אידישע נייעס
1.07K subscribers
3.54K photos
1.01K videos
165 files
15.2K links
באקומט נייעס אין אידיש. לאקאל, נאציאנאל און אונטערנאציאנאל, אלעס אויף איין פלאץ.

אינסטעגראם: instagram.com/YiddisheNews

אלע אונזערע טשענעלס: @YiddisheNetwork

הערות און רעקלאמעס צום אדמין: @YiddisheNewsBot

וועבסייט: http://www.yiddish.news
Download Telegram
טעד קרוז און בערני סענדערס דעבאטירן אבאמאקעיר

די סי-ען-ען נייעס קוואל האט נעכטן אפגעהאלטן א טאון האל דעבאטע צווישן טעקסעס סענאטאר טעד קרוז און ווערמאנט סענאטאר בערני סענדערס, ביידע געוועזענע פרעזידענטליכע קאנדידאטן אין די פארגאנגענע פריימעריס, וואו די סענאטארן האבן דעבאטירט ביידע זייטן פון די מטבע איבער אבאמאקעיר.

די דעבאטע איז פארגעקומען אין די דזשארזש וואשינגטאן אוניווערסיטעט אין וואשינגטאן די סי און איז געווארן מאדערירט דורך דזשעיק טעפער און דאנא באש פון סי-ען-ען, די פראגעס זענען געפרעגט געווארן דורך מיטגלידער אינעם אודיענץ.

קרוז האט בעיקר ארויסגעברענגט אז אבאמאקעיר האט בלויז געהעכערט פרימיומס און מינימיזירט אפציעס פאר אמעריקאנער בשעת סענדערס האט געטענה'ט אז פאר 20 מיליאן אמעריקאנער איז דאס די איינציגסטע אפציע און אז אבאמאקעיר איז ווייט פון פערפעקט און ברויך נאך אסאך פארבעסערונג.

פרעזידענט טראמפ האט געזאגט זונטאג אז א ערזעצונג פלאן וועט ווארשיינליך נישט זיין גרייט ביזן קומענדיגע יאר

Credit: פיינע נייעס
ניו יארק סיטי פרובירט פריש אויפצולעבן די נייען אידוסטריע - Via פיינע נייעס
די סיטי אוו ניו יארק פראבירט פריש אויפצולעבן די נייען אינדוסטרי דאסמאל אין די סאנסעט פארק געגנט אין ברוקלין.

ניו יארק סיטי פלעגט אמאל ווירבלען מיט נייען פאבריקן דערגרייכנדיג ביים העכסטן שטאפל אין 1950 מיט 323,669 ארבייטער אין די אינדוסטרי און האלט היינט ביי בלויז 22,626 ארבייטער, מערסטנס צוליב הויכע רענט און לעיבאר קאסטן.

די סיטי האט דעזיגנירט א געגנט אין סאנסעט פארק וועלכע אנטהאלט גרויסע קאמערציאלע געביידעס פאר ביליג רענט מיט צוטריט צו פאבליק טראנספארטאציע, ווי אויך האט די סיטי אינוועסטירט 115 מיליאן דאלאר איבערצובויען אן אלטע מיליטערישע באזע וועלכע וועט צושטעלן פרישע 500,000 סקווער פיס פאר נייען פאבריקן.

די סיטי בשותפות מיט די "קאונסיל אוו פעשין דיזיינערס" ארבייטן אינאיינעם צו מאדערניזירן די נייען אינדוסטריע און האט שוין אוועקגעגעבן איבער 1.8 מיליאן דאלאר אין גרענטס פאר קאמפאניס זיך איינצוהאנדלן מער מאדערניזירטע מאשינעריי.

Credit: פיינע נייעס
א קוואל אינערהאלב די יאפאנעזע "שארפ" פירמע וועלכע פארבריצירט פארשידענע עלעקטראנישע געצייגן גיבט איבער אז די פירמע פלאנירט צו אינוועסטירן אזויפיל ווי 7 ביליאן דאלאר אין א שפאגל נייע פלענט אין די פאראייניגטע שטאטן אין די קומענדיגע פאר חדשים.

די באריכט קומט הארט בעפאר דער יאפאנעזע פריים מיניסטער שינזא עיב איז ערווארטעט אין די פאראייניגטע שטאטן אויף א באזוך ביי פרעזידענט טראמפ אין זיין פריוואטע מאר-א-לאגא רעזארט אין פלארידא וואו דער פריים מיניסטער איז ערווארטעט פארצושלאגן פארשידענע יאפאנעזע אינוועסטמענטס אין אמעריקע וועלכע קען אהערשטעלן אזויפיל ווי 700,000 נייע דזשאבס , יאפאן האפט מיט דעם צופרידנצושטעלן טראמפ און זיין "אמעריקע ערשט" פאליסי, דער פריים מיניסטער וועט אינאיינוועגס שפילן עטליכע רונדעס גאלף מיטן פרעזידענט.

Credit: פיינע נייעס
יאפאנעזע פירמע "שארפ" פלאנט צו עפענען א 7 ביליאן דאלארדיגע פאבריק אין די פאראייניגטע שטאטן - Via פיינע נייעס
באקומט די טעגליכע ״פיינע נייעס״ פון "JP Updates" אויף טעלעגראם.
http://ift.tt/2j136F9 - Via פיינע נייעס
טערקישע פאליציי האבן ארעסטירט 4 אייסיס טעראריסטן וועלכע זענען געווען אין די סאמע לעצטע פאזעס פון פלאנירן א ״סענזאציאנאלע״ טעראר אטאקע, ווי די פאליציי באאמטע האבן זיך אויסגעדרוקט. 24 זעלבסטמארד וועסטלעך זענען געטראפן געווארן אינעם היים פון די 4 טעראריסטן.

Credit: קול העולם
פרעזידענט טראמפ האט היינט אינדערפרי אטאקירט אויף טוויטער דעם דעמאקראטישן סענאטאר ריטשארד בלומענטאל. דאס קומט נאכדעם וואס בלומענטאל האט זיך נעכטן געטראפן מיט טראמפ׳ס סופרים קאורט נאמינירטער ניעל גורסאטש, און גורסאטש האט אים געזאגט אז ער איז ״דעמאראליזירט״ געווען צו הערן טראמפ׳ס אטאקע קעגן א פעדעראלן ריכטער וועלכער האט געאורטיילט קעגן טראמפ׳ס אימיגראציע שריט. אצינד היינט אינדערפרי שרייבט טראמפ אויף טוויטער אז בלומענטאל זאגט ליגנט איבער וואס גורסאטש האט אים געזאגט.

Credit: קול העולם
די אייסיס טעראר גרופע האט ארויסגעגעבן א מעסעדזש צו נעמען פאראנטווארטליכקייט פאר די 4 ראקעטן אטאקעס וואס זענען נעכטן דורכגעפירט געווארן אויף די שטאט אילת.

Credit: קול העולם
דער איד - בשלח

#DerYid for 2/10/2017 #Beshalach | #Yiddish | #Frontpage

Powered by t.me/Publications_MM - Via http://ift.tt/2k6VaUK
פרישער זיג פאר טראמפ: סעשאנס באשטעטיגט אלס אטוירני דזשענעראל - Via http://ift.tt/2kqjTPQ
וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט נעכטן אפגעהאלטן נאך א שטארקן זיג, ווען דער רעפובליקאנער סענאטאר, דזשעף סעשאנס, איז אפיציעל באשטעטיגט געווארן דורכ'ן סענאט אלס אמעריקע'ס נייער אטוירני דזשענעראל, און ער איז איינגעשוואוירן געווארן באלד נאכ'ן באשטעטיגט ווערן, ביי א ספעציעלער צערעמאניע.

די דעמאקראטן אינעם סענאט האבן געהאט געלייגט גרויס ווידערשטאנד קעגן סעשאנס'ס נאמינאציע, און צווישן אנדערן האבן זיי אויפגעברענגט פארשידענע פאקטן פון זיין פארגאנגענהייט, אריינגערעכנט דאס וואס מיט יארן צוריק איז סעשאנס באטראכט געווארן פאר א פעדעראלער ריכטער פאזיציע, אבער ער האט עס פארלוירן נאכדעם ווי דער סענאט האט געזאגט אז ער איז ראסיסטיש געשטימט.

אבער די רעפובליקאנער האבן אנגעוויזן אויף סעשאנס' רעקארד אלס סענאטאר, ווי ער האט פילמאל זיך אנגענומען פאר רעכטן פון שווארצע און גאר אסאך געטאן לטובת פארשידענע ציווילע רעכטן אישוס. די דעמאקראטן האבן פרובירט צו שטערן די נאמינאציע פראצעדורן פון סעשאנס, דורכדעם וואס די ליבעראלע סענאטארשע, עליזאבעט ווארען, האט זיך אויפגעשטעלט דינסטאג נאכט און געהאקט גאר שטארק קעגן סעשאנס. דער סענאט פירער מיטש מעקאנעל האט דאן דורכגעפירט א ספעציעלן פראצעדור צו פארדאמען אפיציעל סענאטארשע ווארען, וואס די פארדאמונג האט שפעטער געברענגט אז ליבעראלע גרופעס זאלן באצייכענען ווארען אלס א העלדין.

אפגעזען פון די אלע שיקאנירונגען, איז סעשאנס באשטעטיגט געווארן נעכטן נאכט אלס דער נייער אטוירני דזשענעראל, ווען 52 סענאטארן האבן געשטימט פאר אים און 47 סענאטארן האבן געשטימט קעגן אים, דאס הייסט אז בלויז איין דעמאקראטישער סענאטאר – סענאטאר דזשאו מענשין – האט געשטימט לטובת סעשאנס. די באשטעטיגונג פון סעשאנס איז נישט נאר א זיג פאר טראמפ מיט דעם וואס אצינד האט ער שוין זיין אטוירני דזשענעראל, נאר ס'איז אויך א סימבאליש-שטארקער זיג פאר טראמפ'ס באוועגונג, וויבאלד סעשאנס איז געווען דער סאמע ערשטער שטיצער פון טראמפ אינעם סענאט, און ער האט געהאלפן טראמפ פארמירן פילע פון די פאליסיס אין לויף פונעם קאמפיין.

Credit: Der Yid
על קאידא: סעפטעמבער עלעוון צוליב עזה - Via http://ift.tt/2lnRYEu
וואשינגטאן – נעכטן איז באריכטעט געווארן איבער א בריוו וואס דער מייסטערקאפ פון די ביטערע סעפטעמבער עלעוון אטאקעס, קאליד שעיך מוכאמעד, האט געשיקט אין יאנואר יאר 15' צום דעמאלטדיגן אמעריקאנער פרעזידענט אבאמא, אין וועלכן ער שרייבט אז די סיבה פארוואס על קאידא האט באשלאסן דורכצופירן די סעפטעמבער עלעוון טעראר אטאקעס און אנדערע טעראר אטאקעס איז געווען פשוט ווייל אמעריקע האט לאנגע יארן געשטיצט אונטערדרוקנדע פאליסיס קעגן מוסולמענער. ספעציפיש איז שאקירנד דאס וואס מוכאמעד שרייבט דארטן אינעם בריוו, אז צווישן די זאכן וואס האט געשטופט על קאידא דורכצופירן די אטאקעס איז געווען די בלינדע שטיצע וואס אמעריקע האט ארויסגעצייגט פאר די מיליטערישע ברוטאליטעטן וואס מדינת ישראל באגייט אין עזה, מיט אמעריקאנער שטיצע און הילף.

Credit: Der Yid
תימן קאאפערירט ווייטער איבער קאנטער-טעראריזם

צאנא – די תימנ'ער צענטראלע רעגירונג האט געזאגט, אז זי וועט ווייטער קאאפערירן מיט דער אמעריקאנער רעגירונג און די איבריגע מערב וועלט אינעם קאמף קעגן טעראר, און זי וועט געהעריג ערלויבן דאס אמעריקאנער מיליטער דורכצופירן קריטישע קאנטער-טעראריזם אפעראציעס אויף איר באדן. די דעקלעראציע איז געקומען נאכדעם וואס עס זענען ערשינען באריכטן איבער א שארפן מעסעדזש וואס די תימנ'ער רעגירונג זאל האבן געשיקט צו דער טראמפ אדמיניסטראציע צו סוספענדירן אלע נעווי סיעל אפעראציעס אין תימ,ן אלס רעזולטאט פון דער דורכגעפאלענער מיסיע מיט צוויי וואכן צוריק וועלכע האט געקאסט אסאך לעבנס פון אומשולדיגע ציווילע. אבער תימן זאגט אז די באריכטן זענען נישט אמת, און דאס אמעריקאנער מיליטער קען ווייטער אנגיין מיט זייערע אפעראציעס.

Credit: Der Yid
רוסלאנד'ס פרישע מיסיל שיפמענט פאר סיריע

וואשינגטאן – פענטאגאן באאמטע האבן נעכטן באשטעטיגט, אז דאס רוסישע רעגירונג האט נארוואס געשיקט א פרישן שיפמענט פון מיסילס פאר'ן סירישן מיליטער, וואס ווערט באצייכנט אלס די סאמע גרעסטע שיפמענט פון ווען עס האט זיך אנגעהויבן די קאאפעראציע צווישן די צוויי לענדער. עס באנייעט זארגן אינעם פענטאגאן, אז ס'איז בכלל נישט ווי אסאד מאכט עס אויסזען, כאילו די בירגער קריג קומט צו אן ענדע, נאר ער גרייט זיך פאר פרישע אפענסיוועס. דער פרישער שיפמענט פון רוסישע מיסילס באשטייט פון פופציג "עס-עס-21" באליסטישע מיסילס, וועלכע קען פליען אזוי ווייט ווי הונדערט מייל, און דאס רוסישע מיליטער האט אין די לעצטערע מאנאטן פילמאל גענוצט די מיסילס אין אטאקעס קעגן סירישע אנטי-אסאד רעבעלן, און לויט באריכטן פון מענטשן-רעכט אקטיוויסטן אין סיריע, האט דאס רוסישע מיליטער בלויז 2 טעג צוריק אריינגעשאסן צום אידליב פראווינץ – וואו עס געפונען זיך נאך אסאך רעבעלן – עטליכע פון די אויבנדערמאנטע מיסילס, און אויך 4 פון די "עס-עס-26" מיסיל וועלכע קען טראגן אויף זיך נוקלעארע וואפנס.

Credit: Der Yid
הויכע סעלמאן פרייזן אפעקטירן היימישע מארקעט - Via http://ift.tt/2k7Jqw7
ברוקלין – אן אינטערעסאנטער באריכט אנאליזירט ווי ס'האט זיך געשאפן אן ערנסטער פראבלעם ביים היימישן עולם אין ניו יארק, ווען די פרייזן פון סעלמאן פיש זענען גאר שטארק געשטיגן, אויף אזוי ווייט אז עטליכע שמחה זאלן אין ניו יארק האבן אנגעהויבן ווארענען בעלי שמחה, וואס באשטעלן סעלמאן פיש, אז די פרייזן זענען געשטיגן זייער הויעך און מען זאל זיכער מאכן אז מען קען זיך עס טאקע ערלויבן. לויטן באריכט, איז די סיבה צו די פרייזן שטייגונג א רעזולטאט פון א ים-לייז אויסברוך, וואס האט זיך אנגעהויבן אין די וואסערן פון סקאטלאנד און נארוועגיע, צוויי לענדער וועלכע זענען די וועלט'ס גרעסטע עקספארטירער פון סעלמאן פיש, און דאס אינפעקטירט סעלמאן פישלעך ביז אזוי ווייט ווי טשילע, אויך א גרויסע סעלמאן פיש עקספארטירער. קוקנדיג אויף די ציפערן פונעם "נעסדעק" אויפ'ן סטאק מארקעט, וואס די פיש מארקעט ווערט דארטן געהאנדלט, איז די סופליי פון סעלמאן פיש געפאלן מיט 8 פראצענט אין די לעצטע 3 מאנאטן, און אלס רעזולטאט זענען פרייזן געשטיגן מיט 15 פראצענט אין זעלבן צייט אפשניט.

Credit: Der Yid
בעיל אפגעשטופט פאר מערדער פון ר' מנחם שטארק ע"ה הי"ד

ברוקלין – דער בעיל הירינג פאר דריי פערשוין וועלכע ווערן אנגעקלאגט אין שפילן א ראלע אינעם ברוטאלן מארד פון הרה"ח ר' מנחם שטארק ע"ה הי"ד, איז אפגעשטופט געווארן מיט נאך עטליכע וואכן. 2 פון די דריי, ערסקין פעליקס און קענדאל פעליקס, זענען ארעסטירט געווארן פארלאפענעם חול המועד סוכות, און דער דריטער, אירווין הענרי, איז ארעסטירט געווארן מיט עטליכע וואכן צוריק, נאכדעם וואס די ניו יארק סיטי פאליציי דעטעקטיווס האבן באוויזן צו זאמלען גענוג באווייזן און אינפארמאציע זיי צו קענען קלאגן און שטעלן פאר א פראצעס. למעשה האט מען נעכטן געהערט אז די דריי האבן נאכנישט באקומען זייער הירינג איבער מעגליך פרייגעלאזט ווערן אויף בעיל ביז ווילאנג זייער פראצעס וועט זיך אנהייבן, און נעכטן האבן ברוקלינער געריכט באאמטע געזאגט אז דער בעיל הירינג וועט ערשט פארקומען אום מערץ 8, און דערווייל בלייבן די דריי אונטער גראטעס. אויסער די 3 האט א פערטער, קענדעל פיליקס, געשפילט א ראלע אינעם מארד, און ער איז שוין דורך זיין פראצעס און דערקלערט געווארן שולדיג. ער ווארט נאך אויף זיין טורמע אורטייל.

Credit: Der Yid
גורסאטש באקלאגט זיך איבער טראמפ קאמענטארן - Via http://ift.tt/2kvIMvL
וואשינגטאן – נעכטן האט מען געהערט מיט איבערראשונג גאר שארפע אויסדרוקן פונעם טראמפ-נאמינירטן סופרים קאורט ריכטער, ניעל גורסאטש, קעגן דעם וואס טראמפ האט אין לויף פון דער וואך אראפגעריסן און געטשעפעט א פעדעראלן ריכטער וועלכער האט ארויסגעשטעלט א בלאקאדע קעגן טראמפ'ס עקזעקוטיוו ארדער איבער אימיגראציע און פליטים. גורסאטש האט שוין אנגעהויבן ארומגיין אין קעפיטאל הילל זיך צו טרעפן מיט פארשידענע סענאטארן און אויפטרייבן זייער שטיצע פאר זיין נאמינאציע, און היינטיגן מיטוואך ביים זיך טרעפן מיטן דעמאקראטישן קאנעטיקוט סענאטאר, ריטשארד בלומענטאל, האט מען אנגעפרעגט גורסאטש וואס ער זאגט צו דעם אז טראמפ האט אזוי שארף געטשעפעט און אוועקגעמאכט דעם סיאטעלער פעדעראלער ריכטער, דזשעימס ראובארט, וועלכער האט געאורטיילט קעגן טראמפ'ס אימיגראציע עקזעקוטיוו ארדער. האט גורסאטש רעאגירט, אז טראמפ'ס אטאקע אויפן ריכטער איז "דעמאראליזירנד און אנטוישנד". ווי פאליטישע אנאליסטן זאגן, איז דאס ווארשיינליך א שריט פון גורסאטש צו געווינען די שטיצע פון דעמאקראטישע סענאטארן.

Credit: Der Yid