אידישער ווינקל
5.05K subscribers
18.1K photos
5.09K videos
346 files
2.18K links
‌‏גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ.

סטעטוס: https://bit.ly/3rkdzfK

צו קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin

יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
Download Telegram
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
כאמאס טעראריסטן וועלכע זענען פארשטעלט ווי הילף ארבעטער זענען אנטדעקט געווארן דורכאויס מיליטערישע אפעראציעס און נאך קורצע שלאכטן זענען זיי ארויסגעקומען מיט א ווייסע פאן, זיך אונטערגעבנדיג.

▫️אידישער ווינקל ▫️
טויזענטער אידן זענען פארזאמלט אין קערעסטיר, אין אונגארן, צו קומען דאווענען ביים ציון פון הרה"ק רבי ישעיה'לע פון קערעסטיר.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
The Latest Crave!
Sweet BBQ 🔥 and Chili Lime Tacaroos
🌶️ 🍋‍🟩
Order family packs on https://amzn.to/4ajMxu2
נאכפאלגנדיג די מלחמה קאבינעט'ס באשלוס צו פארברייטערן די אפעראציע אין רפיח האט די מדינת ישראל מיליטער אויסגעברייטערט די עוואקואציע פארלאנג צו די באפעלקערונג אין רפיח, צו אנדערע געגנטער אין די פאס.

▫️אידישער ווינקל ▫️
דזשעראד קושנער העלפט מוטיגן און איבערצייגן ביישטייערער זיך צו באטייליגן צו א טראמפ פאנדרעיזינג אוונט, אין איינס פון די ערשטע שריט ווי ער העלפט זיין שווער'ס ווידערוויילונג קאמפיין.

▫️אידישער ווינקל ▫️
פוילן האט אנגעהויבן בויען פארטיידיגונגס ווענט און טוט פארשטארקערן אירע גרעניצן מיט בעלארוס, לענגאויס די גאנצע לענג פון אירע מזרח גרעניצן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
א גריס פון באקאס דעל טארא, אין פאנאמא.

יעצט אין די וויקענד, איז דער בעסטער צייט צו פלאנירן אייער וואקאציע, איר ארבעט שווער, און איר קענט נוצן עטליכע טעג, אויף א הערליכער וואקאציע צו אויפפרישן אייער מח.

מיר וועלן אייך פארזארגן מיט אלע דעטאלן.

https://wa.link/u4mxak
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
די געוועזענע יאסיר אראפאט לופטפעלד אין עזה ווערט אטאקירט דורך מדינת ישראל קרעפטן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
פתח לנו שער בעת נעילת שער

האלט מיט לייוו די דערהויבענע מעמד נעילת הילולא אין קערעסטיר 1:15 ניו יארק זייגער אויף דעם לינק

https://www.ravlehoishia.org/live

שערי שמים פתח ואוצרך הטוב לנו תפתח כי פנה יום
ברעיקינג: רוסישע פארטיידיגונגס מיניסטער סערגיי שויגא [לינקס] איז געווארן אויפגעזאגט פון אמט, און אויף זיין פלאץ האט פרעזידענט פוטין געשטעלט אנדרעי בעלוסאוו.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
רוסישע אגרעסיעס קומען צוריק אהיים.

א רוסישע אפארטמענט געביידע פאלט איין נאך אוקראינישע אטאקעס אין די שטאט בעלגאראד.

▫️אידישער ווינקל ▫️
מדינת ישראל פרעזידענט יצחק הערצאג איז ערשינען ביי די צערעמאניע אין די טאג וואס מדינת ישראל צייכנט אפ יום הזכרון מיט א צעריסענער העמד, רייסנדיג קריעה, אלס א סימבאל פון א בלוטיגע טרער אין זיין הארץ, אין א יאר פון נאציאנאלע טרויער, די יאר פון אקטאבער זיבן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די יוסטיץ דעפּארטמענט האט רעקאמענדירט א 40 יעריגער אורטייל אין טורמע, פאר דעוויד דיפּעפּע, דער פארשוין אנגעקלאגט אין אטאקירן מיט א האמער, פּאול פּעלאסי, דער מאן פון קאנגרעספרוי און געוועזענע ספיקער נענסי פעלאוסי, ביים זיך איינברעכן אין זייער רעזידענץ אין יאר 2022. זיין אורטייל וועט פארקומען פרייטאג.

▫️אידישער ווינקל ▫️
קאנגרעספרוי מארדזשארי טעילאר גרין זאגט אז געוועזענער פרעזידענט טראמפ האט איר געזאגט שטילערהייט אז די צייט וועט מעגליך קומען שפעטער צו באזייטיגן ספיקער מייק דזשאנסאן פון זיין ספיקער אמט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
געוועזענער פרעזידענט טראמפ איז פאראויס פון פרעזידענט ביידען אין 5 קריטיש וויכטיגע סווינג שטאטן אין א נייע סעריע אנקעטעס דורך די ניו-יארק-טיימס, סיענע קאלעדזש און די פילאדעלפיע אינקווייערער.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
דראמא אין אינדיע ווען א ריזיגער בילבארד איז געפאלן אויף איבער 100 מענטשן, א מערהייט פון זיי זענען נאך געשטראנדעט דארט און עמערדזשענסי אגענטורן פרובירן זיי באפרייען.

▫️אידישער ווינקל ▫️
פרישע ביימעלעך וועלן שפראצן אין קיבוץ בארי, טראקטארס פלאנצן איין קערעלעך, אין א שטעטל וואס האט גאר שטארק געליטן פון די כאמאס טעראר אטאקע אום אקטאבער זיבן, א בילד וואס ברענגט האפענונג צו די איינוואוינער אז פרישע לעבנסלוסט וועט שפראצן דא נאך די ביטערע אומגליקן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
*Medical weight loss injections*
Semaglutide (ozempic & wegovy)
Tirzepatide (mounjaro & Zepbound )
Subscriptions starting at 199 for the first month.

☎️ 516-507-1055.
💻 https://gadimed.com

👇🏼 *CONTACT US TODAY* 👇🏼
https://wa.me/message/XFL3QLIQIYDHO1
די היימישע 'ברוקלין בייגל' רעסטוראנט אין וויליאמסבורג, האט געווינען א פארמעסט אהערגעשטעלט דורך 'פאקס נייעס' איבער וועלכע לאקאלע געשעפטן עס באקן די בעסטע בייגלס. די פראגראם פירער האבן אויסגעקליבן ברוקלין בייגל אלס די געווינער פון די בעסטע בייגלס אין ברוקלין.

▫️אידישער ווינקל ▫️
עטליכע גרויסע לופטליניעס אריינגערעכנט דעלטא און יונייטעד טוען קלאגן די טראנספארטאציע דעפארטמענט איבער די נייע געזעצן ווי לופטליניעס זענען געצווינגען צו צייגן די סורפרייז רעכענונגען, עטליכע וואכן נאך וואס פרעזידענט ביידען האט געמאלדן וועגן די נייע געזעץ אין קראפט איבער דעם.

▫️אידישער ווינקל ▫️