אידישע נייעס
1.08K subscribers
3.54K photos
1K videos
165 files
15.2K links
באקומט נייעס אין אידיש. לאקאל, נאציאנאל און אונטערנאציאנאל, אלעס אויף איין פלאץ.

אינסטעגראם: instagram.com/YiddisheNews

אלע אונזערע טשענעלס: @YiddisheNetwork

הערות און רעקלאמעס צום אדמין: @YiddisheNewsBot

וועבסייט: http://www.yiddish.news
Download Telegram
מיליטערישע קוועלער: אמעריקע האט באקומען "אומשאצבארע" אינפארמאציע אין די אפעראציע אין תימן (פיינע נייעס)
קוועלער אינעם פענטאגאן האבן היינט מיטגעטיילט מיט די פרעסע מער דעטאלן איבער די אפעראציע וואס די אמעריקאנער מיליטער האט דורכגעפירט אויף א פעסטונג פון אל-קאידע אין תימן, אין וועלכע איין אמעריקאנער זעלנער און נאך פילע ציווילע זענען אומגעקומען.

די אפעראציע איז געווען די ערשטע וועלכע איז באשטעטיגט געווארן דורך פרעזידענט טראמפ, און איז אויסגעשטאנען קריטיק פון פילע דעמאקראטן וועלכע האבן עס באצייכנט אלס א דורכפאל, און אזוי אויך פונעם רעפובליקאנער סענאטאר דשאן מקעין, וועלכע האט גערופן פאר א אויספארשונג איבער די אפעראציע. פרעזידענט טראמפ האט אבער עטליכע מאל אפגעווארפן די קריטיק, אריינגערעכנט אין זיין נעכטיגע רעדע ווען ער האט באצייכנט די אפעראציע אלס העכסט סוקסעספול.

אין די פרישע מעלדונגען פון מיליטערישע קוועלער געבן זיי איבער אז די אפעראציע איז געווען א אויסטערלישע סוקסעס אויפ'ן שפיאנאזש פראנט, און מיליאנען דאקומענטן וואס זענען קאנפיסקירט געווארן שטעלט צו פאר די אמעריקאנער מיליטער דעטאלירטע אינפארמאציע איבער אלע אקטיוויטעטן פון אל-קאידע אין תימן און אין נאך לענדער, אריינגערעכנט נעמען פון די פירער וועלכע מען האט נישט געהאט ביז יעצט.

דורך: אידישע נייעס
צו וועט מען דארפן א וויזע צו פארן קיין אייראפע פון אמעריקע? (פיינע נייעס)
די אייראפעישע פארליאמענט האט דורכגעפירט א רעזאלוציע וועלכע זוכט צו ארויפלייגן א פארבאט אויף אמעריקאנער בירגער צו אריינקומען פרייערהייט קיין אייראפע אן א וויזע, וויבאלד אמעריקע האט נאכנישט עלימינירט די פארלאנג פאר וויזעס פאר 5 לענדער וועלכע זענען אנגעשלאסן אינעם אייראפעישן פאראיין, דאס נעמט אריין די ארימערע לענדער בולגאריע, קראאטיע, פוילן, ראמעניע, און קפריסין.

די רעזאלוציע איז אבער נישט בינדנד, וואס באדייט אז יעדע איינציגע פון די אייראפעישע לענדער קען אליין באשליסן אויב זיי ווילן אננעמען די רעקאמענדאציע פון די פאראיין, און ווי עס שיינט איז די הויפט ציהל בלויז צו פארשטערקערן די דרוק אויף אמעריקע צו עלימינירן די וויזע פראגראם פאר אלע אייראפעישע לענדער, און אויב נישט וועט די אייראפעישע פארליאמענט באטראכטן צו נעמען ווייטערדיגע שריט. אין די לעצטע מאנאטן האט קאנאדע אויך אראפגענומען די וויזע פארלאנג פון בולגאריע און ראמעניע אויף די פארלאנג פון אייראפע.

דורך: אידישע נייעס
חיזבאלע שטעלט ארויס פראוואקאטיווע סטראשעריי קעגן מדינת ישראל (פיינע נייעס)
די טעראר ארגאניזאציע חיזבאלע זוכט צו פראוואקירן מדינת ישראל, נאך א לאנגע צייט פון רעלאטיווע שטילקייט, בלויז עטליכע טעג נאכדעם וואס דער אנפירער פון די גרופע חאסאן נאסראלא האט געגעבן א רעדע איבער די גרופעס אנטשלאסנקייט צו אטאקירן מדינת ישראל, האט די גרופע ארויסגעגעבן א ווידיאו אין וועלכע זיי טוען פונקטליך ארויסלייגן זייערע צילן וועלכע וועלן געטראפן ווערן אין די נעקסטע רונדע פון מילטערישע קאנפראנטאציע מיט מדינת ישראל.

צווישן די ציהלן זענען כעמישע פאבריקן אין חיפה, וואס אויב זאל מען חס ושלום דאס קענען ציהלן קען דאס פירן צו א מאסיווע קאטאסטראפע, און אזוי אויך די נוקלעארע איינריכטונגען אין דימונה, און נאך א רייע ציהלן. מדינת ישראל געניסט פון א סאפיסטיקירטע אנטי-מיסיל פראגראם, אבער עקספערטן זאגן אז אויב שיסט חיזבאלע ארויס צענדליגע מיסילס מיט איין מאל קען די טעכנאלאגיע זיין הילפסלאז.

אין די ווידיאו צייגט חיזבאלע אז זי פארמאגט S300 מיסילס, א סאפיסטיקירטע וואפן וואס רוסלאנד האט צוגעשטעלט פאר די אסאד רעזשים, און מדינת ישראל האט עטליכע מאל פארלאנגט פון רוסלאנד זאל דאס נישט טון וויבאלד דאס וועט עווענטועל אנקומען צו חיזבאלע וואס ארבעט אינאיינעם מיט די אסאד מיליטער, אבער רוסלאנד האט עטליכע מאל געלייקנט אז חיזבאלע האט צוטריט צו די וואפן, און געזאגט אז מדינת ישראל האט נישט קיין באווייזן צו אונטערשטיצן דעם פאקט.

דורך: אידישע נייעס
געוועזענער עגיפטישער פרעזידענט חאסני מובאראק ריינגעוואשן פון מארד קלאגעס (פיינע נייעס)
א אפעלאט געריכט אין עגיפטן האט היינט אנגענומען די אפיל פון דעם געוועזנעם פרעזידענט פון עגיפטן חוסני מובאראק און האט ארויסגעווארפן די אורטייל פון א נידריגערע געריכט וואס טוט אים באשולדיגן אין די טויט פון די פראטעסטירער וועלכע זענען אומגעקומען אין ברען פון די רעוואלוציע וועלכע איז פארגעקומען אין 2011 אלס טייל פונעם "אראבישן פריהלינג"

די פריערדיגע אורטייל האט אים באשולדיגט אין די טויט פון 239 ציווילע בירגער וואס זענען געווארן אומגעברענגט דורך די פאליציי, און אים צוגעטיילט לעבנסלענגיכע טורמע, אבער די אורטייל איז געגעבן געווארן אין 2012 ווען די מוסלעמענער ברודערשאפט האט געהערשט איבער עגיפטן, היינט בלאזן שוין דארט נייע ווינטן, און דער יעצטיגער פרעזידענט אל-סיסי איז א פריינט מיט מובאראק. אין די לעצטע חדשים זענען אויך די קינדער פון מובאראק געווארן פרייגעשפראכן פון פריערדיגע קלאגעס איבער שווינדל.

מובאראק געפונט זיך אין א שוואכע געזונט צושטאנד, און איז ביז יעצט פארהאלטן געווארן אין א מיליטערישע שפיטאל, אצינד וועט ער ווארשיינליך ווערן ארויסגעלאזט אויף די פריי. טויזנטער פון זיינע אנהענגער האבן געפייערט זיין ריינוואשונג אויף די גאסן פון קאהיר.

דורך: אידישע נייעס
7 פאליציי אפיצירן ארעסטירט צוליב סקאנדאליעזע שווינדלערייען

זיבן באלטימארער פאליציי אפיצירן זענען ארעסטירט געווארן נעכטן מיטוואך, און זענען געווארן אנגעקלאגט מיט בלעקמעיליניג און שווינדל קלאגעס אין ווערט פון ארום 200,000$ וואס זיי האבן ארויסגעווישט פון אומשולדיגע קרבנות, דער פעדעראלער פראקוראר ראד ראזענסטיין האט אין א פרעסע קאנפערעץ געזאגט "דאס איז נישט קיין אומלעגאלע פירונג פון פאליציאנטן, עס האנדלט זיך פון פראסטע פארברעכער וואס זענען געגאנגען פאליצייאישע אוניפארמען"

די פאליציאנטן וועלכע איינער פון זיי איז אן אויפזעהער, און די אנדערע 6 זענען דעטעקטיוון, האבן סיסטעמאטיש גערויבט קעש, צירונג, וואפנס און אנדערע טייערע חפצים פון אומשולדיגע איינוואוינער וועלכע זיי האבן אפגעשטעלן, זיי האבן אויך געפעלשעוועט דאקומענטן צו סטראשען מענטשן, און אריינגעשריבן פאלשע שעות אין זייערע פאפירן צו באוקומען מער געהאלט. זיי זענען געפונען געווארן שולדיג, און שטייען אויס א מאקסימום פון 20 יאר אין טורמע.

דורך: אידישע נייעס
לא-פען שטייט מעגליך אויס קרימינאלע קלאגעס נאכדעם וואס אייראפעישער פארליאמענט נעמט אראפ איר שיצונג

מאריע לא-פען שטייט אצינד שטארק אין די נאציאנאלע אנקעטעס אין פראנקרייך, און זי האט א מעגליכקייט צו ווערן די קומענדיגע פרעזידענט פון פראנקרייך. לא-פען איז א אויסגעשפראכענע אנטי-מוסלעמענער און אנטי-אימיגראנטן קאנדידאט, און איז אויך א שטארקע קעגנערין פון די אייראפעישע פאראיין, און האט צוגעזאגט אז אויב זי געווינט וועט זי באטראכטן שריט פון ארויסציען פראנקרייך פונעם פאראיין.

די אייראפעישע פארליאמנט האט געפונען א וועג איר אפצושטעלן, נעמליך דורך אראפנעמען איר לעגאלע סטאטוס וואס ערלויבט נישט איר צו קלאגן מיט לעגאלע קלאגעס, צוליב דעם וואס זי איז א מיטגליד אין די אייראפעישע פאראיין, און אצינד קען זי לעגאל ווערן אנגעקלאגט אין פראנקרייך.

מיט דעם האט די אייראפעישע פארליאמענט געמאכט פריי דעם וועג פאר די פראקורארן אין פראנקרייך איר צו קלאגן אויף "העצן צו געוואלדטאטן" צוליב דעם וואס אין 2015 האט זי ארויסגעשיקט א בילד פון א אמעריקאנער דשוראנאליסט אין וועלכע מען זעהט א גאר גרויליגע סצענע ווי דאס קאפ איז אים געווארן אפגעהאקט דורך אייסיס, און דערמיט געזוכט צו ווארענען קעגן אייסיס. אבער די פאמיליע פונעם דשורנאליסט האבן געעפנט א קעיס קעגן איר, און ארויסשיקן אזא בילד קען קאסטן 3 יאר טורמע לויט די פראנצויזישע געזעץ.

עס בלייבט איבער צו זעהן אויב די פראנצויזישע פראקורארן וועלן טאקע ווייטער גיין מיט זייערע אנקלאגעס. לא-פען האט קריטיקירט דעם אייראפעישן פארליאמענט פאר איר פאליטישע שפיצל, און אוועקגעמאכט די גאנצע זאך אלס א פרואוו איר צו אפשטעלן, וואס וועט איר נאר מאכן שטערקער און מער פאפולער.

דורך: אידישע נייעס
סענאט באשטעטיגט בען קארסאן אלס האוזינג סעקערטערי

נאך לאנגע פארהערן האט די סענאט היינט געשטימט צו באשטעטיגן די נאמינאציע פאר האוזינג און שטאטישע אנטוויקלונג, און מיט א מערהייט פון 85 קעגן 41 באשטעטיגט דאקטאר בען קארסאן אלס סעקערטערי פון די דעפארטמענט, א רייע דעמאקראטן האבן געשטימט אינאיינעם מיט די רעפובליקאנער פאר זיין נאמינאציע. סענאטארשע אליזאבעט ווארען האט אין די לעצטע מינוט צוריקגעצויגן פון שטימען פאר אים, טראץ וואס זי האט געזאגט אז זי פלאנט צו שטיצן זיין נאמינאציע נאכדעם וואס זי האט באקומען פון אים א רייע צוזאגן איבער פארשידענע אישוס.

קארסען וועט שטיין אין שפיץ פון די דעפארטמענט "האוזינג און שטאטישע אנטוויקלונג" א אגענטור וואס פארפיגט אויף א בודשעט פון 50 ביליאן דאלער, און פארמאגט 8000 פעדעראלע ארבייטער, די דעפארטמענט איז פאראנטווארטליך אויף פעדעראלע האוזינג פראגראמען, אריינגערעכנט סעקשאן 8. קארסאן וועלכער איז א מח דאקטאר, און איז געווען א קאנדידאט אין די רעפובליקאנער פריימעריס, האט נישט קיין פריערדיגע רעגירונג ערפארונג, אבער האט אנגעוויזן אז ער איז אליין אויפגעוואקסן אין שטאטישע האוזינג און ער קען די פראבלעמען פון די נאנט.

דורך: אידישע נייעס
טראמפ וועט נאמינירן אויסגעשפראכענער קעגנער פון פוטין אין זיין זיכערהייטס קאנסיל

פרעזידענט טראמפ האט נאמינירט פיאנע היל, אלס זיין ראטגעבער איבער רוסישע אנלעגנהייטן אין די זיכערהייטס קאנסיל. היל איז א געוועזנער שפיאן, און האט געדינט אויף הויכע פאזיציעס אין די נאציאנאלע שפיאנאזש קאנסיל, ווי ער איז געשטאנען אין שפיץ פון די אפטיילונג איבער רוסלאנד און אזיע פון 2006 ביז 2009, ער האט זיך באקאנט געמאכט אלס אויסגעשפראכענער קריטיקירער פון וולאדימיר פוטין, און האט פילע מאל געווארנט די אמעריקאנער רעגירונג איבער די שעדליכקייט פון דעם פארשוין, און געבעטן אז מען זאל אים נעמען מער ערנסט.

דאס קומט אין די זעלבע צייט וואס אין די נייעס איז ווידער ארויפגעשווימען באריכטן איבער קאנטאקטן וועלכע דשעף סעשאנס האט געהאט מיט רוסישע באאמטע דורכאויס דעם קאמפיין, די נאמינאציע דינט אלס א צייכן אז די אדמיניסטראציע האט נאכנישט אפגעמאכט קיין קלארע סטראטעגיע איבער אירע פארבינדונגען מיט פוטין, און היל וועט מעגליך שטעלן א שטרענגערע טאן איבער רוסלאנד.

דורך: אידישע נייעס
אנעמפלוימענט אפליקאציעס געפאלן צו נידריגסטע אין 44 יאר

אמעריקאנער בירגער וואס בעטן הילף צוליב ארבייטסלאזיגקייט איז געפאלן דראסטיש אין די לעצטע חדשים, די לעצטע וואך איז די ציפער געפאלן מיט 19,000 אונטער די געשאצטע ציפער, און שטייט ביי 223 טויזנט פאר דעם לעצטן קווארטאל, וואס איז די די נידריגסטע זינט 1973, אזוי אויך טוט מען יעצט אפצייכענען צוויי יאר וואס די קלעימס שטייען אונטער 300 טויזנט, נאך א רעקארד וואס איז נישט געבראכן געווארן זינט 1973. אין יאנואר איז צוגעקומען א געשאצטע 227,000 דשאבס און די ארבייטסלאזיגקייט ראטע שטייט ביי 4.8 פערצענט, וואס באדייט אז מען קומט צו א פונקט וואס ווערט גערופן "פול עמפלוימענט" וואס באדייט אז די ארבעטס מארקעט איז אזוי געזונט אז יעדער וואס וויל ארבייטן קען טרעפן א דשאב. אצינד ווארט מען אויף די פעברואר דשאבס רעפארט וואס קומט ארויס מערץ 10, און מען וועט זעהן וויאזוי די טראמפ פרעזידענטשאפט האט פארבעסערט די דשאבס מארקעט.

דורך: אידישע נייעס
די עדה החרדית האט פאררופן א מאסן דעמאנאסטראציע אויף דעם שבת, פרשת תרומה, צוליב פארמערטע חילולי שבת וועלכע קומען פאר אין די לעצטע מאנאטן אין ירושלים, די קול קורא לויטעט אז די שטאטראט אין ירושלים טוט לעצטנס געבן א פרייע האנט פאר פארשידענע פרייע ארגאניזאציעס צו אנפירן אקטיוויטעטן וואס נעמען אריין חילולי שבת, און אזוי אויך עפענען זיך מער און מער געשעפטן אין ירושלים וועלכע בלייבן אפן אום שבת. די הפגנה וועט אפגעראכטן ווערן פארנט פון די הויפטקווארטירן פון די עדה החרדית אויף "ככר דשופניק" און פון דארט וועט די ציבור מארשירן איבער די גאסן צו אויסרופן די וויי געשריי פונעם חרד'ישן ציבור איבער די פארשוועכונג פונעם שבת.

דורך: אידישע נייעס
עדה החרדית פאררופט גרויסע הפגנות דעם שבת (פיינע נייעס)
פרישע וואנדאליזם אויף אידישע בית החיים אין ראטשעסטער

היינט אינדערפרי זענען פילע מצבות געפונען געווארן געשעדיגט אינעם "וועד הכולל" בית החיים אין ראטשעסטער, דאס איז שוין די דריטע פאל פון וואנדאליזם אויף אידישע בתי חיים אין אמעריקע אין די לעצטע דריי וואכן. אבער דערווייל האט די ארטיגע אידישע קהלה נישט באצייכנט דעם פאל אלס א זיכערע אנטי-סעמיטישע אטאקע, און קוקן נאך אריין אין די מעגליכקייט אז די מצבות זענען אומגעפאלן צוליב אנדערע סיבות, דאס קומט אין די זעלבע צייט וואס אין די לעצטע טעג זענען אויך באריכטעט געווארן באמבע דראאונגען אויף אידישע צענטערן אין אפסטעיט ניו יארק.

דורך: אידישע נייעס
באקומט די טעגליכע ״פיינע נייעס״ פון "JP Updates" אויף טעלעגראם.
http://ift.tt/2j136F9 (פיינע נייעס)
טראמפ באשולדיגט: אבאמא האט אונטערגעהערט טעלעפאנען אין ״טראמפ טאוער״ - Via http://ift.tt/2mtMMit
וואשינגטאן - פרעזידענט טראמפ האט שבת אינדערפרי ארויסגעשיקט א פרישן מעסעדזש אויף ״טוויטער,״ אין וועלכן ער שרייבט אז ער האט באקומען קראנטע אינפארמאציע, אז דער געוועזענער פרעזידענט באראק אבאמא האט אונטערגעשטעלט אונטערהער אפאראטן אינעם ״טראמפ טאוער״ פאראיאר אין אקטאבער, אינמיטן די סאמע היציגסטע טעג פונעם פרעזידענט קאמפיין. טראמפ׳ס פרישע באשולדיגונג איז אויפגענומען געווארן מיט וואונדער דורך פאליטישאנס פון ביידע פארטייען, און מ'האט פארלאנגט פון טראמפ צו זאגן קלארער פון וואו ער האט גענומען די אינפארמאציע, אויך האט א ווארטזאגער פאר אבאמא שארף געלייקנט די באשולדיגונג.

אין אנדערע נייעס האט מען געהערט אז נאענטע ראטגעבער פון פרעזידענט טראמפ האבן אנגעהויבן לייגן דרוק אויפ'ן פרעזידענט, ער זאל אנהייבן ארויסווארפן אלטע רעגירונגס איינגעשטעלטע, ספעציפיש אזעלכע וועלכע זענען אריינגעשטעלט געווארן אין זייערע פאזיציעס אונטער פרעזידענט באראק אבאמא. די טראמפ ראטגעבער זענען אויפגעברויזט איבער די נאכאנאנדיגע ליעקס פון אינעווייניגסטער אינפארמאציע פון דער טראמפ אדמיניסטראציע, און לויט ווי זיי האלטן, קומט עס פון די איינגעשטעלטע וואס זענען נאך פארבליבן פון די אבאמא יארן. טראמפ אליינס האט שוין אויך אויסגעדרוקט זיין מיינונג, אז ער האלט אז די ליעקס קומען פון אזעלכע וואס אבאמא האט אריינגעשטעלט אין דער רעגירונג.

א ״רויטערס״ באריכט צייגט טאקע אז לאנגיעריגע איינגעשטעלטע אינערהאלב דער פעדעראלער רעגירונג זענען שטארק אנגעצויגן איבער דעם וואס די טראמפ אדמיניסטראציע האט אנגעהויבן א קאמפיין אפצושטעלן ליעקס פון אינפארמאציע, און ווי מ'הערט פון רעגירונג איינגעשטעלטע, האבן זיי מורא אז די טראמפ אדמיניסטראציע וועט אנהייבן נאכשפירן ['מאניטערן'] זייערע אימעילס און זייערע פריוואטע געשפרעכן, צו דערגיין ווער עס ליעקט ארויס אינפארמאציע פון דער טראמפ אדמיניסטראציע צו דער מידיא. דאס האט געברענגט אז ארבעטער אין פארשידענע רעגירונג דעפארטמענטס זאלן אויפהערן רעדן איינער צום צווייטן, אויס שרעק אז די טראמפ אדמיניסטראציע וועט זיך פארלייגן אויף סיי וואס זיי זאגן.

Credit: Der Yid
110 טויט אין סאמאליער שרעקליכן מאסן הונגער - Via http://ift.tt/2lujtwp
מוגאדישו - אין טיילן פון סאמאליע האט אויסגעבראכן א שרעקליכער הונגער, וואס האט אנגעברענגט שווערע אנשטעקיגע מחלות, ברענגענדיג אמווייניגסטנס 110 פאטאליטעטן אין דרום סאמאליע אין בלויז די לעצטע 48 שטונדן. דער סאמאליער פרעמיער מיניסטער זאגט, אז זיין רעגירונג טוט וואס זיי קענען ארויסצוהעלפן די באטראפענע געגנטער, וואו דער הונגער האט אויסגעבראכן אלס רעזולטאט פון אן אנגייענדיגן טרוקעניש אין לאנד. די יו-ען האט שוין א מאנאט צוריק געווארנט אז דער הונגער צושטאנד אין סאמאליע קען ברענגען אז א פערטל מיליאן קליינע קינדער זאלן אויפוואקסן גאר שוואך און נישט באקומען די מינימאלע ערנערונג, און ווי מען זעט יעצט, ווערט טאקע פארווירקליכט די פאראויסזאגונג. עס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס סאמאליע פלאגט זיך פון א מאסיוון הונגער, נאך אין יאר 11׳ זענען 260 טויזנט סאמאליער אומגעקומען פון הונגער.

Credit: Der Yid