Yiddish Music Lyrics
2K subscribers
1 photo
1 video
622 links
Lyrics From Yiddish Song's

• For The Songs:
@Yiddish_Music_Playlist

• Our Exclusive Lyrics Search Bot:
@YM_Search_bot
Download Telegram
🎧 הזכירו
🎙 #חיים_מרדכי_פייערווערגער
💿 סינגל
חיים מרדכי פייערווערגער

הזכירו לפניו השמיעו לפניו
תורה ומעשים טובים
תורה תורה תורה ומעשים טובים
של שוכני עפר.

הזכירו לפניו השמיעו לפניו
תורה ומעשים טובים
תורה תורה תורה ומעשים טובים
של שוכני עפר.

יזכור יזכור אהבתם
ויחיה ויחיה זרעם
שלא תאבד שארית יעקב
שלא תאבד שארית ישראל.

יזכור יזכור אהבתם
ויחיה ויחיה זרעם
שלא תאבד שארית יעקב
שלא תאבד שארית ישראל.


מענטשן וואס מיר האבן פארלוירן
טרערן רינען פון די אויגן
נשמות וואס האבן באלאכטן די וועלט
באשעפער נעם שוין און זכרון
וואס זיי האבן געטון די אלע יארן
מיט זייער תורה האסטו זיך געקוועלט.

מיר ווארטן שוין לאנג אויף משיח
ער וועט קומען שנעל און גיך
מיר וועלן הערן די גוטע בשורה
דאן וועלן מיר אלע אינאיינעם
נערים עים זקנים
צום באשעפער זינגן שירה.

הזכירו לפניו השמיעו לפניו
תורה ומעשים טובים
תורה תורה, תורה ומעשים טובים
של שוכני עפר.

הזכירו לפניו השמיעו לפניו
תורה ומעשים טובים
תורה תורה תורה ומעשים טובים
של שוכני עפר.

יזכור יזכור אהבתם
ויחיה ויחיה זרעם
שלא תאבד שארית יעקב
שלא תאבד שארית ישראל.


און מירון צו רבי שמעון
די גאנצע וועלט געקומען
זיך מיט פרייען ביומא דהילולה
דאס הארץ איז געווארן צו נומען
אזויפול אידן אומגעקומען
מיט טרערן אונגעפילט די קריגעלע.

עס איז שוין צייט פאר די גאולה
בוי אויף עיר על תעולה
והראנו בבנינו
א סוף צו די אלע צרות
אוי טאטע האב שוין רחמנות
וכונן מקדשך אל מכונו.

יזכור יזכור אהבתם
ויחיה ויחיה זרעם
שלא תאבד שארית יעקב
שלא תאבד שארית ישראל.


🎧 ניגון 🎧

Credit: @Yiddish_music_Lyrics
🎧 בערל - אורה
🎙  #מאטי_אילאוויטש
💿 סינגל
מאטי אילאוויטש

די נאמען ווייסט איר גוט אליין
די ארגאנעזאציע און די קאמפיין
וואס אורה טוט אויף איבער די וועלט איז דאך ברייט באקאנט
מקבץ נדחי עמו ישראל
קירוב רחוקים אן צאל
שטרעקט א האנט
באלייכט און באשיינט
תורה פארשטאנד
איבערן האריזאנט.

מורי ורבותי
מוצ"ש בחוקותי
קומט פאר די וועלט בארימטן גורל ווי יעדעס יאר די יערליכע
א מעכטיג אקשען צאמגעשטעלט
געשאנקען
געדאנקען
איינס אין די וועלט
כל מני פרייזעס
אלע סייזעס
מתנות און רייזעס
ווערד סכומים שווערליכע.

"לאמיר נישט די ליפן קייען
די בלעטעלעך פון בוכל טוט'ס נאר דרייען
עס ממש איז א חוב צו שטיצן ס'פילט זיך גאר התחייבו'ש
פייבוש גיט זיך זיך א קוק ארום
בלויז 5$ איז די סכום
איך בעט אייך, האלט אייך נישט רואיג
שרייט פייבוש."

פאר 5$ פון אייערע הענט
צאלן מיר אייער מארטגעזש און רענט
רייזעס פליען איבער די וועלט אלעס ערשט-קלאסיג
די פינף דאלערדיגע'ן צאל
קען זיך דאפלען צענדליגע מאל צו 5 טויזענט
7 טויזענט
18, און צו 36.

א נייע ווען א פרישע קאר
שכר לימוד? מיר צאלן דעם שכר
אויסרישן די דירה פונדאסניי קיין קלייניגקייט לכאורה
א זעלטן זכיה פריוואט נאר
באזוכן די גרעסטע גדולי הדור
5 דאלער קענט איר אויך געווינען אן אייגן ספר תורה.

"לאמיר נישט די ליפן קייען
די בלעטעלעך פון בוכל טוט'ס נאר דרייען
האלטס אייך נישט צוריק פון קויפן
ניין ניין ואל-יבוש
פייבוש גיט זיך זיך א קוק ארום
בלויז 5$ איז די סכום
איך בעט אייך
האלט אייך נישט רואיג
שרייט פייבוש."


500 יעדן חודש
8 טויזענט אויפן זומער
10 לכבוד א שמחה
צו 15 אויף צו אינוועסטן.

3000 אויף ספרי קודש
יעדן יו"ט באצאלן טו מיר
און 2 טויזענט פאר יעדען אין די משפחה פונעם קלענסטן ביזן גרעסטן.

און פארן אשת חיל אויך
א נייעם לייכטער שוין מ'ברויך
איר לאזן גיין שאפינג מיט א קארטעלע אנגעפילט מיט מאות
געווינט גאר א נייעם קאך
צירונגן גענוג און נאך
און סוף כף סוף וועט אויסקומען אז אורה העלפט אויך אין שלות בית.

"לאמיר נישט די ליפן קייען
די בלעטעלעך פון בוכל טוט'ס נאר דרייען
איר קענט געווינען אלס וואס ליגט אויפן הארץ מחשבות בלב-איש
פייבוש גיט זיך זיך א קוק ארום
בלויז 5$ איז די סכום
איך בעט אייך
האלט אייך נישט רואיג
שרייט פייבוש."

🎧 ניגון 🎧

Credit: @Yiddish_music_Lyrics
🎧 רייד מיט מיך
🎙  #שאולי_גראסמאן
💿 סינגל
שאולי גראסמאן

קען זיין איך בוי מיר א הויז טיף אין די הימלען
וועק דיך אויף שאולי ס'איז צייט צו אראפקומען
קען זיין די וועג וועט אין ערגעץ נישט אנקומען.

Ride with me
אן קיין חשבון און אן א ציל
So Ride with me cruise chill
קום פאר מיט מיר.


שאולי לאאן דיך אן אויפן לינקע זייט
צינד עס אן לאז ארויס שטייט
לעש אויס די לייטס
סבעסער שטיל
נעטפליקס אין טשיל
איבער גענוג צייט.

מארגן וועט קומען די זעלבע שטותים
זעלבע זאך נאכאמאל ס'בטול בשישים
כל הקהל הקודש קען זיך קישן
אלע בעלי חובות זיך אינטערווישן.

פעיס עס
שלעפ עס
צום געזינט
פלי אוועק ווי בלעטעלעך
אין די ווינט
שטאטעליך ווי כוואליעס
וואסער רינט
ציביסעליך ווי פישעליך
אין ים משווימט.

Ride with me
אן קיין חשבון אין אן א ציל
So Ride with me cruise chill
קים פאר מיט מיר.


Maybe I'm building a castle in the sky
Drifting away like the clouds of our days gone by
Maybe the song in my head is a lullaby.

Ride with me
אן קיין חשבון אין אן א ציל
.

לאאן דיך אן אויפן לינקע זייט
א לילקע שלעפ פלי אוועק ווייט
אלעקסיי וועט זיין די בעל הגלה
די שר המשקים די פוסר חלום.

וואפס, די ארענדער צום רבי געפארן
גאלדענע רענדלעך קען ער נישט באצאלן כא כא כא די רויבער צולאכט
די פריץ געפייגערט די נעקסטע נאכט מאשקע איז פרייליך לחיים זינגט
ביזן קרעטשמע דארף א איד אויך א טרינק.

לאז עס ציגיין לאז עס צירי מיזט נישט פארשטיין
just ride with me.

Ride with me
אן קיין חשבון אין אן א ציל
So Ride with me
אן קיין חשבון אין אן א ציל
.

Maybe I'm building a castle in the sky.

🎧 ניגון 🎧

Credit: @Yiddish_music_Lyrics
🎧 מלאכים
🎙 #בערי_וועבער
💿 פארברענג 2

מלאכים הקדושים
אויבן דארט במרומים
איך פרעג פון אייך א שאלה
וואס האט נישט קיין ענטפער
די באשעפער האט מיר געגעבן
וואס צו עסן און ווי צו וואוינען
און פאר זיין אייגן הויז איז ער נישט קיין קעמפער.

מלאכים הקדושים
אויבן דארט במרומים
איין פראגע'לע מיט א פארווייטאגט הארץ
השם האט אונז געגעבן א וועלט וואס שמייכלט צו אונז און לאכט
אבער פאר זיך דארט אויבן ער זיצט און טינקל שווארץ.

מלאכים הקדושים
אויף אונז אונז אידן קוקט אייך אים
אונזער תפילות ברענגט ענק נאנטער
קינדער גבוהים ורמים
אוהבי השם אהבת תמים
מיר האבן איין פאטער.

מלאכים הקדושים
בעהטס פאר אונז במרומים
עפען די טיר מיט דעם שליסל
מלאכים הקדושים
נעמסט ארויף אונזער תחנונים
ווייל פון טרערן פול איז די שיסל.


מלאכים הקדושים
אויף אונז אונז אידן קוקט אייך אים
אונזער תפילות ברענגט ענק נאנטער
קינדער גבוהים ורמים
אוהבי השם אהבת תמים
מיר האבן איין פאטער.

מלאכים הקדושים
בעהטס פאר אונז במרומים
עפען די טיר מיט דעם שליסל
מלאכים הקדושים
נעמסט ארויף אונזער תחנונים
ווייל פון טרערן פול איז די שיסל.

מלאכים הקדושים.

🎧 ניגון 🎧

Credit: @Yiddish_music_Lyrics
🎧 קרעטשמע
🎙  #דובי_מייזעלס
💿 סינגל
פינקי וועבער

דער הייליגער רבי מאיר פרמישלאנער האט אמאל געזאגט

ריבונו של עולם של עולם
כאטש די זמן הגאולה איז נאך נישט דא
אבער ריבונו של עולם של עולם.

ריבונו של עולם של עולם
כאטש די זמן הגאולה איז נאך נישט דא
אבער ריבונו של עולם של עולם.

ביזן קרעטשמע דארף מען אויך א טרינק
ווייל די גרויסע גלות איז דאך גארנישט גרינג
אוי ריבונו של עולם של עולם.

ביזן קרעטשמע דארף מען אויך א טרינק
ווייל די גרויסע גלות איז דאך גארנישט גרינג
אוי ריבונו של עולם של עולם.


דער הייליגער רבי מאיר פרמישלאנער האט אמאל געזאגט

ריבונו של עולם של עולם
כאטש די זמן הגאולה איז נאך נישט דא
אבער ריבונו של עולם של עולם.

ביזן קרעטשמע דארף מען אויך א טרינק
ווייל די גרויסע גלות איז דאך גארנישט גרינג
אוי ריבונו של עולם של עולם.

ביזן קרעטשמע דארף מען אויך א טרינק
ווייל די גרויסע גלות ווערט דאך גארנישט גרינג
אוי ריבונו של עולם של עולם.


לא עת האסף המקנה
כאטש די צייט איז נאכנישט דא
הארציגער טאטע די געב אונז שוין
ווייל ווער נאך ווי א טאטע אליין ווייסט
וואס איז פאר זיין קינד די איינציגסטע טרייסט
השקו הצאן.

ביזן קרעטשמע דארף מען אויך א טרינק
ווייל די גרויסע גלות איז דאך גארנישט גרינג
אוי ריבונו של עולם של עולם.

ביזן קרעטשמע דארף מען אויך א טרינק
ווייל די גרויסע גלות איז דאך גארנישט גרינג
אוי ריבונו של עולם של עולם.


ביזן קרעטשמע דארף מען אויך א טרינק.

🎧 ניגון 🎧

Credit: @Yiddish_music_Lyrics
🎧 יתומים היינו
🎙 #זיינוויל_וויינבערגער
💿 מן השמים
ליפא שמעלצער

איך קוק אויף די ליכט
איך זעה דיין געזיכט
איך טוה זיך דערמאנען
דו ביסט דא געשטאנען
אלץ האנט ביי האנט
מער נישט צוזאם
עס בלייבט נאר די פלאם
פון ליכט בין איך דער צינדער
מיר און אלע קינדער
די נשמה דאן דא שיינט.

כאטש כ'האב דיר געשעצט
זעה איך ערשט יעצט
וואס באדייט א יתום
נישטא די נכסים
פילן דיין פלאץ
די וואונדען טיף שניידט
מען בענקט וואס געהאט
אויף די ווענט און דירה
זיכט מען נאך דין צורה
כאטש נאך איינמאהל קום פון ווייט.

יתומים היינו
ואין ואין ואין אב
אבינו אבינו
טאטי ווען וועקסטו זיך אויף
ביי תחיית המתים
נאכאמאהל און אונזער וואוין
ווען זעהט מען דיך שוין.


אזוי אויך איז כלל ישראל
פון איין טאטע יעדער שטאמט
די מצב איז זייער שמאל
דאס קינד ווערט כסדר פארדאמט
סאיז טינקל דאך פון ווייט איך שפיר
די האלטסט מיך מיט א ווארעם האנט
איך בענק צו דיר.

שכינה שכינה
די כתר כהונה
ליגט אליין פאריתומ'ט
נישט עולות נישט כבשים
אן א מנורה.

די לחם הפנים
חושן אבנים
די גאלדענע מזבח
וויינט אויך און די הייעך
ווי זענען די קטורת.

יתומים היינו
ואין ואין ואין אב
אבינו אבינו
ווען ווען וועקסטו אונז אויף
אויף תחיית המתים
נאכאמאהל און אונזער וואוין
ווען זעהט מען זיך שוין.


פארווארפען איז כלל ישראל
פון איין טאטע יעדער שטאמט
די מצב איז זייער שמאהל
דער איד ווערט כסדר פארדאמט
סאיז טינקעל דאך פון ווייט איך שפיר
די האלטסט מיך מיט א ווארעם האנד
איך בענק צו דיר.

יתומים היינו
ואין ואין ואין אב
אבינו אבינו
ווען ווען וועקסטו אונז אויף
אויף תחיית המתים
נאכאמאהל און אונזער וואוין
ווען זעהט מען זיך שוין.


די האלטסט מיך מיט א ווארעם האנד
איך בענק צו דיר, טאטע, ווען קומסטו צוריק.


🎧 ניגון 🎧

Credit: @yiddish_music_lyrics
🎧 באלייכטן
🎙 #נותי_פוקס
💿 סינגל
נותי פוקס

זאלסט וויסן מיין קינד
יעדע גוטע זאך וואס די טוסט אויף די וועלט
צינד אן א לעכטעלע
זאלסט וויסן מיין קינד
יעדע גוטע זאך וואס די טוסט אויף די וועלט
צינד אן א לעכטעלע
צינד אן א לעכטעלע.

זאלסט וויסן מיין קינד
יעדע גוטע זאך וואס די טוסט
צינד אן א לעכטעלע
זאלסט וויסן מיין קינד
יעדע גוטע זאך וואס די טוסט אויף די וועלט
צינד אן א לעכטעלע
צינד אן א לעכטעלע.

די קענסט באלייכטן דיין וועלט
די קענסט באלייכטן אויך יענעמ'ס וועלט
די קענסט יא די קענסט אויפלייכטן די גאנצע וועלט.

די קענסט באלייכטן דיין וועלט
די קענסט באלייכטן אויך יענעמ'ס וועלט
די קענסט מיין קינד די וועסט אויפלייכטן די גאנצע וועלט.


זאלסט וויסן מיין קינד
יעדע גוטע זאך וואס די טוסט אויף די וועלט
צינד אן א לעכטעלע
זאלסט וויסן מיין קינד
יעדע גוטע זאך וואס די טוסט אויף די וועלט
צינד אן א לעכטעלע
צינד אן א לעכטעלע.

די קענסט באלייכטן דיין וועלט
די קענסט באלייכטן אויך יענעמ'ס וועלט
די קענסט יא די קענסט אויפלייכטן די גאנצע וועלט.

די קענסט באלייכטן דיין וועלט
די קענסט באלייכטן אויך יענעמ'ס וועלט
די קענסט מיין קינד די וועסט אויפלייכטן די גאנצע וועלט.


די טינקל פינסטערע נעכט
ווען די פילסט אזוי שוואך צומישט און שלעכט
מיין קינד דו קענסט עס אלץ באלייכטן
מיט איין קליין גוטע זאך צינדסטו אן די לעכט.

א גוט ווארט און א שמייכל אויך מ'מעג
מיט דיין לעכט וועט יענער טרעפן זיין וועג
פאר הייביג אויפלייכטן דיין ברודער'ס נעכט
און אזוי שיין באשיינען זיינע טעג.

די קענסט באלייכטן דיין וועלט
די קענסט באלייכטן אויך יענעמ'ס וועלט
די קענסט יא די קענסט אויפלייכטן די גאנצע וועלט.

די קענסט באלייכטן דיין וועלט
די קענסט באלייכטן אויך יענעמ'ס וועלט
די קענסט מיין קינד די וועסט אויפלייכטן די גאנצע וועלט.


🎧 ניגון 🎧

Credit: @Yiddish_music_Lyrics
🎧 קער מיך צוריק
🎙  #מאטי_אטיאס
💿 סינגל
מאטי אטיאס

חברה לאמיר זאגן פון הארץ ארויס.

ס'איז טינקל אין די נאכט מיט בענקעניש הייב איך אן זינגען
ווען איך דערמאן זיך פון דעי צייטן עס טוט אין מיין קאפ קלינגן
טאטע איך וויל זיין קענעקטעט צו דיר אוי
טאטע איך וויל זיך צוריקקערן צו דיך אוי.

אין די טינקל אין די נאכט מיט בענקעניש הייב איך אן זינגען
ווען איך דערמאן זיך פון דעי צייטן עס טוט אין מיין קאפ קלינגן
טאטע איך וויל זיין קענעקטעט צו דיר אוי
טאטע איך וויל צוריקקומען צו דיר אוי.

השיבנו השם אליך ונשובה חדש ימינו כקדם
השיבנו השם אליך ונשובה חדש ימינו כקדם.


פארפארן אויף א וועג נישט געמיינט איך בין ווייט פארקראכן
געוואלט זיין וואויל אבער כ'האב מיך אביסל צובראכן
טאטע איך וויל זיין קענעקטעט צו דיר אוי
טאטע איך וויל זיך צוריקקערן צו דיר אוי.

פארפארן אויף א וועג נישט געמיינט איך בין ווייט פארקראכן
געוואלט זיין וואויל אבער כ'האב מיך אביסל צובראכן
טאטע איך וויל זיין קענעקטעט צו דיר אוי
טאטע איך וויל צוריקקומען צו דיר אוי.

השיבנו השם אליך ונשובה חדש ימינו כקדם
השיבנו השם אליך ונשובה חדש ימינו כקדם.


השיבנו השם אליך ונשובה חדש ימינו כקדם.

טאטע קער מיר שוין צוריק צו דיר.

🎧 ניגון 🎧

Credit: @Yiddish_music_Lyrics
🎧 משכינו
🎙 #יואלי_קליין
#ישעי_גראס
#שלומי_ברנשטיין
💿 סינגל
ישעי' גראס

ברודער זיסער זאלסטו וויסן און געדענקן
אז מה דאך א בהמה קען מען קונה זיין מיט משיכה
על אחת כמה וכמה א אידיש קינד א בן מלך
וועט די אייבערשטער קונה זיין מיט משיכה.


משכינו משכינו אחריך נרוצה
משכינו אחריך נרוצה
משכינו משכינו אחריך נרוצה
משכינו אחריך נרוצה.

משכינו משכינו אחריך נרוצה
משכינו אחריך נרוצה
משכינו משכינו אחריך נרוצה
משכינו אחריך נרוצה.

משכינו משכינו נאך אזעלכע קלעפ
הייליגער באשעפער גיב אונז נאר א שלעפ
און פון אלע הויפן וועט מער דיר נאכלויפן
נגילה ונשמחה בך.

משכינו משכינו נאך אזעלכע קלעפ
הייליגער באשעפער גיב אונז נאר א שלעפ
און פון אלע הויפן וועט מער דיר נאכלויפן
נגילה ונשמחה בך.


משכינו משכינו משכינו אחריך נגילה ונשמחה בך
משכינו משכינו משכינו אחריך נגילה ונשמחה בך.

משכינו משכינו אחריך נרוצה
משכינו אחריך נרוצה
משכינו משכינו אחריך נרוצה
משכינו אחריך נרוצה.

משכינו משכינו נאך אזעלכע קלעפ
הייליגער באשעפער גיב אונז נאר א שלעפ
און פון אלע הויפן וועט מער דיר נאכלויפן
נגילה ונשמחה בך.


הייליגער באשעפער עפן אונזערע הערצער
הייליגער באשעפער שיין אריין אין דיינע קינדערלעך דעם אור הגנוז
מ'זאל שוין קענען זעהן דיינע גרויסע חסדים.


הייליגע באשעפער שיין אריין אין מיין הארץ
הייליגע באשעפער מאך לעכטיג מיינע אויגן
הביאני המלך חדריו נגילה ונשמחה בך.

הייליגע באשעפער שיין אריין אין מיין הארץ
הייליגע באשעפער מאך לעכטיג מיינע אויגן
הביאני המלך חדריו נגילה ונשמחה בך.

משכינו משכינו אחריך נרוצה
משכינו אחריך נרוצה
משכינו משכינו אחריך נרוצה
משכינו אחריך נרוצה.

איז הייליגע באשעפער שיין אריין אין מיין הארץ
הייליגע באשעפער מאך לעכטיג מיינע אויגן
הביאני המלך חדריו נגילה ונשמחה בך.

הייליגע באשעפער שיין אריין אין מיין הארץ
הייליגע באשעפער מאך לעכטיג מיינע אויגן
הביאני המלך חדריו נגילה ונשמחה בך.

🎧 ניגון 🎧

Credit: @Yiddish_music_Lyrics
🎧 פאראייניגט
🎙 #יעקב_יצחק_וויינגארטן
💿 סינגל
סענדי קאהן

איי עס איז שווער
איך פארלאז א טרער
וויפיל צרות מ'מאכט מיט
פארגאסן אזויפיל בלוט.

אין שפיטאל פארשוואכט
מיט מגיפות מ'שמאכט
א שידוך מ'טראכט
אויפבויען א אייגן הויז.

טראגעדיעס אזוי סאך
איך בין שוין שוואך
איך שטיי שוין נישט גלייך
נעם אונז שוין ארויס
דעיס דרוך טראגן ווי מעגליך
וויזוי האלט מען עס אויס.

פאראייניגט די האלט דיר
נאר אזוי איך האלט מיר
צוזאמען האלטן מיר זיך אוי.


יא עס איז שווער
מ'קען נישט אונגיין מער
איך פאל צוזאם איך קלער
אבער עפעס הער
די ביסט קיינמאל נישט אליין
מיר זענען אלע איינ'ס
צוזאמען ווען מען קלאגט
ביז דרוך מען טראגט.

ווען ס'איז א ציבור
חצי נחמה
מיין חבר ער נעמט מיר איבער
מיר זענען איין נשמה
נאר אזוי
כ'טו גענוי
אוי אשרי לו.

פאראייניגט די האלט דיר
נאר אזוי איך האלט מיר
צוזאמען האלטן מיר זיך אוי.


די האלט דיך
איך האלט מיך
אינאיינעם צוזאמען מיר האלטן זיך.

פאראייניגט די האלט דיר
נאר אזוי איך האלט מיר
צוזאמען האלטן מיר זיך אוי.


🎧 ניגון 🎧

Credit: @Yiddish_music_Lyrics
🎧 א בריוו
🎙 #מיכאל_שניצלער
💿 סינגל
הערשי וויינבערגער

איך וויל
א בריוול
פאר ענק יעצט שרייבן
פין אויבן
במרומים
איך קען מער נישט פארבלייבן
איך שרייב שוין פון עולם הבא.

ביים בית דין של מעלה
בין איך שוין געשטאנען
אבער יעצט
פון מיינע עלטערן
איך טו מיך דערמאנען
נישט מיט מיינע הענט
נאר מיין נשמה שרייבט דא.

ס'קומט מיר צוריק אין זכרון
פון ווען איך בין געבאָרן
האט עטס מיר געגעבן בלויז ליבשאפט און ווארעמקייט
וויאזוי א יוד דארף זיך פירן
א צווייטן מאכן גוט שפירן
נישט געווען קיין צייט צו געזעגענען
יעצט זעמער שוין געשיידט.

טאטע מאמע
עטס פרעגטס מסתמא
על מה עשה ה' ככה
בלייבטס ווייטער גלייבן
מיט אמונה זיך אויפהייבן
און האלטס ענק שטארק מיט די גאנצע משפחה.

טאטע מאמע
עטס וויינטס מסתמא
עטס האטס דאך געגעבן דאס גאנצע לעבן פאר מיר
כ'קען ענק נישט דאנקען
פאר די אלע געשאנקען
כ'וועל געדענקען און בעטן פאר ענק
אן א שיעור.

ווען כ'בין דא אין הימל ארויפגעקומען
זענען מיר די אבות אנטקעגן געקומען
אנטקעגן געקומען מיט א לעכטיג שמייכל
מלאכים מיט שרפים
מיט פרייד יעדער טוט שטיין
א גרויסע הייליגע נשמה איז געקומען פון די וועלט צו גיין
טאטי מאמי איך געפון מיך דא אינעם שענסטן היכל.

הלוואי וואלט עטס געוואוסט וואס עס טוט מיינען
ווען איך קוק צו ווי עטס טוטס וויינען
כ'וואלט געוואלט מיט ענק זיין נאכאיינמאל באקומען א קוש
כאטש כ'בין יעצט אין די העכסטע היכלות
מיין פלאם ביי ענק אין שטוב אלעמאל-איז
גייטס ווייטער אן און ענקערע טרערעלעך אפווישט.

טאטע טאטע
עס בלייבט מיט מיר ווייטער
ווען דו האסט מיט מיר געלערנט און געשאנקען דיין גאנצער צייט
טאטי טאטע
די לעכטיגע זכרונות
קענסט זיין זיכער אז מיין תיקון האב איך שוין אויף די וועלט געהאט.

מאמי מאמע
מיר זענען פארבינדען צוזאמען
ביי דיינע שבת'דיגע סעודות וועל איך אלעמאל זיין
כ׳בעט דיך וויין נישט וויין נישט
מאמי דו ווייסט אליין נישט
איך בלייב מיט ענק אין א יעדע זמן.

איך בלייב ענקער קינד
פאר מיין נשמה׳לע א לעכטעלע צינדט
האטס מיר אייביג אינזין
שרייב איך אונטער אצינד
ענקער טייער ליבער קינד.

🎧 ניגון 🎧

Credit: @Yiddish_music_Lyrics
🎧 א מאמע'ס בריוו
🎙 #אברמי_שפילמאן
💿 סינגל
געצי בערקאוויטש

הייליג און שיין
שיינדי מיין
דארט מיט די הערליך ווייסע קלייד טוסטו שטיין.

It's hard to believe
Your little shoes you leave
Walking down the aisle
With a smile
Your new life to start
But you will always be in my heart.

א מאמע'ס הייסע טרערן ווייט ס'גייט
אויף אייביג זאל זיך ציען דיין גאלדן קייט
אפילו פון מיין הויז ארויס מ'גייט
די זיסע ווארעמקייט
איבעראל באגלייט
וואו דו זאלסט נאר זיין
בלייבסטו שיינדי מיין.


צום חופה טרעט
פון די זייט, איך בעט
אבער פול מיט דאנק
פאר די נחת מ'זעט.

מזל טוב שרייט
פרייליכערהייט
ווער קען באשרייבן
א מאמע'ס פרייד
יעצט צום טאנצן שוין גרייט.

א מאמע'ס הייסע טרערן ווייט ס'גייט
אויף אייביג זאל זיך ציען דיין גאלדן קייט
אפילו פון מיין הויז ארויס מ'גייט
די זיסע ווארעמקייט
איבעראל באגלייט
וואו דו זאלסט נאר זיין
בלייבסטו שיינדי מיין.


ווען דיין טאג דו האסט
טרערעלעך דו לאזט
בעט אויך פאר טאטי און מאמי האב אינזין
ווען כוחות פארמאגסט
קאפיטלעך דו זאגטס
אין דיין געדאנק שיינדי לייג אונז דערין
ווייל אין מיינע אלץ דו ביסט.

א מאמע'ס הייסע טרערן ווייט ס'גייט
אויף אייביג זאל זיך ציען דיין גאלדן קייט
אפילו פון מיין הויז ארויס מ'גייט
די זיסע ווארעמקייט
איבעראל באגלייט
וואו דו זאלסט נאר זיין
בלייבסטו שיינדי מיין.

🎧 ניגון 🎧

Credit: @Yiddish_music_Lyrics
🎧 מיין ראש ישיבה
🎙 #מענדי_טווערסקי
💿 סינגל
יואל בנימין ווייס

א טרער נאך א טרער
איך שטיי דא ביים פארהער
אין ישיבה לא נתקבל, קומסטו נישט אריין.

שווער ס'איז זייער שווער
איך וויין אן אויפהער
אין דעם סביבה, זאלסטו מער נישט זיין.

איך בין טאקע נישט קיין מציון
איך קען נישט לערנען קיין עיון
אבער איך בין א איד
א נשמה פון כסא הכבוד.

צו טוהן מצוות איך וועל זיך באמיען
די גאלדענע קייט ווייטער ציען
מיט א יעדע גליד
איך וויל זיין א עובד השם.

ראש ישיבה פארוואס
פארוואס טוט איר דאס
וויאזוי האט איר דאס הארץ מיך ארויסווארפן אן קיין געפיל.

הנהלה פארוואס
פארוואס טוט איר דאס
וויאזוי נעמט איר אחריות מיך ארויסוואפן אן קיין שום ציהל.

אז ס'איז דא א פראבלעם
טאקע פארדעם
זענט עטץ דא פאר מיר
אויב נישט, ווער דען
וועט מיך אויסלערנען
דעם דרך השם פון פריער.


א טרער נאך א טרער
איך האלט נישט אויס מער
מיינע חברים, ווי זענען זיי.

שווער סאיז זייער שווער
איך פיל מיך ליידיג אין לער
טאג מיט נאכט, איך פארדריי.

די וועלט עס ווארפט קאלירן
איך האב מורא עס וועט מיך פארפירן
עס טוהט מיך וויי
א נשמה פון כסא הכבוד.

מחשבות טוען זיך פארמירען
מיט עולם הזה טוה שטאלצירן
אוי א וויי געשריי
איך וויל זיין א עובד השם.

ראש ישיבה פארוואס
פארוואס טוט איר דאס
וויאזוי האט איר דאס הארץ מיך ארויסווארפן אן קיין געפיל.

הנהלה פארוואס
פארוואס טוט איר דאס
וויאזוי נעמט איר אחריות מיך ארויסוואפן אן קיין שום ציהל.

אז ס'איז דא א פראבלעם
טאקע פארדעם
זענט עטץ דא פאר מיר
אז נישט, ווער דען
וועט מיך אויסלערנען
דעם דרך השם פון פריער.

אין ישיבה נעם מיך צוריק אריין
אין א גוטע סביבה וועל איך דעמאלטס זיין

איך וועל אויסוואקסן א ערליכע איד
און אויפבויען א היילגע שטוב

מיינע קינדער תלמידי חכמים
עוסקים בתורה בנים ובני בנים

אויפבויען א ישיבה א תלמוד תורה
א מקדש מעט פון באשעפער האבן מורא

און איך וועל ענטפערן און געבן תשובה
נתקבל! פארן אייניקל, פון מיין ראש ישיבה.

🎧 ניגון 🎧

Credit: @Yiddish_Music_Lyrics
🎧 טראומא
🎙 #שואלי_גראסמאן
💿 סינגל
שאולי גראסמאן

כ’פלעג הערן די שרייען
פון אונטער מיין קושן
ווי מיין עלטערן טענה’ען זיך נאכאמאל אין די קיטשן
וואס גייט ווערן
כ’האלט נישט ביים הערן
ווער פון זיי ס’איז שלעכט
זייט ווען דארף איך קערן
ווען ביידע זענען נישט גערעכט.

ווען איך וועל זיין גרעסער
ווען איך וועל זיין גרעסער
ווען איך וועל זיין גרעסער
וועל איך עס טוהן אזוי סך בעסער
וועל איך עס טוהן אזוי סך בעסער.


יעצט איך בין עלטער פון
וויל איך נאר זיין יונגער
סאך צו שווער I don't care
רעדן רעדט זיך גרינגער
רעדן רעדט רעדט זיך גרינגער
איך וויל נאר זיין יונגער.

וויאזוי ווערט עס
ווען געשעהט עס
ניין איך גיי נישט זיין די סעים
פארוואס זאל איך סטרעסן
כ’האלט נישט ביים שפילן דעי געים.

ווען איך וועל זיין גרעסער
ווען איך וועל זיין גרעסער
ווען איך וועל זיין גרעסער
וועל איך עס טוהן אזוי סך בעסער
וועל איך עס טוהן אזוי סך בעסער.


ווען איך וועל זיין גרעסער
ווען איך וועל זיין גרעסער
ווען איך וועל זיין גרעסער
ווען איך וועל זיין גרעסער.

🎧 ניגון 🎧

Credit: @Yiddish_Music_Lyrics
🎧 מאמע
🎙 #מאטי_וויזל
#ארי_היל
#משה_דוד_ווייסמאנדל
💿 סינגל
בענצי שטיין

ווען נבוזרדן וועט פאטרייבן די אידעלעך אין גלות אריין
זיי וועלן אריבער גיין נעבן מאמע רחל'ס קבר
און זיי וועלן וויינען און שרייען און בעטן ביים אייבערשטן
אזוי ווי אין פסוק שטייט
קול ברמה נשמע רחל מבכה על בניה
רחל וויינט אויף אירע קינדערלעך.

ווייל א מאמע איז נאר דא איינס
ווייל א מאמע איז נאר דא איינס
ווייל א מאמע איז נאר דא איינס
איינס אויף דער וועלט.

ווייל א מאמע איז נאר דא איינס
ווייל א מאמע איז נאר דא איינס
ווייל א מאמע איז נאר דא איינס
איינס אויף דער וועלט.

מאמע מאמע מיין
מאמע מאמע מיין
מאמע מאמע מאמע מאמע מיין.

הרחמן הרחמן הוא יברך הוא
את אימי מורתי הרחמן
הרחמן הרחמן הוא יברך הוא
את אימי מורתי הרחמן הרחמן.

ווייל א מאמע איז נאר דא איינס
ווייל א מאמע איז נאר דא איינס
ווייל א מאמע איז נאר דא איינס
איינס אויף דער וועלט.

ווייל א מאמע איז נאר דא איינס
ווייל א מאמע איז נאר דא איינס
ווייל א מאמע איז נאר דא איינס
איינס אויף דער וועלט.


הרחמן הרחמן הוא יברך הוא
את אימי מורתי הרחמן
הרחמן הרחמן הוא יברך הוא
את אימי מורתי הרחמן הרחמן.

ווייל א מאמע איז נאר דא איינס
ווייל א מאמע איז נאר דא איינס
ווייל א מאמע איז נאר דא איינס
איינס אויף דער וועלט.

ווייל א מאמע איז נאר דא איינס
אוי מאמע, צו ווייסטו וואס א מאמע מיינט
מאמע די ביסט איינס
איינס אויף דער וועלט.


ווייל א מאמע איז נאר דא איינס
ווייל א מאמע די ביסט מאמע מאמע די ביסט איינס איינסט אויף דער וועלט
א אידישע מאמע
ווייל א מאמע איז נאר דא איינס
ווייל א מאמע איז נאר דא איינס
איינס אויף דער וועלט.

אמה יש רק אחד
כי אמה יש רק אחד
כי אמה יש רק אחד
אחד בעולם.

אמה יש רק אחד
כי אמה יש רק אחד
כי אמה יש רק אחד
אחד בעולם.

🎧 ניגון 🎧

Credit: @Yiddish_Music_Lyrics
🎧 א שמיטה'לע געוויין
🎙 #מאטי_שטיינמענץ
💿 סינגל

צו מיין טייערע טאטע
כ'ווייס אז במשך לאנגע יארן האסטו מקיים געווען מצוות שמיטה מיט א תמימות און מסירות נפש
כ'וואלט אזוי שטארק געוואלט זיך פירן ווי דיר
אבער טאטי איך בין אין זייער א שווערע צושטאנד
איך קום געלט פאר אסאך מענטשן
און איך ווייס אז אויב איך וועל האלטן שמיטה וועל איך נישט האבן קיין ברויט צו לייגן אויפן טיש
בלית ברירה האב איך גענומען א היתר ביי א אומבאקאנטער רב
טאטי איך ווייס אז ס'קען דיר שטארק וויי טון פאר דעם וויל איך דיר איבערבעטן פון פאראויס
איך האב דיר ליב
ליפא


צווישן פעלדער פאר זיין טראקטאר
די שילדן איבעראל
דא גייט מען היטן שמיטה
גוט שבת ארץ ישראל

אפן וואגן זיצט אברעמל
זיין שיינע שילד באטראכט
אויף טאטי'ס אויפהענגן באלד
זיין פנים אוי עס לייכט.

אבער טאטי גייט געשווינדער
אברעמל קום ס'איז שפעט
זיין געזוכט איז האלב געבויגן
אין זיין אויג א טרערעלע מזעהט
גייענדיג ער קרעכץ זיך
השם היה עוזר לי
וואס קומט דא פאר מיט טאטי היינט
ער קוקט אויס א שבר כלי

ראש השנה אין שול יעדער שטייט
תקיעת שופר באלד מ'הערט
זיין שכן קלאפט אים
ליפא מעגסט זיך שעמען
א איבערקעריש עס ווערט.

דער רב דער שמש דער חזן
די בליקן שליידערן זיין הויט
מיט א נאסע טלית און פנים רויט פון בושה
אנטלויפט ער אוועק פון זיין ארט.

ס'איז מוצאי שמחת תורה
ביינאכט שוין יעדער רוהט
אזוי שטאט ווי ער גייט צום תליה
זיין פעלד צו איר ער ציהט
גייט צו צום אלטן טראקטאר
פארבוימלט נאך איין שרויף
א הייסע טרער פון זיין אויג עס רינט
אט קריכט ער שוין ארויף.

פלוצלינג א שרעק עס כאפט אים
איך געפין מיך נישט אליין
אויפן ערד פארקנייטשט געבויגן
א פערזאן דארט אויף א שטיין
בלייבט שטיין ווייט און פרעגט אים
ווער זענט איר ר' איד זאגט נאר
און דער איד הייבט אויף זיין קאפ און זאגט
דאס בין איך דיין טאטע יא.

כ'האב געוויסט די וועסט קומען
ביסט שוין אן ערוואקסענער מענטש
איך מיש מיך נישט אריין אין דיינע זאכן
אבער איך בעהט דיר נאר איין קלייניגקייט
פאר די גייסט צו ארבעטן דא אין פעלד
לאמיר איבערבעטן די ערד און דעם ריבונו של עולם.

על דעת המקום ועל דעת הקהל
בישיבה של מעלה ובישיבה של מטה
אנו מתירים להתפלל
להתפלל עם העברינים.

און ליפא וויינט ווי א קינד
פאלט אין זיין טאטע'ס הענט
און זיין טאטע זאגט אים
יעצט ליפא לאמיר זאגן צוזאמען ווארט ביי ווארט:

אשמנו בגדנו גזלנו
דיברנו דופי העוויני והרשענו
רשענו שיחתנו תעיני תעתענו
ועל כולם אלקי' סליחות
סלח לנו, כפר לנו.

און די טראקטאר נעמט זיך פארן אויפן פעלד
מיט אמאל פון איבעראל קומט מען צוגיין
דער רב דער חזן דער שוחט פונעם דארף
מיט א ליכט אין האנט זיי זינגן אלע שיין
קדוש אתה ונורא שמך
ואין אלוקי מבלעדיך.

ליפא גייט אראפ פונעם טראקטאר
דער רב קומט צו צו אים ערשט
ליפא אוי ליפא
די דארפסט מער נישט ארבעטן שמיטה
פון זייט קומען צו ליפא'ס בעלי חובות
ליפא איז אינגאנצן דערשראקן
ר' חיים ר' שלום
איך זאג ענק צו איך גיי ארבעטן שמיטה
איך וועל ענק באצאלן ביז'ן לעצטן פרוטה

אבער דעמאלטס קומט צו ר' שלום און זאגט:
ר' ליפא טייערער דער ריבונו של עולם איס אזא רחום וחנון
איך וויל אויך תשובה טון
דא האסטו געלט צו קענען האלטן שמיטה
און אזוי איינער נאכן צווייטן
קומען צו די דארפסלייט
און דערלאנגן פאר ליפא זייער שטיצע
דא האסטו צו געבן עסן פאר דיינע קינדער'לעך.

און ליפא פאלט אריין אין זיין טאטע'ס הענט
זיי וויינען ביידע צוזאמען
ווען די גאנצע דארף זינגט צוזאמען

סלח לנו, מחל לנו
טאטע די ביסט דאך רחום וחנון
מחל לנו, כפר לנו

וויין מער נישט ניין
ביסט מער נישט אליין
מיר וועלן דיר שטיין צו הילף
ווייל דער באשעפער זאגט צו
פאר דער וואס העלפט דיר דא צו
וציותי את ברכתי.

צווישן די פעלדער
ווי א צווייטער א פרעמדער
דרייט זיך יא אויך דער
פארמער צובראכן
ווי נעמט מען א פרוטה
צו לעבן דעם שמיטה
נאר אידן גאר גוטע
געבן אים זיינע געברויכן.

וויין מער נישט ניין
ביסט מער נישט אליין
מיר וועלן דיר שטיין צו הילף
ווייל דער באשעפער זאגט צו
פאר דער וואס העלפט דיר דא צו
וציותי את ברכתי.

🎧 ניגון 🎧

Credit: @Yiddish_music_Lyrics
🎧 איבערבעטן
🎙 #הלל_גראס
💿 סינגל
הלל גראס

מיין הארץ איז פול
שרייבן איך וויל
וואו הייב איך אן
איבערבעטן איך טראכט
בייטאג און ביינאכט
פון מיין הארץ איך מאן.

בורא עולמים
די יאר איז פאראיבער
און איך טראכט דעראיבער
מלך מלכי המלכים
ס'נישט גוט געווען
האסט אליינס געזען.

איבערבעטן
איך און דו זיך איבערבעטן
לאמיר זיך שוין
יעצט איבערבעטן.

איבערבעטן
איך און דו זיך איבערבעטן
לאמיר זיך שוין יעצט איבערבעטן
.

מיין הארץ איז גרינג
שוין געשריבן גענוג
פארן אלטן יאר
שוין איבערגעבעטן
צום נייעם יאר צוטרעטן
אני לדודי, א גוטע פאר.

איבערגעבעטן
איבערגעבעטן
מיר האבן זיך שוין
איבערגעבעטן.

איבערגעבעטן
איבערגעבעטן
מיר האבן זיך שוין
איבערגעבעטן.


🎧 ניגון 🎧

Credit: @Yiddish_Music_Lyrics
🎧 אומן ראש השנה
🎙 #חיים_מאיר_ערפס
💿 סינגל
חיים מאיר ערפס

אומן אומן ראש השנה
אומן אומן ראש השנה
אומן אומן ראש השנה
אומן אומן ראש השנה.


פון איבעראל
בארג און טאל
אהן א צאל
כלל ישראל.

א רבי אן אן עכטן
וואס וועט פארעכטן
טעג און נעכטן
פון א וועג א שלעכטן.

איך ווארט
און ווארט
און ווארט
און ווארט
אזוי לאנג.

איך ווארט
און ווארט
און ווארט
און ווארט
אזוי לאנג.

מיינע כוחות שפאר
א גאנץ יאר
ביז איך פאר
צום אור הבהיר.

ס'נישט גרינג
אבער איך שלינג
איך טאנץ און שפרינג
און איך זינג.

ווייל איך ווארט
און ווארט
און ווארט
און ווארט
אזוי לאנג.

איך ווארט
און ווארט
און ווארט
און ווארט
אזוי לאנג.

צו זיין אין
אומן אומן ראש השנה
אומן אומן ראש השנה
אומן אומן ראש השנה
אומן אומן ראש השנה.


צוקלאפט צוביסן
צושניטן צוריסן
זאלסטו וויסן
אז דו קענסט געניסן

טראכט אריין
א רבי פארהאן
וואס מיט זיין שיין
האט א פלאן.

איך ווארט
און ווארט
און ווארט
און ווארט
אזוי לאנג.

איך ווארט
און ווארט
און ווארט
און ווארט
אזוי לאנג.

איי דער לץ
געבט א זעץ
מיט וואס זענט עטץ
פון אונז בעסער.

זאג אים אז ער
קען אויך מער
ווערן נענטער
צום באשעפער.

איך ווארט
און ווארט
און ווארט
און ווארט
אזוי לאנג.

איך ווארט
און ווארט
און ווארט
און ווארט
אזוי לאנג.

צו זיין אין
אומן אומן ראש השנה
אומן אומן ראש השנה
אומן אומן ראש השנה
אומן אומן ראש השנה.

רבי רבי רבי
מיר ווילן זיך מקשר זיין צו דיר
רבי רבי רבי
מיר ווילן זיך מקשר זיין צו דיר.

עם שאר הצדיקים
והאבות הקדושים
עם שאר הצדקניות
ואמהות הקדושות

און די רבי האט געהייסן זיין
אין אומן אומן ראש השנה
אומן אומן ראש השנה
אומן אומן ראש השנה
אומן אומן ראש השנה.

אומן אומן ראש השנה
אומן אומן ראש השנה
אומן אומן ראש השנה
אומן אומן ראש השנה.


וועגן דעם וועל איך זיין
וועגן דעם וועט יעדער זיין
אין אומן אומן ראש השנה!

וואו שטייסטו איין אין אומן?
ביי די ראש ישיבה.


🎧 ניגון 🎧

Credit: @Yiddish_music_Lyrics
🎧 רבי
🎙 #מאיר_ראזענבערג
💿 סינגל
מאיר ראזענבערג

ווי וואלט איך געווען
רבי אן דיר
ווי וואלט איך געווען
אן דיר רבי.

וואס וואלט איך געטוהן
רבי אן דיר
וואס וואלט איך געטוהן
אן דיר רבי.

פין די טיפסטע פלאץ אין מיין הארץ
דאנק איך דיר
אשרינו שזכינו
ס'איז אזוי זיס.

פין די טיפסטע פלאץ אין מיין הארץ
דאנק איך דיר
א נייע מענטש איך בין
וועגן דיר.

ווי וואלט איך געווען
רבי אן דיר
ווי וואלט איך געווען
אן דיר רבי.

וואס וואלט איך געטוהן
רבי אן דיר
וואס וואלט איך געטוהן
אן דיר רבי.

פין די טיפסטע פלאץ אין מיין הארץ
דאנק איך דיר
אשרינו שזכינו
ס'איז אזוי זיס.

פין די טיפסטע פלאץ אין מיין הארץ
דאנק איך דיר
א נייע מענטש איך בין
וועגן דיר.


פין די טיפסטע פלאץ אין מיין הארץ
דאנק איך דיר
אשרינו שזכינו
ס'איז אזוי זיס.

פין די טיפסטע פלאץ אין מיין הארץ
דאנק איך דיר
א נייע מענטש איך בין
וועגן דיר.

ווי וואלט איך געווען
רבי אן דיר
אן דיר רבי

🎧 ניגון 🎧

Credit: @Yiddish_Music_Lyrics
🎧 זכרינו לחיים
🎙 #אליעזר_וויינשטאק
💿 סינגל
יעקב אליעזר גראד

זכרינו לחיים
געדענק אונז צום לעבן
לכאורה פארוואס
דארפן מיר בעטן אויף אונזער לעבן.

די תירוץ איז
מלך חפץ בחיים
די באשעפער אונזער קעניג
וויל אונזער לעבן.

וויבאלד ער וויל
וויבאלד ער וויל
קענען מיר בעטן
קענען מיר בעטן
אויף אונזער לעבן
מי כמוך אב הרחמן
זוכר יצוריו לחיים ברחמים.

כתבינו בספר החיים
און שרייב אונז אן
אונעם ספר
אונעם ספר פון לעבן
לכאורא לכאורא
פארוואס פעלט אויס דו זאלסט אונז אין ספר אריין שרייבן
די ווייסט דאך גאנץ גוט
ווער עס גייט בלייבן לעבן.

נאר די תירוץ איז
למענך אלוקים חיים
פאר דיין כבוד וועגן
לעבעדיגע באשעפער.

למענך למענך אונזער לעבן
איז נאר א לעבן
ווען עס איז פאר דיין כבוד וועגן.

און דורך אונז אריין שרייבן
וועלן מיר זיך צו דיך צו קלעבן
עס איז נישט קיין חילוק ווילאנג מ'איז דא
ווילאנג מ'איז דא.

למענך יעדע רגע
יעדע מינוט אין יעדע שעה
למענך די עיקר איז
זאל זיין פאר דיין כבוד וועגן.

ווען עס וועט זיין למענך
וועלן מיר קענען טאקע בעטן
אז די זאלסט אונז געדענקען
טאקע פארדעם.

ווייל די ווילסט אונזער לעבן
און די שרייבסט אונז אין די ספר פון לעבן
כדי מיר זאלן זיך
מיר זאלן זיך צו דיך צו קלעבן.

🎧 ניגון 🎧

Credit: @Yiddish_music_Lyrics