📰 ק"י וואכנשריפט פאַר פרשת אחרי תשע"ט
די פאָדערשטע זייטן פון "ק"י וואכנשריפט" פאַר פרשת אחרי תשע"ט
לייענט פולע אויסגאבעס

Forwarded from JP פיינע נייעס
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
Forwarded from JP פיינע נייעס
פענטאגאן באזארגט איבער כינעזער גלאבאלע איינפלוס
דער פענטאגאן האט צוגעשיקט צו קאנגרעס איר יערליכן באריכט וועלכע נעמט אריין אן אפשאצונג איבער די גלאבאלע געפארן און פראבלעמען פאר די פאראייניגטע שטאטן, און דאס יאר דרוקט עס אויס זארג איבער כינע׳ס אנגייענדע פרואוון צו פארוואנדעלט ווערן אין א גלאבאלע מיליטערישע מאכט דורך פארשידענע מיטלן, אריינגערעכנט מאסיווע ״גניבות״ פון מיליטערישע סודות פון אנדערע לענדער.
דער באריכט שטרייכט אונטער וויאזוי כינע פרובירט צו ״אפקויפן״ לענדער איבער די וועלט מיט׳ן אינוועסטירן אין ציווילע פראיעקטן, און גלייכצייטיג קריגן א מיליטערישע אנוועזנהייט, און ארויסווישן זייערער מיליטערישע סודות. ספעציעל שטרייכט דער באריכט אונטער די זארג פון לענדער ארום דעם ארקטישן ראיאן זענען באזארגט איבער די פארמערטע אנוועזנהייט פון כינעזער סומבארינען און מיליטערישע שיפן.
כינע האט דערקלערט אז זי וועט אהערשטעלן א נייע שיפס-רוט וועלכע פארט אריבער ביים צפון שפיץ פון די וועלט און האט דעריבער אינוועסטירט אין גרינלאנד צו נוצן זייערע טעראטאריאלע וואסערן, דער רוט איז ערמעגליכט געווארן צוליב גלאבאלע אנווארמונג און די פאקט אז די אייז האט זיך אויפגעלאזט און עס ערלויבט פאר שיפן צו אריבעררייזן דעם שפיץ וואס איז אמאל געווען גענצליך פארפרוירן.
אבער דער אמעריקאנער מיליטער איז באזארגט אז דער ציווילער און קאמערציאלע פראיעקט איז אייגענטליך א שלייער פאר א ברייטערע מיליטערישע פראיעקט וואס נעמט אריין דאס אוועקשטעלן נוקלעארע סומבארינען אינעם צפון שפיץ אויף צו קריגן א נוקלעארער אויבערהאנט איבער אמעריקע אין פאל פון א קאנפליקט ח״ו.

אסאנזש קעמפט קעגן אויסליפערונג קיין אמעריקע
אין לאנדאן האט זיך אנגעהויבן דער פראצעס איבער די פראגע אויב בריטאניע זאל נאכקומען די פארלאנג פון אמעריקע צו אויסליפערן אהער דזשוליאן אסאנזש, דער גרונדער פון וויקליעקס וועלכע שטייט אויס שפיאנאזש קלאגעס אין אמעריקע פאר׳ן זיך אריינברעכן אין רעגירונג קאמפיוטערס. אסאנזש האט ביים עפענונג פונעם געריכט געזאגט אז זיין ארבעט איז דזשורנאליזם און אז ער האט מיט זיינע אויפדעקונגען באשיצט די מענטשהייט און די קלאגעס קעגן אים זענען דעריבער אומלעגאל. דער אדוואקאט פאר׳ן אמעריקאנער רעגירונג האט געזאגט פאר׳ן געריכט אז ער שטייט אויס א מאקסימום פון פינף יאר טורמע.

פוטין פארשטערקערט זיין קאנטראל אויף די אינטערנעט אין רוסלאנד
אפאזיציע גרופעס אין רוסלאנד האבן אויסגעדריקט זארג איבער א נייע געזעץ וואס איז אריין אין קראפט אין רוסלאנד וואס וועט שטארק באגרעניצן די פרייהייט פון רוסישע בירגער צו קאמיוניקירן אויף די אינטערנעט, און וועט געבן די מעגליכקייט פאר די פוטין רעזשים צו פארשטערקערן איר צענזור אויף סיי וועלכע אינהאלט וואס שטעלט א געפאר פאר׳ן רעזשים. דער נייער געזעץ פארלאנגט אז אלע אינפארמאציע וועלכע ווערן אריבערגעפירט אויף די אינטערנעט אין רוסלאנד דארפן אריבערגיין א ״סערווער״ וואס באלאנגט פאר די רוסישע רעגירונג, דאס מיינט אין אנדערע ווערטער איז יעדע שטיקל אינפארמאציע קען קאנטראלירט ווערן דורך דעם רעזשים. דער אפיציעלער אויסרייד פאר׳ן געזעץ איז אז רוסלאנד זוכט דערמיט צו אויסמיידן סייבער פארברעכנס אדער אויסלענדישע שפיאנאזש אויף רוסלאנד.

אילהאן אמאר באשולדיגט אמעריקע אין די כאאס אין ווענעזועלע
די קאנטראווערסיאלע קאנגרעספרוי אילהאן אמאר האט געברענגט שטארקע קריטיק ווען זי האט געזאגט אין א סטעיטמענט אז עס איז די שולד פון אמעריקע אז ווענעזועלע געפונט זיך אין א כאאטישע צושטאנד, און האט געזאגט אז אמעריקע האט נישט די רעכט זיך צו מישן אין די אנלעגנהייטן פון אן אנדערע לאנד. זי האט געזאגט אז ״אסאך אמעריקאנער פאליסיס האבן בייגעשטייערט צו דעם קריזיס״ און דערמיט זיך באצויגן צו די אמעריקאנער עקאנאמישע סאנקציעס קעגן ווענעזועלע וועלכע זי זאגט האט בייגעשטייערט צום שרעקליכן הונגער. אירע באמערקונגען זענען שטארק קריטיקירט געווארן דורך רעפובליקאנער און מעסיגע דעמאקראטן.

ניו יארק פאליציי דעפארטמענט: איבער האלב פון אלע האסן פארברעכנס קעגן אידן
דער ניו יארקער פאליציי דעפארטמענט האט ארויסגעגעבן זייער באריכט פאר אלע האסן פארברעכנס וועלכע זענען באריכטעט געווארן פון אנהויב 2019 ביז היינט, און אזוי אויך פון גאנץ 2018. און עס צייגט אז איבער האלב פון אלע האסן פארברעכן זענען געווען געצילט קעגן אידן. פון א טאטאל פון 353 האסן פארברעכנס אין 2018 זענען 186 געווען אנטיסעמיטישע אינצידענטן, ארויף פון 151 אינצידענטן א יאר פריער. די מערסטע אינצידענטן זענען געמאלדן געווארן אין די אידישע געגענטער פוןם קראון הייטס, וויליאמסבורג און בארא פארק. די ציפערן נעמען אריין אלע פעלער וואס זענען באריכטעט געווארן צו די פאליציי, און בלויז אין 69 פון די פעלער זענען די אטאקירער ארעסטירט געווארן.

Forwarded from אידישע הויפן
קידוש השם!
וואלענטורן פון חסד של אמת ביים אוועקגעבן היינט זייערע טייערע צייט צו ברענגען א איד לקבר ישראל
.

קריג אין ארץ ישראל!
פון גמליאל כ"ץ
מדינת ישראל - די צה"ל זאגט אז צענדליגע ראַקעטן זענען אָפּגעשטעלט געווארן דורך די כיפת ברזל פאַרטיידיגונג סיסטעם. די אַרמיי האט באָמבאַדירט 30 ציהלן ווען סירענס לאמערן אין די גרעניץ שטעט רחובות, אשדוד, אשקלון און בית שמש
די מדינת ישראל ארמיי האט שבת נאָכמיטאָג געעפנט אַ סעריע פון אַטאַקעס אויף עזה סיי פון די ערד און סיי פון די לופט, נאכדעם וואס בערך 200 ראַקעטן האט אריינגעהאגלט צו מדינת ישראל טעריטאריע פון די פּאַלעסטינער שטחים.
👈 זעהט צענדליגע בילדער און ווידיאס

קיין פאטאליטעטן פון פליגער קראך מיט אמעריקאנער זעלנער
פלארידע - א מיליטעריש-געדינגענע פליגער טראגענדיג 143 מענטשן האט געלאנדעט מיט א זעץ און דאן אראפגעגליטשט פונעם ראנוועי און אריין אין וואסער.
👈 זעהט בילדער און ווידיאס

Forwarded from אידישע מוזיק
"על הבמה" פון שמילו אונגאר
אנאליז פון אלי' פעלדמאן
אז מען קען נישט הערן מוזיק אין די ימי-הספירה, קען מען כאטש ליינען מוזיק...
👈 לייענט פולע אנאליז

דריי אידשע קרבנות פון פרישע מיטל מזרח קריג
פון גמליאל כ"ץ
די ראקעטן אטאקעס פון עזה ווערט שטערקער, און האט שוין ליידער אומגעברענגט דריי אידן הי"ד. איבער 600 ראקעטן און מארטער שעלס זענען שוין געשאסן געווארן דורך די פאלעסטינער, מערסטענס לאנדענדיג אויף פרייע פעלדער מיט מינימאלע שאדן, אבער האט ליידער אויך באטראפן באוואוינטע געגנטער און פארוואונדעט אסאך, און אומגעברענגט דריי אידן.
👈 זעהט ווידיא