א גוט ווארט
758 subscribers
30 photos
2 videos
1 file
43 links
יעדן טאג א גוט ווארט
די גרופ איז געמאכט נאר פאר יודן וואס דינען דעם אייבערשטן מיט שמחה.
האט אלע א פרייליכן טאג.

דא קענט איר אריין שיקן אייער
גוט ווארט צו
@everytimewithasmilebot

פאר אונזער וואטסעפ גרופ
https://chat.whatsapp.com/Jlysr1wlnxS7aYkGksoD5Y
Download Telegram
א גרויסע שניי געפאלן, דער מנהל קלינגט אן דעם מלמד.

דארפסט נישט קומען אין חדר, ס'נאר דא 8 קינדער.

איך קום שוין אריבער, זאגט דער מלמד.

אויף די פראגע פונעם מנהל פארוואס,

זאגט דער מלמד אינדערהיים האב איך 12.😂
😁82
א שניי איז אזוי ווי א שוויגער, קומט אויף צוויי שעה און מאכט א חורבן אויף צוויי וואכן.😂
😁5🤣5👌2😭1
זעה איך היינט איינעם שטיין מיט א פלעסטיק לעפעל 🥄 און שארט שניי
פרעג איך אים ביסט אינגאנצן משוגע?
זאגט ער מיר אז זיין ווייב האט אים געזאגט אז זי וויל רעדן מיט אים ווען ער ענדיגט שארן די שניי.😂
😁7
א איד איז געגאנגען צום דענטיסט און דער דענטיסט זאגט אים ער דארף א גרויסע טריטמענט.
פרעגט ער וויפיל וועט דאס קאסטן? זאגט די דענטיסט 10 טויזענט דאלער.! זאגט דער איד איך פיל אזוי ווי איך באצאל דא פאר א קאר
זאגט אים די דענטיסט. דו צאלסט טאקע פאר א קאר נאר נישט דיין קאר נאר פאר מיין קאר.😂
🥴2😁1
יעדן טאג א גוט ווארט!

די גרופ איז געמאכט נאר פאר יודן וואס דינען דעם אייבערשטן מיט שמחה.

האט אלע א פרייליכן טאג.

אבער אזוי ווי אינז זענען שוין אויסגעלאפן פון גוטע ווערטלעך,
סא אויב האט איר א גוט ווארט
  קענט איר עס דא אריין שיקן  צו
@everytimewithasmilebot

א גרויסע יישר כח און אסאך הצלחה
און האט הנאה
א שווער האט געפרעגט א חתן וואס דארפסטו א זייגער אדער א ש"ס האט ער גענפערט א אייפאהן, ווייל דארט האב איך ביידע, דער שווער האט דאס געהערט האט ער צוריק גענימען די טאכטער און געזאגט אז מיידלעך האסטו אויך אויף א אייפאהן.😯
👌6
רבותי מען זאל געדענקען אז מען טאר נישט עסן 2 המן טאשן אויף איין מאל וויל אז יא קען עס ווערן א (מגן דוד ✡️).😂
😁2🥴1
איינער האט געפרעגט א וועטער עקספערט וויפיל עס האט שוין געשנייט למעשה פון 12:00 ביז יעצט,

האט ער גענטפערט א שיינע פאר מיליאן שטיקלעך.🤣

א גוט ווארט
2🤣1
האט איר שוין אמאל אריינגעטראכט

פארוואס מען איז אזוי מיד ווען מען שטייט אויף אינדערפרי? ווייל עס שטייט אין ספרים אז אזוי ווי מען לייגט זיך אזוי שטייט מען אויף.😂
😁7🤣31
כהאב גענומען מיינע קינדער יעצט חול המועד האלטן.
איך האב זיי גענומען צו זייער א טייערע פלאץ!
עס הייסט דער געז סטעישאן.😂
😁4
איינער זאגט מיר אז ער טוישט קיינמאל נישט קיין וועש, ער האט מסורה אז מען טאר זיך
נישט אוועק ריקן פון די לבוש.😂

א גוט ווארט
😁73
אין מירון שרייט ר' אלימלך בידערמאן: י-ב-ט-ל כל הגזירות אין קערעסטיר האב איך געהערט ווי מ'שרייט: י-ב-ש-ל כל הקדירות.😂

א גוט ווארט
😁4
איינער זאגט מיר אז ער האט לעצטנס געקויפט אראבישע הויזן עס רייסט זיך אויף.😂

א גוט ווארט
😁3
עפעס א אינגערמאן אויפן פליגער האלט מיר און איין אויפוועקען פון שלאף. יעצט פאר מנחה, און נאכדעם פאר מעריב,
איך האב איהם געזאגט אז איך האב מיר נעכטן גע'שמד'ט איך האב פשוט נאך א בארד אין פיאות ווייל עס איז ספירה.😂

א גוט ווארט
😁14😎31
געווען א יונגערמאן וואס איז געווארן א עושר שלא כדרך הטבע שפעטער האט מען אים איינגעזעצט כדרך הטבע

א גוט ווארט
😁11👌3
א חסיד קומט צום רבין און קרעכץ: "רבי, איך האב א גרויסע צרה. מיין ווייב רעדט צו זיך אליין!"
רופט זיך ארויס דער רבי מיט א שמייכל: "דאס איז א צרה? א צרה איז ווען זי מיינט אנדערע רעדן צו איר... דאס וואס זי רעדט צו זיך אליין מיינט בלויז אז זי האט ענדליך געפונען א קלוגן מענטש מיט וועמען צו שמועסן!"

א גוט ווארט
😁2
די וועלט פארציילט אז א אידישע מאמע קומט צו לויפן צום רעבין אז איר זון איז נעבעך משוגע געווארן, ער האט זיך גענומען עסן "דבר אחר" פלייש און טאנצן מיט שיקצעס...
האט דער רבי איר געזאגט... "ווען דיין זון וואלט געגעסן שיקצעס און געטאנצן מיטן "דבר אחר", זענט איר גערעכט אז ער איז משוגע, אבער אזוי וי איר פארציילט איז ער בלויז א שייגעץ...!

קרעדיט: @bilibones
👍3🤣3
א קינד איז אמאהל אהיים פון חדר זייער הינגעריג, די מאמע איז נישט געווען אינדערהיים, האט ער אנגערופן זיין מאמע אויפן טעלעפאון, מאמי, איך בין הונגעריג, איך קען מיר אויפשניידן אן עפל???...., האט די מאמע געזאגט, יא, שעפעלע, די 'עפל' איז אין פרידזשידער, די 'מעסער' איז אין לעדל, און די 'בענדעדזשעס' זענען אין די קעבינעט.

א גוט ווארט
🥴14🤣1
ביים שערן פרעגט מיר די שערער 🧔‍♂️✂️:
ווי אזוי הייסט דיין שוויגער?

איך: אסתר!

א מינוט שפעטער

שערער: ווי אלט איז דיין שוויגער?

איך: 76!

שערער: אירע חלות זענען גוט 🥖😋

איך: פארוואס פרעגט איר אזויפיל וועגן מיין שוויגער?

שערער: ווייל יעדע מאל איך רעדט פון איר שטעלט זיך אייערע האר פון קאפ אויף 🤯🧑‍🦲 און עס איז גרינגער צו שערן ✂️ .😂

א גוט ווארט
🤣8😁4
איינער האט געהאט א בעבי
פרעגט אים זיין חבר באקומסט שוין די באקסעס? זאגט ער ניין ער האט נישט מעדיקעיד פרעגט ער עם צוריק

סא פארוואסט האסטו געהאט א בעבי.😂

א גוט ווארט
😁3🤨2
ס'דא איין זאך וואס אפי' דער רייכסטע מענטש אויף דער וועלט, מוטשעט זיך דערמיט, אנטוען די זאקן נאכן שווימען.😂

א גוט ווארט
😁6