ניו יארק - ארטאדאקסישע אידן וועלכער דינען אלס לערערס אין שולעס אונטער די ניו יארק סיטי עדיוקאציע דעפארטמענט און זענען פאריאר געווארן אנטזאגט פון באקומען א באצאלטע וואקאציע טאג זיך צו גרייטן אויף פסח, האבן אצינד פארלוירן זייער לעגאלע קאמף קעגן די עדיוקאציע דעפארטמענט.
פאריאר האט די עדיוקאציע דעפארטמענט - צום ערשטן מאל זינט 1999 - אפגעזאגט די ביטע פון אידישע לערערס צו קענען נעמען א טאג אורלויב פון זייער ארבעט זיך צו גרייטן צום יום טוב, און האבן געדארפט נוצן איינס פון זייער פערזענליכע אדער וואקאציע טעג צו קענען בלייבן אינדערהיים איין טאג.
א גרופע פון 20 ארטאדאקסישע לערערס האבן אריינגעגעבן א לעגאלע פארלאנג צום עדיוקאציע דעפארטמענט, אבער אין די טעג איז געמאלדן געווארן אז זייער פארלאג איז געווארן אפגעווארפן, זיי גרייטן זיך צו מעגליך אונטערנעמען לעגאלע שריט צו פארזיכערן אז די רעליגיעזע פרייהייט ווערט איינגעהאלטן.

איראן - פאמיליע מיטגלידער און פריינט פון אידישע און אמעריקאנער ארעסטאנטן וועלכע ווערן געהאלטן אין איראן, זענען באזארגט צוליב די קריג צושטאנד און העפטיגע באמבארדירונגען, איבער די וואוילזיין פון זייער באקאנטע וועלכע שמאכטן אין ארטיגע טורמעס, הויפטזעכטליך אין די טרויעריג בארימטע ׳עווין׳ טורמע אין די הויפטשטאט טעהראן וואו עס ווערן געהאלטן פאליטישע ארעסטאנטן און איז שוין געצילט געווארן אין די פארגאנגענהייט דורך מדינת ישראל באמבארדירונגען.
צווישן די וואס האבן אויפגעברענגט זארג איז די פאמיליע פון דער 70 יעריגער קאמראן העקמאטי, א אידישע צירונג האנדלער פון לאנג איילענד וועלכע איז אן איראנער געבוירענער. ער איז ארעסטירט געווארן דורכאויס א פאמיליע באזוך אין איראן פארלאפענע חודש יולי און פאראורטיילט געווארן צו פיר יאר טורמע צוליב זיין איינציגע זינד פון באזוכן מדינת ישראל לכבוד דער בר מצווה פון זיין זוהן מיט דרייצן יאר צוריק.
זיין פאמיליע זאגט אז זיין צושטאנד האט זיך גאר שטארק פארערגערט אין די לעצטערע חדשים שמאכטנדיג אין די עווין טורמע, און ער ערהאלט נישט קיין מעדיצינישע באהאנדלונגען טראץ וואס ער ליידט פון די ביטערע מחלה ל"ע. זיי זאגן אז ער האט זיך פארבינדן לעצטע וואך מאנטאג און איבערגעגעבן אז ער איז דערווייל פארזיכערט, אבער זינט דאן האבן זיי נישט געהערט פון אים און זענען זייער באזארגט איבער זיין וואוילזיין.

קראון הייטס - א גרופע פון מער ווי 60 בחורים און סעמינאר מיידלעך זענען נעכטן אנגעקומען אהיים קיין ניו יארק נאך א לענגערע רייזע דורך עטליכע לענדער נאכן זיין געשטראנדעט פאר 5 טעג אין ירדן צוליב די קריג אין די מיטל מזרח.
די בחורים וועלכע לערנען אין די ליובאוויטשער ישיבה אין צפת האבן געזאלט פארן אויף א רייזע קיין אייראפע און דערנאך אהיימקומען, אבער צוליב די קריג זענען זיי שטעקן געבליבן אין ארץ ישראל, דערפאר האבן עסקנים ערלעדיגט א לענגערע רייזע אהיים דורך ירדן מיט אן אפשטעל אין אייראפע, און פארלאפענע וואך דינסטאג - פורים נאכמיטאג - האבן זיי געמאכט דער וועג קיין ירדן.
אנגעקומען קיין ירדן האט זיך די סיטואציע פארקריפלט ווען די ווייטערדיגע פלי רייזע איז אפגערופן געווארן. זיי זענען דארטן פארבליבן פארשפארט אין א האטעל אין די הויפטשטאט אמאן און געווארט אויף א פלי רייזע צו קענען אנגעקומען אהיים. דורכאויס די צייט האבן זיי פארמאגט בלויז פרוכט און גרינצייג נאך וואס א ליפערונג פון כשר'ע עסן געשיקט צו זיי איז קאנפיסקירט געווארן דורך ארטיגע אויטעריטען.
נאך העפטיגע אינטערווענץ דורך עסקנים און דער ספעציעלער שליח צו באקעמפן אנטיסעמיטיזם ר׳ יהודה קאפלאן איז די גרופע מוצאי שבת ענדליך אפגעפלויגן מיט א פליגער פון א ירדנ׳ער לופטליניע קיין וואשינגטאן די.סי., פון וואו זיי זענען אהיים געפארן מיט באסעס קיין ניו יארק און זיך אין א מזל’דיגע שעה פאראייניגט מיט זייער פאמיליעס אין א גוטע צושטאנד.

This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
שיכון סקווירא - הרה"צ רבי אהרן מענדל טווערסקי בנו הגדול פון האדמו"ר מסקווירא איז נעכטן אפגעפלויגן מיט א העליקאפטער קיין לעיקוואוד זיך צו באטייליגן ביים חתונה פון א קינד ביי הנגיד ר׳ נחום רוקח.
מ׳איז באלד צוריק געפלויגן קיין שיכון סקווירא צו קענען מיטהאלטן די חתונה פון אן אייניקל ביים רבי'ן.

מאנסי - שטייענדיג ניין חדשים נאך די שוידערליכע טראגעדיע וואס האט פאסירט אין די געגנט מיט די טראגישע עקסידענט דורך א שיכור׳ער דרייווער וועלכער האט אראפגעקלאפט א גרופע פיסגייער וואס האט ליידער געקאסט די לעבן פון דער פיר יעריגער מיידל הילדה גאלדא אייזענבאך ע"ה, טאכטער פון יבלחט"א העסקן ר׳ ישראל אייזענבאך דער ווילעדזש טראסטי פון ספרינג וואלי, האט די געריכט פארלאפענע דאנערשטאג פאראורטיילט דער 41 יעריגער מערדער אקסעל לאפעז סאנטיאגא צו 12 יאר טורמע.
סאנטיאגא וועלכער איז געווען אונטער די איינפלוס פון אלקאהאל ביים דרייווען האט אין א מוצאי שבת אראפגעקלאפט די גרופע פון פיר פיסגייער ביי אלד נייעק טורנפייק און זעקערי קאורט. ער איז געווארן אנגעקלאגט מיט איין מארד קלאגע, דריי מארד פארזוך קלאגעס, און נאך עטליכע קלאגעס צוליב דרייוון ווילד און זייענדיג אנגעטרינקען.
ביים אורטייל איז געווען א גרויסע קידוש השם ווען ר׳ ישראל האט זיך אויפגעשטעלט רעדן, ער האט געזאגט אז אלס א איד גלייבט ער אז די גאנצע וועלט ווערט געפירט בלויז דורכן אויבערשטן און ער איז פערזענליך מוחל דעם דרייווער. סאנטיאגא האט אויך גערעדט זאגנדיג אז ער שפירט זיך שולדיג און זיך באדאנקט פאר ר׳ ישראל פאר אים מוחל זיין.

עסטאניא - אין די גרויסע שוהל אין שטאט טאלין איז פארגעקומען א צערעמאניע צו באעהרן דער הויפט רב פון לאנד הרב אפרים שמואל קוט וועלכער האט ערהאלטן דער ׳ארדער פון ווייסע שטערן - דריטע קלאס׳ מעדאל.
הרב קוט האט געזאלט ערהאלטן דעם מעדאל אינאיינעם מיט א רייע אנגעזעענע בירגער אין לאנד אינעם טאג וואס די לאנד צייכנט אפ זעלבסטשטענדיגקייט אום פעברואר 14, אבער צוליב וואס די דאטום איז געפאלן אום שבת האט דער פרעזידענט פון לאנד אלאר קאריס אראפגעשיקט דער הויפט פון די דאמעסטישע פאליסי אפיס ערקי האלמבערג צו איבערגעבן דעם מעדאל פארן רב אין ראם פון א פריוואטע צערעמאניע אין שוהל.
הרב קוט איז אנגעקומען אין לאנד אין יאר תשס"א וואו ער האט אנגעהויבן צו ארבעטן אויפצושטעלן אידישקייט אין לאנד און ער פארמאגט היינט צוטאגס אן אימפעריע פון תורה און חינוך אונטער זיך. ער איז נאמינירט געווארן פאר דעם מעדאל דורך די אידישע געמיינדע קאונסיל און די אידישע מאזעאום אין לאנד.

קעטסקילס - חסידי סקווירא איבער די וועלט האבן מיט גרויס פרייד אויפגענומען די פרייליכע בשורה אז נאך עטליכע יאר פון ארבעט צו אויפשטעלן א נייע שטעטל ׳קרית סקווירא׳ מיסודו פונעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א אין שטאט בעטהעל אין אפסטעיט ניו יארק, איז מען ב"ה אנגעקומען צום גמר ווען די ערשטע צענדליגער איינוואוינער וועלן זיך אריינציען לקראת דעם בעפארשטייענדע יום טוב פסח הבעל"ט.
די פראיעקט ציהט זיך שוין פאר עטליכע יאר על פי הדרכתו פונעם רבי'ן צו אוועקשטעלן א נייע קריה נאמנה פאר קהל עדת מרעיתו אויסערן שטאט. פארלאפענע חודש אלול איז דער רבי ספעציעל געקומען צו פארן צום שבת חנוכת הבית פונעם שטעטל מיטן האפענונג אז געציילטע וואכן דערנאך וועט מען שוין קענען אריינמופן, אבער צוליב אומערווארטע לעגאלע פראבלעמען האט דאס ערהאלטן די ענדגילטיגע סי-או פערמיטן זיך פילפאכיג פארשלעפט.
אצינד האבן די נייע תושבים ערהאלטן די גוטע בשורה אז די ענדגילטיגע סי-או פערמיטן זיך צו קענען אריינציען אינעם שטעטל זענען אנגעקומען, לויט די הוראה פונעם רבי'ן איז די חנוכת הקריה באשטימט געווארן אויף קומענדיגע ערש"ק פרשת צו שבת הגדול.

Hire an overseas employee for just $7 an Hour
That’s $280 a week for a full-time worker
https://wa.link/ozdh7p
or call 848-986-6055

וואשינגטאן - די ׳אלף אינסטיטוט׳ האט אפגעשיקט אן אפיציעלע ביטע צו מיליטערישע פירער אינעם פענטאגאן צו אינטערווענירן אין א לעצטיגע ערשיינונג ווי מיסיאנערישע טשאפלעינס אידענטיפיצירן זיך אלס אידן און גייען אנגעטוהן מיט א אידישע טשאפלעין סימבאל, דערנאך וואס דאס פאראורזאכט צומישעניש ביי אידישע סאלדאטן וועלכע קענען אריינפאלן אין זייער פאסטקע.
די טראדיציע פון סימבאלן אויף מונדירן אין די מיליטער גייט שוין אהן פאר 150 יאר ווען אידישע טשאפלעינס טראגן א מגן דוד, און קריסטליכע טשאפלעינס א טמא׳נע צלם.
אין די לעצטע צייט האבן א צאל טשאפלעינס פון די אזוי גערופענע מיסיאנערישע ׳משיח אידן׳ גרופע זיך אויך אנגעהויבן אנטוהן די מגן דוד סימבאל צו פארשפרייטן זייער נארישע קריסטליכע מיינונגען פאר אידישע סאלדאטן.

מירון - טראץ וואס מ׳שטייט אין א צייט וואס די זיכערהייט צושטאנד אין לאנד איז אומקלאר, איבערהויפט אין די קומענדיגע פאר וואכן, האט די מדינת ישראל כנסת פארלאמענט מאנטאג דורכגעפירט א געזעץ צו באשטעטיגן די געזעצליכע אנגעלעגנהייטן פון די הילולת הרשב"י אין מירון. די געזעץ גייט שוין אריבער דעם פערטן יאר אין א רייע זינט די אויספארשונג קאמיטע איבער די מירון טראגעדיע פאר 5 יאר צוריק האט אויפגעפאדערט אז אלע איינריכטונגען אוו סדר פון די גרויסארטיגע הילולא מוז זיין געזעצליך באשטעטיגט.
היי יאר איז די פירערשאפט פון די הילולא אין די הענט פון דער קאמוניקאציע מיניסטער פון די ליכוד פארטיי שלמה קרעי דערנאך וואס די יהדות התורה און ש"ס פארטייען האבן זיך ארויסגעצויגן פון די קאאליציע רעגירונג. די געזעץ באשטעטיגט אלע ערטער פון די הדלקות אזויווי יאר יערליך מיט פרישע טוישונגען אין די סדרי המעמדים און טראנספארטאציע.
היי יאר איז די פירערשאפט פון די הילולא אין די הענט פון דער קאמוניקאציע מיניסטער פון די ליכוד פארטיי שלמה קרעי דערנאך וואס די יהדות התורה און ש"ס פארטייען האבן זיך ארויסגעצויגן פון די קאאליציע רעגירונג. די געזעץ באשטעטיגט אלע ערטער פון די הדלקות אזויווי יאר יערליך מיט פרישע טוישונגען אין די סדרי המעמדים און טראנספארטאציע.
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
רמלה - ניסים נאך וואס א חיזבאללא מיסיל פון לבנון איז געפאלן אין שטאט, אין רעזולטאט האט א גלאזערנע טיר זיך ארויסגעריסן פון פלאץ און געפאלן אויף א קינדער בעטל מיט א קינד דערין.
בחסדי שמים האט די פאלענדע טיר אוועקגעשטופט דאס בעט אנדעם וואס די קינד זאל ווערן געשעדיגט.

בעלגיע - די היסטארישע שוהל אין שטאט ליעזש וואס איז געבויט געווארן אין די שפעטע 18׳טע הונדערט יארן איז מאנטאג פארטאגס געצילט געווארן אין א אנטיסעמיטישע אטאקע, ווען אן אויפרייס אפאראט האט אויפגעריסן ביים טיר פונעם שוהל.
אין רעזולטאט פון די אטאקע איז די פענסטער פונעם שוהל און ארומיגע געביידעס געווארן אויסגעשאסן. קיינער האט זיך נישט געפונען אינעם געביידע אין צייט פון די אטאקע און עס איז ב"ה נישט באריכטעט געווארן קיין געשעדיגטע.
פרעמיער מיניסטער בארט דע וועווער האט שארף פארדאמט די אטאקע און געזאגט אז ער איז שטאלץ מיט די אנוועזנהייט פון די אידישע געמיינדע אין לאנד. דער אינערן מיניסטער בערנארד קווינטין האט געמאלדן אז זיכערהייט ביי אנדערע שוהלן אין לאנד וועט ווערן פארשטערקערט, און די פעדעראלע אנטי טעראריזם פאליציי איינהייט פארשט דעם אינצידענט.

אויסטראליע - הונדערטער אידן האבן זיך זונטאג פארזאמלט אין ביהמ"ד מקווה ישראל אין שטאט מעלבוירן פאר דער מעמד חנוכת הבית פון די ניי איבערגעבויטע שוהל. די ביהמ"ד איז פאריאר אין יולי געשעדיגט געווארן פון א אנטיסעמיטישע ארסאן אטאקע און איז אצינד געווארן פראכטפול איבערגעבויט מיט א נייע זאל און מקווה.
דער רב פונעם שוהל הרב דוד גוטניק האט באגריסט דעם גאסט ביים מעמד, דער הויפט רב פון ענגלאנד הרב אפרים מירוויס וועלכער געפונט זיך אין די טעג אויף א באזוך אין לאנד, אזוי אויך האט האט זיך באטייליגט דער מעיאר פון שטאט ניקאלעס ריס און לאקאלע ערוועלטע באאמטע. הרב גוטניק האט אויפגעטרויטן מיט א רעדע ווי ער האט פארשפראכן אז די אידישע געמיינדע אין לאנד וועט ווייטער פארזעצן צו בליען טראץ נאכאנאנדע אנטיסעמיטישע אטאקעס.