אידישער ווינקל
5.05K subscribers
18.1K photos
5.09K videos
346 files
2.18K links
‌‏גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ.

סטעטוס: https://bit.ly/3rkdzfK

צו קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin

יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
Download Telegram
א מאנשאפט מיטגליד פון די נארוועגיען ענקאר קרוז-שיף פירמע האט געשטאכן דריי מענטשן אויף א קרוז שיף וואס איז געווען אויפ'ן וועג קיין אלאסקא. דער ארבעטער האט ערשט פרובירט צו אנטלויפן נוצנדיג א קליינע שיפל וואס איז געמאכט געווארן זיך צו ראטעווען אין פאל די שיף זינקט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
כלל ישראל הייבט אן לערנען הלכת שבת, זענט איר א חלק?

זונטאג נשא, אין פרודענטשול סענטער סטאדיום

שליסט אייך אן היינט!

dirshusiyum.com
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
קינדער פון תלמוד תורה מנחם אין מאסקווע, טרענירן זיך צו פויקן און גרייטן זיך פאר א גרויסער צערעמאניע לכבוד ל"ג בעומר.

▫️אידישער ווינקל ▫️
מדינת ישראל פריים מיניסטער ביבי נתניהו האט געזאגט פאר דער דירעקטאר פון די סי-איי-עי, וויליאם בורנס אז מדינת ישראל איז קעגן די אפמאך וואס כאמאס האט פארגעשטעלט און אז ער וועט ווייטער אויסברייטערן די אפעראציע אין רפיח.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
סאוט קאראליינע סענעטאר גרילט אמעריקאנער פארטיידיגונגס מיניסטער לויד אויסטין איבער די מעגליכע צוריקהאלט פון וואפנס וואס די ביידען אדמיניסטראציע באטראכט צו אונטערנעמען.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די געזונטהייט מיניסטעריום אין עזה זאגט אז 34,844 מענטשן זענען שוין אומגעקומען און 78,404 מענטשן זענען געשעדיגט געווארן זינט די אנהויב פון די אינוואזיע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
אומגלויבליך: פרעזידענט ביידען ווארנט אז אויב מדינת ישראל אינוואדירט רפיח וועט אמעריקא אפשטעלן וואפנס פעקלעך. ביידען נעמט אפציעל א זייט קעגן מדינת ישראל.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
די רוסישע מאי-9 פייערונגען און עפנטליכע פאראדעס קומען פאר אין אלע ווינקלען אין לאנד מיט די אפציעלע פייערונג אין מאסקווע, צו אפצייכענען די רוסישע זיגן איבער די נאציס ביי די צווייטע וועלט קריג.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
ביבי נתניהו האט געטוויט אויף טוויטער זיין רעדע פון עטליכע טאג צוריק אין יד ושם: "קיין שום דרוק וועט אונז אפשטעלן."

▫️אידישער ווינקל ▫️
הויז ספיקער דזשאנסאן זאגט אז שפירט פארראטן דורך פרעזידענט ביידען גרייטקייט צו צוריקהאלטן וואפנס אפענסיווע וואפנס קיין מדינת ישראל.

דזשאנסאן זאגט אז ער האפט אז די סטראשע איז בלויז 'א מאמענט פון פארעלטערטקייט.'

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
געוועזענער פרעזידענט טראמפ איידער אריינגיין צו געריכט סעסיע אין מאנהעטן האט געזאגט פאר די מידיא: "וואס ביידען טוט איז א שאנדע, יעדע איד איז וואס שטימט פאר ביידען זאל זיך שעמען, ער האט גענצליך פארלאזט מדינת ישראל.

▫️אידישער ווינקל ▫️
א בליק אויף צוריק: פרעזידענט ביידען רייסט אראפ דאן פרעזידענט טראמפ פאר'ן צוריקהאלטן פון אוקראינע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
העסקן מנחם פייג ביים אויפטרעטן פאר א גרופע פאליציי אפיצירן פון סטאנציע 26, וועלכע באדינט טיילן פון די היימישע באוואוינטער געגנט אין מאנטרעאל זיי צו אויפקלערן און לערנען איבער דאס אידישן לעבנסשטייגער, אין באבובער בית המדרש אין שטאט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
The Latest Crave!
Sweet BBQ 🔥 and Chili Lime Tacaroos
🌶️ 🍋‍🟩
Order family packs on https://amzn.to/4ajMxu2
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
אמווייניגסטנס פיר מענטשן זענען טויט און זעקס זענען פארוואונדעט נאך וואס א באס האט פארלוירן קאנטראל אריין אין וואסער, אין א טייך אין סעינט פעטערבורג, רוסלאנד.

▫️אידישער ווינקל ▫️
פרעזידענט ביידען האט געזאגט פאר א גרופע קאמפיין ביישטייערער דורכאויס א פאנדרעיזינג נעבן סיעטל וואשינגטאן, אז עס וואלט געווען א פייער אפשטעל מארגן, אויב כאמאס וואלט באפרייט די משכונות.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די בריטישע פארטיידיגונגס מיניסטעריום האט געמאלדן אז זי וועט שיקן איר גרעסטע הילפס פעקל פאר אוקראינע ביז אהער, אין ווערט פון נאנט צו 650 מיליאן דאלער.

די פעקל וועט אנטהאלטן מער ווי 1,600 מיסילס, 400 מיליטערישע טרעקלעך 4 מיליאן רונדעס פון אמוניציע, 60 שיפלעך, און לאנג שטרעקיגע מיסילס און מער.

▫️אידישער ווינקל ▫️
א באריכט אין די וואשינגטאן פאוסט זאגט אז די ביידען אדמיניסטראציע האט פארגעשלאגן פאר מדינת ישראל איר צו שענקען סענסיטיווע אינפארמאציע איבער די לאקאציע פון כאמאס פירער אין אויסטויש אז מדינת ישראל זאל נישט דורכפירן איר אפעראציע אין רפיח.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
כלל ישראל העלפט ווייטער ממשיך זיין די הייליגע חסדים פון רבי ישעי'לע מקערעסטיר זצוק"ל, דורכן שטיצן 'רב להושיע', די צדקה קאסע אנגעפירט דורך זיינע געטרייע אייניקלעך. נעמט א טייל אין זעטיגן טויזענטער הונגעריגע קינדערלעך אין ארץ ישראל און זעט ישועות!

*פארשפילט נישט דעם געלעגנהייט, קליקט יעצט דא צו נעמען א חלק אין רבי ישעי’לעס חסדים*

https://www.ravlehoishia.org/donate?ref=yv
אדער רופט: 718-682-5056
געוועזענער פרעזידענט טראמפ האט אדרעסירט קלאנגען אז ער וועט מעגליך באשטימען ניקי העילי אלס זיין וויצע פרעזידענט אויסוואל, זאגנדיג אז עס גייט נישט פאסירן און אז ער וואונטשט איר גוטס.

▫️אידישער ווינקל ▫️