Forwarded from JP פיינע נייעס
טראמפ: איך וואלט נאכאמאל גענומען אינפארמאציע אויף אן אפאנענט פון א פרעמדע רעגירונג
פרעזידענט טראמפ קומט ווידער אונטער באנייטע קריטיק איבער זיין באהויפטונג אז ער וואלט נאכאמאל גענומען אינפארמאציע פון רוסלאנד אויף זיינע פאליטישע קעגנער אויב זיי טוען אים דאס אנבאטן.
ער האט געמאכט דעם באמערקונג דורכאויס אן אינטערוויו אינעם אוועל אפיס ווען דער דזשורנאליסט האט אים געפרעגט אויב ביי די קומענדיגע וואלן קריגט ער אזא אנבאט פון א פיינטליכע רעגירונג אויב ער וואלט עס גענומען אדער איינגעמאלדן פאר די עף-בי-איי.
👈 לייענט די פולע באריכט

זארג איבער קריג נאך פרישע אטאקעס אויף טאנקיר שיפן אינעם פערסישן גאלף
היינט זענען ווידעראמאל צוויי אויל טאנקיר שיפן – מיט טראנספארטן פון סאודי אראביע קיין יאפאן און אנדערע לענדער - אטאקירט געווארן אינעם פערסישן גאלף נעבן איראן, א חודש נאכדעם וואס פיר טאנקיר שיפן זענען געשעדיגט געווארן אינעם זעלבן ראיאן. אבער דאסמאל איז די אטאקע געווען ערנסטער און די שיפן זענען ארויף אין פלאמען.
קיין שום רעגירונג אדער גרופע האט נישט גענומען קיין פאראנטווארטליכקייט סיי פאר די היינטיגע אטאקע און סיי פאר די אטאקע פאריגע חודש, אבער דער אמעריקאנער סעקערטערי אוו סטעיט פאמפעאו האט געזאגט אז עס איז ״כמעט זיכער״ אז איראן שטייט דערונטער.

רעליגיעזע אויסנאם פאר וואקסינען ענדליך אפגעשאפן
נאך לאנגע וואכן פון עפנטליכע דעבאטעס גייט ניו יארק אין די פוסטריט פון קאליפארניע און האט היינט אפגעשאפן דעם רעליגיעזן אויסנאם וואס ערלויבט עלטערן צו געבן רעליגיע אלס אן אויסרייד פאר׳ן נישט וואקסינירן די קינדער.
גאווערנער קאומא האט שוין נעכטן געמאלדן אז דער ביל פארמאגט שטיצע אין ביידע לעגיסלאטיווע הייזער אין אלבאני און צוגעלייגט אז ער האט גענומען דעם באשלוס צו שטיצן דעם ביל נאכ׳ן אויסהערן ביידע זייטן און געקומען צו א באשלוס אז מען קען נישט ערלויבן פאר עלטערן צו שטעלן אין געפאר זייערע אייגענע קינדער און דעם פאבליק צוליב זייערע אנגעבליכע רעליגיעזע רעכטן״.
א לעצטערע אנקעטע צייגט אז איבער 83 פראצענט ניו יארקער שטיצן דער ביל, און דאס איז היינט באשטעטיגט געווארן אינעם סטעיט סענאט, און וועט אצינד אריבערגיין צום אסעמבלי און קען אריינגיין אין קראפט שוין קומענדיגע וואך.
געוויסע רעליגיעזע גרופעס דרוקן אויס זארג איבער דעם פרעצעדענט אז די רעגירונג נעמט אוועק רעליגיעזע רעכטן, אבער ווייזן אן אז דאס איז ליידער א רעזולטאט פון אומפאראנטווארטליכע אינדיווידועלן וועלכע האבן ליגנט געזאגט אז זיי זענען נישט ערלויבט צו וואקסינירן צוליב רעליגיעזע סיבות.

אמעריקאנער מיליטער צייגט באווייז אז איראן שטייט אונטער אטאקעס אויף טאנקיר שיפן אין פערסישן גאלף
דער ׳סענטראל קאמענד׳ אפטיילונג פונעם אמעריקאנער מיליטער – וואס פארפיגט אויף די אקטיוויטעטן אינעם מיטל מזרח – האט ארויסגעגעבן א ווידעאו אין וועלכע אן איראנער מיליטערישע שיפל דערנענטערט זיך צו א טאנקיר שיף און נעמט אוועק אן איינגעפלאנצטע מינע.
די מיליטער זאגט אז דאס איז א באווייז אז איראן איז געשטאנען אונטער די אטאקע, און זיי האבן אוועקגענומען דעם אומאויפגעריסענע מינע כדי נישט צו איבערלאזן קיין שפורן. און אז דאס איז א באווייז אז איראן שטייט אונטער די נעכטיגע אטאקעס אויף צוויי אויל טאנקיר שיפן אינעם פערסישן גאלף.
פרעזידענט טראמפ האט – אין אן אינטערוויו היינט אינדערפרי – געזאגט אז דער ווידעאו איז א קלארע באווייז אז איראן איז געשטאנען אונטער די נעכטיגע אטאקע, און האט אנגערופן איראן א ״לאנד פון טעראר״ און צוגעלייגט אז זיי זענען ״אין גרויסע צרות״.
א ווארטזאגער פאר די מיליטער האט געזאגט אז אמעריקע באטראכט וויאזוי צו פארשטערקערן אירע פאטראל קרעפטן אינעם פערסישן גאלף צו באשיצן דעם וואסער וועג פון טעראר, און די אמעריקאנער נעיווי האט שוין ארויסגעשיקט פרישע אנטי-סומבארין פאטראל שיפן אין ליכט פון דעם אינצידענט.
איראן האלט זיך ביי אירס, און לייקענט קאטעגאריש אז זי זאל האבן געשטאנען אונטער די אטאקע, און די יאפאנעזער פירמע וועלכע אפערירט דעם טאנקיר שיף האט אויך אויסגעדריקט סקעפטיציזם איבער דעם ווידעאו זאגנדיג אז זייער אפשאצונג איז אז דער שיף איז אטאקירט געווארן פון א פליעדיגע אביעקט און נישט צוגעטשעפעטע מינעס.
👈 זעהט ווידעא

אידישע נייעס
אמעריקאנער מיליטער צייגט באווייז אז איראן שטייט אונטער אטאקעס אויף טאנקיר שיפן אין פערסישן גאלף דער ׳סענטראל קאמענד׳ אפטיילונג פונעם אמעריקאנער מיליטער – וואס פארפיגט אויף די אקטיוויטעטן אינעם מיטל מזרח – האט ארויסגעגעבן א ווידעאו אין וועלכע אן איראנער…
Media is too big
VIEW IN TELEGRAM
מייק פאמפעא ביים אויפקלערן אז איראן איז שילדיג אין די אטאקעס ביים פערסישן גאלף.
Forwarded from JP פיינע נייעס
טראמפ האט אפגערופן אן אטאקע קעגן איראן אין די לעצטע מינוט
נעכטן איז באקאנט געווארן אז דער פרעזידענט האט שוין געהאט געגעבן די גוטהייסונג פאר די מיליטער צו דורכפירן א לופט אטאקע קעגן איראן נאכדעם וואס זיי האבן אראפגעשאסן אן אמעריקאנער דראון, די מיליטערישע קרעפטן זענען געווען גרייט און די פליגערס זענען געווען אין די לופטן, אבער ארום צען מינוט פאר די אטאקע האט פרעזידענט טראמפ דאס אפגערופן נאכדעם וואס ער האט באקומען אן אפשאצונג אז דאס קען קאסטן ארום 150 לעבנס. דער פרעזידענט האט באשטעטיגט דעם באריכט זאגנדיג אז ער האט נישט געוואלט קיין בלוטיג נקמה פאר א דראון אטאקע אין וועלכע קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן. אזוי אויך איז נעכטן באקאנט געווארן אז דער דראון איז א גאר פארגעשריטענע אפאראט און איז איינס פון בלויז דריי אזעלכע וואס דער מיליטער פארמאגט אין איר באזיץ און קאסט ארום 200 מיליאן דאלער.

פעדעראלע אוויאציע אגענטור פארבאט פליגערס פון אריבערפליען איראנער לופט טעריטאריע
דער אמעריקאנער אוויאציע אגענטור האט ארויסגעגעבן אן עמערדזשענסי באפעל וועלכע פארבאט אלע אמעריקאנער לופטליניעס פון אריבערפליען העכער איראנער לופט טעריטאריע אויס זארג אז זיי קענען זיין א ציל פאר אן אטאקע, ספעציעל אויב אמעריקע נעמט שריט קעגן איראן פאר׳ן אראפשיסן דעם דראון אינעם פערסישן גאלף. אינעם ווארנונג שרייבן זיי אז דאס אראפשיסן די דראון איז געווען אן אומפאראנטווארטליכע שריט פון איראן און אז אין די זעלבע צייט זענען געווען פילע ציווילע פליגער אין די לופטן וועלכע וואלט געקענט געשעדיגט ווערן. אין ליכט פון די מעלדונג האט פילע אמעריקאנער לופטליניעס אפגעשאפן געפלאנטע ליניעס וועלכע פליען אריבער איראנער הימלען, און אזוי אויך האבן עטליכע יאפאנער לופטליניעס געמאלדן דאס זעלביגע.

מאסיווע אויפרייס ביי פילאדעלפיע אויל פלענט שפירט זיך מיילן ווייט
א ריזיגע פייער האט אויסגעבראכן היינט אין פילאדעלפיע אין אן אויל ריפיינערי, דער ריפיינערי איז איינס פון די גרעסטע אין אמעריקע און דער אויפרייס האט זיך געשפירט מיילן ווייט און שווארצע רויעך זעט זיך אן כמעט איבער גאנץ פילאדעלפיע. דער פייער האט אויסגעבראכן 4 אזייגער פארטאגס און די פייערלעשער האבן דאס באקעמפט פאר לאנגע שטונדן ביז עס איז געקומען אונטער קאנטראל אבער עס איז נאכנישט אויסגעלאשן נאר איינגעצוימט צום שטח פון די ריפיינערי. אין די ערשטע שטונדן האבן אויטאריטעטן באפוילן פאר איינוואוינער ארום צו זיך איינשפארן אין באשיצטע ערטער אויס זארג פאר אן ארגערע אויפרייס, אבער נאך עטליכע שטונדן איז דער באפעל אראפגענומען געווארן. עטליכע זענען אפגעפירט געווארן אין שפיטאל צוליב אטעמען פראבלעמען, און אויטאריטעטן זאגן אז זיי מעסטן די לופט אין די געגענט צו באשליסן אויב מען דארף זיך עוועקיואירן צוליב פארפעסטיגונג.

מאסיווע אויפרייס ביי פילאדעלפיע אויל פלענט שפירט זיך מיילן ווייט א ריזיגע פייער האט אויסגעבראכן היינט אין פילאדעלפיע אין אן אויל ריפיינערי, דער ריפיינערי איז איינס פון די גרעסטע אין אמעריקע און דער אויפרייס האט זיך געשפירט מיילן ווייט און שווארצע רויעך…
Media is too big
VIEW IN TELEGRAM
זעהט ווידעא פונעם פייער אין פילאדעלפיע
.
.
Forwarded from JP פיינע נייעס
טראמפ אדמיניסטראציע שטעלט פאר ערשטע פאזע פון איר מיטל מזרח שלום פלאן
אין בעפארברייטונג צו א סאמיט אין באכריין אין די קומענדיגע טעג צו באהאנדלן די נייע ׳שלום פלאן׳ פונעם טראמפ אדמיניסטראציע איז אפיציעל ארויסגעגעבן געווארן די דעטאלן פונעם ערשטע פאזע אינעם פלאן וואס זוכט צו אריינגיסן ביליאנען אין די פאלעסטינער עקאנאמיע און פארבעסערן די אומשטענדן אין די פאלעסטינער טעראטאריעס.
דער פלאן רופט פאר אן אינוועסטמענט פון איבער פופציג ביליאן דאלער אין די פאלעסטינער טעראטאריע, און צו אויפבויען שאסייען, וואסער און עלעקטערישע איינריכטונגען לענגאויס עזה און דער מערב ברעג, און אויך פאר א טונעל וואס זאל פארבינדן דעם מערב ברעג צו עזה, און איינשטעלן בעסערע טעלעפאנישע פארבינדונג. דאס וועט אויך פאדערן א פארפליכטונג פון מדינת ישראל צו ערלויבן גרינגערע באוועגונג פאר פאלעסטינער אין די אקופירטע געביטן.
דער פלאן איז ענליך צו פלענער פון פריערדיגע אדמיניסטראציעס אבער עס זוכט צו אפטיילן דעם פאליטישן טייל פונעם עקאנאמישן טייל און בויען א פאלעסטינער אויטאנאמיע שטאפלווייז, און דעריבער האט די פאלעסטינער אויטאריטעט דאס שארף אפגעווארפן און האט זיך אנטזאגט פון שיקן א פארשטייער צום קאנפערענץ אין באכריין, זאגנדיג אז סיי וועלכע פלאן דארף זיך אנהויבן מיט א פארפליכטונג פאר א צוויי-שטאטן לעזונג.