אידישער ווינקל
5.1K subscribers
19.7K photos
5.49K videos
346 files
2.37K links
‌‏גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ.

סטעטוס: https://bit.ly/3rkdzfK

צו קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin

יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
Download Telegram
טויזענטער סטודענטן וועלכע האבן פארלוירן זייער לעגאלע אימיגראציע סטאטוס פאר קליינע געזעץ פארלעצונגען, האבן צוריק באקומען זייער לעגאליטעט און וועלן בלייבן דערמיט ביז א נייע סיסטעם ווערט איינגעשטעלט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די עף-בי-איי האט ארעסטירט א מילוואקי ריכטער וועלכע האט געהאלפן א מאן זיך ארויס דרייען פון דעפארטאציע, דורך פארפירן פעדעראלע אגענטן מיט ליגנטס וואו ער איז געגאנגען.

עף-בי-איי דירעקטאר קעש פּאטעל זאגט אז די אגענטן האבן געכאפט דעם פארשוין, אבער די אקטן פונעם ריכטער האבן געשטעלט א געפאר פארן לאנד.

▫️אידישער ווינקל ▫️
Dee Fitness is a personal training fitness studio where we help our clients build energy, muscle, and self-confidence.

Our #1 focus: Results!

Reach out today to schedule your assessment: https://wa.me/message/GCZRWWSYD3KNN1

Dee Fitness: Energized Living™️
רויטערס ברענגט אויף א פארשונג אז די פרייזן פאר פארמאסוטיקל פראדוקטן אין אמעריקא וועלן העכער ווערן מיט כמעט דרייצן פראצענט אין רעזולטאט פון די טאריפס, ברענגענדיג א טאטאל העכערונג פון 51 ביליאן דאלער העכערונג יערליך.

▫️אידישער ווינקל ▫️
צוויי מדינת ישראל זעלנער זענען געפאלן דורכאויס שלאכטן אין עזה, אין צוויי באזונדערע אינצידענטן, איינס אין צפון עזה און דער צווייטער אין די פילאדעלפיע קארידאר אין דרום טייל פון די פאס.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
טראמפּ אויף עירפארס וואן, הערנדיג איבער די מיסיע צו עלימינירן א רוסישער גענעראל אין מאסקווע: "דאס איז אן אטאקע נאנט צו דערהיים, דאס איז גרויס, איך וועל אריינקוקן דערין."

▫️אידישער ווינקל ▫️
פרעזידענט טראמפּ זאגט אז אמעריקאנער שיפן דארפן קענען דורכפירן די פאנאמע קאנאל, און די סועז קאַנאַל אומזיסט, ווייל זיי וואלטן נישט עקזיסטירט אן די פאראייניגטע שטאטן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
די פייער אין בענדער אבאס האפן אין איראן האט נאכאמאל אויסגעבראכן, די צאל טויטע האלט שוין ביי 36.

▫️אידישער ווינקל ▫️
מדינת ישראל עירפארס ווארפט אראפ צוואנציג שקלים באנקנאטן פארקלעבט מיט אקטיווע סים קארטלעך, צו פרובירן רעקרוטירן לאקאלע איינוואוינער וואס זאלן צושטעלן שפיאנאזש איבער משכונות אין עזה.

די שקלים זענען אויך אנגעפירקלט מיט נומערן וויאזוי זיך צו פארבינדן מיט די אויטאריטעטן צו איבערגעבן אינפארמאציע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
דער איראנער פרעזידענט פאזעשקען איז געפארן איז געפארן צו די ארט פון די אויפרייס ביי די שאהיד ראזשי האפן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
א נעשאנעל גריד ארבעטער איז שווער געשעדיגט געווארן אין ברוקלין, נאך וואס א גאז פייפ האט אויפגעריסן. די גאנצע גאס איז עוועקואירט געווארן פאר צייטווייליג.

▫️אידישער ווינקל ▫️
פראקורארן האבן אפיציעל געזאגט פארן געריכט אז זיי פלאנירן צו זוכן טויט שטראף פאר לואידזשי מאנדזשיאנא, דער מאן וועלכע האט געשאסן און אומגעברענגט דעם יונייטעד העלטקעיר סי-אי-או.

▫️אידישער ווינקל ▫️
צפון קארעא'ס פרעזידענט קים דזשאנג אן נעמט אנטייל אין דאס באנייען דאס לאנד'ס ערשטער נייע גענעראציע דעסטרויער פון די צפון קארעא נעווי.

▫️אידישער ווינקל ▫️
פרעזידענט טראמפ זאגט אז ווען טעריפס וועלן אריינקומען וועלן אסאך מענטשנ'ס איינקונפט שטייערן וועלן רעדוצירט, און אפילו ביי טייל גענצליך עלימינירט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
אילאן מאסק'ס עקס עי-איי פירמע איז אין געשפרעכן מיט אינוועסטירער צו שאפן נאך 20 ביליאן דאלער אינוועסטירונגען אין די פירמע, לויט א רויטערס באריכט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
*CHARTER TO KERESTIER*
Spots are filling fast — don’t wait!

Website👇
http://nesiahtravel.com/kerestir
Phone👇
(845) 444-8785
Whatsapp👇
https://wa.me/message/XCXXCE6TJE2PD1
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
אמעריקא פירט דורך פרעצעדענטלאזע אטאקעס קעגן כוטי צילן אין תימן דורכאויס די נאכט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
קאנאדישע בירגער גייען היינט ארויס צו די שטים בודקעס צו שטימען פאר א נייע פריים מיניסטער.

די קאנדידאטן וועלכע פארמעסטן זיך זענען ליבעראלער פריים מיניסטער מארק קארני, א געוועזענער באנקיר און קאנדידאט אויסגעוועלט נאך דזשוסטין טרודא'ס רעזיגנאציע, און קאנסערוואטיווער פירער פיער פאליווער, א קאריערע פאליטיקאנט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
דער קאנסערוואטיווער קאנדידאט פיער פּאליעוו אדרעסירט אמעריקאנער פרעזידענט טראמפּ, אים בעטנדיג אז ער זאל שטיין אינדרויסן פון די וואלן און אז קאנאדע וועט זיך קיינמאל אנשליסן אין די פאראייניגטע שטאטן, נאך וואס פרעזידענט טראמפּ האט פארגעשלאגן און קאמענטירט דאס דערמאנטע אין א טוויט אין די טאג פון די וואלן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
מדינת ישראל פריים מיניסטער זאגט ביי א סאמיט פאר די "דזשואיש ניוז סינדיקעטאר," אז זיין אדמיניסטראציע האט אפגעשטופט די איראנער פון פארמאגן נוקלעארע וואפן מיט 10 יאר: "10 יאר צוריק האבן שוין די איראנער געטראכט אז זיי וועלן האבן א נוקלעארע וואפן ארסענאל, מיר האבן עס אפגעשטופט אבער נישט גענצליך אפגעשטעלט."

▫️אידישער ווינקל ▫️