אידישער ווינקל
5.09K subscribers
19.6K photos
5.47K videos
346 files
2.36K links
‌‏גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ.

סטעטוס: https://bit.ly/3rkdzfK

צו קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin

יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
Download Telegram
איראן זאגט אז זייער מעגליכקייט צו בארייכערן אוראניום וועלכע ווערט גענוצט צו מאכן נוקלעארע וואפנס, איז נישט אויסגעשטעלט צו פארהאנדלונגען מיט די פאראייניגטע שטאטן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די פאראייניגטע שטאטן פלאנט צו בעטן 70+ לענדער צו בלאקירן כינעזער אימפארטן פון דורכגיין זייערע גרעניצן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
*Watch now!* Exclusive behind the scenes tour of the stone masterpieces at the new Beis Hamedrash Ohr Hachaim Rivnitz. *Simchas Yom Tov!*
Click the link below:
https://youtu.be/CTwnRVd-ov4?si=mK-cvbsX19_2GcuX

Google drive link:
https://drive.google.com/file/d/12zf3ZxTz3Sns2JnM6d7K8XzqJzivOC7O/view?usp=drivesdk
אוקראינע'ס פרעזידענט וולאדימיר זאלענסקי זאגט אז אזויפיל ווי 40% וואפנס וואס די מיליטער פארנוצט אויף די פראנט ליניעס ווערן פראדוצירט אין אוקראינע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פּוטין וועלכע קען רעדן פליסיג אין דייטש, רעאגירט צו א פערזאן וועלכע אדרעסירט אים אין יענע שפראך. פוטין וועט געווענליך רעדן אין רוסיש צוליב זיין פאטריאטישע שטאנד, און אויסמיידן פון רעדן סיי וועלכע אנדערע שפראך.

▫️אידישער ווינקל ▫️
Media is too big
VIEW IN TELEGRAM
הארציגע מעלאדיעס. טויזענטער אידן האבן נעכטן מיטגעהאלטן די הערליכע מוזיקאלישע אוונט חסיד'ישע פארברענג, מיט לאנגע שטונדן פון גייסטרייכע פארגעניגן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
דער רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פּוטין האט געמאלדן היינט אז ער וועט שענקען די מעדאל פון עהרע פאר דער הויפט רב, הרה"ג רבי בערל לאזאר שליט"א, צוליב זיין וויכטיגע ארבעט צו פארשטערקערן אינטערנאציאנאלע פארבינדונגען.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די רוסישע רעגירונג האט אפיציעל אראפגענומען די טאליבאן פון איר ליסטע פון דעזיגנירטע טעראריסט ארגענעזאציעס.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די וואל סטריט זשורנאל באריכט היינט צופרי אז די כאמאס טעראר גרופע איז אין אן ערנסטע פינאנציעלע קריזיס און זי קען נישט באצאלן אירע טעראריסטן.

די מדינת ישראל מיליטערישע אטאקעס הילף בלאקאדעס האבן צושטערט די מעגליכקייט פאר די גרופע צו פונקציאנירן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
פרעזידענט טראמפּ זאגט אז ער וועט מאכן א דיעל מיט כינע. אין א צייט וואס פינאנציעלע אינסטיטוציעס רופן דעם פרעזידענט צו ברענגען אן ענדע צו די טעריף מלחמה.

▫️אידישער ווינקל ▫️
ברוך דיין האמת: עס ווערט באריכטעט איבער דער פטירה פון דער ספרד'ישער מנהיג הרה"ג רבי מאיר מזוז זצ"ל, דער גרינדער און פירער פון ישיבות כסא רחמים אין בני ברק, אין עלטער פון 80 יאר.

▫️אידישער ווינקל ▫️
פרעזידענט טראמפּ האט געבעטן דער נייער אמעריקאנער אמבעסאדאר מייק האקעבי ער זאל אריינלייגן א נאטיץ פאר אים אין די כותל המערבי.

טראמפּ האט געשריבן דערויף: "פאר די פרידן פון ארץ ישראל - דאנעלד טראמפּ."

▫️אידישער ווינקל ▫️
מיט ווייטאג ווערט באריכטעט איבער דער פטירה פון כ"ק הגה"צ רבי מרדכי שטיין זצ"ל, גאב"ד פאלטישאן פון בארא פארק, אין עלטער פון 84.

די לויה איז איז פארגעקומען אין בית המדרש פאלטיטשאן, און נאכדעם ביי דער מונקאטשער בית המדרש.

גדולה מיתת צדיקים.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
*Come live at the spiritual epicenter of the world* 🕊
- Next door to the Mir
- Steps from Geula
- 15-minute walk to Kotel

Learn More:
https://ptex.co/jerusalemskyYiddV
Sales@Jerusalemsky.co.il
732-210-6415
די פאראייניגטע שטאטן איז גרייט צו אנערקענען רוסישע קאנטראל איבער קרימיע אינזל אלס טייל פון די פארגעשלאגענע אוקראינע רוסישע קאנפליקט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פּוטין האט זיך געטראפן מיט דער באפרייטער משכון סאשא טראפנאוו, און צוויי אנדערע געוועזענע משכונות פון זיין פאמיליע וועלכע זענען באפרייט געווארן פון כאמאס.

פוטין האט אויסגעדרוקט דאנקבארקייט צו כאמאס אז זיי האבן באפרייט די משכונות, זיי אנרופנדיג "ארעסטאנטן" א ווערסיע וואס פרא פאליסטינער אקטיוויסטן נוצן.

די באזוך איז געווען אין באגלייטונג פון דער רוסישער הויפט רב הרה"ג רבי בערל לאזאר שליט"א.

▫️אידישער ווינקל ▫️
לוזשי מאנדזשיאן איז געווארן אנגעקלאגט מיט פעדעראלע קלאגעס פאר'ן דערמארדן דער סי-אי-או פון יונייטעד העלט קעיר, דערמיט שטייט ער אויס די מעגליכקייט פון ווערן אומגעברענגט מיט טויט-שטראף.

▫️אידישער ווינקל ▫️
דער דעמאקראטישער פירער טשאק שומער רופט די יוסטיץ דעפארטמענט צו אויספארשן די ארסאן אטאקע קעגן דער פענסילוועניע גאווערנאר דזשאש שפירא אלס א מעגליכע אנטיסעמיטישע אטאקע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
מדינת ישראל האט אפגעשטעלט די וויזעס פון 27 לינקע באאמטע פון פראנקרייך פאר זייער געפלאנטער באזוך, נאכפאלגנדיג אן ענליכער פארבאט אויף ענגלישע פארלאמענט מיטגלידער.

▫️אידישער ווינקל ▫️