מחשבות און געדאנקען
176 subscribers
5 photos
1 link
טיפע געדאנקען און מחשבות אין אידיש
Download Telegram
אונז בני אדם זענען געבוירן געווארן צו טראכטן, שפירן, פרעגן, און אזוי ווייטער...
יעדע זאך קען ווערן געפרעגט (אדער אפגעפרעגט), און יעדע זאך האט צוויי(אדער מער ) פערספעקטיוו'ס וויאזוי מען קען דאס אנקוקן, אדער פארקוקן...
דא וועלן מיר בע"ה זיך דרייען אין די טיפע אביעקט, "מח", וואס איז פיל מיט טראכטונגען, מחשבות, און סתם פליענדע דמיונות אנבאלאנגט, סייענס, פיזיקס, פילאזאפיע, פסיכאלאגיע וכו'...

כ'שפיר ווי אזא מין געדאנק פעלט און אונזער קאמיוניטי, נאך וואס צווישן אונז געפינען זיך זייער אסאך מענטשן מיט א טיפע כאראקטער, און א ווילן צו וויסן מער...
די פראבלעם פון טראכטן צו טיף אין סייענס, פיזיקס, פסיכאלאגיע, און אזוי ווייטער איז, אז נישט קיין חילוק ווי ווייט דו וועסט גיין, אדער ווי טיף דו וועסט גריבלען, וועט אייביג ארויפשווימען די פילאזאפישע קשיא "אפשר נישט", די "אפשר נישט" לאזט קיינמאל נישט צו רוה, ווייל ס'איז אן אינפינעטי סייקעל וואס איז ענדלאז...

איז ליבע טראכטער ביסט נישט אליינס...
אויב האט איר א פראגע וואס מוטשעט אייך, נישט קיין חילוק איבער וועלכע נושא, קענט איר אונז אייביג מעסעדזשען אין פרייוועט, איך וועל מיך משתדל זיין, און זיך מער ווי פרייען צו ענטפערן, אדער דיסקוסירן מיט אייך, כ'האב אייביג ליב צו הערן יענעמ'ס פערספעקטיוו און פוינט אוו וויו, דאס איז וואס מאכט אונז שטערקער און מער אינטעליגענץ
גלייבסט?

א קשיא וואס איינע פון די סובסקרייבער האבן אריינגעשיקט.

די תירוץ איז זייער טיף און קאמפלעצירט, אבער על רגל אחת האב איך אים געענטפערט די פאלגנדע:

"קוק אהער, כ'גלייב אז נאך די אין סוף פון עקזיסטענץ, מחשבות, איז פארהאן 'עפעס' וואס מיר רופן גאט, אבער ווי יעדע בן אדם פלאג איך מיך מיט ענדלאזע קשיות, וואס איך קוק נישט אן ווי א סתירה צו מיין אמונה...
איז צוריק צו דיין קשיא צו איך גלייב, איך גלייב פינטל, ס'מוז נישט זיין אזוי ווי מ'האט אונז געלערנט, אדער די גאט וואס מ'האט אונז אינפילטרירט אין אונזער כח הדמיון, אבער יא עפעס איז פארהאן וואס מיר ווייסן נישט (וואס מיר וועלן קיינמאל נישט וויסן)"
1
די גרעסטע מקום פאר אידישע לינקס.

דא לייגט מען ארויף יעדע אידישע לינק.

@Mosdos_Telegram
איך האב דען א ברירה?!

ניין, דו האסט נישט!
אויב יא איז עס אויף גאר א קליינע חלק (ווי די שפת אמת שרייבט)...
יעדע אויסוואל ווערט אטאמאטיש (סאבקאנטשעסלי) אינפעקטירט דורך ביאלאגיע, ניסיון (עקספיריענס), סביבה און נאך פארשידענע זאכן...

דאס זענען פאקטן, נישט טעאריע'ס, כ'ווייס אז אזא סטעיטמענט ברענגט ארויף פארשידענע שווערע שאלות, אבער די קונץ איז ווי דו טראגסט עס ווייטער, אן עטיעסט וועט דיך זאגן, "קוק אהער כ'האב א קשיא, מוז זיין כך וכך...", לויף נישט צו קיין רעזולטאטן, ווייל דו האסט קשיות
👍3
טיפע מחשבות און געדאנקען בנוגע סייענס, פיזיקס, פסיכאלאגיע, אמונה וכדו', אין אידיש


https://t.me/deepthinking2
פרעגט איינער וואס/ווער איז אלוקים?

די תירוץ פרעגט אפ די עצם "וואס", ווייל אויב אלוקים איז דער לעצטער זאך, ביי א פלאץ ווי עס הערשט נישט קיין מקום און זמן, אדער בכלל אזא מין זאך ווי דיימענשענ'ס קענען אונז מצומצמ'דיגע בני אדם נישט משיג זיין נאך וואס מיר זענען באגרעניצט אין די א.ד. זאכן(און נאך אסאך), אלזא איז די קשיא נישט קיין קשיא...

וואס איז אלוקים איז אויך נישט שייך צו 'ענטפערן', ווארום ס'איז נישט שייך דאס צו דעטעקטן...
נאך אטאמ'ס, קורק'ס, ענערדזשי,... נאך אלעם איז גאט...
👍1🔥1💩1
מחשבות און געדאנקען
פרעגט איינער וואס/ווער איז אלוקים? די תירוץ פרעגט אפ די עצם "וואס", ווייל אויב אלוקים איז דער לעצטער זאך, ביי א פלאץ ווי עס הערשט נישט קיין מקום און זמן, אדער בכלל אזא מין זאך ווי דיימענשענ'ס קענען אונז מצומצמ'דיגע בני אדם נישט משיג זיין נאך וואס מיר זענען…
מ'קען אייביג אריינגיין טיפער, ווי די עצם ווארט 'וואס' קומט נישט אריין ווארום קשיות, תירוצים, עקזיסטירן נישט דארט (דארט קומט אויך נישט אריין...) על כל פנים נישט ווי אונזער פארמאט.
אזויווי תוהו, א ליידיגקייט עקזעסטירט נישט ביי אונז.
גארנישט און אלעס עקזיסטירן (אדער עקזעסטירן נישט...) אין די זעלבע צייט וכו'


עמיצער האט מיר אמאל געזאגט אז ס'איז נישט פארהאן א שטערקערע וואפן ווי די פענע, הערט מיר אויס ליבע ברודער, די פענע אנטלויפט ווען די כח הדמיון נעמט איבער, אלזא לאזט די מח איבערנעמען...
👍1💩1