אידישער ווינקל
5.1K subscribers
19.7K photos
5.48K videos
346 files
2.36K links
‌‏גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ.

סטעטוס: https://bit.ly/3rkdzfK

צו קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin

יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
Download Telegram
ליבעראלע נייעס אגענטורן פארפירן איבער קינדער וועלכע דארפן גיין אין געריכט אהן קיין אדוואקאטן, נאך וואס טראמפ האט אוועק גענומען 200 מיליאן דאלער פעדעראלע פאנדינג צו באצאלן פאר אדוואקאטן פאר קינדער אהן קיין עלטערן.

די קינדער זענען אין געריכט ווירטואל פון זייער שעלטער, און קעמפן נישט צו ווערן דעפארטירט נאכ'ן אריין קומען מיט אנדערע משפחה מיטגלידער.

▫️אידישער ווינקל ▫️
לינקע עקספערטן און טראמפ קריטיקירער זאגן אז פיעט העגסעט'ס פארנאכלעסיגונגען אפצוהיטן סענסיטיווע אינפארמאציע שטעלט אין געפאר אמעריקאנער אינטערעסן, וויבאלד פיינטליכע שפיאנאזש אגענטורן קענען דורך די אינפארמאציע אויסרעכענען שעדליכע דעטאלן איבער אמעריקא'ס אפעראציעס.

▫️אידישער ווינקל ▫️
קאליפארניע גאווערנאר געווין ניוסאם זאגט אז קאליפארניע האט אפיציעל איבערגענומען יאפאן צו ווערן די וועלט'ס פערטע רייכסטע עקאנאמיע, זייענדיג נאר הינטער די פאראייניגטע שטאטן, כינע און דייטשלאנד.

▫️אידישער ווינקל ▫️
פרעזידענט טראמפּ לאזט זיך הערן איבער די רוסישע אטאקעס: "איך בין נישט צופרידן, מיט די רוסישע אטאקעס אויף קיעוו, עס איז נישט וויכטיג, וולאדימיר הער אויף, 5,000 סאלדאטן א וואך שטארבן, לאמיר פארטיגן די שלום אפמאך."

▫️אידישער ווינקל ▫️
Media is too big
VIEW IN TELEGRAM
פאדקעסטער דזשאו ראגען מיט מיליאנען נאכפאלגער, מיט א גאסט אויף זיין פראגראם, רעדן איבער די אידישע שטריימלעך...

▫️אידישער ווינקל ▫️
פרעזידענט טראמפּ האט ארויפגעלייגט א היטל מיט'ן אויפשריפט "טראמפּ 2028" צווישן די פראדוקטן אויף זיין אנליין געשעפט.

פרעזידענט טראמפּ האט אין דער פארגאנגענהייט גערעדט איבער לויפן א דריטער טערמין.

▫️אידישער ווינקל ▫️
רוסישע קוועלער זאגן אז דער סירישער פרעזידענט אכמאד אל שארא איז גרייט פאר נארמאליזאציע מיט מדינת ישראל, און איינער פון די פארלאנגען וואס ער האט איז אז די פאראייניגטע שטאטן זאל אראפנעמען אלע סאנקציעס.

▫️אידישער ווינקל ▫️
זיכערהייט קרעפטן פון מדינת ישראל האבן ארעסטירט דער קאמאנדיר פון די טעראריסטישע אינפעסטראקטור אין באלאטע, חברון.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
ברעיקינג: א פייער אויסטויש קומט יעצט פאר צווישן קרעפטן פון אינדיע און פאקיסטאן אין די ליפּע וועלי אין די קאשמיר ראיאן.

די אנגעצויגענע שטימונג צווישן ביידע לענדער האט אויסגעבראכן צוליב א טעראר אטאקע וואס האט פאסירט אין אינדיע, דורך טעראריסטן פון פאקיסטאן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
פרעזידענט טראמפּ זאגט אז אסאך לענדער ווילן זיך אנשליסן אין די עברעהעם עקארדס, "און מיר גייען עס אנפילן זייער שנעל."

▫️אידישער ווינקל ▫️
די אידישע געמיינדע אין לינדען האט לעצטנס אנגעהויבן ווייטאגן איבער א גאר אומאיידעלע בילבארד, מיט אומווערדיגע אינהאלט, שטעכנדיג די אויגן פון די איידעלע אידישע קינדערלעך וועלכע פארן דארט דורך עטליכע מאל א טאג.

די לאקאלע עסקנים האבן פרובירט רעדן צו די בילבארד פירמע מערערע מאל, ערקלערנדיג אז די בילדער זענען זייער אומווערדיג און אומעטיש, ענדליך האט די פירמע איינגעשטימט אז פאר א גרעסערע קליענט וועלן זיי טוישן די אנאנס, אין רעאקציע האבן די עסקנים אפעלירט צו לאקאלע ביזנעסער און מארקעטינג פירמעס, בעטנדיג זיי זאלן אריינקומען אין בילד און העלפן אקופירן די סלאט.

ווען די מארקעטינג פירמע הארטווארקס האט געהערט דערפון, האבן זיי באלד געטראכט פון זייער לאנגיעריגער קליענט "גפן", וועלכע איז בארימט מיט זייער סלאגאן "פאר די מיט העכערע סטאנדארטן," און פארמאגט א רעפוטאציע פאר'ן שטיצן ציבור'ישע אנגעלעגנהייטן.

גפן האט באלד געמאכט א פארשלאג פאר די פירמע, זייענדיג דריי מאל אזויפיל וויפיל זיי צאלן געווענליך, דאס האט באוואויגן די פירמע צו אוועקשענקען די סלאט פאר גפן, ווען די לינדענער געמיינדע האט געקענט אפאטעמען.
די עקאנאמיסט מיט א שארפע אנטי טראמפּ דעקל: "בלויז 1,361 טעג צו גיין, צייגנדיג א צעבאלטע, פארוואונדעטע אדלער.

▫️אידישער ווינקל ▫️
טויזענטער מדינת ישראל סאלדאטן שטייען אקסל-צו-אקסל פארנט פון דער קריה, אין תל אביב, דורכאויס די סירענעס אין אנדענק פון יום הזכרון.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די נייע סירישע פאן ווערט געזען פלאטערן פארנט פון די -יו-ען געביידע אין ניו-יארק.

▫️אידישער ווינקל ▫️
עפל פלאנט צו אריבערפירן די פאבריק פון אלע אירע אייפאונס וואס ווערן פאבריצירט פאר אמעריקאנער קליענטן, קיין אינדיע, קומענדיגע יאר.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
מדינת ישראל נאציאנאלער זיכערהייט מיניסטער איתמר בן גביר וועלכע געפונט זיך אין די פאראייניגטע שטאטן האט נעכטן באזוכט אין קראון הייטס, אויפטרעטנדיג אין די הויפטקווארטיר פון חב"ד אין 770 איסטערן פארקוועי און דערנאך געגעסן אין א לאקאלע רעסטוראנט.

אינדערצייט וואס בן גביר האט באזוכט זענען זיך צוזאמגעקומען גרופעס פון פרא פאלעסטינער אקטיוויסטן וועלכע האבן דורכגעפירט פראטעסטן, פירנדיג צו כאאטישע קאנפראנטאציעס דורך הונדערטער יונגע בחורים, אויף וועלכע די פאליציי האט רעאגירט מיט א שטאפל צוויי מאביליזאציע, צו קאנטראלירן ביידע זייטן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
די אוקראינישע שפיאנאזש אגענטור זעצט פאר מיט איר סעריע פון דראמאטישע מיסיעס אין הארץ פון רוסלאנד, ווען דורכאויס די פארטאגס שטונדן איז דער מעידזשאר גענעראל יעראסלאוו מאסקאליק, דער דעפיוטי קאמאנדיר פון די רוסישע מיליטער'ס אפעראציע דירעקטאראט, געווארן עלימינירט אין אן איינגעפלאנצטע באמבע וואס האט אויפגעריסן אין אן אויטא ווען ער איז פארביי געגאנגען.

▫️אידישער ווינקל ▫️
ברעיקינג: געוועזענער אמעריקאנער קאנגרעסמאן דזשארזש סאנטאס איז געווארן פאראורטיילט צו 7 יאר אין טורמע אויף שווינדל באשולדיגונגען.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
וויאזוי כאפט מען אפ ווילדע באשעפענישן פון גאר נאנט?

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
א מאסיווער אויפרייס האט אויפגעטרייסלט די שאהיד ראזשיי בארטן שטאט נעבן באנדער-אבאס אין דרום איראן, מיט איבער 700 פארוואונדעטע שוין באריכט, און אמווייניגסטנס 14 טויטע.

די מאטריאל וואס האט אויפגעריסן און ברענט איז גאר מאכטפול און די פייערן ברענען נאך זייענדיג זייער שווער צו פארלעשן.

ארום זעקס מענטשן פעלן נאך, און די איראנער רעגירונג זאגט אז זי איז אויך הויכע אלערט, פארשנדיג די אורזאך פון דער אינצידענט.

▫️אידישער ווינקל ▫️