א גוט ווארט
759 subscribers
30 photos
2 videos
1 file
43 links
יעדן טאג א גוט ווארט
די גרופ איז געמאכט נאר פאר יודן וואס דינען דעם אייבערשטן מיט שמחה.
האט אלע א פרייליכן טאג.

דא קענט איר אריין שיקן אייער
גוט ווארט צו
@everytimewithasmilebot

פאר אונזער וואטסעפ גרופ
https://chat.whatsapp.com/Jlysr1wlnxS7aYkGksoD5Y
Download Telegram
די איינציקסטע מאל איך האב באקומען א שכוח פין מיין רבי אין חדר,
איז געווען ווען איך האב בטעות אויסגעגאסן די רביס קאפי 😂
🤣10👍2
איך גיי אריין און געשעפט און איך זע א דאנאט, הייב איך עס אויף הער ווי עס שרייט "דא נאט עיט".😂
🥴6
יעצט, פאר חנוכה, באקומט אלעס אן אנדערע משמעות...
איינער וואס עסט דאנאט’ס הייסט ווי אזוי?
א דואונער...
האלט ער אינמיטן עסן דאס, הייסט דאס ער האלט אינמיטן אויף דואונעיטן...
א חנוכה פארטי מיט דאונאטס וועט זיין א ’דאונעיישען’.😂

קרעדיט: @bilibones
😁2🤨2
דער רבי פון מיין 5 יעריגן נעפיו האט אמאל געפרעגט די כתה, "ווער איז א כהן?" א פאר אינגלעך האבן אויפגעהויבן די האנט. "ווער איז א לוי?... ווער איז א ישראל?" נאך אינגלעך האבן אויפגעהויבן די הענט. זעענדיג אז מיין נעפיו הייבט נישט אויף די האנט, האט אים דער רבי געפרעגט, "וואס ביסטו?" "איך בין א בעלזער!".😂
😁7🤪1
please share around this link to all your friends have this type of phone
🤓1
פארוואס איז א פולישער מאן און אן אונגארישער ווייב די בעסטע שידוך? ווייל זי קען גוט קאכען און ער קען גוט עסן.🤣
🤣21
ער און זיין ווייב זענען געקומען צום דשאדש זיך צו גט'ן.

פרעגט אים די דשאדש האסט דאך 3 קינדער ווי אזוי גייט מען עס צעטיילן

נאך לאנג טראכטן איז געבליבן אז מען גייט צוריק קומען נעקסטע יאר מיט א 4טע

אין די ענדע האבן זיי געהאט א צווילינג
😁11🥴31🤨1
אויב איינער זאגט דיר אמאל אז די ביסט גראב, לאך דיר אויס, ווייל די ביסט אסאך גרעסער.😂
🤪4🤣2
א גרויסע שניי געפאלן, דער מנהל קלינגט אן דעם מלמד.

דארפסט נישט קומען אין חדר, ס'נאר דא 8 קינדער.

איך קום שוין אריבער, זאגט דער מלמד.

אויף די פראגע פונעם מנהל פארוואס,

זאגט דער מלמד אינדערהיים האב איך 12.😂
😁82
א שניי איז אזוי ווי א שוויגער, קומט אויף צוויי שעה און מאכט א חורבן אויף צוויי וואכן.😂
😁5🤣5👌2😭1
זעה איך היינט איינעם שטיין מיט א פלעסטיק לעפעל 🥄 און שארט שניי
פרעג איך אים ביסט אינגאנצן משוגע?
זאגט ער מיר אז זיין ווייב האט אים געזאגט אז זי וויל רעדן מיט אים ווען ער ענדיגט שארן די שניי.😂
😁7
א איד איז געגאנגען צום דענטיסט און דער דענטיסט זאגט אים ער דארף א גרויסע טריטמענט.
פרעגט ער וויפיל וועט דאס קאסטן? זאגט די דענטיסט 10 טויזענט דאלער.! זאגט דער איד איך פיל אזוי ווי איך באצאל דא פאר א קאר
זאגט אים די דענטיסט. דו צאלסט טאקע פאר א קאר נאר נישט דיין קאר נאר פאר מיין קאר.😂
🥴2😁1
יעדן טאג א גוט ווארט!

די גרופ איז געמאכט נאר פאר יודן וואס דינען דעם אייבערשטן מיט שמחה.

האט אלע א פרייליכן טאג.

אבער אזוי ווי אינז זענען שוין אויסגעלאפן פון גוטע ווערטלעך,
סא אויב האט איר א גוט ווארט
  קענט איר עס דא אריין שיקן  צו
@everytimewithasmilebot

א גרויסע יישר כח און אסאך הצלחה
און האט הנאה
א שווער האט געפרעגט א חתן וואס דארפסטו א זייגער אדער א ש"ס האט ער גענפערט א אייפאהן, ווייל דארט האב איך ביידע, דער שווער האט דאס געהערט האט ער צוריק גענימען די טאכטער און געזאגט אז מיידלעך האסטו אויך אויף א אייפאהן.😯
👌6
רבותי מען זאל געדענקען אז מען טאר נישט עסן 2 המן טאשן אויף איין מאל וויל אז יא קען עס ווערן א (מגן דוד ✡️).😂
😁2🥴1
איינער האט געפרעגט א וועטער עקספערט וויפיל עס האט שוין געשנייט למעשה פון 12:00 ביז יעצט,

האט ער גענטפערט א שיינע פאר מיליאן שטיקלעך.🤣

א גוט ווארט
2🤣1
האט איר שוין אמאל אריינגעטראכט

פארוואס מען איז אזוי מיד ווען מען שטייט אויף אינדערפרי? ווייל עס שטייט אין ספרים אז אזוי ווי מען לייגט זיך אזוי שטייט מען אויף.😂
😁7🤣31
כהאב גענומען מיינע קינדער יעצט חול המועד האלטן.
איך האב זיי גענומען צו זייער א טייערע פלאץ!
עס הייסט דער געז סטעישאן.😂
😁4
איינער זאגט מיר אז ער טוישט קיינמאל נישט קיין וועש, ער האט מסורה אז מען טאר זיך
נישט אוועק ריקן פון די לבוש.😂

א גוט ווארט
😁73
אין מירון שרייט ר' אלימלך בידערמאן: י-ב-ט-ל כל הגזירות אין קערעסטיר האב איך געהערט ווי מ'שרייט: י-ב-ש-ל כל הקדירות.😂

א גוט ווארט
😁4
איינער זאגט מיר אז ער האט לעצטנס געקויפט אראבישע הויזן עס רייסט זיך אויף.😂

א גוט ווארט
😁3