידישער ווינקל ▫️
דער פילאנטראפ יואלי לאנדא ווערט געזען אנקומען קיין קערעסטיר, אונגארן, צווישן טויזענטער באזוכער וועלכע געפונען זיך דארט צו מתפלל זיין ביים ציון פון רבי ישעיה'לע מקערעסטיר זצוק"ל אין דער טאג פון זיין יארצייט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
גוטע נייעס: די פייערן נעבן ירושלים זענען געברענגט געווארן אונטער קאנטראל.

▫️אידישער ווינקל ▫️
Media is too big
VIEW IN TELEGRAM
*העלפט 'רב להושיע' זעטיגן אידישע קינדערלעך און ווערy געהאלפן מיט שטוינענדע ישועות!*

*פארפאסט נישט דעם הייליגן געלעגנהייט!*
*דריקט שוין דעם לינק צו פיטערן א הונגעריגע קינד:*
https://www.ravlehoishia.org/donate?ref=yv
א פערזאן איז אונטער ארעסט אין אסאקא, יאפאן נאך וואס ער האט אריינגעפירט זיין אויטא אין א גרופע פון קינדער, איבערלאזנדיג זיבן פארוואונדעט.

דער פערזאן האט לויט באריכטן געזאגט פאר פאליציי קרעפטן אז ער איז שוין זאט פון אלעס, און אז ער האט דורכגעפירט די אקט מיט'ן ציל צו מארדן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
איראן מעלדט אז זי האט עלימינירט א מען וואס ווערט באשולדיגט אין שפיאנירן פאר די מדינת ישראל מוסד, און אויפ'ן זיין פארמישט אין דערמארדן א הויכראנגיקער מיליטערישער באאמטער אין יאר 2022.

א באריכט אין די מיזאן נייעס אגענטור זאגט אז ער איז געווען א שפיאן הויעך אין ראנג, צושטעלנדיג שטיצע פאר מערערע מוסד מיסיעס אין איראן.

▫️אידישער ווינקל ▫️