מערכת טאהש
613 subscribers
8.06K photos
72 videos
447 files
58 links
בילדער, און באריכטן, איבער נייעס און געשעענישן אין קרית טאהש, די הייליגע מוסדות, ובחצר הקודש.
Download Telegram
אפדעיט איבער די קאמפליצירטע ארבעט פון איבערמאכן די ראוד'ס אין קריתינו הק'

אין ווייטערדיגע באריכטן איבער די אנגייענדיגע ארבעט, איבערצובויען די ראוד'ס אין קריתינו הק', האט מען שוין די וואך אפגעשניטן די נאנטע ביימער צום ראוד פון ביידע זייטן פון רחוב בית הלוי, ווי עס וועלן בעז"ה פאלאצירט ווערן די נייע סייד וואלק'ס און לעקטער'ס לטובת תושבי הקרי'.
די קומענדיגע ארבעט פון אויפגראבן די ראוד, וועט מען בעז"ה צוטיילן אין 5 חלקים, כדי נישט צו בלאקירן די גאנצע שטעטל אויף איין מאל, מען וועט אנהייבן מיט די ערשטע גאס פון די שאפינג סענטער ביז נאך די ביהמ"ד אברכים, און דערנאך די צווייטע חלק וואס וועט גיין ביז נאכן הצלה גראדש, דערנאך די דריטע חלק רחבת בניני מוסדותינו הקדושים, די פערדע חלק די רינג פון בית כ"ק מרן רבינו שליט"א נומער 9 און די וועג ארויף צום ביהמ"ד הגדול, און דערנאך די פיפטע חלק די הייזער אונטערן ביהמ"ד הגדול.
אזוי ווי יעדע גוטע זאך וואס קומט אן שווער, האט זיך אביסל אפגעשטופט די צייט ווען מען וועט קענען אנהייבן מיט די ארבעט ביים ערשטע חלק בית הלוי גאס, צוליב וואס עס האט זיך פארשלעפט די דעליווערי פון די נויטיגע צוגעהערן צו קענען אנהייבן מיט די פארצווייגטע ארבעט, און מען האפט בעז"ה אנצוהייבן מיט די ארבעט אין די קומענדיגע 2 וואכן.