106 subscribers
175 photos
13 files
73 links
שמועסן און שיעורים מבעל ה׳קנקן׳
Download Telegram
צום באדויערן טוען מיר מיט אייך מיטטיילן, איז אונזער אויסגאבע קנקן אויף יודיש, איז אפגעשטעלט געווארן קנקן י״א וועט לעת עתה נישט ארויסקומען. איר קענט ווייטער הנאה האבן פון אונזער ארטיקלען אין די ענגלישע אויסגאב פון Kankan. אדער קענט איר אביסעלע צואווארטן,ביז קנקן אויף לשה״ק וועט ארויסקומען.
ואתכם הסליחה
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
י״ב טבת תש״ף לפ״ק
אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 420 יאר צוריק, האט מען געברענגט למנוחת עולמים אין קראקא, דאס געביין פון הרבנית בילא שפירא, וועלכע איז נפטרת געווארן אין עסטרייך.
מרת בילא איז געווען די אלמנה פון הגאון מוהר״ר יצחק הכהן שפירא אבד״ק קראקא. די שוויגער עלטערן פון דער מהר״ם לובלין, וועלכע האט חתונה געהאט מיט זייערע טאכטער הרבנית אסתר. דער מהר״ם לובלין האט זיך זייער בארימט מיט זיין שווער, אונטערשרייבנדיג אין אלגעמיין, ״חתן המלך מהר״י כ״ץ שפירא.״
הרבנית בילא, איז נפטרת געווארן אין עסטרייך אום י״ב כסלו, ווי מען האט איר פראוויזאריש באערדיגט, און אום געציילטע וואכן שפעטער האט מען איר געייבן אריבערגעפירט קיין קראקא, פוילן.
מקור: פנקס החברא קדישא דק״ק קראקא, עיר הצדק עמוד 15.


האנדלט אייך איין קנקן - קן יו״ד [5% off coupon, use “KDH”]:
https://kankan.ecwid.com/Kankan-Yiddish-10-p161357094
י״ג טבת תש״ף לפ״ק
אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 313 יאר צוריק, אינ׳ם יאר תס״ז לפ״ק, איז נסתלק געווארן הגאון מוהר״ר יהודה ליה חריף פון אמסטערדאם.
אין אן אייגנארטיגע כראניק, פון די שטאט אמסטערדאם, ליינען מיר דאס פאלגענדן באריכט: ״בשנת, אין דאס יאר תמ״ה לפ״ק, איז אנגענומען געווארן, און איז אהער געקומען, הגאון הגדול מהור״ר ליב חריף אב״ד ור״מ, און ער האט די קהלה זער גוט מנהיג געוועזן דריי און צוואנציג יאר, און ער איז געשטארבען י״ג טבת אום שבת, און איז צו קבורה געקומען יום א׳ י״ד טבת תס״ז לפ״ק.״
פון ר׳ ליב איז דא א תשובה אינ׳ם ספר תשובת הגאונים, געדרוקט אין אמסטערדאם שנת תס״ז. אויפ׳ן שער בלעטל ווערט ער אדרעסירט ווי פאלגענד: ״הגאון הגדול הזקן אב״ד ור״מ דק״ק אמשטרדם מהר״ר יהודא ליב חריף זצ״ל.״ און הערשט נאך אים ווערט דערמאנט דער בארימטער גדול בישראל, בעל חכם צבי.
מקור: שארית ישראל, בסו״ס יוסיפון מהדורת אמסטרדם.

האנדלט אייך איין קנקן - קן יו״ד [5% off coupon, use “KDH”]:
https://kankan.ecwid.com/Kankan-Yiddish-10-p161357094
ט״ו טבת תש״ף לפ״ק
אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 259 יאר צוריק, אינ׳ם יאר תקכ״א לפ״ק, האט א געוועזענער משומד, עדות געזאגט אינ׳ם לאנדאנעם בית דין, לטובת די עגונה מרת יהודית.
דער עד איז געווען אויפ׳ן שיף מיט דעם עגונה׳ס מאן ר׳ ישעי׳, ווען א שטורם האט אים אראפגעפליקט פונ׳ם שיף ארייגעשליידערט אינ׳ם ווילדן ים. ווי דער עד שילדערט, האט ר׳ ישעי׳ געשווימען אויפ׳ן וואסער מיט זיין געזוכט אויף ארויף. אזוי איז ער געשווימען פאר 6 שעה. ווען דער שיף האט זיך אפגעשטעלט ביי אן אינזל, האט ער געפונען ר׳ ישעי׳ און דער עד האט געפילט אז ס׳איז נאך דא חיות אין אים, ער האט אים פראבירט צו דערמינטערן אבער איז איז אים געשטארבן ביי אים אין האנט.
הגאון מוהר״ר חיים כהן רפאפורט האט מתיר געווען אט די יהודית נאכאמאל חתונה צו האבן, און אונטערגעשריבן זיין פסק ביים ועד קודש אין פילץ, פון די ועד ארבע ארצות.
מקור: שו״ת רבינו חיים כהן אבן העזר סי׳ כ״ח

האנדלט אייך איין קנקן - קן יו״ד [5% off coupon, use “KDH”]:
https://kankan.ecwid.com/Kankan-Yiddish-10-p161357094
ט״ז טבת תש״ף לפ״ק
אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 238 יאר צוריק, אינ׳ם יאר תקמ״ב לפ״ק, האט קייזער יאָזעף דער צווייטער, אונטערגעשריבען דאס טאָלעראַנץ־פּאַטענט, וועלכע געבט פארשידענע רעכטן פאר די יודישע באפעלקערונג אין זיין טעריטאריע.
יאזעף האט אונטערגעשריבן צוויי אזעלעכ טאָלעראַנץ־פּאַטענטן, דאס ערשטע געציילטע מאנאטן פריער, וועלכער איז געוען געווידמעט פאר די נישט קאטוילישע קריסטן, און נאכהער, די דאזיגע פּאַטענט, פאר זיינע יודישע בירגער.
מקור: וויקפעדיע.

האנדלט אייך איין קנקן - קן יו״ד [5% off coupon, use “KDH”]:
https://kankan.ecwid.com/Kankan-Yiddish-10-p161357094
יודישע באריכטן וועלן זיך אשטעלן לעת עתה, פאלגט נאך די ענגלישע טעליגע באריכטן, אויף אונזערע ענגלישע קאנאל
Forwarded from Kankan Daily History
Forwarded from Kankan Daily History
20 Teves 5780 AM
Today, Kankan issue 8 is out awaiting you on shelves in the groceries. [for those in smaller communities it will be"H be available next week.]
259 years ago, in the year 1760, Rabbi Meshulam Ashkenazi, the Rav of Ostroh, Ukraine, celebrated the miracle which happened to him on this day, many years earlier.
Rabbi Meshulam was the youngest son of the Chacham Tzvi. In his sefer he writes: “As we sit with friends, at the Shabbos morning meal, Parshas Shemos, 20 Teves, this year 521,this day I established for myself each year in memory of the miracle, in which death has been turned over to life.”
I’m not sure to what miracle he’s referring to and when it happened, but we learn, that he made a point to celebrate the anniversary of the miracle with his friends.
Source: Divrei Rav Meshulam, page 39a.

Order Kankan issue 8 here [5% off coupon, use “KDH”]: https://kankan.ecwid.com/Kankan-English-8-p167303843
פאר שיעורים בספר דניאל, ווענדט אייך אהער https://t.me/seferdaniel
Channel name was changed to «קנקן»
The owner of this channel has been inactive for the last 11 months. If they remain inactive for the next 29 days, they may lose their account and admin rights in this channel. The contents of the channel will remain accessible for all users.
The owner of this channel has been inactive for the last 11 months. If they remain inactive for the next 20 days, they may lose their account and admin rights in this channel. The contents of the channel will remain accessible for all users.