אידישער ווינקל
5.05K subscribers
18.1K photos
5.09K videos
346 files
2.18K links
‌‏גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ.

סטעטוס: https://bit.ly/3rkdzfK

צו קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin

יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
Download Telegram
אלעקסאנדער צירבי, דער געוועזענער מעיאר אין אומאן, אוקריינע, איז געפאלן אין די שלאכטן קעגן די רוסישע זעלנער אין די לאנג פארצויגענע רוסישע אינוואזיע אין לאנד.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די מדינת ישראל מיליטער האט ארויסגעראטעוועט נאך 5 קערפערס פון משכונות פון עזה, ברענגענדיג די צאל פון געראטעוועטע משכונות צו 7 לעבעדיגע און 24 קערפערס פון נישט לעבעדיגע משכונות הי"ד.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די אמעריקאנער עקאנאמיע איז געוואקסן שנעלער ווי ערווארטעט אינעם צווייטן פערטל יאר, אין די צייט וואס אינפלאציע קילט זיך ווייטער אפ, איבערלאזנדיג ערווארטונגען פאר אינטערסט ראטע שניטן אין סעפּטעמבער.

▫️אידישער ווינקל ▫️
מדינת ישראל פריים מיניסטער ביבי נתניהו האט געבראכן א רעקארד אין קאנגרעס, פון וויפיל מאל די באטייליגטע האבן זיך אויפגעשטעלט קלאטשן פאר א פרעמדע לאנד פירער, באקומענדיג שטייענדיגע אפלאדיסמענטן 58 מאל, ברעכנדיג די פריערדיגע רעקארד פון 28 אין יאר 2015.

▫️אידישער ווינקל ▫️
אילאן מאסק לייקנט די באריכטן אז ער וועט שפענדן 45 מיליאן דאלער א מאנאט פאר טראמפ, זאגנדיג אז ער האט זיך נישט סובסקרייבט צו א קולט וואס דרייט זיך ארום א פערזענליכקייט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די הויז האט געשטימט צו עטאבלירן א בייפּארטיזאנער קאמיטעט פון 13 מיטגלידער, צו אויספארשן די אטענטאט פארזוך אויף געוועזענער פרעזידענט טראמפּ ביי זיין ראלי אין באטלער, פענסילוועניע, די קאמיטעט וועט באשטיין פון 7 רעפובליקאנער און 6 דעמאקראטן און וועלן זיין באפולמעכטיגט מיט סובפּינעס.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
עטליכע הויז רעפובליקאנער אריינגערעכנט הויז ספיקער מייק דזשאנסאן האבן צוריקגעשטעלט דריי אמעריקאנער פענער וועלכע זענען געווארן אראפגעריסן און פארברענט דורך פרא פאלעסטינער פראטעסטירער.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
13 קינדער זענען געשטארבן און צענדליגע זענען פארוואונדעט געווארן אין דער טעראר אטאקע מיט דער העכסטער צאל פאטאליטעטן זינט אקטאבער זיבן, ווען א כיזבאלא געשאסענע ראקעט האט אויפגעריסן ביי א ספּארטס פארזאמלונג אין די דרוזישע שטעטל מאזשאל שאַמס אין די גולן הויכן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
די מאמענט ווען די כיזבאלא ראקעט האט אויפגעריסן, אין מאזשאל שאַמס.

כיזבאלא האט גענוצט א פאלאק-1 וואס איז אן איראניש פאבריצירטער ראקעט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די מדינת ישראל מיליטער זאגט אז זי וועט נקמה נעמען אין זייער אן ערנסטער וועג, אין לבנון און א מלחמה קאבינעט זיצונג איז באשטימט געווארן פאר מארגן.

מדינת ישראל מיליטערישע פירער הרצי הלוי האט אפגעשטאט א באזוך צו דער ארט פון די אטאקע אינאיינעם מיט דרוזישע פירער פון די שטאט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
מיר געפונען זיך אין טאמס ריווער ניו דזשערזי, מיר דעליווערן צו מאנסי, מאנרא אין צו די קאנטרי!

אונזער אינווענטארי טוישט זיך וועכנטליך.

צו מיטהאלטן אונזערע ספעשלס קליקט אויף די וואטסעפ לינק!

https://api.whatsapp.com/send?phone=17325757319&text=Hi,%20I%20saw%20your%20ad%20on%20Yiddish%20Vinkel.%20I%20would%20like%20to%20see%20your%20current%20specials.%20
מדינת ישראל פריים מיניסטער ביבי נתניהו איז געווארן אינפארמירט איבער די אטאקע אין מאזשאל שאַמס דורך זיין מיליטערישער סעקרעטאר, און ער האט פארארדנט צו צוריק רוקן די צייט זיך צו אומקערן קיין ארץ ישראל פריער ווי די אריגינעלער צייט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די בעלגישע רעגירונג זאגט אז זי האט ארעסטירט זיבן אייסיס מיטגלידער פאר'ן פלאנירן א טעראר אטאקע און זאגט אז מער ארעסטן וועלן מעגליך נאכפאלגן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
א בילד ווי געוועזענער פרעזידענט טראמפּ פארברענגט מיט מדינת ישראל פריים מיניסטער ביבי נתניהו, ביי זיין באזוך אין מאר א לאגא, דעם פרייטאג.

▫️אידישער ווינקל ▫️
מדינת ישראל פריים מיניסטער ביבי נתניהו ווערט געזען באהאנדלען די זיכערהייט סיטואַציע אין די מיליטערישע הויפטקווארטיר אין תל אביב.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די באגרעבעניש צערעמאניע פאר די 12 דרוזישע קינדער וואס זענען געשטארבן אין די כיזבאלא אטאקע אין מאזשאל שאַמס אין די גולן הויכן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
אבאט וועט דארפן צאלן כמעט 500 מיליאן דאלער אין קאמפענסאציע געלטער, צוליב א פראבלעם מיט זייער ספעציעלע 'פרימי' פארמולע וואס האט געברענגט עטליכע קינדער צו דארפן צוקומען צו שפיטאל באהאנדלונגען.

▫️אידישער ווינקל ▫️
א העדזש-פאנד שטודיע צייגט אז די באשלוס לעצטע יאר פון די פעדעראלע רעגירונג צו פארשטאטערן די פארקויף פון לאנג טערמיניגע באנדס, האט געהאט אן ענליכע אפעקט אויף די עקאנאמיע ווי אן איין פראצענטיגע ראטע שניט.

די שטודיע זאגט אז קלענערע קאסטן פאר די רעגירונג צו בארגן געלט וועט אומדירעקט ערמעגליכן דאס זעלבע פאר ביזנעסער.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די דריי יאפאנעזער קאר פירמעס, מיצובישי, האנדא און ניסאן וועלן אונטער א נייע אפמאך ארבעטן אינאיינעם אויף נייע עי-איי טעכנאלאגיע אין זייערע קארס, און עווענטועל ערמעגליכן זייערע קארס צו פארן אטאמאטיש.

זיי וועלן אויך ארבעטן צו פארבעסערן פראדוקציע פון עלעקטראנישע קארס.

▫️אידישער ווינקל ▫️