אידישער ווינקל
4.99K subscribers
17.8K photos
5.01K videos
346 files
2.15K links
‌‏גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ.

סטעטוס: https://bit.ly/3rkdzfK

צו קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin

יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
Download Telegram
יורי אושעקאוו, איינער פון די העכסטע ראטגעבער פון רוסישער פרעזידענט פּוטין זאגט אז פילע אמבאסאדארן אין מאסקווע זענען געווארן געלאדנט צו די איינשווערונגס צערעמאניע אבער אמעריקא, קאנאדע, ענגלאנד און אלע 20 אייראפעאישע פאראיין לענדער האבן זיך אנטזאגט צו שיקן פארשטייער.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
א מיטגליד פון א משכון אין מדינת ישראל טרעט אויף אין כנסת, האלטנדיג א שילד פון זיין טעלעפאן נומבער, זאגנדיג "דאס איז מיין נומבער, איך אדרעסיר סינוואר, רעד נישט מיט ביבי, רעד מיט מיר, איך וויל פארהאנדלען."

▫️אידישער ווינקל ▫️
רעזערווירט יעצט אייער בעט אין שטאט קערעסטיר אויפן שבת ההילולא:

https://mainsttravel.com/kerestir/accommodations

אזוי אויך קענט איר רעזערווירן טיקעטס און נסיעות דורך מעין סטריט טראוול
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
אן אוקראינישער דראון אטאקע אויף א רוסישער באק לופט פארטיידיגונגס סיסטעם אין די קורסק ראיאן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
אנקעטעס צייגן אז אן איבערוויגנדער מערהייט פון אמעריקאנער בירגער שטיצן מדינת ישראל'ס מלחמה קעגן כאמאס, איבער די מיליטאנטישע גרופע וועלכע פונקציאנירט אין די עזה פאס. [הארווארד סי-עי-פי-סי העריס אנקעטעס.]

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
גאר דראמאטישע פייער אקטיוויטעטן זענען געווארן אפגעכאפט ביי די פיוגא וואלקעינא אין גוואטעמאלע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
צענדליגע אראבערס האבן אטאקירט און אונטערגעצינדן דעם קבר יהושע בן נון אין די אראבישע "קיפל כאראס" געגנט, אין די צייט וואס אידן האבן דארט געדאוונט אין באגלייטונג פון זיכערהייט קרעפטן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
א 22 יעריגער מדינת ישראל בירגער און טוריסט, עלמה בוהדנה, איז טראגיש אומגעקומען אין רייא דע דזשענירע בראזיל, ביים אריבערטאנצן א צוים, ביים אנטלויפן מיינענדיג אז איינער וויל איר בארויבן, זי איז געפאלן 15 מעטער צו איר טויט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
סי-ען-ען באריכט: געוועזענער פרעזידענט טראמפ און קאנגרעספרוי מארדזשארי טעילאר גרין, האבן גערעדט איבער די אפשטימונג צו אראפווארפן קאנגרעס ספיקער דזשאנסאן, אין די לעצטע וואך. טראמפ האט נישט דירעקט געבעטן גרין צו אויפהערן די מאושן אבער האט גערעדט וועגן פארטיי פאראייניגונג און געזאגט אז דאס קען זיין א שטער און גערודער.

▫️אידישער ווינקל ▫️
א מאנשאפט מיטגליד פון די נארוועגיען ענקאר קרוז-שיף פירמע האט געשטאכן דריי מענטשן אויף א קרוז שיף וואס איז געווען אויפ'ן וועג קיין אלאסקא. דער ארבעטער האט ערשט פרובירט צו אנטלויפן נוצנדיג א קליינע שיפל וואס איז געמאכט געווארן זיך צו ראטעווען אין פאל די שיף זינקט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
כלל ישראל הייבט אן לערנען הלכת שבת, זענט איר א חלק?

זונטאג נשא, אין פרודענטשול סענטער סטאדיום

שליסט אייך אן היינט!

dirshusiyum.com
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
קינדער פון תלמוד תורה מנחם אין מאסקווע, טרענירן זיך צו פויקן און גרייטן זיך פאר א גרויסער צערעמאניע לכבוד ל"ג בעומר.

▫️אידישער ווינקל ▫️
מדינת ישראל פריים מיניסטער ביבי נתניהו האט געזאגט פאר דער דירעקטאר פון די סי-איי-עי, וויליאם בורנס אז מדינת ישראל איז קעגן די אפמאך וואס כאמאס האט פארגעשטעלט און אז ער וועט ווייטער אויסברייטערן די אפעראציע אין רפיח.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
סאוט קאראליינע סענעטאר גרילט אמעריקאנער פארטיידיגונגס מיניסטער לויד אויסטין איבער די מעגליכע צוריקהאלט פון וואפנס וואס די ביידען אדמיניסטראציע באטראכט צו אונטערנעמען.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די געזונטהייט מיניסטעריום אין עזה זאגט אז 34,844 מענטשן זענען שוין אומגעקומען און 78,404 מענטשן זענען געשעדיגט געווארן זינט די אנהויב פון די אינוואזיע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
אומגלויבליך: פרעזידענט ביידען ווארנט אז אויב מדינת ישראל אינוואדירט רפיח וועט אמעריקא אפשטעלן וואפנס פעקלעך. ביידען נעמט אפציעל א זייט קעגן מדינת ישראל.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
די רוסישע מאי-9 פייערונגען און עפנטליכע פאראדעס קומען פאר אין אלע ווינקלען אין לאנד מיט די אפציעלע פייערונג אין מאסקווע, צו אפצייכענען די רוסישע זיגן איבער די נאציס ביי די צווייטע וועלט קריג.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
ביבי נתניהו האט געטוויט אויף טוויטער זיין רעדע פון עטליכע טאג צוריק אין יד ושם: "קיין שום דרוק וועט אונז אפשטעלן."

▫️אידישער ווינקל ▫️
הויז ספיקער דזשאנסאן זאגט אז שפירט פארראטן דורך פרעזידענט ביידען גרייטקייט צו צוריקהאלטן וואפנס אפענסיווע וואפנס קיין מדינת ישראל.

דזשאנסאן זאגט אז ער האפט אז די סטראשע איז בלויז 'א מאמענט פון פארעלטערטקייט.'

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
געוועזענער פרעזידענט טראמפ איידער אריינגיין צו געריכט סעסיע אין מאנהעטן האט געזאגט פאר די מידיא: "וואס ביידען טוט איז א שאנדע, יעדע איד איז וואס שטימט פאר ביידען זאל זיך שעמען, ער האט גענצליך פארלאזט מדינת ישראל.

▫️אידישער ווינקל ▫️