Yiddish Music Lyrics
2K subscribers
1 photo
1 video
622 links
Lyrics From Yiddish Song's

• For The Songs:
@Yiddish_Music_Playlist

• Our Exclusive Lyrics Search Bot:
@YM_Search_bot
Download Telegram
🎧 פרעה און מצרים
🎙 #מרדכי_ווערדיגער
📀 די אידיש קאלעקציע
✍️ מרדכי ווערדיגער

ביי פרעה אין מצרים שווארצע קנעכט
אין פינסטערניש געלעבט ביטער און שלעכט
דיינע וואונדער און דיין שטארקייט האבן מיר דאן אלע געזען
די ניסים וואס זענען דארט געשען

א ציטערניש געפאלן אויף דער וועלט
דער רוישיג ים און טייכן האבן זיך געשטעלט
די דונערן די בליצן פלאקערן פון בארג סיני
נאר פאר תורה איז די וועלט כדאי


א גאנצע וועלט באשאפן נאר פאר דיר
און וואס דו דארפסט מיין קינד בעט עס נאר פון מיר
פאר’ן נדן א מתנה קריגסטו דאס הייליג לאנד
היט עס נאר גוט אפ מיט דיין פארשטאנד

די כלה אזוי איידל שיין און גוט
וועט באלייכטן דיינע וועגן אלע דיינע טריט
און חלילה אויב ביסטו אמאל פארגעסן איר
מיט בענקשאפט וועט זי ווארטן דארט אויף דיר


דעם בית המקדש דארטן אויף געשטעלט
א פראכט א שיינקייט פאר די גאנצע וועלט
אבער נארישע קינדער מיר האבן זיך פארזינדיקט פאר דיר
געוואלד, מיר בענקען היינט נאך איר


אזויפיל לאנגע יארן ביטער און שלעכט
נישט ביי פרעה נאר ביי זיך אליין א יעדער איז א קנעכט
דעם אמת טיף אין הארצן ווייסן דאך מיר אליין
רבונו של עולם וואס איז מיט אונז געשען

השיבנו ה’ אליך
קער אונז שוין צוריק אין א גוטע שעה
דיינע גרויסע וואונדער באווייז די פעלקער נאכאמאל
דאס ליבשאפט פאר דיין איינציג קינד ישראל

🎧 ניגון 🎧

Credit: @Yiddish_music_lyrics
🎧 בלאז דעם שופר
🎙 #מרדכי_ווערדיגער
📀 די אידיש קאלעציע
הרבנית מריבניץ

יעצט אין דעם לעצטן דור
ווי עס מוטשעט זיך דער איד
אין הארצן טוט ער האפן
און ער זינגטס זיך צו דאס ליד:

באשעפער אלמעכטיגער
איך פארלאז זיך נאר אויף דיר
ווייל אין שער הדמעות
איז דאך אפן די טיר

קום דערנטער זיך צו אונז
הער דאס ביטערן געוויין
נעם שוין צאם די טרערן
און פארגרינגער אונזער פּיין

בלאז דעם שופר ווייל מיר האלטן עס נישט אויס
משיח בן דוד קום לייז אונז שוין אויס
בלאז דעם שופר ווייל מיר האלטן עס נישט אויס
משיח בן דוד קום לייז אונז שוין אויס


משיח, מיר שפירן
אז דו קומסט יעדע מינוט
קיין ירושלים אונז פירן
מיט די שכינה אינדערמיט

עס ווארט דארט יעדע שטיינדל
עס בענקט זיך די וואנט
אז די גרויסע קדושה
זאל שוין אויסמעקן די שאנד

אוי ציון שטעל דיך גלייך
דערהייב שוין דיין קרוין
פאר די שומרי תורה
צאל שוין זייער באלוין

בלאז דעם שופר ווייל מיר האלטן עס נישט אויס
משיח בן דוד קום לייז אונז שוין אויס
בלאז דעם שופר ווייל מיר האלטן עס נישט אויס

משיח בן דוד קום לייז אונז שוין אויס

בלאז דעם שופר ווייל מיר האלטן עס נישט אויס
משיח בן דוד קום לייז אונז שוין אויס
בלאז דעם שופר ווייל מיר האלטן עס נישט אויס
משיח בן דוד קום לייז אונז שוין אויס
.

קום לייז אונז שוין אויס!

🎧 ניגון 🎧

Credit: @Yiddish_music_lyrics
🎧 שבת און מעזעביש
🎙 #מרדכי_ווערדיגער
📀 די אידיש קאלעקציע
✍️ ליפא שמעלצער

די שקצים אין אוקראינה זיי קענען נישט פארשטיין
פארוואס קומט אזא גרויסע עולם צו גיין
פון יענער עק וועלט פון ישראל
און אויך פון אמריקע

קיין שטעטעלע מעזיבוז מיר גייען מיט פרייד
גרויסע צדיקים זיך אלץ דא געדרייט
א גאנץ שבת קודש דא וועלן מיר זיין
אין מעזיבוז


צו זיין ביי דעם הייליגן בעל שם טוב’ס א טיש
נאך צוויי הונדערט יאר מיר פארגעסן גארנישט
די קדושה אויף יעדן צוריק אויפגעפרישט
אין מעזיבוז

א שבת אין מעזיבוז ביים הייליגן בעל שם
די טרערן פון הארצן באשעפער שוין נעם
מיט קדושה טהרה מעין עולם הבא
אין מעזיבוז


ס’פרייטאג צונאכטס און מ’בעט נאכאנאנד
קיין לעקטער נישט דא דעם פארצייטענס דערמאנט
אבער די לעכטלעך ביי ציון עס שטראלט נאך און שיינט
ביים בעל שם טוב

מ’גרייט זיך צום קידוש’ל פרייטאג צונאכטס
די השגחה עליונה האט וויין אויך געבראכט
עס הייבט זיך די פיס און א טאנצל מען מאכט דאך
אין מעזיבוז


מיט גרויסע התלהבות מיר טאנצן ארום
תהא שעה הזאת שעת רחמים
א קרעכצל פון תשובה פון הארצן עס קומט דאך
אין מעזיבוז

א שבת אין מעזיבוז ביים הייליגן בעל שם
די טרערן פון הארצן באשעפער אויך נעם
מיט קדושה טהרה מעין עולם הבא
אין מעזיבוז


א טעם גן עדן גאנץ שבת געשפירט
די שיינע זמירות ט’מען אויך אנגעפירט
אין הייליגן דערפל מיר האבן שפאצירט
אין מעזיבוז

א חשובע איד גיט דאס אונז צו פארשטיין
אז דער צדיק אין הימל איז גוזר אליין
ווער צו זיין ציון זאל קומען צו גיין
קיין מעזיבוז


אוי רבי אויף אידישע קינדערלעך קוק
אוי אונזערע צרות שוין זיכער גענוג
צעבראכענע אידעלעך בעטן אויף גליק
דא אין מעזיבוז

א שבת אין מעזיבוז ביים הייליגן בעל שם
די טרערן פון הארצן באשעפער שוין נעם
מיט קדושה טהרה מעין עולם הבא
אין מעזיבוז

די גרויסע צדיקים זיי קוקן אראפ
בשעת סעודה שלישית וואס טוט זיך דא אפ
שוין לאנג נישט געווען אזא פייער פון קדושה
אין מעזיבוז

די תפילות געזאנגען אין הימל ארויף
אלע גרויסע צדיקים זיי קומען זיך צונויף
און זיי טאנצן דא נאכאמאל אין צדיק’ס הויף
דא אין מעזיבוז


ס’איז שוין מוצאי שבת מען בעט מיט געוויין
אוי גאט פון אברהם באגלייט אונז אהיים
צוריק אין די בלאטע אין גלות מיר גייען
פון מעזיבוז

מיר בעטן ישועות פאר אונז אלע אויף אמאל
און טראגן השפעות פאר פריינד איבעראל
אהיים קיין אמעריקע און אויך קיין ישראל


אוי רבי, אמעריקע איז דאך נישט מעזיבוז…
רבונו של עולם…
רבונו של עולם…


צו זיין ביי דעם הייליגען בעל שם טוב’ס א טיש
נאך צוויי הונדערט יאר מיר פארגעסן גארנישט
די קדושה אויף יעדן צוריק אויפגעפרישט
אין מעזיבוז

א שבת אין מעזיבוז ביים הייליגן בעל שם
די טרערן פון הארצן באשעפער שוין נעם
מיט קדושה טהרה מעין עולם הבא
אין מעזיבוז

🎧 ניגון 🎧

Credit: @Yiddish_music_lyrics
🎧 אהבת ישראל
🎙 #מרדכי_ווערדיגער
📀 אפשר לתקן
ליפא שמעלצער

דער מגיד'ל פון קאז'ניץ האט אמאל געזאנט
ווען ליבשאפט פאר א יוד'ל מען פארמאגט
ווען איינער האלט דעם צווייטען'ס האנט
ווערט א קייטל איינגעשפאנט
ביז'ן הימל אונזער ליבשאפט עס דערטראגט.

דער הייליגער בעש"ט זאגט צו זיין חסיד הער
ליב האבן א איד נישט קוקן ווער
ווי אזוי ער גייט, ויי אזוי ער איז
ליב האבן א איד מ'מוז
וויל ברענגען די גאולה קען נאר דער.

ליב האבן א איד אין יעדן מצב
דער ראש הקהל, מוהל, צו דער קצב
וועט דער טאטע געבן פאר אונז קינדער
זיין וואונדער
באזונדער
פאר יעדן האנט ביי האנט.

געזונט, פרנסה, נחת אן א צאל
ווען ס'איז דא אהבת ישראל
און מיט ליבשאפט וועט מען אונז באלוינען
באקרוינען
צו וואוינען
צוריק אין אונזער לאנד.

ר' איציק'ל פון ווארקא זאגט אונז אין א שמועס
ווען צוקער ווערט צולאזט דאן ווערט עס זיס
אזוי א איד די זעלבע זאך
מבטל זיין פאר א יעדן גלייך
מתיקות מיט אהבה זיך צוגיס.

דער רבי פון לובלין זאגט אז דער תנא אלוקי
די סודות פון ר' שמעון בר יוחאי
איז אלץ נאר ווייל די גרויסע לייט
צו יעדן ביטול נאר געהאט
דערפאר אזוי געשטיגן האבן זיי.

ליב האבן א איד אין יעדן מצב
דער ראש הקהל, מוהל, צו דער קצב
וועט דער טאטע געבן פאר אונז קינדער
זיינע וואונדער
באזונדער
פאר יעדן האנט ביי האנט.

געזונט, פרנסה, נחת אן א צאל
אביסעל'ע אהבת ישראל
און מיט ליבשאפט וועט מען אונז באלוינען
באקרוינען
צו וואוינען
צוריק אין אונזער לאנד.

🎧 ניגון 🎧

Credit: @Yiddish_music_lyrics
🎧 איזהו מקומן
🎙 #מרדכי_ווערדיגער
💿 אוהבי השם
✍️ יחזקאל ראטענבערג


יידן דערמאנט אייך פארט
וואס ס’האט זיך געטון אויף דעם ארט
אין ארץ ישראל אין ירושלים

מ’האט מקריב געווען זבחים
שלמים עולות ונסכים
בזמן שבית המקדש היה קיים


ס’איז עולה געווען לריח
אויף’ן הייליגן מזבח
אויף איין ארט, אלע מיני קרבנות

מכפר צו זיין עוונות
על הרצון ועל האונס
אבער היינט איז נעביך א גרויס רחמנות


אויף דעם וויינען מיר און קלאגען
מיר בעטען און מיר זאגען
אלע טאג מיר בני מלכים

און יעדען אין דערפרי
ווערט געפרעגט איזהו… מקומן של זבחים


באלד אינדערפרי
ווען מ’גייט און שוהל אריין
מ’גייט דאך דאווענען מיט כוונה

דערמאנען זיך די יודן
אז תפלה איז במקום תמידין
אז דאס דאווענען, איז דאך שטאטס קרבנות


דער קהל, און דער ש”ץ
דאס איז דאך א בלוזער זאץ
שטאטס א קרבן, נאר א בלויזער תפלה

ווייל אז מ’זעהט דאך, ווי מ’האלט
מאכט מען דאך א געוואלד
בנה ביתך, אוי אוי אוי כבתחילה


היינט בעט מען נאר, דאס איינע ווארט
ווי זעהט מען שוין צוריק דאס ארט
מקריב צו זיין תמידים ונסכים

אוי ווי לאנג נאך ווי
וועט מען פרעגן איזהו… מקומן של זבחים


מיר פרעגן בשפה רפה-
די שאלה מה יפה
מה יפו פעמיך בנעלים

אוי ווי שיין, אוי ווי זיס
עס זענען געווען, די פיס
ווען מיר זענען געגאנגען, עולי רגלים


צדיקים וחסידים
ארימעלייט און נגידים
מיר זענען געגאנגען באהבה וריעות

מיט אחדות געגרונדן
גוף ונשמה צוזאמען, געבונדן
א קשר בלב און, מיט גלייכע דעות


שרייט געוואלד קומי רוני בלילות
אויף דרכי ציון אבילות
ס’זאלן שוין אויס געלייזט ווערן, אלע ציון’ס דרכים

אוי באשעפער ענטפער דו
די שאלה פון איזהו מקומן של זבחים


בזכות די צדיקים זאלן לעבען
זאל אונז השי”ת געבען
מיר זאלן גיהאלפן ווערען מיט א ישועה אצינד

און אויף דעם בעטן מיר אויך
עס זאל נתעורר ווערען דיין כח
מקרב צו זיין די גאולה שלימה געשווינד


און פלוצלינג מיט דער צייט
ווען מען זען דאס פלאץ שטייט
דער בית המקדש דאס בית ועליה

עס וועט זיין וכולם מודים
ויחד כולם הודים
שהשכינה הקדושה תהיה בינינו שרויה


און תיכף באותו היום
וועט באלד זיין ונאכל שם
מן הזבחים ומן הפסחים

עס יעדער וויסן ווי איזהו
מקומן של זבחים

🎧 ניגון 🎧

Credit: @Yiddish_music_Lyrics
🎧 ברוך השם
🎙 #מרדכי_ווערדיגער
📀 we are one
✍️ ליפא שמעלצער

בלי עין הרע שטארק מצליח
ביזנעס גרויסע גוט מרוויח
ווייסט נישט פון קיין געפאר

געלט און נחת גאר אסאך
מ’דאנקט און לויבט אויף יעדער זאך
דעם בורא דער גרויסער האר

ווייל ער האט דאך ביי זיך דעם שליסל
געבן יעדן נאך אביסל
העלפן יעדן איינעם פון זיין צער

ברוך השם געט מען א זאג
אויף יעדן טריט א יעדן טאג
אויף להבא בעט מען אויך, שתפתח לנו שער

א חבר דרייט זיך שטארק פארזארגט
אזויפיל חובות אנגעבארגט
געשעפטן גייען נישט גוט

פראבלעמען נעבעך מיט א קינד
און ער אליין איז אויך נישט געזונט
די מאמע, זי וויינט דאך מיט

דער צער ביי זיי איז אן א מאס
זיי פרעגען אבער נישט פארוואס
ווייל כל מאן דעביד, איז אלעס גוט

מען גלייבט און זאגט ברוך השם
באשעפער אוי די תפילות נעם
זיי ווייסען דער באשעפער היט
אויף יעדען טריט און שריט


טאג און נאכט, ברוך השם
נאר מ’טראכט, ברוך השם
ווי מ’גייט, ווי מ’שטייט
הערט מען, ברוך השם
מיט אמונה יעדן ריר
מיט ביטחון אן א שיעור
לעבט א יוד נאר בעזרת השם

טאג און נאכט, ברוך השם
נאר מ’טראכט, ברוך השם
ווי מ’גייט, ווי מ’שטייט
הערט מען, ברוך השם
מיט אמונה יעדן ריר
מיט ביטחון אן א שיעור
לעבט א יוד נאר בעזרת השם


אויפ’ן עראפלאן צוזאמען
איבער וואסער, איבער ים’ען
קיינמאל זיך נישט געקענט

מ’זוכט ארום, מ’כאפט א בליק
מ’זעט א יוד, מ’איז פול מיט גליק
באשעפער, מ’הייבט די הענט

שלום עליכם, וואס מאכט א יוד
ברוך השם, ס’איז אלעס גוט
די שמחה אויפן פנים מ’דערקענט

ווייל ווי א יוד זאל נאר נישט גיין
איז ער דאך קיינמאל נישט אליין
השגחה פרטית היט עם אייביג א יעדער מאמענט


טאג און נאכט, ברוך השם
נאר מ’טראכט, ברוך השם
ווי מ’גייט, ווי מ’שטייט
הערט מען, ברוך השם
מיט אמונה יעדן ריר
מיט ביטחון אן א שיעור
לעבט א יוד נאר בעזרת השם

טאג און נאכט, ברוך השם
נאר מ’טראכט, ברוך השם
ווי מ’גייט, ווי מ’שטייט
הערט מען, ברוך השם
מיט אמונה יעדן ריר
מיט ביטחון אן א שיעור
לעבט א יוד נאר בעזרת השם


אידן ס’איז א פארגעניגן
זינגען אייביג אט דעם ניגון
פריילעך ברוך השם

וועט דער בורא אונז געדענקען
אלעס גוטס פאר אידן שענקען
טאקע, נאר וועגן דעם

שטארקן זיך א גאנצן לעבן
נישט קיין ייאוש, נישט אויפגעבן
ס’קומען גוטע טעג, בעזרת השם

מיר וועלן זיך נאך אלע פרייען
מזל טוב צוזאמען שרייען
אלע אין ירושלים בעזרת השם


טאג און נאכט, ברוך השם
נאר מ’טראכט, ברוך השם
ווי מ’גייט, ווי מ’שטייט
הערט מען, ברוך השם
מיט אמונה יעדן ריר
מיט ביטחון אן א שיעור
לעבט א יוד נאר בעזרת השם

טאג און נאכט, ברוך השם
נאר מ’טראכט, ברוך השם
ווי מ’גייט, ווי מ’שטייט
הערט מען, ברוך השם
מיט אמונה יעדן ריר
מיט ביטחון אן א שיעור
לעבט א יוד נאר בעזרת השם

ברוך השם!

🎧 ניגון 🎧

Credit: @Yiddish_music_lyrics
🎧 הבט
🎙 #מרדכי_ווערדיגער
📀 די אידיש קאלעקציע
= נישט באקאנט =

הבט משמים וראה
קוק אַראָפּ פון הימל און זע
כי היינו ללעג וקלס, ללעג וקלס בגויים
מיר זענען דאָך ווי אַ געלעכטער בײ זײ
נחשבנו כצאן לטבח
וויאזוי, גאטניו, קענסטו צוקוקן צו דער זאַך
מיר זענען דאָך קײנמאָל קײן באַרוהיגטע
נאָר תמיד צו דער שחיטה
הבט משמים וראה
דעריבער בעטן מיר ביי דיר אַלעמאָל
אוי ענטפער אונז שוין, שומר ישראל
אוי פאַרנעם שױן אונזערע טרערן
װײל קײנער װיל אונז נישט אויסהערן
מיר שרײען דאָך, “שמע ישראל!”
אױ פארגעס אונז נישט, שומר גוי אחד
באַװײז די פעלקער אַז דו ביסט אונזער גאָט
ווייל מיר האָבן דאָך נישט קײנעם, נאָר דיך אײנעם
װאָס דײן נאָמען איז השם אחד
זרים אומרים אין תוחלת ותקוה
די פעלקער זאָגן, אַז קײן האָפענונג איז נישטא
מען מעג אונז טרייבן און יאָגן
מיר וועלן זיך נישט באקלאגן
מיר װײסן אַז אין הימל ביסטו דאָ
אױף דיר איז א פּסוק פאַרהאַן
“הנה לא ינום ולא ישן”
דו היטסט אויף דיינע קינדער
מיט מופתים און מיט װאונדער
פארוואס’זשע לאזטו מיט אונז אזוי טון
דעריבער בעטן מיר ביי דיר אַלעמאָל
אוי ענטפער אונז שוין, שומר ישראל
פאַרנעם שױן אונזערע טרערן
קײנער װיל אונז נישט אויסהערן
מיר שרײען דאָך, “שמע ישראל!”
אױ פארגעס אונז נישט, שומר גוי אחד
באַװײז די פעלקער אַז דו ביסט אונזער גאָט
ווייל מיר האָבן דאָך נישט קײנעם, נאָר דיך אײנעם
װאָס דײן נאָמען איז השם אחד
ווייל מיר האָבן דאָך נישט קײנעם, נאָר דיך אײנעם
הבט משמים וראה

🎧 ניגון 🎧

Credit: @Yiddish_music_lyrics
🎧 לעכטיגער שבת
🎙 #מרדכי_ווערדיגער
💿 די אידישע קאלאקציע
מרדכי ווערדיגער


דער קאפ פול מיט זארגן
פון נעכטן ביז מארגן
די קינדערלעך וואקסן דאך גאר אזוי גיך
די יארן אנטלויפן דאך
דאס לעבן פארקויפט מען דאך
קיינמאל קיין צייט נישט צו קוקן אויף זיך

ווי גליקליך איז דער
וואס דער שבת היט ער
געגעבן פון הימל פאר מיר אידעלעך אליין
ס'איז געווארן געשטעלט
צו פארגעסן פון דער וועלט
א רוה און א ליכטיגקייט וואס נאר מיר פארשטיין

די זון גייט שוין אונטער
דער שבת ווערט נענטער
די וויין אויפ'ן טיש שוין געשטעלט די חלות
די הערצער דערפרייען זיך
נשמות באנייען זיך
די ליכטעלעך ברענען באלייכטן די וועלט

ווי גליקליך איז דער
וואס דער שבת היט ער
געגעבן פון הימל פאר מיר אידעלעך אליין
ס'איז געווארן געשטעלט
צו פארגעסן פון דער וועלט
א רוה און א ליכטיגקייט וואס נאר מיר פארשטיין

א טעם עולם הבא
פילט מען אין שבת
מיט די מלאכים ביים הייליגען טיש
מיר זינגען צוזאמען
עס האט אלע טעם'ן
דאס עסן און טרינקען
עס שמעקט אזוי פריש

ווי גליקליך איז דער
וואס דער שבת היט ער
געגעבן פון הימל פאר מיר אידעלעך אליין
ס'איז געווארן געשטעלט
צו פארגעסן פון דער וועלט
א רוה און א ליכטיגקייט וואס נאר מיר פארשטיין


🎧 ניגון 🎧

Credit: @Yiddish_music_Lyrics
🎧 רבי'ס ניגון
🎙 #מרדכי_ווערדיגער
💿 די אידישע קאלאקציע
הרבנית מריבניץ


אוי רבי, מיין הארץ עס צוגייט
מיין נשמה, אוי ס'בענקט או ס'שרייט
צו זעהן נאכאמאל, דאס לעכטיגקייט, דער שמייכל, דער חן
איך דערמאן זיך פיל זכרונות, אין איך וויין
א פלא הדור, א חידוש גאר געווען
פון איין עק וועלט ביז'ן צווייטן אלעס געזעהן
די טהרה, די תעניתים, די תפילות, דער חצות
יעדער ריר פארן באשעפער, א יעדער אות
רבי אוי דער צער
דאס בענקשאפט ממש אין לשער
פאר יתומ'ט, אין אלין
וואס נאר דער רבי קען פארשטיין
ס'איז א נחמה
פאר מיין נשמה
דעם רביןס ניגון זינג איך היינט
מיט דביקות צום באשעפער האט ער זיך שטארק צעוויינט
רביס ניגון
דארט אין רוסלאנד, פאר יעדע מצוה דאס לעבן איינגעשטעלט
א בעל מופת, געפויעלט ישועות, פאר דער גאנצער וועלט
דער צדיק האט נאר ארויסגעזאגט, ער האט גוזר געווען
יעדע'ס ווארט, אט אזוי איז טאקע געשעהן
רבי זיצט מען אויך דארט אין הימל מיט'ן אש און זאק?
רבי ברעכט מען דארט אויך איז מיט א גרויסער האק?
אדער אפשר גאר, נאך אזוי פיל יאר, פיל טייכן טרערן געוויינט
האט מען שוין געפעלט פאר די שכינה אליין

צדיקים שטיען גרייט
ס'איז דאך שוין די העכסטע צייט
מ'בעט למענך עשה
געוואלט געשריגן עד מתי
ביים כסא הכבוד
מיט'ן מלך דוד
אט קומט שוין די בשורה
מיט די אבות הקדושים, גייט דער רבי זינגען שירה
רביס ניגון
ס'איז אמת און קלאר
נאך שנעלער ווי אן אויגן בליק
מיט משיח, געשווינד
קומט דער רבי שוין צוריק
אויפ'ן הר הזיתים
בתחיית המתים
מיט גאנץ כלל ישראל
וועלן מיר זיך טרעפן הייליגער צדיק נאכאמאל

🎧 ניגון 🎧

Credit: @Yiddish_music_Lyrics
🎧 טייערע פאטער
🎙 #מרדכי_ווערדיגער
📀 האלט אן
מרדכי ווערדיגער

טייערע פאטער גרויסער קעניג
וויפיל מיר לויבען דיר איז אלעס ווייניג
דיין גרויסע ליבשאפט ווער קען פארשטיין
דו טוסט זיך פון אונז באהאלטן
אין אלע ווינקלעך אין אלע שפאלטן
נאר ווער עס זוכט דיך דער קען דיך זעהן.

ארץ ישראל האסטו אונז געגעבן
מיר זאלן וואוינען דארט א הייליג לעבן
פון אלע שונאים האסטו עס באפרייט
געהייסן אונז די תורה היטן
וועט מען האבן דארט פון אלעם גוטן
מיר האבן געשוואוירן ביים בארג סיני.

אבער היינט זיינען מיר פארטריבן
יתומים פיצעלך געבליבן
יא מיר זענען שולדיג געבראכן אונזער תנאי.

אבער דו האסט דאך אליין געשריבן
אפילו ווען מיר וועלן זיין פארטריבן
דו וועסט אונז היטען נישט לאזן פארלוירען גיין
מיר בעטן דיר קל חי וקיים
דיין הייליגע ווערטער זיי מקיים
ס’איז דאך דיינע קינדער ווי ביטער איז דער צער.

לאמיר שוין גיין אהיים אינאיינעם
און מער נישט שרעקן זיך פאר קיינעם
גענוג שוין גלות גענוג שוין דער געפאר!

🎧 ניגון 🎧

Credit: @Yiddish_music_lyrics
🎧 מי כעמך ישראל
🎙 #מרדכי_ווערדיגער
📀 תמיד בשמחה
מרת אבראמאוויטש

גערוישן אין הימל
עס טוט זיך א טומעל
מלאכים מיט קנאה
זיי ווילן פארשטיין
ווי אזוי פלייש און ביין
האט דערגרייכט אזא בחינה.

זיי פרעגן ביים בורא ווי קען דען דאס זיין
אז אדם דער מענטש האט בא דיר אזוי חן
וואס פאר א זכותים
פאר אזאלעכע ניסים
נו זאג אונז אליין.

קומט’ס און זעט’ס אליין
די שבחים פון מיין ליבן קינד
תינוקות של בית רבן
הייליג ליכטיג אן א זינד
און קוקט’ס א יודעלע דארט לויפט
נאך א מצווהלה ער קויפט
יהא שמיה רבא
הערט’ס ווי שיין
זיי שרייען נאך אמן.

דורות שיינע אורות
זיי באלייכטען דאך מיין וועלט
שמחה קדושה מיט טהרה
דאס וואס מיר געפעלט
אני מאמין מיט א ברען
זינגט מען אויף קידוש ה'
ער הסתר פנים אזוי גרויס
ווי האלטן זיי דאס אויס.

מיין קינד אוי ס’איז שווער
עס פאלט דיר א טרער
מאך אויף דיינע אויגעלעך און זע
כ’האב דיך ליב אן א מאס
אן א שיעור אן א צאל
ווייל דו ביסט דאך מיין קינד
מיין ליבער פאלק ישראל.

קום נענטער צו מיר
ס’איז אפן מיין טיר
איך ווייס ווי דיין הארץ אוי עס בענקט
שוין טויזענטער יאר
איך ביי מיר בענקט זיך גאר
אחותי רעיתי מיין אייביגער פאר.


יודן דעות פול
פארשידען יעדן זיין דערהער
און איינעם דינען זיי מיך
אך א שיינע מיליטער
נו מלאכים זינגט ברינה
גענוג שוין צער השכינה
עס איז געקומען יעצט דער צייט
משיח איז שוין גרייט.

מיין קינד אוי ס’איז שווער
עס פאלט דיר א טרער
מאך אויף דיינע אויגעלעך און זע
כ’האב דיך ליב אן א מאס
אן א שיעור אן א צאל
ווייל דו ביסט דאך מיין קינד
מיין ליבער פאלק ישראל.

קום נענטער צו מיר
ס’איז אפן מיין טיר
איך ווייס ווי דיין הארץ אוי עס בענקט
שוין טויזענטער יאר
איך ביי מיר בענקט זיך גאר
אחותי רעיתי מיין אייביגער פאר.


מיין קינד אוי ס’איז שווער
עס פאלט דיר א טרער
מאך אויף דיינע אויגעלעך און זע
כ’האב דיך ליב אן א מאס
אן א שיעור אן א צאל
ווייל דו ביסט דאך מיין קינד
מיין ליבער פאלק ישראל.

קום נענטער צו מיר
ס’איז אפן מיין טיר
איך ווייס ווי דיין הארץ אוי עס בענקט
שוין טויזענטער יאר
איך ביי מיר בענקט זיך גאר
אחותי רעיתי מיין אייביגער פאר.

גערוישן אין הימל
עס טוט זיך א טומל
מלאכים זינגן שירה
זיי טאקע פארשטיין
ווי פלייש און ביין
האט דערגרייכט דורך זיין בחירה.

גערעכט איז דער בורא זיי האבן ערליך פארדינט
זיי היטן די תורה ריין אן א זינד
אזא הייליגע פאלק מיר זענען נתפעל
מי כעמך ישראל.

🎧 ניגון 🎧

Credit: @Yiddish_music_lyrics
🎧 מאמע רחל
🎙 #מרדכי_ווערדיגער
💿 די דאבעל אלבום
מרדכי ווערדיגער

פארענדיג אהיים מיט א משפחה גרויס
יעקב מיט די שבטים אויסגעשטעלט
קוים לעבעדיג פון עשו און פון לבן’ס הויז
די שענסטע משפחה אויף דער וועלט.

ביימעל אויפן וועג אונטער א גרויסן שטיין
באהאלטען מאמע רחל דארט אליין
אירע קינדער פול מיט צרות
קומען קלייין אין גרויס
ביי א מאמע פועל’ט מען שנעלער אויס.

קינדערלעך אייערע תפילות טוען דערגרייכן
זאגט זי אונז די מאמע אליין
די טרערן ווי בריליאנטן אלע לייכטען
אייער אמונה און בטחון מלא חן.

אין יעדע אידישע קינד וועט שיינען ווי די זון
און בית המקדש בשמחת עולם
הערשט דאן וועט איר פארשטיין
ס’איז לטובה אלץ געווען
ושבו בנים לגבולם.

מאמע מאמע בעט פאר אונז רחמנות שוין
מ’האט דאך דיר געשוואוירן אויף דעם
יש שכר לפעולתך
דאס איז דיין באלוין
פארגעס נישט הר ציון ששמם.

א סוף שוין צו דעם גלות אוי דעם ביטערן
משיח שטיייט און וויינט דאך ביי די טיר
פון צער און גרויסע בענקשאפט טוט ער ציטערן
מאמע וויפיל איז דער שיעור.

קינדערלעך אייערע תפילות טוען דערגרייכן
זאגט זי אונז די מאמע אליין
די טרערן ווי בריליאנטן אלע לייכטען
אייער אמונה און בטחון מלא חן.

אין יעדער אידישער קינד וועט שיינען ווי די זון
מיט די שכינה הקדושה בשמחת עולם
הערשט דאן וועט איר פארשטיין
ס’איז לטובה אלץ געווען
ושבו בנים לגבולם.

🎧 ניגון 🎧

Credit: @Yiddish_music_lyrics
🎧 איך האב געווארט
🎙 #מרדכי_ווערדיגער
💿 איך האב געווארט
ר' יו''ט ערליך

איך האב געווארט און געווארט
אין בית מדרש אין א ווינקל
דאס לעכטל אויפן עמוד
האט געטאנץ דעם לעצטן טאנץ
האט האט דאס זיך פארלאשן
עס איז געווארן טונקל
האט האט דאס זיך צופלאקערט
מיט גאר א נייע גלאנץ.

איך האב געווארט אין געווארט
געמיינט אז די וועסט קומען
איך האב אזוי געוואלט דיר זען
אזוי געוואלט געפונען
איך האב געווארט און געווארט
אזוי א גאנצע נאכט
און געווארט און געווארט
און גארנישט נישט דערוואגט.

איך האב געזוכט און געזוכט
אין שטורעם און אין רעגן
אין גאלדענעם פארנאכט
אין זילבערנעם פארטאג
איך האב געפרעגט און געפרעגט
ווי דיר איך זאל דערוועגן
אה זיי האבן זיך צולאכט
און גארנישט מיר געזאגט.

איך האב געזוכט און געזוכט
און טרערן פלעגן רינען
איך האב אזוי געוואלט דיר זען
אזוי געוואלט געפונען
איך האב געזוכט און געזוכט
אזוי א גאנצע נאכט
און געזוכט און געווארט
און גארנישט נישט דערוואגט.

ווען האב איך דיר געזען
ווען האב איך דיר געפונען
ווען איך האב שוין נישט געזוכט
און נישט געווארט שוין מער
ווען טרערן פון מיין אויגן
האבן שוין נישט גערונען
פון בענקשאפט איז מיין הארץ
געווארן ווי א שטיין.

דערזען האב איך דיין געשטאלט
אזוי ווי אין א חלום
ווי א הערש עס לויפט אין וואלד
כעופר האילים
אזוי אנטלויפסטו מיר
און קערסט זיך אום צוריק
מיט ליבשאפט אן א שיעור
פון דיין פאטער'ליכן בליק.

🎧 ניגון 🎧

Credit: @Yiddish_music_lyrics
🎧 שבת און פעלד
🎙 #מרדכי_ווערדיגער
💿 איך האב געווארט
ר' יו''ט ערליך

הערט אויס ליבע אידן
וואס איך וועל אייך דערציילן
און איר וועט זיין צופרידן
זייער שטארק פון דעם
די מעשה האט געטראפן
איך וועל אייך זאגן אפן
מען זאגט אז ביים אריז”ל
מען זאגט אז ביים בעל שם.

זכרונם לברכה
מיר ווייסן להלכה
אז אט די מלאכה
האבן זיי ביידע גוט געקענט
די שטיינער מאכן זינגן
די וואסער מאכן קלינגן
די ביימער מאכן שפרינגן
און פאטשן מיט די הענט.

פרייליך אידן
מיר דארפן זיין צופרידן
מיט אונזער בורא
מיט זיין תורה
גליקליך זיין אסאך
און מיר גלויבן
אז דער פון אויבן
האט געגעבן כח אויך צו די צדיקים’לעך.

דער צדיק איז אמאל
געגאנגען בארג און טאהל
מיט חסידים מיט תלמידים א באשטימטע צאל
עס קומט שבת אויפן וועלט
און אינמיטן פעלד
מקבל זיין דעם ליבן שבת האט ער זיך געשטעלט.

בואי כלה
דער שבת איז פאר אלע
נישטא קיין שוהל נישטא קיין עמוד קיין זאך איז נישטא
קומט קומט כלה
עס ווארטן אויף דיר אלע
די שעפסעלעך בהמה’לעך פני שבת נקבלה.

דער צדיק זינגט א ניגון
ס’איז א פארגעניגן
ס’קומען צו די ציגן
זיי האבן נישט קיין רוה
די קעלבעלעך די קליינע
די שעפסעלעך די שיינע
איינע גלייך נאך איינע
רוקן זיי זיך צו.

געקומען זענען אלע
מען הערט עפעס א כלה
מען זעהט דעם צדיק טאנצן
מען הערט אויס זיין געזאנג
עפעס נעמט זיי ציהען
עפעס נעמט זיי בריען
עפעס נעמט זיי גליען
אין קעפל א געדאנק.

בואי כלה
דער שבת איז פאר אלע
די שעפסעלעך די ציגעלעך מען קומט פון אומעטום
און זיי בליקן
און זיי קוקן
און פון גרויסן פארגעניגן רינגעלט מען ארום.

עפעס האט דערשפירט
דער ווערימעל וואס קריכט
די פייגעלעך די הייזעלעך די הערצעלעך גערירט.

א טומל א געלויף
די קעפלעך אויף ארויף
און צוביסלעך
אויף די פיסלעך
הייבן זיי זיך אויף.

טאנצט טאנצט אידן
א פארגעניגן
אויף די פוס די הונטערשטע ווי שיין עס איז צו זעהן
שאף און רינדער
ווי די קליינע קינדער
אלע זינגן
אלע שפרינגן
יעדער ווי ער קען.

קוקט נאר אין דער הויעך
די שטערן טוען מיר נאך
און זיי גלאנצן
און זיי טאנצן
אויף א ווייסן רויעך.

זעהט נאר ווער ס’פליעט
די פליגלעך אויסגעצירט
מלאכים קומען צו דעם צדיק און זיי טאנצן מיט.

קומט קומט אלע
דער שבת איז פאר אלע
ווער ס'גלייבט דעם שבת איז דער שבת פאר אים דא
קומט קומט אלע
עס ווארטן אויף דיר אלע
בואי כלה בואי כלה
פני שבת נקבלה.

🎧 ניגון 🎧

Credit: @Yiddish_music_lyrics
🎧 ויכולו
🎙 #מרדכי_ווערדיגער
💿 איך האב געווארט
ר' יו"ט ערליך


ויכולו ס'האבן זיך גענדיגט די הימל אין די ערד
און אלס וואס צו זיי געהערט
ויכל ער האט באשאפן אלס וואס ער האט געטראכט
דעם זיבעטן טאג א רוה טאג געמאכט

ס'פלוצלינג געווארען שטיל מיט אמאל
אין וואלד אויפן בארג און אין טאל

דער ברומען פון חיות דער פויגעל געשריי
דער דינער דער שטורעם, דער שניי,

און אלע באשעפענישען קליין אין גרויס
ציען צום הימל זיך אויס

מ'עפענט די אויגן די קאפ הייבט מען אויף
און קוקן צום הימל ארויף

אדם הראשון שטייט איינער אליין

ער קוקט און ער קען נישט פארשטיין
א הייליגע ליכטיגקייט האט ער דערזעהן
ער ווייסט נישט וואס דא איז געשען

ער זעט די נשמות זיי פליען ארויף
די וועלטן זיי הייבען זיך אויף

ער פילט ווי די וועלט אונטער אים הייבט זיך אויף
און טראגט אים ביז אויבן ארויף

און די גאנצע בריאה פארט מיט אים מיט
אלעס צום הימל געצילט
די וועלדער די פעלדער די בערג און דערמיט
אלע הייבן זיך אויף און מ'פליהט
די ריזיגע פיש ווי די בערג אזוי גרויס
קוקען פון וואסער ארויס
די בהמות זיי שטייען אויף אלע פיר פיס
און קוקןן צים הימל זיך זיס

פליצלינג דערהערט ער א הערליכן קלאנג
אזא זיסער מלאכים געזאנג

מ'געבט דעם באשעפער א לויב און א דאנק
פארן שבת דעם ליבן געשאנק

און אדם הראשון דערהערט און געדאנק
ער ווייסט שוין די שמחה פארוואס
ער הייבט אויך אהן זינגן דעם ערשטען געזאנג
"מזמור שיר ליום השבת"


🎧 ניגון 🎧

Credit: @Yiddish_music_Lyrics
🎧 שבת קודש
🎙 #מרדכי_ווערדיגער
📀 איך האב געווארט
ר' יו''ט ערליך

שבת שבת קודש קומט דאך אויף דער וועלט
שבת שבת קודש אלץ ווערט אפגעשטעלט
שבת אויפן וואסער
שבת אויפן פעלד
שבת אינדרויסן
שבת אין געצעלט

שבת שבת קודש באלד זעקס טויזנט יאהר
קומט דער ליבער שבת קודש
פונקט גענוי אין קלאר
שבת שבת קודש דער ליבלינג פון דעם איד
ער ליבט דעם שבת און ער שעצט אים ווי דעם אויג ער היט

שבת קודש גייט מיט אונז צוזאמען
אויף אלע וועגען אויף אלע שטייגען איבער אלע ימים
און דעם גרויסען גלות קלעם אין פחד און אין שרעק
גייט מען אויף קידוש השם פון שבת נישט אוועק
געשעפטען גרויסע מיט פערדינסט לאזט מען אפ מיט שרעק
ווי דער שבת קומט צוגיין ווארפט מען אלץ אוועק

🎧 ניגון 🎧

Credit: @Yiddish_music_lyrics
🎧 משיח קומט צו פארן
🎙 #מרדכי_ווערדיגער
📀 איך האב געווארט
ר' יו"ט ערליך

ווער קלאפט עס אין די שויבען צוויי שיינע ווייסע טויבען זיי קומען הערשט פון אויבען 4 און גוטע נייעס מיהאט ס'אוועק די שלעכטע יאהרן". ס'איז אראפ דער צארען משיח קומט צו פאהרן ער איז דא אונטערן שטאט דער שוסטער מיט זיין שיכיל דער בעקער מיט זיין קיכיל וועט רוהיג זיצען ווען דאס וועט געשען דער טרעגער מיט זיין פעקעל דער סטאלער מיט זיין העקעל דער סוחר האנדעלט ווי גארנישט גיווען אוי אוי אוי אוי אוי עפעס טיט זיך הערען מיקען עס נישט ערקלערען און פארציטערט ווערען אלע מיט אמאל א קול שרייט אהן א אויפהער מענדעלע דער סופר זאגט דאס איז דער שופר ער דערקענט דאס קולו ובא לציון גואל יעדער ווערט נתפעל דער רבי הייסט זיך גרייטען באלד אין וועג אבער זיך נישט יאגען וואס מ'טוט פארמאגן וואס ס'איז נייטיג איינפאקען אין פעק

די ערשטע זאך אצינדער וואס מ'דארף געשווינדער צאמקלויבען די קינדער אלע ביי די טיר און מיפאקט כסדר אביסעל וועש מיט קליידער אויך נעמט מיט א יעדער אביסעלע געשיר - דער טאטע פאקט דעם טלית די מאמע פאקט די חלות די קינדער אלע שפילצייג מיט'ן בער
ס'טוט אביסעל רעגן אזא גרויס פארמעגען לאזען פאר די גוי אוי ס'יז שווער אוי אוי אוי אוי אוי דער רבי לויפט אנטקעגען אין האנט האט ער דעם שטעקן און זיין גאנץ פארמעגן דעם טלית זעקל נאר עס ליגען דארט די תפילין דער סידור מיטן תהילים די טאבאק מיט די ברילען דאס איז אלעס גאר ובא לציון גואל קיין ארץ ישראל משיח קומט שוין לאמיר אלע גיין דאס הייליג לאנד באפרייען און דעם בונד באנייען א נייע לעבען אוי ווי פיין ווי שיין אוי כשנים קדמוניות


🎧 ניגון 🎧

Credit: @Yiddish_music_lyrics
🎧 העלאו - דא רעדט ירושלים
🎙 #מרדכי_ווערדיגער
📀 איך האב געווארט
ר' יו"ט ערליך

קיין ירושלים ווען איר קומט און געט אבליק,
און זעהט די וואונדער
וואס מיט יאהרען טויזענטער צוריק,
איר זעהט ירושלים מיט איר וואונדערליכען חן,
וואס ליגט אויף יעדען זאמדעלע,
וואס ליגט אויף ידען שטיין.

שטיין וועט איר דאן בלייבען
נישט פארשטייענדיג דעם סוד,
די גרויסע וואונדערליכען קראפט
עס האט די שיינע שטאט,
וואס די אלע יודען גלוסטען ממש אהן א שיעור,
און פון אלע ווינקלעך זיי לויפען צוריק צו איר.

דערזעהן האבען די אראבער
אז די יודען שרייען גיוואלד
מיר בענקען און מיר ווילען קיין ירושלים באלד
האבען זיך גענומען שרייען די אראבער הויך
סייז דאך אזא גיטע זאך
מיר וועלן עס אויך

אין די גאנצע וועלט
האט זיך דערוויסט פין אט דעם סוד
אז די יודען און אראבער
קריגען אויף דער שטאט
האט פארגלוסט פאר יעדען זיך אריינשטעקן די נאז
דער גריק, דער קאטאליק, און דער כינעזער, מיטין רוס,

פזמון:
העלא עס רעדט ירושלים
איר וועט אוועקגיין מיט פערדרוס
איך דארף קיין בעל הבית קיין נייעם
איך האב מיין אלטען בעל הבית

העלא עס רעדט ירושלים
סינאריש אלעס וואס איר טראכט
דעם פרומער יודען דעם געטרייעם
אים געב איך איבער די מאכט

העלא עס רעדט ירושלים
ליבע פרומע יוד די מיין
איך דארף קיין בעל הבית קיין נייעם
אייביג וועל איך דיינע זיין

איך בין די שטאט פון קעניג דוד
די שטאט פון אייבערשטען אליין
איך בין נישט מוחל אויף מיין כבוד
איך וועל נישט לאזען אזוי גיין

————————————————-

מיקומט היינט קיין ירושלים
אין מגעט א בליק
ווי אנדערש איז זי היינט געווארען
ווי יאהרען צוריק
אויסגעבויט מיט שיינע הייזער
פון א יעדען זייט
און פון זיי א קול פון תורה
הערט זיך זייער ווייט

עהרליכע שיכונים
אזוי הערליך אזוי שיין
פיל מיט ערליכע משפחות
קינדער מלא חן
מ'דינט דארט דעם באשעפער
און מילערענט אהן א עק
און פאר קיינעם אין דער וועלט
זיי האבן נישט קיין שרעק

אבער מיזעהט נאך יודען דארט
אויך פון אנאנדער מין
יעדער איינער קוקט און פרעגט,
ווי קומען זיי אהין?
נישט קיין תורה, נישט קיין יראה,
זעהט מען אויס אזוי
עס איז שווער דערקענען צו א יוד אדער א גוי

זיי מיינען זיי זענען בעלי בתים אויפן קעניגס שטאט
און ווילען איר פארבויען מיט א חרפה אין א שפאט
די יודעלעך די עהרליכע מיקעמפט אויף א יעדען ארט
און די שטאט אליין האט שוין ארויסגעזאגט איר ווארט

פזמון:
העלא עס רעדט ירושלים
אפשר קען מיר זאגען ווער
אט דעם בעל הבית דעם נייעם
ווער האט עס געשיקט אהער

הא - וואס איז עם שלעכט גיוועזען
אין מאסקווע,אדער אין בערלין,
סי'ז דא דארט עסען פאר א יעדען
זאל ער זיך גייען צוריק אהין

ווייל די איינוואוינער מיינע
דארפען זיין פיינע
און שרעקען זיך פון בורא
און אפהיטען זיין תורה
מיט ציצית און תפילין
מיט הייליגע געפילען
און שבת אז מיהיט
הערשט דאן איז מען א יוד

א ישיבה א חדר
דארף דארט זיין כסדר
און אנטוהן מיז איעדער
צניעותדיגע קליידער
מיט פריינטשאפט און פרידען
צווישען ברודער יודען
ווייל דאס איז דער געבאט
פון דעם קעניגס שטאט

פזמון:
העלא עס רעדט ירושלים
יודען טייערע זייט גרייט
אויף א לעבען גאר א נייעם
פיל מיט תורה פיל מיט פרייד

העלא עס רעדט ירושלים
ווער ס'וויל בלייבען דא ביי מיר
פארלאזט דעס לעבען אט דעם פרייען
און אפען איז פאר אייך מיין טיר

🎧 ניגון 🎧

Credit: @Yiddish_Music_Lyrics
🎧 הלל הזקן
🎙 #מרדכי_ווערדיגער
📀 איךהאב געווארט
ר' יו"ט ערליך

אין טבת א קעלט שניידט די ביינער
געווען איז עס פרייטאג פארנאכט
אינדרויסן עס גייט שוין נישט קיינער
אלס אין די הייזער פארשפארט
אין א געסעלע דארט אין דעם טינקעל
ס’גייען דארט אידן אסאך
שטייט דארט א שול אין דער ווינקל
מיט א גלעזערנעם ליכטיגן דאך
דער שול איז דאך יעצט א גן עדן
ס’איז ווארעם ס’איז לעכטיג און שיין
היינט וועלן מיר תורה דארט רעדן
שמעיה און אבטליון אליין
ביים טיר שטייט א שמש א היטער
ער לאזט נישט א יעדן אריין
אריין גיין עס וויל דאך א יעדער
פאר יעדן קיין ארט וועט נישט זיין
דער שמש ער לאזט דורך די רייע
די גרעסטע חכמים פון לאנד
אריינגיין עס קאסט א מטבע
און יעדער גיט אים אין האנט
אינדרויסן עס זענען געבליבן
נאר היימלאזע ארימעלייט
דער שמש ער האט זיי צעטריבן
ער מוסר’ט ער רעגט זיך און שרייט
איר ווילט דאך די תורה נישט הערן
איר ווילט זיך אנווארימען בלויז
איר וועט נאך אנטשלאפן דא ווערן
און דא איז א הייליגע הויז
און פלוצלונג עס גייט דארט צו איינער
צוריסן די קליידער דורכאויס
עס קלאפן פון קעלט זיינע ציינער
דער פנים פארביטערט דורכאויס
ער בעט זיך האט אויף מיר רחמנות
לאזט מיר אין ביהמ”ד אריין
גלייבט מיר אמאל אויף נאמנות
איך וועל אייך באצאלן נאך פיין
וואס איך פארדין אויף מיין לעבן
העלפט גיב איך אפ אין מיין הויז
דער רעשט וועל איך אייך אוועק געבן
איך בעט אייך נאר הילף מיר ארויס
יעצט האב איך ביי זיך קיין גראשן
איך האב נאך היינט גארנישט פארדינט
הונגעריג האב איך געלאזן
אין הויז דארט מיין פרוי און מיין קינד
פון אויגן עס פאלן די טרערן
דער שמש עס גיט נישט קיין ריר
ס’איז שפעט שוין איך וויל מער נישט הערן
און קלאפט צו די אייזערנע טיר
עס זענען שוין אלע צוגאנגען
דער איד איז געבליבן אליין
ער שטייט ביי דער טיר ווי געפאנגען
ער קען נישט פון איר אוועק גיין
די ווענט אויך פון שטיינער געמויערט
די טירן געפאנצערט מיט שטאל
אומזיסט לייגט ער צו דארט זיין אויער
ער הערט נישט פון דארטן קיין קול
און פלוצלונג ער הויבט אן צו לויפן
ער קומט באלד אן אין הויף
עס ציען זיך שטיגן ביז אויבן
ער הייבט באלד אן קריכען ארויף
ער קריכט אזוי ביז גאנץ אויבן
ער זעט אז ער איז אויפן דאך
און אונטער די פיס זעט ער שויבן
מיט גלעזערנע פענסטער אסאך
ער דריקט צו די שויבן זיין פנים
ער זעט דעם ביהמ”ד פאר אים
אט זעט ער די גרויסע רבנים
אט הערט ער די הייליגע שטים
די אויגן זיי הייבן אן גלאנצן
ער פילט שוין גארנישט קיין פראסט
ער ציט אויס זיין קערפער אינגאנצן
און דריקט צו דעם פנים צום גלאז
ער פארשטייט אלס וואס זיי רעדן
אינגאנצן באגאסן מיט שוויס
ער מיינט אז ער זיצט אין גן עדן
ס’איז ווארים ס’איז ליכטיג און הייס
א שנייעלע הייבט אן צו פאלן
און נעמט אים פארשיטן אזוי
ער וועט נישט אוועק גיין פארפאלן
ער איז שוין פארפרוירן און בלוי
דער פריי מארגן הייבט שוין אן טאגן
מען האט דיין געזען זיין געשטאלט
געלאפן אים גלייך אראפ טראגן
געברענגט צוריק די כוחות באלד
גענומען זיך דאן מיט אים רעדן
זיין תורה איז גאר אן אן עק
מער האט נישט געקענט זיך צושיידן
ער איז שוין פון דארט נישט אוועק
ס’איז שפעטער אדורך פילע יארן
געוואקסן אין תורה ביז גאר
ביז ער איז אויך געווארן
דער חשוב’סטער תנא אין דור
אין הימל געמוזט דאן באשלאסן
די הלכה זאל בלייבן ווי ער
אז תורה צו קענען און וויסן
דארף אנקומען זייער שווער


🎧 ניגון 🎧

Credit: @Yiddish_music_lyrics
🎧 א ישועה'לע
🎙 #מרדכי_ווערדיגער
📀 איך האב געווארט
ר' יו"ט ערליך

שוין צוויי טויזנט יארן
פון צער און פון צארן
אין גלות צו שאנד און צו שפאט
געבליבן אן כח
געבליבן אן מח
אלעס פארלוירן מ׳האט
פון היימען פארטריבן
עלענד געבליבן
מען האט נישט קיין ביסעלע גליק
האט מען זיך גענומען
און מ׳איז געקומען
אין לאנד פון די אבות צוריק
ס׳קוקען די אבות
מ׳הערט די מחשבות
אידן מ׳קומט אן א צאל
ס׳איז אנדערע אידן
מיט אנדערע זיטן
ס׳איז נישט דער איד פון אמאל
מ׳ווייסט נישט פון בורא
מ׳היט נישט זיין תורה
מען מיינט אז עס איז שוין די צייט
אז דאס איז די רפואה
אז דאס איז די ישועה
עס איז אבער נאך זייער ווייט
מען דארף נאך א ישועה׳לע
טאקע די טעג
מען דארף נאך א רפואה׳לע
פאר די פארלוירענע אין וועג
פון גלות פון דעם ביטערן
מ׳איז פון אונז אוועק
אז אלע גלידער ציטערן
די הארץ איז פול מיט שרעק
ווען וועט ער שוין קומען דער נביא
און ס׳וועט פאר אונז זאגן א ווארט
און ווער עס וועט עס נאר הערן
וועט תשובה טון באלד אויפן ארט
מען דארף נאך א ישועה׳לע
דער פאלק איז נישט געזונט
מען דארף נאך א רפואה׳לע
פארהיילן אונזער וואונד

ס׳איז אוועק פילע יארן
ס׳איז אנדערש געווארן
די לאנד האט אן אנדער מין בליק
פון נאנט און פון ווייטן
און פון אלע זייטן
מען קומט צום באשעפער צוריק
בעל תשובות עס ווערן
זיי טוען זיך מערן
די גאנצע וועלט רעדט שוין פון דעם
יעדן טוט פרייען
מען הערט ריידען נייע
פון תורה און יראת ה׳
די וועלט איז צובראכן
די וועלט איז צוקראכן
איינער דעם צווייטן האט פיינט
זיי קוקן מיט קנאה
זיי קוקן מיט שנאה
אידן מען וואקסט און מען שיינט
און אידן אן מורא
וואס היטן דעם תורה
זיי ווערן אלץ מער אלע יאר
די הארץ טוט אונז זאגן
עס הייבט שוין אן טאגן
די ישועה איז נאנט ביז גאר
עס קומט שוין די ישועה׳לע
טאקע די טעג
עס קומט שוין די רפואה׳לע
פאר די פארלוירענע אין וועג
מ׳דארף נישט קיין סאלדאטן מער
און נישט קיין אפיצער
ווייל און שיל די גאנצע מיליטער
דער תהילים איז דער געווער
ווען דער באשעפער וועט קומען און ווייזן
א שטראל פון זיין ליכט
און אלע אידן די פרייע
וועלן פאלן אויף זייער געזיכט
און טרערן וועלן גיסן זיך
ווי קוואלן פון דעם מח
ווען זיי וועלן דערוויסן זיך
פון דער באשעפער אין דער הויעך

 
🎧 ניגון 🎧

Credit: @Yiddish_music_lyrics