אידישליך פאליטיק
1.94K subscribers
2.87K photos
1.65K videos
49 files
234 links
אידישליך פאליטישע מיינונג

הויפט טשעננעל:
@Yiddishlech

קאממענטס און חומר:
@ShmoozeBot
Download Telegram
ברוכים הבאים צו וויליאמסבורג, וואו די עקסטימיסטן האבן א שליטה איבער די נארמאלע מענטשן.

דער עקל פון אן עקסטרימיסט האט אנגעשפריצט די פענסטער מיט געשטאנען פון א היימישע פרויען קליידער געשעפט, ווייל "ער האט קלאר געהייסן אז מ'זאל עס אראפנעמען".

פארוואס רויט אבער? דאס פארשטיי איך שוין אינגאנצן נישט...
אידישליך פאליטיק
Photo
וויליאמסבורג איז אונטער די קאנטראל פון אייניגע משוגעים וועלכע טוען כלל העולה על רוחם.
אין "דער איד" פסח אויסגאבע פון די שמחות פון נכדי הברך משה... נייס!
אידישליך פאליטיק
גור הייבט אן ארויסווארפן מיידלעך פון זייער סקול וועלכע באלאנגט פאר די רבי'ס מענטשן. כ'האב גראדע זייער רחמנות אויף די אלע מיידלעך וואס וועלן יעצט פליען, ווייל ר' שאול'ס מענטשן האבן דערווייל נישט קיין מיידל סקול. #גור_פאליטיק – voicemail-352
ענדליך! מיט אן עד אין אלע אויסגאבעס מעלדן ר' שאול'ס מענטשן אז זיי עפענען א פרישע מיידל שולע 'בנות פערל' פאר די קומענדיגע שנת הלימודים - תשפ"ג.

די שולע עפענט זיך מיט די יונגערע קלאסן, אריבערברענגענדיג א לאנגיעריגע סוקסעספולע פרינציפעל פון 'בית שרה' פרי שולע (קוקט אויס ווי זיי פרובירן צו מאכן א נייטראלע שולע, און נישט דוקא געבינדן צו גור'ע משפחות).

#גור_פאליטיק
שמועות צירקולירן אז קהילת סקווירא האט שוין אראפגעלייגט א דעפאזיט אויף א געגענט אין פלארידא ניו יארק, וואו ס'וועט אויפגעשטעלט ווערן א סקווירא קהילה און מוסדות. דאס איז נישט די שטאַט פלארידא, נאר א געגענט אין אפסטעיט ניו יארק.

פלארידא איז עטוואס ארויף פון קרית יואל, און לויט די גוגל מאפעס נעמט די וועג פון קרית יואל ביז פלארידא אכצן מינוט. פון שיכון סקווירא נעמט די וועג פערציג מינוט.

עדיט: למעשה הער איך בשם די עסקנים וואס שטייען אין שפיץ פון טרעפן א געאייגנטע פלאץ פאר א נייע שטעטל אז די שמועה איז פאלש. עטליכע פלעצער ווערן כעת גענומען אין באטראכט אבער מ'האט נאכנישט פיינעלייזט אויף גארנישט, און מען האלט ניטאמאל נאנט צו פיינעלייזן.
אנטי ארונים דרשה
מהרזל
נאך 15 יאר האט זיך מהרז"ל צום ערשטן מאל היינט ביי א מעמד אויפגעריסן, אפן גערעדט און שארף אראפגעריסן די ארונישע פירערשאפט אין קרית יואל.

אויף דאס וואס ער זאגט "ואין פוצה פה ומצפצף" איז וויכטיג אנצומערקן אז ‏פארגאנגענע פרייטאג האט מהר"א דאס פרעזענליך פארדאמט ביי א דרשה אין ישיבה, אזוי אויך האבן אלע מנהלים אין זיינע ישיבות דאס שטרענג פארדאמט.
אידישליך פאליטיק
מהרזל – אנטי ארונים דרשה
רבי רבי רבי.pdf
326.9 KB
וואסטע געמיינט, ס'איז לעבעדיג...

אויב איז די כוונה געווען צוריק אויפצופלאקערן די מחלוקת, האט ער שיין מצליח געווען... די ארונים שפרינגען פון די הויט און זענען ביזי צוריקשמעטערן יעדע פייל וואס זיי האבן, און די זאלונים זענען שטארק פארנומען אוועקמאכן און זיך באשיצן...

יעצט ווארט מען נאר צו הערן פון ר' אהרן אליינס... שטיל וועט ער דאך לכאורה נישט בלייבן...
די זאלונים האבן צוזאמגענומען אלע זייערע רבנים אונטערצושרייבן א צעטל קעגן די ארונים אין קרית יואל, וועלכע זיי האבן ארויסגעגעבן נעכטן.

די מחלוקה איז הולך וגדל... זאליס שרייען אז "גענוג איז גענוג", און די ארונים שרייען אז זיי זוכן סתם אנצוזייען מחלוקת.
קהילת קארלין סטאלין מעלדט אז אין ליכט פון די זיכערהייט סיטואציע זאל יעדער וואס האט געזעצליך א גאן דאס ברענגען מיט זיך אין ביהמ"ד - סיי אינדערוואכן און סיי אום שבת.
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
מאמי, מיין רבי האט געהאט א בעיבי!

דאס קינד וועט לכאורה סייווי נישט זיין די קומענדיגע רבי, כמנהג סאדיגורא...
אידישליך פאליטיק
פאליטישאן שרייבט אויך אז ס'איז נישטא קיין מקום פאר די עיקול
הכר נא דבר אמת.pdf
1.2 MB
די מחלוקת צווישן ריינער פון קינדליין און פאנעט פון 100 האט צוריק אויפגעפלאקערט ווען ריינער האט פארגעהאלטן געשעפטן פארוואס זיי פאלגן נישט דעם עיקול פון בית יוסף קעגן 100, און געוויסע געשעפטן האבן עס אראפגענומען פון די שעלווס.

ריינער'ס טיעם איז ארויסגעקומען מיט א גליון קעגן פאנעט, וואו זיי שטעלן פאר פאקטן לויט זייער זייט.
אידישליך פאליטיק
הכר נא דבר אמת.pdf
Panet.pdf
1.3 MB
ריינער'ס גליון קומט נאך וואס פאנעט איז ארויסגעקומען מיט א בריוו וואו ער שטעלט אהער אן אנדערן בילד, און האט פארגעלייגט די פאקטן פון זיין זייט.
הונדערט רעזיגנאציע.pdf
448 KB
ברעיקינג! 100 מאכט זיך צו!

שטייענדיג פון די זייט קוקט אויס ווי ריינער'ס בריוו (וועלכע איז ארויסגעקומען נאך פאנעט'ס) איז געווען א טויט קלאפ פאר ר' מענדל הערש פאנעט, און די 100 אויסגאבע.
אידישליך פאליטיק
הונדערט רעזיגנאציע.pdf
מענדל הערש פאנעט האט ארויסגעלייגט עטליכע ווידיאס פון די טענות וואס ער האט פארגעלייגט.

ווידיאס ווי ער פארלאזט די אפיס און לאזט איבער אלעס (נאכן זיין דארט בתורת 100), ווידיאס ווי ריינער'ס מענטשן האבן איהם טעראריזירט און באהאלטן זיינע סחורה, און ווי די ריינערס האבן גערופן פאליציי אויף איהם.