מערכת טאהש
627 subscribers
8.26K photos
72 videos
457 files
58 links
בילדער, און באריכטן, איבער נייעס און געשעענישן אין קרית טאהש, די הייליגע מוסדות, ובחצר הקודש.
Download Telegram
אפדעיט איבער די קאמפליצירטע ארבעט פון איבערמאכן די ראוד'ס אין קריתינו הק'

אין ווייטערדיגע באריכטן איבער די אנגייענדיגע ארבעט, איבערצובויען די ראוד'ס אין קריתינו הק', האט מען שוין די וואך אפגעשניטן די נאנטע ביימער צום ראוד פון ביידע זייטן פון רחוב בית הלוי, ווי עס וועלן בעז"ה פאלאצירט ווערן די נייע סייד וואלק'ס און לעקטער'ס לטובת תושבי הקרי'.
די קומענדיגע ארבעט פון אויפגראבן די ראוד, וועט מען בעז"ה צוטיילן אין 5 חלקים, כדי נישט צו בלאקירן די גאנצע שטעטל אויף איין מאל, מען וועט אנהייבן מיט די ערשטע גאס פון די שאפינג סענטער ביז נאך די ביהמ"ד אברכים, און דערנאך די צווייטע חלק וואס וועט גיין ביז נאכן הצלה גראדש, דערנאך די דריטע חלק רחבת בניני מוסדותינו הקדושים, די פערדע חלק די רינג פון בית כ"ק מרן רבינו שליט"א נומער 9 און די וועג ארויף צום ביהמ"ד הגדול, און דערנאך די פיפטע חלק די הייזער אונטערן ביהמ"ד הגדול.
אזוי ווי יעדע גוטע זאך וואס קומט אן שווער, האט זיך אביסל אפגעשטופט די צייט ווען מען וועט קענען אנהייבן מיט די ארבעט ביים ערשטע חלק בית הלוי גאס, צוליב וואס עס האט זיך פארשלעפט די דעליווערי פון די נויטיגע צוגעהערן צו קענען אנהייבן מיט די פארצווייגטע ארבעט, און מען האפט בעז"ה אנצוהייבן מיט די ארבעט אין די קומענדיגע 2 וואכן.
העפטיגע צוגרייטונגען צום גרויסן טאג ל''ג בעומר אין קרית מלך רב קריתינו הקדושה
שטייענדיג ווייניגער ווי דריי וואכן צום גרויסן יו"ט ל"ג בעומר, וועלכע געפאלט אויס דעם קומענדיגן זונטאג בחוקותי הבעל"ט, ווען רבבות אלפי ישראל גרייטן זיך אפּצורעכטן מיט א שמחה של מצוה און התרוממות הנפש די יומא דהילולא פון התנא האלקי רבן שמעון בר יוחאי זי"ע, ווערן געמאכט פיבערהאפטיגע הכנות אין קריתינו הקדושה, צוצוגרייטן אלע נויטיגע באדערפענישן צום גרויסן התרגשות'דיגן מעמד הדלקה, פארנט פונעם בנין ביהמ"ד הגדול, ווי מ'ווארעמט זיך אן בגודל קדושת היום זינגענדיג ווארימע ניגונים, און מ'איז זוכה צו הערן דברות קודש ודברי הדרכה מפום ממלל רברבן כ''ק מרן רבינו עט''ר שליט''א.
ספעציעל ווערט ערווארטעט דאס יאר מער מענטשן ווי א געווענליכע יאר, נאכדעם וואס עס איז פארהאן שוועריגקייטן אנצוקומען קיין אתרא קדישא מירון.
צוליב די שפּעטע שעה פון מוצש"ק, וועט היי-יאר פארקומען די הדלקה ביום ל"ג בעומר אום 5:30 נאכמיטאג, - אנדערש ווי אין די פריערדיגע יארן ווען די מעמד הדלקה קומט פאר בכניסת היום נאך מעריב און ספירה ציילן, - און תיכף נאך די מעמד הדלקה וועט פארקומען דער עריכת שלחן הטהור לכבוד היום, ברוב צהלה ושמחה אין היכל ביהמ''ד הגדול לכבוד התנא האלקי רבן שמעון בר יוחאי זי"ע.
עס ווערט אריינגעלייגט גרויסע כוחות דורך די געטרייע עסקנים, צו צוגרייטן אלע באדערפענישן צו קענען גרינג צוקומען צום ציון הקדוש פון רבינו הקדוש זי"ע ביום הגדול והמסוגל לאמירת ספר תהלים, און ספעציעל אויסצושטעלן דעם אוהל הקדוש פאר מענער און פאר פרויען מיט הרחבת הדעת, – זייענדיג א תל תלפיות לפעול בדבר ישועה ורחמים בזכות התנא האלוקי.
ס'ווערט באזונדער צוגעשטעלט אויף א ברייטע פארנעם נארהאפטיגע מאכלים ארוחות בוקר וצהרים משך די גאנצע טאג פאר די פולע געסט וועלכע וועלן קומען צו פארן פון נאנט און ווייט צום גרויסן מעמד הדלקה און שלחן הטהור, להחיות בהם נפש כל חי.
אזוי אויך ווערט אריינגעלייגט דורך די געטרייע עסקני בית מדרשינו אין מאנטריאל גרויסע כוחות צוצושטעלן א גרעסערע פלאטע פון באסעס פון מאנטריאל, פאר די אלע וועלכע ווילן קומען מיטהאלטן די דערהויבענע מעמד הדלקה.
אויך וועט לאנדא'ס באסעס צושטעלן טראנספארטאציע פון ניו יארק אויף שבת קודש פרשת בהר הבעל"ט, און צוריק נאכן מעמד הדלקה און טיש ל"ג בעומר.
אשרינו מה טוב חלקינו בהילולא דבר יוחאי.