אידישער ווינקל
5.05K subscribers
18.1K photos
5.09K videos
346 files
2.18K links
‌‏גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ.

סטעטוס: https://bit.ly/3rkdzfK

צו קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin

יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
Download Telegram
דער 82 יעריגער בערני סענדערס לויפט פאר א פערטער טערמין אין סענאט, ער וואוינט און פארטרעט די סטעיט ווערמאנט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
אן אמעריקאנער זעלנער איז געווארן ארעסטירט אין רוסלאנד נאך וואס ער האט גערייזט קיין רוסלאנד איינער אליינס, די אפציעלע סיבה פאר זיין ארעסט איז, אז ער ווערט באשולדיגט דורך די רוסישע גאווערמענט אין גנב'ענען.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
אנגעשטרענגט? אנגעצויגן? איבערגעארבעט?

איר דארפט א ברעיק.

אייער וואקאציע, מיט די העכסטע סטאנדארטן כשר'ס און דער טאג אויספלאנירט פאר אייך ביז'ן לעצטן דעטאל, איז א פאון קאול אוועק.

פארבינדט אייך מיט הייפייוו וואקאציעס יעצט.

https://wa.link/u4mxak
דער אידישער מוזעאום אין מאסקווע אנגעפירט דורך ארטיגער קהילה האט ארויסגעשטעלט א סאוועטישער טאנק, וואס האט געקעמפט קעגן די נאציס ימ"ח, צו די יערליכע פייערונג פון מאי-9 אין לאנד.

די טאנק איז געווארן סטאנציאנירט אין הויף פון די מוזעאום וועלכע געפונט זיך אין דער אידישער געגנט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
די מדינת ישראל מיליטער אפערירט ביי די רפיח גרעניץ מיט עגיפטן. א טאנק ווערט געזען אפערירן און פארניכטן די עזה טעראר אינפעסטראקטור.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די אידישע קהילה אין מעטישי רוסלאנד, האט אויפגעבויעט א אידישע צענטער אין פארעם פון א תפלין, צו מחזק זיין די ארטיגע אידן צו קומען אין שול און לייגן תפלין.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
מדינת ישראל זעלנער האבן געטראפן דער לאך פון א כאמאס טונעל, דורכאויס זייער אינוואזיע אין עטליכע געגנטער אין רפיח, די זעלנער האבן איינגענומען דעם פילאדעלפיא שטראז וועלכע געפונט זיך ביים גרעניץ מיט עגיפטן, די מיליטער וויל דערמיט אפשטעלן די פלוס אריין פון וואפנס וועלכע ווערן אריינגעשמוגלט דורך עגיפטן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
וולאדימיר וולאדימיראוויטש פוטין, דער פרעזידענט פון רוסלאנד, איז געווארן איינגעשוואוירן פאר זיין פיפטער טערמין אלס פירער פון לאנד, אין עלטער פון 71 יאר, די טערמין וועט זיך ענדיגן אין זעקס יאר.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
כלל ישראל טוט ווייטער אנהאלטן דעם הייליגן מיסיע פון חסד, פון רבי ישעי'לע מקערעסטיר זצוק"ל, דורכן שטיצן 'רב להושיע', א צדקה קאסע וועלכע ווערט געפירט דורך זיינע געטרייע אייניקלעך. נעמט א טייל אין די מאסיווע חסד אפאראט און זעט ישועות.

https://www.ravlehoishia.org/donate?ref=yv
אדער רופט: 718-682-5056
זיכערהייט סערוויסעס אין אוקראינע האבן אויפגעדעקט רוסישע עף-עס-בי אגענטן וועלכע האבן זיך געגרייט צו ליקווידירן אוקראינע'ס פרעזידענט וולאדימיר זאלענסקי, איינער פון די צוויי האט באקומען די פליכט צו טרעפן א זיכערהייט מיטגליד נאנט צו זאלענסקי וואס זאל זיין גרייט אים צו פארכאפן און אומברענגען.

▫️אידישער ווינקל ▫️
יורי אושעקאוו, איינער פון די העכסטע ראטגעבער פון רוסישער פרעזידענט פּוטין זאגט אז פילע אמבאסאדארן אין מאסקווע זענען געווארן געלאדנט צו די איינשווערונגס צערעמאניע אבער אמעריקא, קאנאדע, ענגלאנד און אלע 20 אייראפעאישע פאראיין לענדער האבן זיך אנטזאגט צו שיקן פארשטייער.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
א מיטגליד פון א משכון אין מדינת ישראל טרעט אויף אין כנסת, האלטנדיג א שילד פון זיין טעלעפאן נומבער, זאגנדיג "דאס איז מיין נומבער, איך אדרעסיר סינוואר, רעד נישט מיט ביבי, רעד מיט מיר, איך וויל פארהאנדלען."

▫️אידישער ווינקל ▫️
רעזערווירט יעצט אייער בעט אין שטאט קערעסטיר אויפן שבת ההילולא:

https://mainsttravel.com/kerestir/accommodations

אזוי אויך קענט איר רעזערווירן טיקעטס און נסיעות דורך מעין סטריט טראוול
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
אן אוקראינישער דראון אטאקע אויף א רוסישער באק לופט פארטיידיגונגס סיסטעם אין די קורסק ראיאן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
אנקעטעס צייגן אז אן איבערוויגנדער מערהייט פון אמעריקאנער בירגער שטיצן מדינת ישראל'ס מלחמה קעגן כאמאס, איבער די מיליטאנטישע גרופע וועלכע פונקציאנירט אין די עזה פאס. [הארווארד סי-עי-פי-סי העריס אנקעטעס.]

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
גאר דראמאטישע פייער אקטיוויטעטן זענען געווארן אפגעכאפט ביי די פיוגא וואלקעינא אין גוואטעמאלע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
צענדליגע אראבערס האבן אטאקירט און אונטערגעצינדן דעם קבר יהושע בן נון אין די אראבישע "קיפל כאראס" געגנט, אין די צייט וואס אידן האבן דארט געדאוונט אין באגלייטונג פון זיכערהייט קרעפטן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
א 22 יעריגער מדינת ישראל בירגער און טוריסט, עלמה בוהדנה, איז טראגיש אומגעקומען אין רייא דע דזשענירע בראזיל, ביים אריבערטאנצן א צוים, ביים אנטלויפן מיינענדיג אז איינער וויל איר בארויבן, זי איז געפאלן 15 מעטער צו איר טויט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
סי-ען-ען באריכט: געוועזענער פרעזידענט טראמפ און קאנגרעספרוי מארדזשארי טעילאר גרין, האבן גערעדט איבער די אפשטימונג צו אראפווארפן קאנגרעס ספיקער דזשאנסאן, אין די לעצטע וואך. טראמפ האט נישט דירעקט געבעטן גרין צו אויפהערן די מאושן אבער האט גערעדט וועגן פארטיי פאראייניגונג און געזאגט אז דאס קען זיין א שטער און גערודער.

▫️אידישער ווינקל ▫️
א מאנשאפט מיטגליד פון די נארוועגיען ענקאר קרוז-שיף פירמע האט געשטאכן דריי מענטשן אויף א קרוז שיף וואס איז געווען אויפ'ן וועג קיין אלאסקא. דער ארבעטער האט ערשט פרובירט צו אנטלויפן נוצנדיג א קליינע שיפל וואס איז געמאכט געווארן זיך צו ראטעווען אין פאל די שיף זינקט.

▫️אידישער ווינקל ▫️