ליצנותא דטובי'
149 subscribers
1 photo
2 links
דא וועט איר זיך באגעגענען מיט לאכעדיגע סצענעס וואס שפילן זיך אפ מיט דיר און אין דיין סביבה אונעם טאג טעגליכן לעבן, אויסטערלישע געשיכטעס, פאנטאזירטע געדאנקן, וויכטיגע אויפוואכונגען, און פיל נאך!

ליצנותא דטובי' געקליבענע ארטיקלען פון
טובי' אבראהאם ✍️
Download Telegram
דער אינגל! דער אינגל! ער גייט זיך נישט פארשטעלן ווי א  קאטשקע ווי זיין גאנצע משפחה, ער איז אויך נישט אזוי ווי די אנדערע אינגלעך וואס זוכן די בעסטע פארשטעלאכטס פון די פורים קעטעלאג, ניין! ער האט אנדערע פלענער! א פונקטליכע סקעטש... א גאלדענע היטל מיט לייטס, א גאלדענע נעק טיי מיט א וועסטל, ער איז שוין אויסגעוואקסן, ער איז שוין ערוואקסן! קיינער ווייסט נישט פארוואס די העל ער איז נאך א אינגל! דער איז פלעין א אלטע אינגל.. נעבעך!

כ'בין זיכער דו קענסט אזא סארט אלטע אינגל צו ס'זאל זיין א שכן, קאזין, ברודער, וכדו' אזא הויכע  שמאלע אינגל, לאנגע הענט, מיט א אויסגעוואקסענע קנעפל'דיגע העמד מיט רויט און ברוינע קעסטלעך מיט גראבע שווארצע שטריכן, די ארבל קאווערט נאר פינף און זיבעציג פראצענט פון די האנט, די הויזן האט זיך סעפערעיטע''ט און פארלאנגט א גט די זאקן אבער געט נישט אויף און לויפט ארויף צום הויזן,
גראדע אויב וויל מען וויסן וויאזוי אזא סארט אינגל הייסט קוקט מען אויף די טעג וואס איז ציגעטשעפעט צום זאקן, מ'וויל דאך נישט די זאקן  זאל זיך פארלירן ווייל מ'גייט דאך נישט קויפן יעצט נייע ער האט דאך בר מצוה ענ''י דע''י סאא''ן.... 

ער האט שוין א שאטן פון א שנויץ! יא ער איז שוין גענוג אלט, ער לאזט זיך שוין וואקסן וואנצעס, די פיאות איז אים שוין נישט מסודר, ס'געקרייזלט, אבער זייער מילד,
א אויסגעריבענע קאפל מיט לאנגע האר, מ'וועט אים שוין שערן פאר די בר מצוה שוין אט אט...

אקיצר ער איז שוין אפטודעי''ט, זיין קול איז שוין געהעריג טאטע'ריש, און טאקע ביי די בר מצוה'ס פון זיינע חברים, ווען אלע קינדער זינגען און ס'דא איין בחורישע שטימע, וואונדער'סט זיך אוואדאי פון ווי דאס קומט?! ס'איז דער אלטער אינגל!!! 

אההה! ער קומט אהיים פון חדר, נאך א האלבע שעה איז ער שוין אין מתמידים, שוין יארן גייט ער צו מתמידים! ווייסט וואו מ'טרעפט אים?? און שול יעדן טאג ביי מעריב! דעיל''י בעיסע''ס!!
ער דאוונט מערב יעדן טאג מיט מנין!!..
וען ס'נישטא קיין חדר איז ער אויך און ביהמ''ד! ער דאוונט מיט א מנין! פארשטייט זיך ער האט שוין געטרונקען א קאווע.. אבער ער טרונקט שוין מיט א קאצקע צוקער אין די זייט! ער איז שוין דעי עיד''ז!!
  
ערב שבת איז ער אין מקוה.. מה מקוה מטהר.. אהה! ער פארשטייט שוין צי דעם, ער האט ארויס די גאנצע פיקטשער!! 
שבת אפגערעדט! ער טראגט שוין א לאנגע רעקל... ס'היפש אויסגעוואקסן און אפגעריבן, ווייל ער האט שוין כמעט בר מצוה, ס'א שאד יעצט צי קויפן א נייע.. אבער וואס א חילוק.. די עיקר איז אז ווען ער זעצט זיך אראפ דארף ער שוין אנכאפן די צוויי זייטן פון אונטן און מאכן אזוי.. און אזוי.. זיכער מאכן ס'גראד איינגעקנייטשט, און יעצט קען ער זיך אראפזעצן.. בקיצר ער האט די עקספיריענס..!
  ביי לכה דודי זינגט ער מיט הויעך..
ביים ליינען גייט ער ארויס אבער ער שפילט נישט גלחים, ער שטייט סתם אין א זייט און שמועסט אדער באטראכט ער דעי אינגלעך וואס שפילן קוגעלעך אין די לאבי...
ער פאסט שוין ביי א תענות!! ער דארף זיך ציגעוואוינען פאר זיין בר מצוה! פרעג אים אפ... 
סוכות רוילט ער אריין מיט א לולב און אתרוג.. שלאג א בוים!
חול המועד פארט ער נישט מיט ווען זיין טאטע נעמט די קליינע קינדער.. אנשטאט מאכט ער א חברותא'שאפט מיט זיין זיידע... בכלל אין חדר איז ער נישט פון די ווילדע סארט קינדער.. ער איז לאויקי.. ער איז מער א שטילער, ביי ריסעס שטייט ער און די זייט און שמועסט,  טאקע ריסעס מאכט ער זיך שוין נישט משיגע מיט באמבא אדער סופער סנעק ער ברענגט פרומע היימישע פאפקארן מיט א געשניטענע עפל און ער איז העכסט צופרידן!!!

בקיצר ער איז שוין עכט אונטערגעוואקסן! ער איז א אלטע אינגל!

מיר איז נאר א וואונדער יעדע מאל איך זעה אים 'דער האט נאכאלטס נישט בר מצוה געהאט?!  ער דרייט זיך שוין אזוי יארן! על פי חשבון גייט ער שוין זיין זעכצן יאר גלייך נאך זיין בר מצוה!

שוין איך דארף גיין דאווענען מעריב.. יא! ער דאוונט דא אין מיין מנין..
👍2
די דערהער אז מענער שטעלן צאם א מוחאה איז א דורכשניטליכע געשעעניש, מען דארף נישט קיין סאך אריינטראכטן וויאזוי די הכנות גייען צי, ווייל ס'נישטא,
סך הכל אפאר ציקוועטשטע אינגעלייט מיט א שיכט פון שוויץ אונטער זייער שמיציגע בעגי קנעפל'לאזע חאלאט, שטעלן זיך צאם און גארגלען אויס גיוואלד לויזונגען, מקנה קנאת הקרעפ, און מ'גייט צוריק אהיים שרייען אויף די קינדערלעך, 

אבער היינט איז פארהאן א נייע דערהער, נקיבות קענען אויך אנטוען די קנאות שלייער, און זיך ארויסשטעלן פארשרייען למען השם יתברך, זיי זענען שוין נישט אונטערשטעליג,
אבער טראכט אריין א רגע, א אשה האט אנדערע חוקי הטבע, ביי זיי קומט זיך נישט און גייט זיך נישט אזוי שנעל... ס'דא א הכנות פראצעדור, ס'נישט פשוט!!
נו?! וויאזוי גייט עס צי?!
לאמיר באטראכטן דעם קנאי'סטע 'רייזי שטעסל,' איר סדר, איר הכנות איידערן זיך באטייליגן ביים הפגנה...

די קיך איז אנגעווארפן, די סינק רינט, שמיציגע טעפ, מעהל פארשטויבטע קאוינטערס, א טייגל יערט און די זייט ווארטנדיג צי ווערן אויסגעקנאטן פאר חלות, אזוי ווי די אנדערע טייג וואס האלט יעצט  אינמיטן געקנאטן ווערן אונטער די ארעמעס פון רייזי,
די קינדער טאנצן ארום, מיטשען און שלעפן די מאמע, די קליינע וויינט אין שרייט, די מאמע שרייט יאמערליכע קולות פרובירנדיג צי נעמען די מצב אין קאנטראל,
טררר... טררר... די טרייבל קלינגט, רייזי געט א וויש אריין די פארטייגטע הענט און די שירצל, און שרייט נאך איינמאל 'זייטס שטיל! גייטס שפילן, ' און דריקט דעם גרינעם קנעפל און געט א שליידער אריין די קארדלעס אונטער די טורבאן
'העלוי' פון די אנדערע זייט טעלעפאוין הערט זיך ווילדע געשרייען פון א אויפגעברויזטע ווייבל, וועלכע שרייט און פארפירט פאר א קורצע דריי אהאלב שעה, ביים ענדע איז געבליבן אז די שוין אויפגעהיצטע רייזי וועט אויך אנטייל נעמען און פיר חדשים ארום ביים מוחאה אדירה צי פארשרייען די מאן וועלכע האלט נישט ביים געבן א גט,

די טייגל איז שוין כמעט זויער געווארן פון זיצן אזוי לאנג אומבארירט, אבער יעצט איז דא וויכטיגערס! זי בלעטערט דורך איין ביזנעס דיירעקטארי נאכן צווייטן זיכנדיג די פאסיגסטע קליידער געשעפט ווי מ'קען זיך איינהאנדלן אזא סארט בת מלך פנימה מלביש פארן גרויס ארטיגן מעמד, די מאן איז קוים אהיים געקומען פונעם ארבעט אבער איז שוין אונטערוועגנס קיין בארא פארק מיטן בני בית גיין שאפינג!!! ניין! ס'נישט זונטאג... אבער ביג פארטי קאמינג אפ! למעשה א באבקע א תורה איין געשעפט נאכן צווייטן אבער שטא גארנישט אינטערסאנט.. איין העד בענד וואס איז געווען אויף סעיל... אבער...  ס'מער א ווינטירדיגע סטייל, סאוי מ'גייט עס אוועק לייגן... אבער מה שנוגע די הפגנה איז גארנישט דא,
ביז מ'איז ציגעפארן צי לילי אין דילי און מאנטריאל קאנאדא, ווייל דארט האט שיינדי געזאגט אז ס'דא גארדזע''ס פיסע''ס!
אבער שוין חיה'לע'ס קאלעקשאן האט שוין געהאט שענערס.. און בכלל יעצט איז נישט די צייט פאר דעים... איך בין צי גראב!!! איך גיי נישט יעצט קענען טרעפן גארנישט!!! איך גיי צוריקומען נאך מיין שטרענגע דייעט... ביי דע וועי... דעי מאל רעדט מען פון א דייעט וואס איז ערנסט!!! ס'העלפט פאר די לאנג טירם!! מיט משיגענע ריזאלטס!! און בכלל ס'משיגע העלטי!.. נישט אזוי ווי די פאריגע עלף דייעטס וואס איז סתם געווען איינרעדענישן! ס'סיריע"ס סטא"ף! איך מיט נאך אפאר פרענד'ס וואס גייען אויך זיין ביים פראטעסט מאכן עס ציזאמען און מ'גייט זיך וואטשן איינער אויפן צווייטן!! נאוי מאנקי ביזנעס!!! מ'קען נישט אנקומען גראב צי א פראטעסט!!

עניוועי אויף דערווייל נעמט מען קעיר פון די טעקניקלס... זי איז געווארן פארנומען זוכן א בעיבי סיטער פאר די אכט קליינע, קוים מיט צרות געטראפן עפעס אן אלטן לעידי וואס נעמט נישט איינטייל אין די פראטעסט, וואס איז גרייט צי נעמען די קליינע,
יעצט דארף זי באשטעלן א טשאקלעט פלעטטער מיט א שיינע פאוים, פאר די בעיבי סיטער אלטס הכרת הטוב...
שוין די זאכן זענען שוין ארלעדיגט, די דייעט האט מען שוין אנגעפאנגען, ס'גייט אן מיטן פולן קראפט, זי האט שוין פארלוירן איין אהאלב פונט אין צוויי וואכן.. אסתי האט שוין פארלוירן פיר פונט.. אבער ס'נישט קיין קונץ ווייל איך האב געטשיט...
אקעי, יעצט וואס טוט זיך מיט מעיקאפ, שייטל מאכער, ס'נאך דא אסאך צי ארלעדיגן,
רייזי רופט ארום, קלעטערט פון איינעם צום צווייטן, און יא! שוין באשטעלט א אפוינטמענט,

זה היום, מ'האלט שוין ביום החתונה, די טאג צי וועלכע מ'גרייט זיך שוין וואכן, גענישטערט, פלאנירט, ארומגעלאפן אין ארלעדיגט.
👍1
ס'נאך גאר פרי אין טאג, די זון האט קוים אויפגעשיינט, אבער מ'איז שוין אויפן וועג צום מעיקאפ ארטיסט, וועלכע ארבעט שוין א קנאפע צוויי שעה אויפן פנים, שמירט ארויף, שמירט אראפ, ניין, דא איז נישט גוט, דארט דארף זיין אזוי, די נאז מער טונקעלער, אלעס פינקטליך לויט די משיגעת'ן פון רייזי,
פון דארט צעגערט מען נישט, נאר גלייך א שפרינג אריבער צום שייטל מאכער, פאר פינף מינוט... אם.. כמעט.. א שעה.. יא! א שעה.. נא נישט קיין סאך..
די קינדערלעך פירט מען אפ צום בעיבי סיטער, מיט א לאנגע ליסטע מיט פינקטליכע אנווייזונגען ווען יענקעלע דארף א באטי, ווען שרה'לע וויינט, וויאזוי מ'דארף פיטערן חיים...
פון דארט דארף מען זיך יאגן צום קליידער רענטל, יא! ס'געבליבן אז מ'גייט רענטן א קלייד פאר צוויי אהאלב טויזנט דולר, נאכדעם וואס ס'נישט געווען צום געפינען גענוג א פאסיגע קלייד אין קיין איין פון די הונדערט איין אין זיבעציג געשעפטן וואס זי האט דורך געזיפט,

זי גרייט זיך שוין קוים מיט צרות ארויסציפארן צום גרויסארטיגן מוחאה, זי דארף נאך זיכן די צווייטע פאר פון די היי היעלס שיך, דאס איז חוץ פון די סניקערס וואס זי נעמט מיט פאר די וועגן, און די פלעינע שיך וואס זי וועט טראגן פון די קאר ביז די אנגעבליכע ארט ווי די פראטעסט וועט פארקומען. און דארט וועט זי טוישן צי די היי היעלס,
זי לייגט אפאר דאלער אינעם פישקע אז זי זאל נושא חן זיין,
און האבן די גוטע ווערטער אין מויל,
און זי לאזט זיך ארויס אין וועג האפנדיג זי האט גארנישט פארגעסן,

אנקומענדיג דארטן האט פאסירט דאס וואס איז די נארמע ווען צוויי נקיבות טרעפן זיך, 
קיש.. קיש.. קיש.. א קיש אויף די לינקע זייט, א קיש אויף די רעכטע זייט, און נאכאמאל וחוזר חלילה, נאכאמאל און נאכאמאל,
אבער נישט עכט געקישט אויפן פנים כדי די מעיקאפ זאל זיך נישט ציווישן, און עס זאל נישט בלייבן א סימן פון די ליפ סטיק,
  בקיצר אזא קבלות ''פנים'' שפילט זיך איבער ביי אלע פרויען וואס זי טרעפט, ''יויש איך בין אזוי גראב''... ''מיין מאן האט מיר געזאגט..'' ''איך האב געזען א סעיל...''  וכן הראושן וכן השני והשלישי, פאר א צייט אפשניט פון א שעה צוויי, ביז מ'כאפט זיך ביים קאפ אז מ'איז דא פאר א סיבה, און די נשים צדקניות גארגלען זיך און פארשרייען דעם קנאת השם, מיט זייער קאטשקע שטימעס ווערט פרודאצירט תורות און הלכות בשעת'ן הייזעריג ווערן! 

דארט אויפן פלאץ האט מען זיי געמאלדן אז עס וועט פארקומען נאך א פראטעסט אין דריי חדשים ארום...  א בארג איז ארויפגעפאלן אויפן קאפ פון רייזי!! נאכאמאל פון אנטפאנג, פון סקרעטש! אודך, אוי טאטע!!

טייערע אידן נאך אזאלכע מסירות נפש'דיגע הכנות פון טעג וואכן און חדשים זאל מען נישט ציהערן צי זייער וויי געשריי?! מ'זאל זיי פשוט איגנארירן, די גאנצע ארבעט זאל גיין אין מיסט?! האב רחמנות! הער דיר צי צו זיי! הער זייער געשריי!! ניין! נישט וואס זיי שרייען, נישט וואס זיי שרייען פיזיש! נאר וואס זיי שרייען גייסטיש!!! איך בין צירידערט!! איך בין גייסטיש משיגע!! קוק ווי איך שטיי!! איך דארף א דאקטאר!! דאס איז וואס זיי שרייען! אידן רחמנים בני רחמנים האטס רחמנות אויף די פרויען, זייערע מענער און זייערע קינדער! לאזט זיי נישט קומען פראטעסטן!!! עס הארגעט א משפחה פאר חדשים!! עס קאסט זיי כוחות, געלט, צייט!!! טוט זיי א טובה און.. טראסקעטס זיי ארויס פון שטאט בשן ועין עס זאל זיי נישט פארגליסטן צי מאכן נאך א פראטעסט אין אזוי ארום ראטעווען א אידישע משפחה!!
❤‍🔥1👍1
אזוי דורכגייענדיג די חשבונות האט די רב באמערקט אז די גרעסטע עושר פון די קהילה האט נאך קיינמאל נישט ביישטייערט פארן בית המדרש, ניטאמאל א קליינע סכום,
די רב האט באשלאסן אריבער צו גיין צום עושר, און אים פארבעטן א נדבה,
די רב קומט אן צום פראכטפולן הויז פונעם גביר, עס האט נישט געדויערט לאנג ביז דער עושר האט געעפנט דעם טיר און שיין אויפגענומען דעם רב מיט א העפליכקייט,
''איך האב געהערט אז דיין ביזנעס איז שיין מצליח'' האט די רב אנגעהויבן זיינע ווערטער '' ב''ה די פארדינסט שיין, אבער.. עההעם.. איך האב.. איך מיין... אזוי דורכגייענדיג די חשבונות האב איך געזען אז האסט נאך גארנישט געגעבן פארן לאקאלן שול.. איך האב געטראכט.. אפשר קען מען דיר מזכה זיין...''

"זייער שיין איך האב הנאה אז די רב האט געהערט אז איך בין שיין מצליח, אבער דאס אז איך האב אן אלטע מאמע א אלמנה וואס הילף פאר איר קאסט אפ א געוואלד, דאס האט די רב נישט געהערט?!
דאס אז איך האב א קראנקע ברודער וואס קען נישט דעקן די קאסטן פון דאקטוירים, דאס האט די רב נישט געהערט?!?
און דאס אז מיין שוועסטער'ס מאן איז געשטארבן איבערלאזנדיג א שטוב מיט אכט קינדערלעך אן איינער וואס זאל שפייזן די פאמיליע דאס האט די רב נישט געהערט?!
די רב ווייסט אפשר נישט אז איך האב א ברודער וואס איז אריינגעפאלן אין חובות, א האלבע שטאט לויפט אים נאך, און צי דעם אלעם מאכט ער חתונה יעצט, דאס האסטו נישט געהערט?!?!"

די רב קוקט אים אזוי אן, ''אנט..אנטשולדיגט, ניין.. איך האב נישט געהערט.. כ'האב באמת נישט געטראכט אויף די וועג.. אנטשולדיגט..''

''ס'גוט!'' האט זיך דער עושר אנגערופן, '' אז פאר זיי אלע האב איך נישט געגעבן קיין פרוטה קענסטו זיין זיכער אז די וועסט אויך נישט באקומען קיין פיאסטער!!''

טובי' אבראהאם
😁1
ותשחק ליום אחרון!

תושבי מאנסי וקאנאדע הייבן אן א פרישע פרק 'מי שמת!'

מות ימות מעגא פסח סעיל!!! די בעסטע אפיקומן פאר אייך און פאר די גאנצע משפחה!! לויפט און קויפט ווי לאנג ס'נאך דא!
זייטס אויך פון די הונדערטע ציפרידענע קאסטומער'ס און
האנדלט אייך איין א חלקה אונעם נייעם אויפגעכאפטן בית החיים הר שלום אין מאנסי וואס אינג און אלט 'הארגענען' זיך אריינצוגיין דארט!
בעסטע שענסטע חלקה'ס באקוועם און רואיג, שטילע שכנים וואס 'לעבן' זיך אין זייער לעכל, פאר א ציגעגליכע פרייזן וואס איר וועט נישט טרעפן זיינס גלייכן!
זייט פון די ערשטע הונדערט אידן און געניסט פון די גאר ווערטפולע מתנה די ניי- ערשינענדע 'נקי תחריכים' צו באקומען אין עטליכע דעזיינס!
זייטס נישט קיין צועק לשעבר!
פארפאסט נישט דעם איינמאליגע געלעגנהייט!

  איך מיין.. בערך אזוי קוקט עס אויס,  מען הערט נישט אויף צי עדווערטייזן די בית החיים יעדע צווייטע מינוט אויף קול מבשר, איינער זאל גיין זאגן פארן בעל הבית אז ס'נישט קיין דזודעיקא סטאר...

ווארט נאר ווארט ביז ארי סאמעט גייט מאכן א ווידיאו עד פארן בית החיים און גאנץ יהדות החרידות וועט 'פיגר'ן' צי שטארבן! 

(קען זיין זיי עדווערטייזן יעצט, ווייל ס'דא שמועות אז עס עפנט זיך א קאמפעטישן אין עווער גרין נעבן די קליענער'ס)

טובי' אבראהאם
👍1
הער זיך איין שלום, די רעדסט זיך אפ אז די אלע 'טעגליכע אינספיראציע' געט דיר נישט קיין שום חיזוק, לאמיר דיר זאגן אזוי, ווען מ'האט א רצון אנציקומען צו א געוויסע פלאץ און מ'ווערט געשטרויכלט, קען א חיזוק ווארט דיר געבן מוט אז די וועסט נאך אנקומען אהין, אלעס ווענד זיך ווי דיין ציל איז, ווייזט אויס אז די האסט אנדערע שאיפות, דערפאר רעדט נישט צו דיר די אלע טרעפליכע ווערטער, האב איך  געשריבן פאר דיר אינספיראציע וואס וועט האפנטליך רעדן צי דיר,

-א פרישע טאג מיינט א פרישע אנהייב פאר נאך א אנזעץ!

- פארגעס פון די נעכטיגע דורכפאל, היינט קומט סאך גרעסערע!

- שלח לחמך על פני המים, כי ברוב ימים תמצאנו,  אבער דעמאלטס וועט עס שוין נישט זיין ראוי לאכילה!


-אוממעגליך איז נאר א תירוץ, אבער דאך א פאקט.

-א דורכפאל טראגט דיר נענטער צו הצלחה, אבער דאך איז עס א דורכפאל

-רצון ברעכט אייזן, אנציקומען צום רצון וואס קען באווייזן צי ברעכן אייזן איז ביטער ווי א גאל!

-קשה זיוויגו של אדם כקריאת ים סוף, מ'קען עס דורך מאכן בנס, אדער ביטערלעך אריינפאלן!

-ס'דא אסאך מענטשן וואס האבן דיר ליב, קאנצעטריר דיך אויף די וועלכע האבן דיר פיינט!

-צוריק קוקן אויף די נעכטיגע פראבלעמען האט נישט קיין זינען, אבער ס'סייווי נישט פארהאן קיין צווייטע ברירה.

-פילסט ווערטלאז? די ביסט!

-פון בלויז פלאנירן קומט מען נישט אן ווייטער, טוה צי די זאך, געב אויף!

-האף נישט אויפן עתיד וועסטו זיך נישט דארפן מיטשענען צי זיכן לעזונגען!

-א שמייכל קאסט נישט קיין געלט, שטיי ווייט דערפון, בחינם באקומט מען כינים.

איך האף אז די טרעפליכע אינספיראציע האט געהאט די ריכטיגע השפעה אויף דיר,
כתיל לא יבין את זאת,
ואתכם הסליחה,
א לעכטיגן עבר!

טובי' אבראהאם
👍1
איך ווער צידרייט!! מיינע נערוון האלטן שוין ביי שטאפלען וואס אלע העזערט לייטס שרייען און פייפן!!  ווא דע פריק איז ראנ''ג מיט מיינע חבירים?!?! איך בין סך הכל א בחור אין ישיבה וואס דריי אגענטן רייסן זיך אויף מיין קאפ... בעסער געזאגט 'וואס' ס'זאל ליגן אויף מיין קאפ!!!  מיללער!! כ'זאג דיר מיללער האט די מארקעט!! האלוי זיי נישט פארנארט פון דעי נארישע לערנער.. איך ווייס אז יחזקי שרייט אז מיללער איז גארביטש, אבער לאז אים אפ! ער איז סך הכל אין א באבל! מ'האט אים געגעבן אפאר קענדי'ס און ער איז פארקויפט געווארן פאר לערנער.. ער האט ניטאמאל געזען וואס מיללער האט צי פארקויפן! ווייסט וואס איך נעם דיר היינט צי מיללער אין מאנסי וועסטו זעהן זיין בעיוטיפול פיסעס!
זאג נאר עטס קענטס אראפ קריכן פון מיר!! כ'בין נאך א בחור וואס ווילסטו?! אפשר שלעפסטו מיר שוין ארום קוקן דירות פאר נאך מיין חתונה?! כ'בין ניטאמאל א חתן און מ'האט מיר שוין געשלעפט צי יעדע שטריימל סטאר דא.. יא! איך בין שוין געווען ביי קרויס, נאכדעם וואס מעכי האט מיר אראפגעדרייט א קאפ אז איך בין נאר געווען ביי לערנער קום צי קרויס וועסטו זעהן די ריכטיגע סחורה! א קרויס צוועלעווער!!
האסט נישט ליב געהאט קרויס?! שכח! ביסט געווען אין וויליאמסבורג, דארט איז דא נארישע קאסטומער סערוויס קום קיין מאנסי וועסטו זעהן וואס מיינט א שטריימל! וואס האט דאס מיט די שטאט השם ירחם?!...
"ווארט נאר ווארט ער עפנט נאך א לאויקעשאן אין מאנראו גייסטו זעהן, ער גייט האבן די מארקעט!!" וואס גייט מיר עס אן?! זאל ער יא האבן די מארקעט זאל ער נישט האבן! איך האב עס נישט ליב! פינטל! קענסט רעדן מיט וויפיל באק ציינער די פארמאגסט, ס'מאכט נישט אויס!
למען השם!! וועגן ענק האבן זיך ציביסן ביי א היציגע געשלעגעריי איבער מיין קאפ, דארף איך יעצט ארומלויפן מיט יעדע איינע פון ענק צו ווערן אויפגעוויזן אז דו ביסט גערעכט, בשעת'ן שפייען פולעווער אויפן צווייטן?! ניין, ס'גייט מיר נישט אן אז ער מאכט שיינע צוועלעווערס!! איך נעם נישט קיין צוועלעווער סיי ווי! וואס האסטו אויפגעוויזן? אז מיללער האט א שענערע אכטער ווי.. א לערנער'ס זעקסער?! וואס איז די דזאויק?! ס'צוויי אנדערע זאכן!! פינטל! גייסט מיר ווייזן א זעקסער פון מיללער, לערנער און פון קרויס האסטו אויך גארנישט געוויזן.. יעדער האט שיינע און יעדער האט דרעק!  ס'איז ווי א שטריימל, א שטריימל איז קאסטאם, דאס וואס די ווייזט מיך איז נישט וואס איך גיי באקומען, איך קען באקומען שענער'ס און איך קען ווערן אנגעזעצט אויף אלע פיר ביי יעדע פלאץ! ווי שלעפסטע?! וואס פינקטלעך איבערצייגסטו?! וואס פאר א שווארץ קאפל ווילסטו פון מיין לעבן האבן?!

ווייסטו וואס.. איך לאז מיר ארויס פון בילד, איך קוק סתם צי פון די זייט ווי אפאר אגענטן מאכן זיך הייזעריג ביים זיך פארציקן איינער דעם צווייטן אויף ציל'לאזע טענערייען וועלכע פריקן שטריימל איז בעסער!! וואס פארפירפטו? יעדער האט ליב וואס ער האט ליב און פארשטאפ דיר דאס פיסק! ס'איז שוין געווארן אזוי פרעזענדליך, אויף וואס?! סיריעסל''י?! וועגן נארישע שטריימלעך גיסן ענק אויס ענקער גאנצע ענערגיע?? צי וואס?! וואס איז די ציל?! ס'זינלאז!! ס'נאריש!! וואס טענוט מען זיך אפילו?! אה! ווייל דו האלטסט טאקע אז ווען דו גייסט ברענגען א פיקטשער פון א גארדזע''ס שטריימל, יעצט וועט יעדער טוישן מיינונג.. אוואדאי!! יעדער וועט 'איינזעהן' אין דיין שטאקיגע מבינות!  נאכדעם שרייסטו אז פון א פיקטשער זעהט מען גארנישט.. ווייל מן הסתם ווען ער גייט עס זעהן לייוו גייט ער גלייך טוישן זיין מיינונג!? און וועלכע איזילוזיע לעבסטו?! אויב איז ער נישט מודה פארשטייט ער נישט צי קיין שטריימלעך...! וואס האט עס מיט שיטות, אדער מיינונגען?! ביזט בלויז דא צי שטיפן דיין אגענדע!! וועם ווילסטו איבערצייגן?! ווי ווילסטו ציקומען?! וואס איז די הריגות?! ס'איז ווערט'לאז! זינלאז! און סטופיד!!

אונטערשטע שורה, קענסט מיר ווייזן א געלונגענע צוועלעווער ס'נישט קיין סתירה אז די אנדערע טויגן,
יעדער קען מאכן שיינע אין די זעלבע צייט פרודוצירן מיסט! קענסט רייסן און רייטן אויפן קעגנער און יעדער וועט סיי ווי גיין דארט ווי ער האט ליב,

גראדע איך גיי קויפן א גרינפעלד שטריימל, דאס איז וואס איך האב ליב!! ס'א שאד געווען די שפייעכטס!

טובי' אבראהאם
🤪1
ס'בלויז געווען דריי מענטשן אין די וועלטס היסטאריע וואס האבן נישט פארמאגט א געשמאקע פעטער, דאס איז אדם הראשון, מיט זיין צוויי זוהן קין און הבל, אבער אויסער זיי איז נישט פארהאן קיין משפחה אויפן ערד קוגל וואס האט נישט די איין געשמאקע פעטער.. ס'א נאטור אין די בריאה!
איינע פון די צייטן וואס מ'טרעפט זיך פנים אל פנים מיט די מציאת פון א געשמאקע פעטער איז ביים קאזינ'ס אויפרוף, זיין אנוועזנהייט דערקענט זיך שוין גלייך ביים אנקומען צום זאל ווען די עולם איז זיך נאך מסדר די פלעצער איז ער פארנומען אויסטיילן זמירות'לעך פאר די בחורים און אין איינוועגס אפנעמען א גוט שבת פון זיי אלע, די איבערקערענישן הייבט זיך אן ביי אתקינא סעודתא ווען ער דרייט איבער דעם זאל, ער זוכט און נישטערט, שטא פון וואס צי רעדן ער דארף קידוש מאכן אויף אינו מבושל וויין, סתם אזוי עההה... איז ער נישט אזוי מקפיד.. אבער דא.. נא שוין... לכבוד די שמחה... למעשה מאכט ער סייווי נישט קידוש אליינס.. ווייל ער איז דאך יוצא פונעם חתן... שטייט זיך אז ער זארגט שוין פון אשת חיל ווער ס'גייט מאכן קידוש פאר די פרויען,
דער איז דער ערשטער צי זיין א געוואשענע, אזא נחשון סטייל, ער יאגט זיך אונטער  אלץ נאר כדי צי קענען ספיציעל ווארטן און נישט מאכן המוציא איידער די חתן,
ער פירט א גאנצע 'נא אה, נו' פראגראם, דער קאנטראוילט די טרעפיק! שרייט צי דער שרייט צי יענעם מאכט מיט די הענט ארויף.. אה! די חתן האט זיך געזעצט אויף זיין פלאץ.. ער געבט אזא שמייכל צום חתן ווי צי זאגן 'הע? האסט זיך נישט געגלייבט.. וואס?'
''נא.. עהה.. אהא, נו.. '' דאס איז געווען א וויץ אין ריכטונג פונעם חתן אויף שטים שפראך... נו מ'פארשטייט זיך..
לחם משנה מיטן גרויסן חלה!! פרעג קשיות! דאס פילט ער פאר וויכטיג!
ער האט זיך געשטעלט אלטס הויפט עסקן אויפצישניידן די צווייטע בארכע און ארומטיילן אויף אלע טישן, דער פירט געהעריג א מצב!!  איין סלייס געבט ער פאר א קליינע אינגעלע -א נעפיו זיינע- זאל עס אפטראגן צו זיין ווייב אריבער די מחיצה, על פי פשטות הערשט דארט א הונגער, ער איז בלויז דא צי העלפן!!

מ'איז זיך מסדר די פלעצער, ער זעצט זיך ציווישן זיינע ברודער און שוואגער, אבער  נאך פאר וואס ווען ווי, ער האט נאך ניטאמאל פארציגט א כזית, שוין, ער לויפט שוין, צי... די בחורים! ''חברה! עטס גייטס מיט זינגען! מ'גייט מאכן דעם סעודה!! די חתן האט געבעטן.. שטא פון וועם זיך צי שעמען.. חחחח... '' ס'ארלעדיגט! פאקט פעק און צוריק אויף זיין פלאץ ווי די וועיטערער טיילט שוין די פיש! אפי' פארן וועיטערער צייגט ער זיין פריש קייט ביים אויסשרייען מיט אזא ספאנישן אקצענט 'אההה! טענקיו טענקיו! גראסיאס!' דאס געט ממש די מוט פאר די מעקסיקאנער מיטן לאקאש אויפן קאפ! ס'האט געטוישט זיין לעבן אויף אייביג!!

איי איי איי!  דא קומט א מעמד! אה הא! דער בחור לויפט ארום פון איינעם צום צווייטן נאך מיט זיין פישיגע הענט, אפנעמען לחיים! לחיים! חיים טובים ולשלום, אויך די חתן'ס מאמע זייט -וואס ער קען נישט- געניסט פון זיינע ברכות! זיי דארפן דאך אויך וויסן אז ער איז א געשמאקער... ניין?! ס'נישט מער ווי יושר!

שוין היימיש, יעצט הייבט ער אן 'כל מקדש שעעעבבבי, כל מקדש ש...' דרייענדיג מיט די הענט ווי א וואש מאשין אויפצילעבן די מצב, ער שלעפט זיך צו א בענקל צו די בחורים אזוי בשעתן גארגלען די ניגון 'בחורים! בחורים לאמיר ענק אלע הערן' ער ברענגט אריין די וויי''ב יעצט! ס'הויך יו''ט!  אפגערעדט פון דעם אז ער האט נארוואס אפגעשחטן א געשמאקע שמועס ציווישן די קאזינס, ס'אבער גוט ס'לעבעדיג! ער שאקלט זיך, פאטשט מיט די הענט, זיי האבן אוואדאי הנאה! אויף דעם האבן זיי געווארט!
זיי קענען שוין דעם 'געשמאקן' ..עהעם עהה.. פעטער! יעדער טראכט עס! קיינער זאגט עס נישט.. אבער יא... ס'אורות..

ס'גראדע דא דער איין קאזין די מער פרומערע וואס פארשטייט מער צי די פרישע וויי''ב וואס די פעטער ברענגט מיט זיך, ער לעבט אויף פון די ענערגישע געשמאקייט וואס ברענגט א צילאזטקייט לפי זיין צוריק געשטאנענע השגות.. זיין שמייכל ציעט זיך פון אויער צי אויער און ער נעמט נישט אראפ זיין אויגן פאר קיין רגע פונעם "פעטער" ער פאלגט נאך יעדע ריר, 

לאמיר נישט פארגעסן אז די פעטער הייבט אן די ניגונים דעי געשמאקע! די זייער זייער בחור'ישע סארט!  ער רעדט דאך זייער שפראך... ער איז אויך אמאל געווען א בחור.. ער געדענקט נאך פונקטלעך דעי ניגון איז געווען די אויפרייס ניגון!! ער האט עס ארויס! ער פארשטייט זיך מיט די אינגע חברה! דעיס איז זיין נאמען! זיין אידענטיפיקאציע! 

זיין ספעשעלטי איז אנציהייבן גענוג הויך אז ביי די צווייטע פאל זאל מען זיין געצוואונגען צי נידערן א טאן, ער בלייבט אלטס די לעצטע עקשן צי ווייזן אז ער קען נאך יא ציען!!
👍1
שא! די חתן'ס ברודער גייט זאגן אפאר ווערטער! דער יעניגער רייסט אהין! ער קאווער''ט די סי''ן! ער פארקט אריין נעבן דעם אויבן אן,  מיט פו''ל סעפאר''ט פארן חתן!!!! שאקלט מיטן קאפ, ער האט ארויס די גימטריא, פססס! פססס! אה! ס'א שיינע צאמשטעל, ער פארשטייט אן עסק, ער האט ארויס די קאנצעפ''ט! על כל פנים זאל כאטשיג אויסזעהן ווי די איינציגע וואס הערט אויס, 
  ס'ביי אים ממש ווי א חוב צי זיין פארנומען שישקענען שטיל צי מאכן די נקיבות,  -בשעת ער קוקט זיך ארום אויב די עולם האט הנאה פון זיין אקט - פארשטייט זיך אז ער טוט עס מיט א שמייכל ווי צי ווייזן, נעע.. ער מיינט עס נישט ערנסט, ער ווייסט אויך די פאקט אז זיי גייען נישט שטיל ווערן, ער טוט עס נאר בתורת ווערטל, אויפציפרישן די לופט, די חתן'ס ברודער זאל זעהן וואס ער טוט פאר אים!

דערנאך קומט איינע פון זיינע הויפט אויפגאבן, פארדעם איז ער אראפגעקומען אויף דער וועלט, דאס איז, שטייצעך שרייען הויך 'שכויעך שכויעך! זייער שיין גערעדט" נאכן דרשה, און אט - די מיליאן דאלערדיגע פראגע- "ס'אייגנס.. אייגנס?!" ניין! כאפסט נישט.. די חתן גייט דיר יעצט ענטפערן אין פובליק אז זיין חברותא עכט האט עס געמאכט...

קיין איין איינשטענדיגע שכל פארשטייט נישט וואספארא בייזע רוח ס'האט באטראפן דעם פעטער, וואס האט אים געמאכט טראכטן אז די ריכטיגע זאך יעצט נאך די דרשה צו טוען איז, אנהייבן זינגען א אויפגעהייטערטע ניגון, אנכאפן די פעטער נעבן אים און זיך נעמען טאנצן יעצט, שמחה מה זו עושה?! ס'נישט געווען גוט ביז יעצט?! אבער ניין! ער ווייזט פארן פעטער דערנעבן זאל זיך אויך  מיטכאפן מיט זיינע  הפלא'דיגע געטענץ, שוין די פוילע פעטער, טוט אים ציליב און שטעלט זיך אויף, גראד אויס די רוקן מיט די בעקישע און שאקלט זיך א טפח צו מזרח א טפח צו מעריב, הין און צוריק, צוביסלעך שטעלט זיך צו נאך איינער און נאך איינער, אלע אנוועזענדע שאקלען זיך.. נישט כאפנדיג וואס פונקטלעך עס פעלט אויס, אונזער בחור אבער ווייסט נישט פון קיינע דאגות צי זאגן, דער האפקעט אין שפרינגט!! אבי ס'דא שטאף פאר די קינדער צו קענען איבער דערציילן אין חדר, פון זייער פעטער וואס איז א איבערדרייער!
אויב מיינסטו אז דאס איז עס, יעצט איז ער צופרידן.. ניין! ניין ניין! אינגאנצן נישט!! ער איז נישט פארטיג! פאר די שלימות הדבר הייבט ער אן שלעפן די רינג, ארום און ארום די טיש.. אלע געלאדנטע שפאצירן נאך די צעווילדעוועטע פאסטעך ווי בלינדע קאטשקעס! זיי האבן זיך נישט גערישט אויף אזאנס ווען זיי זענען געלאדנט געווארן, נישט על תנאי זה זענען זיי אהער געקומען... ער פילט אבער אקאמפליש''ט! ער האט דא אויפגעלעבט די שמחה! יעדער האט זיכער הנאה!!

הקיצר, די שטורעם האט זיך בארואיגט, מ'זעצט זיך, מ'בענטשט, אבער עפעס א אינערליכע געפיל זאגט אים אז די עולם קען זיך נאכנישט געזעגענען פונעם שמחה, זיי קוקן ארויס אויף נאך! הייבט ער אן א פרישע רונדע ניגונים, אבער, עפעס איז מאדנע די עולם קאאפערירט עפעס נישט, ער מוז שלום מאכן מיט די מצב און שליסן פריצייטיג 'זיין' נעפיו'ס שמחה, דער פארשוין נעמט אפיר די קלענסטע אינגעלע, זאל גיין רופן זיין ווייב פון די אנדערע זייט מחיצה,
ס'קלאר אז ער האט אויסגעפעלט ביים שמחה, פשוט פאר די אינווייערמענ''ט..  
בקיצר יעדער ווייסט וואס כ'מיין,
גוטשאבעס! גוטשאבעס!

אה! פאר איך פארגעס, די זעלבע פעטער איז פערצופאל די איינציגסטע אנציקומען צום באגלייטן די חתן שבת צופרי!

ואין כאן מקום להאריך..

טובי' אבראהאם.
❤‍🔥2
עריק קוקט זיך צי מיט שפאנונג צום נישט געווענדליכע סצענע וועלכע שפילט זיך אפ פארנט פון זיין היים,
די שיין פון בלוי רויטע פאליציי לעמפלעך האבן אפגעשפיגלט אויף די האלב טינקעלע געביידע'ס איידער די זון האט זיך אפגעשייד פונעם האריזאנט,
'ענדליך ווערט מען לויז פון דעם היימלאזן קאץ' מורמלט זיך עריק אונטער צי זיך אליין בשעת'ן זיפן פון זיין הייסן טיי,

די היימלאזע מאן מיט די צישטרויבעלטע בארד, שטייט שוין ווי א ביין אין האלז א לענגערע צייט פאר די רייכע איינוואוינער פונעם 'לענעט' גאס, נישטערנדיג אין די מיסט קאסטענעס פאר איבריגע עצמות יבשות וואס די קעץ האבן מעגליך איבער געלאזט פאר אים,

פון יעדע פארבייגייער האט ער זיך געבעטן פאר א שטיקל עסן כדי ער זאל נישט אונטער ברעכן פון גרויס הונגער,
  די רייכע לייט האבן זיך גאנץ קנאפ געקימערט איבער די שווערע אומשטענדן וואס פלאגט אט דעם מענטשליכע חיה,  אנשטאט פלעגן זיי אים ווארפן שפעט ווערטער אין זיין ריכטונג, 'הייב אויף דיין פארדארבענע פעקל ביינער, און בלאז דיר אוועק וואו די שטורעם ווינט פירט דיך!'
'דיין גרוך דערשטיקט אומשילדיגע איינוואוינער, באגראב דיך!!!"

די נעבעכדיגע אידל האט נישט געקענט דערהייבן די שטעך ווערטער, זיין שיקזאל איז ביי אים ווי א פארנעפלטע חלום, אבער א ביטערע פאקט מיט וואס ער קען בשום אופן נישט שלום מאכן,

ווייניג האבן געוויסט אז פייוול איז ביז א קורצע צייט צוריק אויך געווען ציווישן די רייכע, קיינער האט נישט צאם געשטעלט אז די גרויסע קייט געשעפט 'פעיווער' האט עפעס מיט אט דעם היימלאזע מאן וועם מענטשן וואונטשן זיך נישט צי שטיין אין זיין פארקער...

* * *

א זיגרייכן שמייכל האט זיך אויסגעצויגן אויף 'קערי דזאנעל' געזיכט ווען 'עפענסאוי' האט אריינגעשפאנט אין זיין -נארוואס אקופירטע- ביורא,

''א גלעזל וואדקע וואלט נישט געווען קיין שלעכטע זיג מארש''
ענטפאנגט קערי זיין שותף עפענסאוי,
ער שטעלט זיך אויף און רייכט אים די הענט,

''א פיינע ארבעט געמאכט!'' ווארפט עפענסאוי א קאמפלימענט אין ריכטונג פון זיין אויפגעלייגטע קאלעגע קערי דזאנעל'

''כ'מיין אז יעצט נאך אזא געשעפט, נאכדעם וואס פעיווער איז שוין אונטער אונזער הענט'' זאגט קערי ציניש ''קענען אונז פארגעבן דעם פייוול'ן, איך ברויך שוין נישט צוריק די צוויי מיליאן!''

עפענסאוי האט זיך צילאכט אויפן קול, ''פון נישטערן אין מיסט ווי א היימלאזע קאץ וועט ער אונז סיי ווי נישט קענען ברענגען קיין דאלער, ווער האט געחלומ'ט אז דער ארויף געקוקטע מאן, די פירער פונעם גרעסטן קייט געשעפט וועט זיך דערקייקלען צי א נידריגע שלעפער, און איבערגעבן זיין רייכטום פאר אונז צוויי!!''

''אבער... איך האף אז דו פארשטייסט'' איז קערי ערנסט געווארן בשעת ער פילט אן צוויי גלעזלעך משקה ''אונז זעמיר נאכנישט פארטיג! מען דארף אינגאנצן אוועקלייגן דעם אידל, איך דארף נישט ער זאל זיך דרייען אויך די זעלבע ערד-קוגל ווי אונז, ער קען זיך נאך איין טאג אויפוועקן מיט באווייז..."

''אה! פאר עפעס וואס'' האקט עפענסאוי אריין ''דארף מען פטור ווערן פון די פעקל דוקעמענטן'' עפענסאוי שלעפט ארויס פון זיין טאשקע א פעקל פאפירן און פלאצירט עס אויפן טישל דערנעבן, ''פון דעם! אונז דארפן דאס שוין נישט, דאס קען אונז נאר ברענגען שאדן, דאס איז די איינציגסטע זאך וואס קען אויפווייזן אונזער קרימינאלע אקטן... אויב דאס קומט אן אין פרעמדע הענט... בקיצר... ס'א שאד צי ריזיקירן''

קערי האט זיך נישט געזוימט, זיין פינגער האט א דרוק געטאן דעם גרינעם קנעפל,
אונטער א האלבע מינוט האט שוין 'מאריא סענטיוו' געשטאנען גרייט צי באדינען זיינע הערן,

"יא מיין האר! מיט וואס קען איך העלפן" די ווערטער האבן שוין טאקע אן א צאל אריבער געלאפן די שטים בענדער פון סענטיוו, אבער אין די לעצטע צייט אפשניט טרייסלען זיינע ביינער יעדע מאל עקסטער ער זאגט ארויס די ווערטער 'מיין האר', ס'האט זיך געטוישט 'האר' ס'שוין נישט די נאבעלע פייוול נאך וועם ער בענקט זיך, זיין האר וואס האט זיך געפירט צי אים ווי א ברודער, אלטס האט ער געהאט א אפן אויער, ער פלעגט אים אויסהערן, ער פלעגט אים העלפן, ער האט זיך גערעכנט מיט זיינע געפילן, אנדערש ווי די נייע שטייפע אויפזעער וואס ניצן אים ווי א מענטשליכע הונט.

''נעם די פעקל פאפירן און פארברען עס!'' שרייט קערי בשעתן אים איבערגעבן די פעקל פאפירן, ''קיין אויג זאל נישט האבן ציטריט דערצי איידער עס איז שטויב!''

* * *

פייוול'ס מח ארבעט פיבער האפטיג בשעת די פאליציי אפיצירן פירן אים אריין אין א טונקעלע צעל,

''איך זאג אייך צי, איך האב נישט גע'גנב'ט פונעם רעגירונג'' מורמלט ער צום וויפלטן מאל אונטער ''איך בין אומשילדיג!''
3
''די באווייזן זענען קלארע'' שרייט די אפיציר צוריק דערלאנגענדיג א זעץ פאר פייוול'ן, ער שליידערט אים אריין אין די טורמע צעל, ''אלעס וואס דו האסט זיך צי פארטיידיגן וועסטו זאגן פארנט פונעם ריכטער!'' די פאליציי מאן האט אוועק שפאצירט איבער לאזנ'דיג פייוול אונטער פארשפארטע גראטעס פארזינקען און זיינע ווירבלדיגע מחשבות,

''ווי איז געווען מיין קאפ?! פארוואס האב איך מיר נישט ציגעהערט צי מיינע פארדאכטן ווען די צוויי נידערטרעכטיגע חיות  האבן מיר פארגעשלאגן דעם הינקעדיגן אינוועסטירונג?! פארוואס?! כ'האב דאך געשמעקט די סוף!''
די שולד געפילן האבן אים אונטערדריקט, די יאוש איז אים נאכגעלאפן, ''קוק מיר אן! א היימלאזע פארשוין אין א צעל פון בהמות אויף באשילדיגונגען פארן גנב'נען פון די רעגירונג! אלעס פארן נישט זיין פארזיכטוג! ווי איז מיין קאפ געווען?!...
''ס'דא באווייז, ס'דא עדים, ס'נישט צום גלויבן''
"די עסקנים וועלן מיר אויך קיינמאל נישט העלפן" האט זיינע מחשבות נישט מנוחה געלאזט א רגע "זיי פארעכענען מיר פאר די גנב פון שטאט, געשנודערט בנינים, ציגעזאגט גרויסע סכומים, בתי מדרשים געבויט אויף מיין נאמען, אבער דאס אלעס איז קיינמאל נישט באצאלט געווארן... זיי פארעכענען מיר אלטס א פאלנער ליגענער, א שווינדלער, הלואי איך זאל זיי קענען אויפווייזן וואס האט זיך אין ווארהייט אויסגעשפילט, ס'איז נישט געווען מיין באשלוס..

*  *  *

"פייוול ווערט געפינען שילדיג אויף אלע זיבן אין צוואנציג קלאגעס, אויף וואס ער שטייט אויס צוואנציג יאר טורמע צי יעדע קלאגע באזונדער, דאס קומט אויס צי פינף הונדערט און פערציג יאר אין טורמע,'' האט די ריכטער אויסגערופן זיין ענדגילטיגן פסק נאכפאלגנדיג א קלאפ מיטן האמערל,

די צוויי עדים קערי, און עפענסאוי האבן זיך געוואונקען מיט שטאלץ ''נאך א זיג!!"

*  *  *

   אינגאנצן דערביטערט זיצט פייוול אין זיין טורמע צעל ווי ער וועט פארבראכן די איבריגע טייל פון זיין וויסטן לעבן,
זיינע קאלטע יאוש געפילן האבן אים ניטאמאל ערלויבט צי פארלאזן טרערן טראכטנדיג פון זיינע פינף באליבטע קינדערלעך, וואס ער האט שוין אזוי לאנג נישט געזעהן,

זיין שיקזאל איז א פארזיגלטער, טויט איז א וואונטש! ס'נישטא פארוואס מער צי לעבן..

מיטאמאל איז פייוול אויפגעשפרינגען ווי פאר'סמ'טע מייז
''סענטיוו דיר האט מען אויך ארעסטירט?!'' שרייט ער א צימישטער נישט גלייבנדיג די סצענע וואס שפילט זיך אפ פארנט פון זיינע אויגן,

מאריא סענטיוו זיין לאנג יעריגן ארבעטער, ווערט אריינגעפירט אין קייטלען ווי א פארברעכער, ''מען האט מיר באשילדיגט פארן מיט ארבעטן מיט דיין שווינדל'' האט סענטיוו געענטפערט מיט א דערביטערטע שטימע,

''סענטיוו, דו מיזט מיר גלייבן! איך בין באמת אומשילדיג! דו ווייסט דאך יא אז איך האב אלעמאל נאר געהאנדלט ערליך!'' האט זיך פייוול געפרואווט צי פארענטפערן

''נישט געזארגט, איז געקומען סענטיוו'ס רעאקציע, זיינע הענט גלעט פייוול'ס ריקן און ער זעצט פאר, ''איך ווייס אלעס!
פייוול וועסט נישט גלויבן וואס איך וועל דיר יעצט זאגן'' זאגט ער מיט עקסטאז באטראכטנדיג ווי פייוול ווערט געשפאנט פיל מיט נייגער ''ס'איז מיר געלונגען ארויס צי דערווישן א פעקל דוקעמענטן וואס די צוויי מאפיאנערן האבן מיר געבעטן צי פארברענען, מיט דעם קען מען אויפווייזן אונזער אומשולד, און דאס וועט גאר צוריק ברענגען די ביזנעס אינטער דיין הענט! פייוול דו ווערסט צוריק א רייכע מאן!''

פייוול האט נישט געקענט פארדייען דאס וואס ער האט יעצט געהערט, ס'גלויבט זיך נישט, א שיין פון האפענונג האט ארומגענומען פייוול, ס'דא באווייז! ס'פארהאן א וועג ארויס! איך וועל נישט אפזיצן דא אין טורמע ביז מיין טויט!

פייוול איז געווארן מער און מער זיכער מיט זיין באפרייאונג ווי מער ער האט גענישטערט ציווישן די בלעטער,
אלעס שטייט קלאר! די שווינדל! די פאלשע באפעל פונעם דאקטאר אז איך טאר מער נישט וואוינען מיט מיין ווייב און קינדער נאכן ווערן באשטעטיגט אלטס א צערידערטע מאן,
די פאלשע באנק דוקאמענט אז זיי נעמען איבער מיין הויז,
די  פאלשע באווייז וואס איז אפיציעל געווען עדות אויף די רעגירונג שווינדל!

''איך גיי ארויס פריי! איך גיי ארויס פריי!'' האט פייוול ארומגעשפרינגען פאר'שיכור'ט פאר פרייד, "איך בין א פרייער מאן!"

פאר פייוול'ס צימער קאלעגע האט בכלל נישט געשמעקט דאס וואס קומט פאר דא, ער קוקט זיך צי פארביטערט אויף דעם צירידערטן פייוול, זיינע אויגן שטעכן ווי שפיזן, פיל מיט קנאה, 
זיין בליקן שפריצן פונקן פייער ווען פייוול לויפט אים קעגן מיט איין אטעם, ''אונז געזעגן מיר זיך! די צעטלעך ווייזן אויף מיין אומשולד!'' שרייט ער אויס מיט פאטאס, בשעת ער פאכעט די פאפירן,
👍2👌1
די לאנג יעריגע קרימינאל האט געגעבן א שפרינג אראפ פון זיין בעט אויף וואס ער איז ביז יעצט געזיצן, אין א בליץ שנעלקייט ארויסגעכאפט די פאפירן פון פייוול'ס הענט און עס צוריסן אויף שטיקלעך, עס אראפגעפלאשט אין די טוילעט וואס יעדע צעל פארמאגט ביי די זייט, ''דו בלייבסט דא! אויב איך גיי נישט פריי, גייסטו אויך נישט פריי!''

*  *  *

סענטיוו האט פרובירט צי דערמינטערן פייוול, אבער אן ערפאלגונג,
ווען די טורמע דאקטאר איז אנגעקומען האט ער באשטעטיגט פייוול'ס טויט נאכן ליידן פון א שווערע הארץ אטאקע...

*  *  *

קערי מיט עפענסאוי האבן זיך ווידער געזעצט איבער א גלעזל וואדקע ''יעצט האבן מיר ענדגילטיג געזיגט!''

שנשמע ונשבשר בשורות טובות!

טובי' אבראהאם
👍3
Forwarded from Links to go
Find all Links for telegram groups, channel, bots, that you will ever need
🔗
@linkstogo
👍15👎6
~ סימן טוב ומזל טוב ~

ליצונתה דטובי' טוט וואונטשן א הארציגן מזל טוב פאר ראובן גרין
לרגל זיין שידוך שליסן!!!!
🥳🥳🥳
🎉136
גוטסקייט מיט אזא רשעות!!!
ס'דא אידן וואס ווילן באמת האבן גוטע מידות, און פארמאגן א גוט הארץ אבער וואזאלעך טון, ס'איז נישט זייער טאלאנט! פשוט נישט! זיי טויגן נישט דערצו...

לאמיר דיר געבן א דוגמא,
קומסט אן צוגאסט אין א פרעמד פלאץ און...

ניייייין!! איך רעד נישט פון די אידן אזעלכע געשולטע יענטע'ס אויף נעקסט לעוועל וואס גלייך אויף די רגע ווען דו שפאצירסט אריין אין א פרעמד ביהמ''ד באמערקט ער שוין פונדערווייטנס אז דו ביסט א גאסט דא, און ער האלט א אנגעשפיצטע אויג אויף יעדע ריר דיינע,
און ווען דו שפאצירסט אדורך דעם קופקע ווי ער שטייט, כאפט ער די געלעגנהייט און שטעלט דיך דארט אפ מיט א גראבע העפליכע נאסע שלום עליכם, ס'זיין לעבן!! א פרישע פנים זיך צו באקענען, אזא פישל?! די גאנצע קופקע גייט יעצט באנקראט... דא איז א טשעק פוינט! אלע פינף בייטייליגטע ווענדן זייער אויפמערקזאמקייט אין דיין ריכטונג זיי ווערן שטיל און הערן זיך איין צו די קרייץ פארהער וואס דער נייגעריגע יענטע שטעלט פאר דיר, שלא על מנס לקבל פרס...
"זאג.. הייסט אפשר רויזנבלום?! נאַאַ ווייל דו קוקסט מיר אביסל אויס ווי א רויזנבלום.."

"וויאזוי?! אהה.. שטיין... ניין ס'האט מיר פשוט געדאכט.. קוקסט אביסל אויס ווי א רויזנבלום.. ניין?! האסט עפעס מיט רויזנבלום!?"

ניין רבי איד! לאז אפ! וואסיז!? קענסט נישט אראפשלינגען די פאקט אז האסט זיך טועה געווען?! זאלסט מיר אנטשילדיגן, ס'טוט מיר זייער לייד אבער דו חלומ'סט בייטאג!! איך האב מיר מיט רויזנבלום קיינמאל נישט געטראפן... איך הייב נישט אן אויסצוקוקן ווי רויזנבלום.. איך מיין ער דארף ערנסט גיין באקוקן זיינע מזוזות עפעס שטימט נישט דא!!


"מיין שוואגער האט א ברודער וואס איז א איידעם ביי עפעס א שטיין.. שלמה שטיין... קענסט אים?!"
העי העי רבי רבי.... טשיל! וואסארא מין וויינזיניגע קשיא איז דעיס?! ס'דא מיליאנען שלמה שטיין'ס פאלטערביי איך גיי וויסן וועלכע פון די טויזנט דו מיינסט?! קענסט שווארץ פון וויליאמסבורג!!?? כ'מיין.. כאפ כאטשיג אן עפעס א שפיץ פאָדעם...

"איין מינוט וועלכע שטיין ביסטו?! די האלענדע שטיין'ס?!"

"ניין?! וועלכע?! וועלכע שטיין?! א רגע!! דעי שטיין פון די בעקעריי אין מאנסי האט עפעס מיט דיר?!"

קענסט מיר ערקלערן פון ווי פונקטליך איך דארף צו וויסן?! די מייז אין תימן גלייכן ניס!?

ניס!? כ'בין נישט אזא יענטע.. איך ווייס נישט לאז געמאך!!

פארשטייסט?! שטייסט דא ווי א עגלה ערופה אינמיטן א אנגייענדע קופקע וואס איז שטיל געווארן לכבודך, און א פרעמד פלאץ, שעמעדיג און אומבאקוועם, יעדער קוקט אויף דיר, אבער ער מוז אויסגעפונען ווער דו ביסט.. ס'א הלכה משה מסיני.. ער פרעגט אהער ער דרייט אהין!

ער פארטראכט זיך.. ער נעמט אראפ זיין שטריימל און נוצט זיין קאפל זיך צו קראצן זיין קאפ, בשעת ער מורמלט זיך אונטער 'שטיין, שטיין, וועלכע שטיין?! פארוואס קען איך נישט כאפן?!'
שטייסט ווי א קנעכט אינמיטן מארק נישט וויסנדיג ווא די העל דארפסטו יעצט טון, וויאזוי הענדלט מען דעיס?!

איין איד דארט וואס פילט אביסל שלעכט פאר דיר רופט ער זיך אן האלב ציניש "נו וואסיז שוין?! וועסטו קענען איין מענטש ווייניגער..."

ער מיינט נישט קיין שלעכטס אבער ס'מאכט נאר ערגער, יעצט רעדט מען שוין פון מיר נישט צו מיר.. ס'שפירט זיך ווי א פעקל פלייש ציווישן האמער אין נאגל, מ'איז דא כאילו דן צו מ'זאל יא באפרייען די טשיקן צי נישט..

"גרשון מ'קען מיינען וועסט נישט שטארבן אויב וועסטו נישט וויסן.. לאז אפ!"

קודם ווייס איך אז ער איז א גרשון! נישט סתם א יענטע.. נאר א גרשון יענטע!!
אבער ניין דער גרשון לאזט זיך נישט..
"שאאא איין סקונדע.. איך גיי צום סוף אנקומען.. געב מיר א רג..
איין מינוט!!! איך ווייס ווער דיין עלטער פעטער איז! "
א ריזיגע זיגרייכן שמייכל שפרייט זיך אויס אויף זיין פנים!! פיל מיט סיפוק!! ער האט עס געכאפט!!!
"דיין עלטער פעטער פלעגט שניידן עפל צוזאמען מיט שניאור זלמן פריעדלענדער פאר די פעלדמאן חלוקה... אהההה... ער איז דיין עלטער פעטער!! גאר חשוב! יארן פלעגט ער אזוי שניידן! יארן!! א גוט הארץ! ער איז א פיינע איד!!"

א געשעפט האבעך מיט מיין עלטער פעטער'ס עפל געשיילעכטץ!!! האלטסט ס'מיר טאקע שטארק נוגע?! יעצט?! דא!? האסט נישט בעסער וואס צו טון!?

איך בין זיכער אז דו קענסט רילעיטן צו דעם..
אבער נו שוין... איך רעד נישט יעצט פון די סארט גוטע מינה מענטשן...

איך רעד דא פון דעם וואס שפילט זיך אפ ווען מ'קומט אריין אין די פרעמד ביהמ''ד, און די איינציגסטע פלאץ וואס איז געבליבן, איז ציווישן א אינגל און א בחור'ל, נו מ'מאכט זיך דארט באקוועם מיט א סידור און מ'הייבט אן דאווענען,
👍4🔥4
דאן שפאצירט אריין א געביגלטער אינגערמאן מיט א שמייכל רופט ער אויס "גוטשאבעס גוטשאבעס!!" צו קיינעם אבער צו יעדעם, ווי כאילו די ביהמ''ד האט געווארט אויף אים, מיט זיינע גוטשאבעכצער...

דא פאסירט עס... ער קומט צו צום אינגל וואס זיצט ביי דיין זייט און געבט אים איבער א זעקל שפילצייגן און נאש, דאן גייט ער צום בחור'ל פון די צווייטע זייט "מאמי האט געבעטן אז אויפן וועג אהיים פון ש...

מער פון דעם פעלט נישט אויס אז דו זאלסט כאפן אז לויט אלע ווארשיינדליכקייטן האסטו זיך באזעצט אויף דעם טאטן'ס פלאץ, ציווישן צוויי ברודער! האסט צוטיילט די משפחה! פארשיקט די טאטע און גענומען די קינדער, א מין דערהער פון שליח הקן...

אומבאקוועמערהייט געט מען זיך אזא דריי אויס צו יענעם און מיט א קווענקלדיגע ברום אונטערן נאז ווייזט מען אים האלבוועגס מיט די הענט און מיט די פיס, "המממ!?" מיט א בתמיה, ווי צי פרעגן, 'אנטשילדיגט! ס'אייער פלאץ?!'

מ'הייבטזיך אביסל אונטער צו צייגן די ערנסקייט פון די ענין אז מ'איז באמת גרייט צו פריי מאכן דאס פלאץ, און ס'קומט בשעת מעשה נאך אזא ברום "הממממ עהה???" דא האט איר אייער פלאץ אנטשילדיגט, כאניש געמיינט עס אוועקצונעמען...

"נאַאַאַאַ! ס'גוט! זיץ זיץ! זיץ!!!" שרייט ער אויס מיט פאטאס שאקלענדיג זיין האנט די מערסטע שייך "ס'גוט קענסט דא בלייבן זיצן"

איי איי איי ער מיינט עס טאקע פאר א טובה, אבער ס'אזא מצוה שאינו חל...
די אומבאקוועמקייט איז ערגער ווי ווען די שבטים האבן געהערט דעם "אני יוסף"

דו האלטסט מיט ווי ער נעמט זיין סידור און שטעלט זיך אין די זייט פון די טיש, קיין פלאץ האט ער נישט ווייל איך, דער צוויי שטאקיגע אורח האב אים עס אפגע'לקח'נט...
איך זיץ מיר דארט ציווישן זיינע קינדער ווי א פארדארבן עפל... פון דאווענען מיט כוונה קענסטע פארגעסן! געב אויף!

ווי אורחיש ס'געווען ביז יעצט, איז עס געפארן דרום ביים ליינען.... בעסער נישט אין שבת גערעדט... אבער דעי גאסט געבער גייט דאך נישט שטיין ווי יאשקע גאנץ ליינען.. נו האט ער זיך באזעצט אויף די באנק קעגן איבער.. נאר דאס פעלט יעצט אויס! טרעף מיר א לאך זיך צו באגראבן.. אבער עכשיו!!

איך זיץ מיר דא ציווישן טאטע און זוהן ס'שפירט זיך ווי א פרעמדע אישפיזן האט אומגעליידנטערהייט אריינגעוואנדערט צו יענעם אין שטוב אינמיטן א חנוכה מסיבה און איך זיץ נאך אויפן אויבן אן אויף די טאטע'ס פלאץ וואסארא כבוד! ג-ט היט מיר אפ און ראטעווע מיר פון אלע שלעכטס...

ס'ענדיגט זיך נישט ביי דעם, נתן, די בעל האכסניה'ס חבר קומט צו און קלאפט אים אין רוקן "גוט שבת גוט שבת! ס'מאכסטע?!" ער קנייטשט איין זיין בעקישע און.. זעצט זיך נעבן אים.. קעגן מיר!!! זעט אויס כאמיר נישט געגאסן קיין נעגל וואסער היינט! וויאזוי דען האב איך אזא שלעכטע מזל היינט???

גייט נישט דורך קיין מעת לעת און נאך עפעס א מויל מאכער רוקט זיך אן.. און נאך איינס... ס'פארמירט זיך א ערנסטע קרעמל ארום מיך... די גאנצע גענג!!

און דו נעבעך נעמטסט נישט ארויס די אויגן פונעם חומש.. אמתדיג גערעדט, ווען האסטו לעצטע מאל אריינגעקוקט אין א חומש ביים ליינען?! הע!? אבער יעצט ווי זאלעך קוקן?! סטרעיט אין זייער פנים?! נאך א מזל די אידן האבן מקבל געווען די תורה ביים הר סיני! ווי וואלט מען געקוקט ווען נישט?!

בכלל דעי לעקישע פילינג פון הערן ווי זיי רעדן און שמועסן איבער נייעס וואס דו ווייסט קלאר אז נישט אזוי איז געווען די מעשה,
ביסט דאך דארט געווען.. דיין צונג פאלט דיר ארויס! ווילסט יענעם פארעכטן אבער ביסט הילפלויז!! ווי א שאינו יודע לשאול דארפסטו בלייבן שטים מיט די אויגן אינעם חומש כאילו דו הערסט בכלל נישט זייער שמועס...
מיטאמאל טרעפסטו זיך לאכן ווען איינער פון זיי האט געמאכט א וויץ, נאַאַ הערסט זיך בכלל נישט צו, אבער אזוי נישט קענענדיג זיך איינהאלטן, מער אזוי געצווינגענערהייט... יויש דעיס איז אורחיש!! ביסט געהעריג א פורניטשער אין א אנגייענדע קופקע אנע דריסת הרגל אין זייער חבריה!! עס ווערט געזיכט א גרוב עי עס עי פי!!

ווי שיין וואלט געווען ווען ער איז ווען א שלעכטער אין די ערשטע מינוט און ער טרייבט מיר אוועק פון זיין פלאץ, ער וואלט געווען אזא צדיק!
יעצט דארף איך דא זיצן און ליידן פון מיין "גאסטגעבער'ס "גוטסקייט"... רבי איד האסט מיר נישט געקענט אוועקשיקן!? ווי איז דיין אידיש הארץ?!

רעדנדיג פון דעם קען איך נישט אויסלאזן דעי סארט אינטערגעציפטע חברה, די פראפעשענאלס, וואס ווען זיי זעען איינעם זיצן אויף זייער פלאץ קומען זיי צו און נעמען בלויז אוועק א סידור וואס איז דארט געליגן.. לאויקי...
👍5🔥3
מיט א ספר וואס ער האט זיך אנגעגרייט, הקיצר ער מאכט זיכער דיר צו לאזן וויסן אז דו האסט אים צוגענומען דאס פלאץ, אבער נאַאַאַ!! ער שיקט נישט אוועק!! בכלל נישט!! ער וויל פשוט דיר מסביר זיין וואס דא איז געשען, ער מאכט סתם קלאר פאקטן... הער צו... ער איז גערעכט הנותן מתנה לחבירו צריך להודיע...דער איז עס מקיים מיט א הידור!!

יעדער ווייסט אז דער פארשוין האלט נישט ביים מוותר זיין אויפן פלאץ ס'דא א סיבה פארוואס יענער האט גענומען דוקא דעי סידור וואס ליגט נעבן דיר, וואס עפעס קען ער נישט נעמען א נייע פון שאנק?!?! כאפסט שוין איינמאל די רמז.. ס'נישט מער ווי נארמאל אז זאלסט כאפן די מעסעדז..

יא יא ווייל דו צילייגער האסט געטון די זעלבע זאך נעכטן ווען איינער האט דיר בא'גנב'ט דיין פלאץ, מיר אלע זענען די זעלבע כיטרע, גאנץ יהדות החרידות האט די זעלבע טאקטיקן, שוין מקובל נאך פון די תקופות הראושונים...

דער באטראפענער וועט זיך אויף שטעלן און ווייזן פאר יענעם ' נאַדיר! כ'האב פריי געמאכט דאס פלאץ'

ווי קאמיש ס'הערט זיך וועט אבער יעדע מאל זיך אויסשפילן די זעלבע סצענע...
ס'הייבט זיך אן א פארמעסט ווער ס'קען זיין א גרעסערע גוטער!
ס'גוט!! זיץ זיץ!! כאילו ער האט דיר בכלל נישט געמיינט צו פארשיקן...

כ'שטיי ניש.. וואס דען איז געווען זיין ציל?! ער איז סתם געווען אויף א מיסיע דיר צו איבערצייגן אז ס'געווען זיינס א פלאץ!? ער האט עס געטון פאר פאן?!
טוה מיר א טובה! ער האט עס געטון פאר א תכלית, ער האט געדארפט דעם פלאץ, וואס מאכסטו זיך משוגע!?

יעצט דו פון דיין זייט גייסט זיך נישט צוריק אראפ זעצן, ביסט א בעסערע גוטער ווי אים, ס'קומט זיך דאך אים, ס'זיינס!

ס'פלעי טיים! מ'שפילט טשאדעלע באדעלע.. ביידע שטייען אין די זייט און פרובירן צו איבערווייזן דעם צווייטן זיך צו זעצן.. שטייצעך מטעם אמתע גוטסקייט.. מיט אויסערגעווענליכע מידות טובות!!

און געווענדליכע פעלער וועט א דריטער אריינוואקן אין ביהמ''ד, נישט וואוסענדיג פון קיין צרות און תמימות'דיגערהייט זיך זעצן דארט נישט אינאכט נעמען בכלל אז צוויי אירע עסן זיך דאס געזונט...
ביידע האבן חרטה פארן נישט צוריק נעמען דעם פלאץ,
אנטשילדיגט! פאר אים קומט זיך עס זיכער נישט, יעצט דארפן זיי שטיין גאנץ דאווענען, נישט קיין פלאץ, און נישט באקומען די געפיל פון מוותר זיין!!
עכטע לאָזער'ס!!!

פארדריי נישט קיין קאפ! גוטע מידות האט גארנישט מיט דעם איינגעלייגט!!!

טובי' אבראהאם
🔥8👍4
אויב האסטו א איבריגע מינוט, גיי אריין צו דיין וואוי''ס ריקארדינ''ג אפציע אויף דיין פאוין, און הייב אן הערן דיינע אלטע ריקארדירונגען וואס דו האסט ריקארדירט צו שיקן פאר דיינע חברים, איך מיין אז ס'נישט דא נאך א גרעסערע פורים אפטיילונג ווי דעם, אנטשילדיגט.. איך מיין נישט חוזק צו מאכן פון דיר, אבער, ס'ליצנות!!
ס'פשוט די מציאות, הער און איבערצייג דיר אליין,

האסט פרובירט צי שיקן א וואוי''ס נאוי''ט פאר דיין חבר וואס האט דיר געפרעגט ווי דו גייסט זיין אויף שבת, גייסט צום אויפרוף אין בארא פארק? און אויך אויב חיים גייט אויך צום אויפרוף?
און אויף דעם האסטו אין דיינע זאפאסן פון וואוי''ס נאוי''ט'ס אן ערך פון זיבן ווערסיעס, דערמאן דיר,
האסט אנגעהויבן אזוי:
''איך האב געטראכט צי גיי...''
נא! וואס געטראכט!? געפלאנט!

(צווייטע פריוו) ''איך האב געפלאנט צי גיין צום שבת אבע.. ''
שבת??

''כ'האב געוואלט גיין צום אויפרוף אבער מיין קאזין איז געבוירן, און כ'קען נישט אפזא..''
וואס איז ראנג מיט מיר? מיין קאזין איז גע..!? נאא!

אודך! דריקסט דעם ריקארד קנעפל פאר נאך א פרואוו...
''מיין פלאן איז געווען צי גיין, אבער מיין פעטער מאכט קידוש דא אין מאנסי, וועגן חיים, ער האט געהאט א פלאן צי... ''
וואס הייסט ער האט געהאט?! ער וויל גיין!

''חיים וויל.."
אוי! כ'האב פארגעסן וועגן מי.."

אקעי.. לאז מיך אפ! איך שיק און שוין,
און דא איז געקומען די ענדגילטיגע ווערסיע

''ניין! כ'גיי נישט!! וועגן חיים ווייס איך נישט!''
און שוין!! פטור א עסק!

ס'אבער דא גרעסערע קאשמארן ווי דעם, ווען דיין וואוי''ס נאויט האט ארגינעלע רעאקציעס, פיל מיט פרישקייט, לעבעדיג!
אזוי ווי:
''אההההה! יעצט פארשטיי איך פארוואס די האסט אים פארשיקט, הא! הא! הא! גוט! גוט! כ'הא אויפגעבראכן.."
ניין! וואס זאג איך...

''אההה! וועגן דעם האסטו אים אפגעזאגט! הא! הא! כ'מיי..."
נאא! איינער האט אריינגעשריגן..

דא גייסטו שוין אראפ א טאן..
''אה! כ'פארשטיי שוין.. האהא! ע"ל או"י ע"ל! "

נעעע! ס'צו א פאלשע לאך..

יעצט ביסטו שוין א אויסגעברענטע לעכט, ס'הערט זיך ווי א אנגעזעצטער, אנגעגעסענער מענטש ס'האט שוין לאנג פארלוירן די לעבעדיגקייט און פרישקייט, "אהא.. כ'פארשטיי... גוט... "

נאאא! ס'אזוי טרוקן, ס'האט שוין נישט קיין פוינט צו שיקן, לאז אפ דעי וואוי''ס נאוי''ט קרעפ! ס'געבליבן ביים שיקן א פשוטע טעקסט, "LOL"

עמו אנכי בצרה!

טובי׳ אבראהאם
😁10👌5🤪3
סימן טוב ומזל טוב

מיר ווילן אויסדרוקן אונזער מזל טוב פאר דער מייסטער שרייבער וועמענס ארטיקלן מיר ליפערן אויפן טשענעל,
דער אלעמען באקאנטן "טובי אבראהאם" אויף זיין שידוך שליסן בשעה טובה ומצלחת.
🎉174🔥3👍2
עס איז חוה"מ אויף דער וועלט.
און אין יעדע אידישע געצעלט.

גייט מען חוה"מ האלטן די קינדער דערפרייען.
און דעם ושמחת בחגך זיין מקיים.

אבער איך שטיי און שטוין מיט וואונדער.
ווער האט איינגעפירט אזא מאדנע מנהג ביי די קינדער?...

ווען אנשטאט א ושמחת געשעט פונקט דאס פארקערטע.
עס איז אן אפקומעניש אן אומדערהערטע!.

ס'פאנגט זיך אן נאך ביים פלאנען דעם נסיעה.
יעדער האט א אנדערע פארלאנג און תביעה.

מוזעאום, ריידס, זו, שאו, פלעי, אדער וואסערפאל.
יעדער מאכט אוועק דעם צווייטן'ס איינפאל.

ענדליך נאכמיטאג האט מען זיך מפשר געווען.
מ'פארט צו א פארק פשוט און פלעין.

אלעס אנדערש איז נישט ַשייך און קראנט.
צי טייער, צי ווייט, נישט אינטערסאנט...

זעצט זיך אריין א גאנצע געזונדל צושטיפט.
און א מיני ווען וואס האט שוין בעסערע צייטן איבערגעהיפט.

שוין אנפאנג וועג קומט פאר א איבעדרייעניש.
דער טאטע סטראשעט "נאך איין ווארט
איך הער און מיר גייען נישט!!!".

ס'איז הייס, ס'איז קאלט,
איך גיי ברעכן, איך דארף ארויסגיין...
און די שוועסטער דערמאנט זיך איר קעמרע איז געבליבן אינדערהיים...

בעסער ווערט די מצב ווען אַ טרעפיק דערזעהט זיך.
"הערטס אויף צו פייטן!!" דער טאטע ער בעט זיך.

די מצב ווערט נאר שמעלער און עס לייגט צו צום טומל.
ווען שווארצע וואלקענעס באדעקן דעם הימל.

"זיי זענען נאר אפן ביז פינעווע!" דרוקט די טאטע אויס זיין זארג.
און מיר האבן נאך א האלבע שעה ארויסצוגיין פון ניו יארק...

דער אטמאספער אינעם וואגן הייבט אן מער בייסן.
ס'פעלט נאר איין שוועבל אז די באמבע זאל אויפרייסן.

"לאמיר אהיימפארן און שוין!!!" צושרייט זיך די בחור גערעגט.
"האסט געקענט זאגן דו ווילסט נישט קומען!" ווען מען האט דיך געפרעגט.

ענדליך איז מען אנגעקומען אויפן אנגעגעבענעם גאס.
א משפּחה הונגעריג, אויסגעמוטשעט, מיד, און בלאס...

"זיי זענען נאך נאר אפן 40 מינוט!" זאגט דער פאטער.
"און דו עס נישט חוץ לסוכה!!!" שרייט ער פארן 14 יעריגער טוטער.

נאך אפאר מינוט שפאצירן שרייען די מייקרעפאנען.
מיר שפארן! יעדער ארויס! טוט עס קלאר באטאנען...

פארט צוריק קיין וויליאמסבורג א וויהיקל מיט א משפּחה.
דאס הייסט חול המועד געהאלטן כהלכה.

קיינער האט נישט הנאה געהאט יעדער רעגט זיך...
"פארוואס האב איך עס בכלל געטון?" דער טאטע פרעגט זיך.

"ווער האט אינדזשויט?" פרעגט די מאמע מיט תמימות.
"יעדער זאל זאגן שכ'ח!" און איך וויל נישט הערן קיין תערומות...

נו פרעג איך אייך זאגט מיר אליין.
איז נישט מער ושמחת מיטן בלייבן אינדערהיים?...

טובי' אבראהאם
🤪54👍31❤‍🔥1👎1🔥1😁1👌1💯1