אידישע נייעס
1.08K subscribers
3.54K photos
1.01K videos
165 files
15.2K links
באקומט נייעס אין אידיש. לאקאל, נאציאנאל און אונטערנאציאנאל, אלעס אויף איין פלאץ.

אינסטעגראם: instagram.com/YiddisheNews

אלע אונזערע טשענעלס: @YiddisheNetwork

הערות און רעקלאמעס צום אדמין: @YiddisheNewsBot

וועבסייט: http://www.yiddish.news
Download Telegram
העכערע פארליאמענט הויז אין בריטאניע שטימט קעגן רעגירונג פארשלאג איבער ברעקזיט (פיינע נייעס)
די האוז אף לארדס אין בריטאניע האט געשטימט אז די רעגירונג זאל ערלויבן בירגער פון אנדערע אייראפעישע נאציאנאליטעטן צו פארבלייבן אין ענגלאנד נאכדעם וואס זי רייסט זיך אפ פון די אייראפעישע פאראיין, דאס באדייט אז די ביל וועלכע טוט אויטאריזירן ברעקזיט ווערן צוריקגעקערט צום נידריגערן הויז די ״האוז אף קאמאנס״ ווי די מיגטלידער וועלן אדער קענען באשטעטיגן די פרישע אמענדמענט פון די האוז אף לארדס, אדער עס אפווארפן, די רעגירונג זוכט צו אפווארפן דעם אמענדמענט זאגנדיג אז דאס דארף זיין א טייל פון די פארהאנדלוגנען צווישן ענגלאנד און די אייראפעישע לענדער, אז זיי זאלן געבן דעם זעלבן סטאטוס פאר בריטישע בירגער אין זייערע לענדער, אבער די אפאזיציע פארטיידיגט די אמענדמענט זאגנדיג אז די מיליאנען אייראפעישע בירגער אין בריטאניע קענען זיך נישט ערלויבן צו ווארטן נאך א יאר צו וויסן איבער זייער צוקונפט, און זיי זאלן נישט זיין קיין ״פארהאנדלונגס קארטלעך״ אויפ׳ן טיש.

דורך: אידישע נייעס
דרום קארעא זוכט צו ארויסווארפן צפון פון די פעלקער פאראיין

אין ליכט פון די שטורעם וואס האט זיך אנטוויקלט ארום די די אסאסינאציע פון קים יאנג טים, דער עלטערער ברודער פונעם צפון קארעאר דעספאט, א מארד וואס ווערט געזען אלס פאליטישע מארד דורכגעפירט דורך צפון קארעא, אין וועלכע עס איז גענוצט געווארן כעמישע וואפן, האט דער דרום קארעאר אויסערן מיניסטער געזאגט אז עס פארלאנגט זיך אז די וועלט זאל ענדליך נעמען א פרעצעדענטלאזע שריט קעגן דעם מערדערישע רעזשים, נעמליך זיי גענצליך ארויסווארפן פון די וועלסט-פעלקער משפחה, און אנולירן איר מיטגלידערשאפט אינעם פעלקער פאראיין.

די קאמענטארן איז געמאכט געווארן דורך מיניסטער יאנג בעיאנג-סי וועלכע האט אונטערגעשטראכן אז די פאקט אז צפון קארעא טוט דורכפירן פאליטיש מאטיווירטע מארדן אינדרויסן פון אירע גרעניצן צייגט אז זי רעספעקטירט נישט די וועלט ארדענונג, און די איינציגע שריט וואס בלייבט איבער איז איר גענצליך צו ארויסווארפן פון די פעלקער פאראיין.

דורך: אידישע נייעס
סי-איי-עי אגענט באפרייט פון טורמע אין פארטוגאל

א סי-איי-אגענט וועלכע איז אנגעקלאגט און פאראורטיילט געווארן אויף קידנעפינג קלאגעס, נאכדעם וואס ער האט אנטייל גענומען אין אן אפעראציע צו פארכאפן און פארהאלטן דעם עגיפטישן פרעדיגער כאסאן מוסטאפע אסמא נאסער, וועלכע איז פארכאפט געווארן דורך די סי-איי-עי אויף די גאס אין מילאנא איטאליע, און איז אפגעפירט געווארן קיין עגיפטן ווי ער איז פארהאלטן געווארן און געווארן אויסגעפארשט איבער זיינע אקטיוויטעטן און פארבידנונגען מיט ראדיקאלן.

איטאליע האט שטארק געברויזט קעגן די אפעראציע וואס האט פארלעצט איר טעראטאריאלע אויטאריטעט, און האט אין א געריכטליכע פראצעס געאורטיילט 26 סי-איי-אגענטן, אין זייער אפוועזנהייט, סאברינע דע סאוסע איז א אגענטקע וועלכע וואוינט אין פארטוגאל, און האט דאפלטע בירגערשאפט, און איטאליע האט אריינגעגעבן פאר פארטוגאל א אויסליפערונג פארלאנג צוליב איר אנטייל נעמען אין די אפעראציע.

אין 2015 אז זי ארעסטירט געווארן אין פארטוגאל, און זי איז געזיצן פאר ארום 10 טעג, און זי האט ערווארטעט איר ענדליגטיגע טורמע אורטייל, אבער אין די לעצטע טעג האט די טראמפ אדמיניסטראציע זיך אריינגעמישט, און האט אויסגעארבעט אז זי וועט באקומען א פארדאן פונעם פארטוגאלעזער פרעזידענט, און זי וועט פארן קיין איטאליע ווי זי וועט באקומען א גאר לייכטע שטראף, און נישט דארפן זיצן אין טורמע.

דורך: אידישע נייעס
די אבאמא׳ס שרייבן אונטער בוך אפמאך פאר 65 מיליאן דאלער (פיינע נייעס)
די ״רענדאם האוז״ פאבלישינג פירמע האט באוויזן צו באקומען א קאנטראקט מיט די געוועזענע ערשטע פארפאלק, אונטער וועלכע זיי וועלן שרייבן צוויי באזונדערע בוכער איבער זייער תקופה אין ווייסן הויז, און לויט באריכטן וועלן זיי באקומען דערפאר 65 מיליאן דאלער, און זיי וועלן אריינלייגן די סומע אין זייער טשאריטי פונדאציעס, און אין די ״אבאמא פאנדעישן״ אזוי אויך וועלן א מיליאן בוכער אויסגעטיילט ווערן פאר סטודענטן וועלכע קענען זיך נישט ערלויבן צו קויפן. די פירמע האט אויך געזאגט אז די אבאמא פארפאלק וועט אפהאלטן עטליכע עפנטליכע ״בוך פארקויפונגען״ איבער אמעריקע און אויסלאנד, און געזאגט אז דאס אנטשפרעכט צו זיין מאסן פארזאמלונגען צו פייערן די ווערק וואס זיי האבן געטון אין ווייסן הויז.

דורך: אידישע נייעס
נייעס אין קורצן

פרעזידענט טראמפ גרייט צו זיין נייע רייזע פארבאט, לויט ווי ער האט נעכטן געזאגט פאר קאנגרעס, און לויט באריכטן האבן ראטגעבער אין ווייסן הויז געבעטן דעם פרעזידענט אז דאסמאל זאל מען ארויסנעמען איראק פון די ליסטע פון לענדער, וויבאלד דאס מאכט אן אסאך פראבלעמען פאר די אמעריקאנער מיליטער וועלכע ארבייט יעצט אינאיינעם מיט די אמעריקאנער מיליטער

באריכטן זאגן אז פרעזידענט טראמפ גרייט זיך צו נאמינירן דשאן האנסטסמאן אלס אמעריקעס אמבאסאדער צו רוסלאנד, האנטסמאן האט געדינט אלס סענאטאר פון יוטא, און אזוי אויך אלס אמבאסאדאר צו כינע אונטער פרעזידענט בוש, און איז געווען א פרעזידנעטליכע קאנדידאט אין די 2008 רעפובליקאנער פריימעריס.

די ״אינטערנאציאנאלע אימיגראציע קאמיסיע״ פון די פעלקער פאראיין האט געמאלדן אז אין די לעצטע צוויי טעג האבן אזויפיל ווי 7000 מענטשן אין ניגעריע פארלאזט זייערע היימען און וואנדערן ארום צוליב דעם וואס זייערע דערפער זענען אינוואדירט געווארן דורך די מערדערישע בוקא-חאראם טעראר גרופע, א ארגאניזאציע וואס האט שוין אויסגעמארדעט צענליגע טויזנטער און האט געמאכט היימלאז א געשאצטע 2.6 מיליאן מענטשן אין ניגעריע.


סענאט האט היינט קאנפערמירט די נאמינאציע פון רייען זינקע צו דינען אלס קאבינעט מיטגלידער, און אינטיריאר סקערטאר, זינקע, א געוועזנער נעיווי סיעל, און קאנגרעסמאן פון מאנטענע. זינקע וועט שטיין אין שפיץ פון די אינטיריאר דעפארטמענט וואס פארפיגט אויף מיליאנען אקערלאנד וואס געהערט פאר די פעדעראלע רעגירונג, אריינגערעכנט נאציאנאלע פארקס און נאטור רעזערווארן.

דורך: אידישע נייעס
סטאק מארקעט גרייכן פרישע רעקארדס אין ליכט פון פרעזידענט׳ס רעדע

די דאו אינדעקס האט צום ערשטן מאל אין די היסטאריע געגרייכט העכער 21,000 אין ליכט פון די פרעזינדענט׳ס רעדע וואס האט אריינגעגעברענגט מער זיכערהייט און אפטימיזם אין די מארקעטס, דאס קומט נאכדעם וואס א רעקארד 20,000 איז אויך געבראכן געווארן מיט בלויז צוויי וואכן צוריק, אלעס אינאיינעם האט די אינדעקס געזען א אויפשטייג אין 2,700 פונקטן זינט די טראמפ זיג. דאס קומט אין די זעלבע צייט וואס אנדערע אינדעקס האבן געזעהן א ענליכע טרענד, דאס איז אויך דאס ערשטע מאל זינט 1999 וואס די אינדעקס טאנצט מיט 1000 פונקטן אין אזא קורצע צייט.

דורך: אידישע נייעס
באקומט די טעגליכע ״פיינע נייעס״ פון "JP Updates" אויף טעלעגראם.
http://ift.tt/2j136F9 (פיינע נייעס)
וואל סטריט שטייגט צו היסטארישע הויכקייטן נאך טראמפ'ס רעדע - Via http://ift.tt/2mdI4F2
ניו יארק – דער אמעריקאנער סטאק מארקעט האט נעכטן געהאט א גאר גוטן טאג, און אנאליסטן האבן געזאגט אז דאס איז א דירעקטער רעזולטאט צו דעם אפטימיזם וואס גרויסע ביזנעסער, באנקירן און אינוועסטירער שפירן אין די יעצטיגע טעג, צוליב דער געלונגענער רעדע וואס פרעזידענט טראמפ האט געגעבן דינסטאג נאכט, אין וועלכן ער האט פארשפראכן, צווישן אנדערן, צו שניידן שטייערן פאר קארפאראציעס, און ער האט ווידערהאלט זיין פלאן אהערצושטעלן אן איין-טריליאן דאלערדיגן אינפראסטרוקטור פלאן צו שאפן פרישע הונדערטער טויזנטער דזשאבס.

דער "דאו דזשאונס" אינדעקס אויפ'ן סטאק מארקעט איז געשטיגן נעכטן מיט 303 פונקטן, שליסנדיג זיך העכער 21,000 צום ערשטן מאל אין דער היסטאריע. דאס דאס קומט בלויז איין מאנאט נאכדעם וואס דער אינדעקס האט געבראכן א רעקארד מיט'ן גרייכן 20,000 צום ערשטן מאל אין היסטאריע. נאך א סיבה וואס מארקעט אנאליסטן זאגן אז עס האט צוגעגעבן צו וואל סטריט'ס גוטער טאג נעכטן, איז דער פאקט וואס מען הערט אז די פעדעראלע רעזערוו איז שוין גענוג איבערצייגט, אז די עקאנאמיע איז שטארק און ערהוילט, אז זיי גרייטן זיך צו העכערן די אינטערעסט ראטעס, זייענדיג זיכער אז די עקאנאמיע קען דאס פארנעמען.

Credit: Der Yid
פרישער פלאקן אין ברעקזיט פלענער - Via http://ift.tt/2lwUsMd
ענגלאנד – דער העכערער פארלאמענט אין ענגלאנד האט נעכטן אריינגעווארפן אן ערנסטן פלאקן אין די פלענער פון פרעמיער מיניסטארשע טעריסא מעי, וואס האט געזוכט פאראויסצושפאנען אומגעשטערט מיט'ן ברעקזיט און זיך אפטיילן פונעם אייראפעאישן יוניאן. דער "הויז פון די לארדס" פארלאמענט האט געשטימט מיט א שטארקער מערהייט, אז פרעמיער מיניסטארשע מעי מוז ארויסשטעלן קלארע דעטאלן וויאזוי אזעלכע אינדיווידועלן וועלכע פארמאגן בירגערשאפט פונעם אייראפעאישן יוניאן און וואוינען אין ענגלאנד וועלן זיין באשיצט נאכדעם וואס דער ברעקזיט איז שוין דורכגעפירט, און א פארשפרעכונג אז אזעלכע סארט מענטשן וועלן נישט פארלירן זייער רעזידענץ רעכטן. מיניסטארשע מעי זאגט אבער אז עס איז נישט קיין גרויסער שטער, און איר רעגירונג וועט אין די קומענדיגע געציילטע טעג ארויסשטעלן די גענויע באשיצונגען פאר אייראפעאישע יוניאן בירגער וועלכע וואוינען אין ענגלאנד, און דער פלאן אנצוהייבן די ברעקזיט פראצעדורן נאך בעפאר ענדע מערץ איז ווייטער אין גאנג.

Credit: Der Yid
דראונס, נייעסטער וואפן פון אייסיס טעראריסטן

וואשינגטאן – א גרופע עקספערטן זענען ארויסגעקומען מיט א שארפער ווארענונג צו די מערב וועלט לענדער, אז מען זאל זיין גרייט אויף צוקונפטיגע טעראר אטאקעס וואס אייסיס טעראריסטן און סימפאטיקער וועלן דורכפירן דורכ'ן נוצן קליינע קאמערציאלע דראונס וועלכע מען קען שוין היינט צוטאגס איינקויפן אין אלע גרויסע עלעקטראניקס געשעפטן. קריסטאפער דיקעי, א לאנגיעריגער קאנטער-טעראריזם עקספערט און זשורנאליסט, שרייבט אז פון לעצטיגע אייסיס פראפאגאנדע זעט מען, ווי זיי האבן אריינגענומען דראון טעכנאלאגיע אלס טייל פון זייער ארסענאל, און אין איראק האט מען דאס שוין געזען אין עטליכע פעלער, וואו טעראריסטן האבן ארומגעבינדן א באמבע אויף א קליינעם דראון און עס געלאזט אראפקראכן העכער איראקער זעלנער. דיקעי זאגט אז פאליציי און קאנטער-טעראריזם באאמטע אין אלע גרויסע אמעריקאנער און אייראפעאישע סיטיס דארפן צוגרייטן א סטראטעגיע, וויאזוי זיך אן עצה צו געבן ווען אטאקעס וועלן מער נישט דורכגעפירט ווערן מיט טראקס, קארס אדער רעוואלווערס, נאר מיט פשוט'ע קאמערציאלע קליינע דראונס.

Credit: Der Yid
פארדעכטיגט פייער אין מעלבוירנער פאבריק

אויסטראליע – דריי מענטשן זענען אומגעקומען אין א פייער וואס האט אויסגעבראכן אין א פארלאזטן פאבריק אין מעלבוירן, אויסטראליע, און די פאליציי און פייערלעשער זאגן אז דאס פייער זעט אויס זייער פארדעכטיגט. די באאמטע זאגן אז זיי האבן באקומען א רוף איבער אן אויפרייס אין דער פארלאזטער פאבריק געביידע, און עס האט זיי געדויערט פערציג מינוט אויסצולעשן דאס פייער, און ערשט דערנאך האבן זיי געטראפן די דריי נישט-לעבעדיגע קערפער אינעווייניג. די געביידע האט ביז יאר 02' געדינט אלס איינס פון די סאמע גרעסטע פאבריקן אין דער וויקטאריע געגנט, און זינט'ן זיך פארשליסן, האבן היימלאזע אנגעהויבן זיך אריינציען דארטן, שטערנדיג דעוועלאפערס פון אנהייבן פאקטישע ארבעט אויף א פראיעקט פון בויען דירות דערויף, ווייל זיי זענען געווען באזארגט אז מענטשן וועלן נישט האבן חשק צו וואוינען אין אן ארט וואס האט געדינט אלס א היימלאזער שעלטער. דער פארדאכט איז אז א שליח פון איינעם פון די דעוועלאפערס האבן אונטערגעצונדן דאס פייער מיט'ן ציל צו פארטרייבן די היימלאזע, און די 3 האבן נישט געקענט זיך ארויסבאקומען גענוג באצייטנס פון דער געביידע.

Credit: Der Yid
קויל געפונען אין אידישן קלאס-צימער אין אינדיאנא - Via http://ift.tt/2lhEo5O
אינדיאנא – עס גייט נישט אריבער קיין טאג וואס מען הערט נישט פרישע אנטיסעמיטישע אינצידענטן אין אמעריקע אין די לעצטע פאר וואכן, און נעכטן האט מען געהערט אז מען האט געפונען א קויל אין א קלאס-צימער פון א אידישן מוסד אין דער עדת בני ישראל שוהל אין עוואנסוויל, אינדיאנא. די לאקאלע אידישע פירער האבן זיך באלד געוואנדן צו די פאליציי, און א ווארטזאגער פאר די עוואנסוויל פאליציי זאגט אז זיי און די עף-בי-איי פארשן דעם אינצידענט אלס א ווארשיינליכע אנטיסעמיטישע אטאקע. דער לאקאלער עוואנסווילער מעיאר, לאיד ווינעק, האט באזוכט די שוהל דינסטאג אינדערפרי און האט ארויסגעגעבן א שארפן סטעיטמענט צו פארדאמען די אטאקע. אין דער זעלבער צייט האט מען אפגעאטעמט, אז דער וואס האט געשאסן דעם קויל, האט עס געטאן בשעת די שוהל איז געווען ליידיג און קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן.

Credit: Der Yid
שפאניע עלימינירט שפראך-טעסט פאר גירוש אייניקלעך

מאדריד – די אויטאריטעטן אין שפאניע האבן געמאלדן, אז זיי האבן נאך מער פארגרינגערט פאר די אייניקלעך פון אידן וועלכע זענען פארטריבן געווארן ביים גירוש שפאניע וואס ווילן צוריקקומען וואוינען קיין שפאניע. אין יאר 13' האט די רעגירונג אין שפאניע באשטעטיגט א געזעץ, וואס גיט א שנעלן פראצעדור פאר אידן, אייניקלעך פון די גירוש-שפאניע אידן, אז זיי זאלן קענען קומען קיין שפאניע, אפעלירן און באקומען בירגערשאפט רעכטן. אלעס אינאיינעם זענען שוין 4,919 אידן געווארן נייטראליזירטע שפאנישע בירגער. עס איז אבער ארויסגעהויבן געווארן דער פאקט, אז רוב פון זיי זענען געווארן בעיקר ווייל מען האט אויסגעקרויזט דעם ספעציעלן פראצעדור, וואס רופט די אפליקאנטן אויסצופילן א טעסט איבער שפאנישן קולטור און דער טעסט ווערט געגעבן אויף דער שפאנישער שפראך, וואס האט געברענגט אז רוב אידן האבן נישט געקענט אויספילן דעם טעסט. אצינד האט די רעגירונג אפגעשאפן דעם טעסט, איז געווארן פיל גרינגער צו אפעלירן פאר בירגערשאפט.

Credit: Der Yid
סענאט באשטעטיגט זינקע אלס אינערן מיניסטער - Via http://ift.tt/2lhBPAM
וואשינגטאן – דער סענאט האט נעכטן געשטימט צו באשטעטיגן נאך א קאבינעט מיטגליד פאר דער טראמפ אדמיניסטראציע, און אזוי ווערט טראמפ'ס רעגירונג צוביסלעך מער און מער אנגעפילט. 68 סענאטארן האבן געשטימט צו באשטעטיגן דעם רעפובליקאנער קאנגרעסמאן, רייען זינקע, אלס סעקרעטאר פון דער אינערן אנגעלעגנהייטן דעפארטמענט, און 31 סענאטארן האבן געשטימט קעגן אים. דאס הייסט אז א שיינע צאל דעמאקראטישע קאנגרעסלייט האבן אים געשטיצט. זינקע איז באלד איינגעשוואוירן געווארן, קורץ נאכ'ן באשטעטיגט ווערן. מען האט אויך געהערט אז דער סענאט וועט נאך בעפאר שבת שטימען אויף דער נאמינאציע פון בען קארסאן אלס סעקרעטאר פון דער פעדעראלער האוזינג דעפארטמענט, און ווי עס ווערט פאראויסגעזאגט וועט קארסאן גרינג באשטעטיגט ווערן.

Credit: Der Yid
נייער אימיגראציע עקזעקוטיוו ארדער אפגעשטופט

וואשינגטאן – אריגינעל האט געהייסן אז היינט דאנערשטאג וועט פרעזידענט טראמפ אונטערשרייבן דעם נייעם עקזעקוטיוו ארדער איבער אימיגראציע און פליטים, אבער דאס ווייסע הויז האט עס אפגעשטופט, נישט געבנדיג קיין פרישן דאטום דערפאר. עס איז נישט געקומען קיין קלארער ענטפער פון ווייסן הויז, פארוואס מען שטופט עס אפ, אבער באריכטן צייגן אז דאס ווייסע הויז האט געמאכט דעם באשלוס עס אפצושטופן, זעענדיג די פאזיטיווע דעקונג וואס טראמפ האט באקומען פון זיין רעדע פאר קאנגרעס דינסטאג נאכט, און זיי ווילן אז די פאזיטיווע דעקונג זאל אנהאלטן כאטש נאך עטליכע טעג. די טראמפ אדמיניסטראציע ווייסט, אז ווי נאר מען וועט ווידעראמאל אנהייבן רעדן פון אימיגראציע און דעם טראוועל פארבאט, וועט צוריק ווערן נעגאטיוו די דעקונג אין דער מידיא איבער טראמפ, ווילן זיי עס ערשט אפשטופן און אויסציען די גוטע מינוטן פאר לענגער.

Credit: Der Yid