סאטמארע נייעס 🌴
1.57K subscribers
17K photos
1.22K videos
478 files
1.81K links
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' נייעס / באריכטן, בילדער / ווידיאוס, בצל הקודש - בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

פאר הערות /קאמענטארן, שיקן נייעס/בילדער.
@Satmara_NiyesAdmin
Email: SatmaraNiyes@gmail.com
Download Telegram
*כ"ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א איז מוסיף נייע חברי הנהלה אין אמעריקע צו שטיין בראש פון די הייליגע מוסדות יטב לב בארה"ק ת"ו*

ביי אן אסיפה וואס איז אפגעהאלטן נעכטן זונטאג נאכט בביתו נאוה קודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א אין קרית יואל, האט רבינו שליט"א ממנה געווען א סגל חבורה פון פרישע ענערגישע עסקנים אלס חברי הנהלת מוסדות יטב לב אין אמעריקע צו שטיין בראש פון די הייליגע מוסדות יטב לב בארה"ק סיי פאר די חברי הנהלת המוסדות פון ארץ ישראל צו קענען מרחיב זיין די גבולי הקדושה פון די מוסדות אין ירושלים, בני ברק און בית שמש, און סיי פון די פארצווייגעטע אקטיוויטעטן פונעם אמעריקאנעם אפיס וועלכע געט זיך אפ מיט'ן שאפן די נויטיגע פאנדן צו דעקן און פינאנצירן די הייליגע מוסדות בארה"ק.

די אסיפה איז פארגעקומען דבר בעתו אין די צייט ווען מוסדות יטב לב גרייט זיך אין די קומענדיגע טעג ארויסצוקומען צום ציבור אנשי שלומינו מיט א גרויסארטיגן קאמפיין צו קענען אויסצאלן פאר די הונדערטער כלי קודש אין די מוסדות יטב לב אין ארץ ישראל אויף דעם יו"ט פסח הבעל"ט, און ס'פארלאנגט זיך אסאך כוחות אז דער אפיס דאהי אין אמעריקא זאל קענען אניאגן די שווערע ארבייט אויסצוצאלן די מלמדים וכלי קודש פון די הייליגע מוסדות בארה"ק.

ביי די אסיפה זענען אנוועזנד געווען הרבני החסיד ר' מאיר הירש הי"ו מראשי קהילתינו ומוסדותינו הק' ומראשי מוסדות יטב לב, וועלכער האט אין די לעצטערע יארן זיך אריינגעלייגט ראשו ורובו פאר די ימים טובים אז מ'זאל קענען אויסצאלן פאר די מלמדים און לערערינס אין ארץ ישראל אויף יו"ט. ואתו עמו זענען אנוועזנד געווען די צוויי געטרייע נגידים חשובים הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו מראשי קהילתינו הק' אין וומסב"ג און הרה"ח ר' אברהם יהושע הכהן גלאנץ הי"ו מראשי קהילתינו הק' אין קר"י, וועלכע האבן זיך אין די לעצטערע יארן אריינגעלייגט בעובי הקורה ארויסצוהעלפן אין שטיין לימין מוסדות יטב לב, ובפרט מיט די הרחבת גבולי הקדושה פון קהילתינו ומוסדותינו הק' אין ארה"ק.

עס זענען נתמנה געווארן די פאלגנדע חשוב'ע לאנג יעריגע עסקנים לכל דבר שבקדושה ה"ה הרה"ח ר' מנחם יודא שלעזינגער הי"ו (וומסב"ג), הרה"ח ר' אברהם סופר הי"ו (וומסב"ג), הרה"ח ר' יואל בר"ש לאנדא הי"ו (קר"י), און הרה"ח ר' משה אלי' ווערצבערגער הי"ו (קר"י).

כ"ק מרן רבינו שליט"א האט געגעבן ברכת קדשו פאר די נייע חברי הנהלה, און האט ארויסגעברענגט וויאזוי די מוסדות זענען זיך שיין צעוואקסן בליעה"ר סיי אין ירושלים און סיי אין בני ברק, און סיי אין בית שמש, און דערמיט איז אויך געוואקסן דער עול און די התחייבות פון די גרויסע סכומים וואס מען דארף שיקן פון אמעריקע.

דער רבי האט ארויסגעהויבן לשבח די ארבייטער פונעם אפיס און די עסקנים פון מוסדות יטב לב וועלכע האבן ב"ה מצליח געווען צו העכערן די הכנסות אסאך מער ווי אמאל, אבער עס איז נאך אלץ אין הקומץ משביע את הארי, און מען קען נוצן נאך הילף פון אינדרויסן צו קענען פארברייטערן די פעולות און אז די מוסדות אין ארץ ישראל זאלן האבן אן אוזן קשבת צו וועם זיך צו ווענדן בעת צר, און פאר דעם איז מען ממנה די פרישע געטרייע חברה הנהלה זיי זאלן אינאיינעם מיט די אויבנדערמאנטע עסקנים שטיין בראש פון די אלע אקטיוויטען בס"ד, להגדיל תורה ולהאדירה.

דער רבי האט אויסגעפירט מיט חיזוק פאר די הנהלה און עסקנים בלשון קדשו: *"אני הקטן וועל זיך אי"ה אויך צושטעלן צו אלעם וואס פעלט זיך אויס פאר יטב לב. צי מ'דארף גיין נאנט, צי מ'דארף גיין ווייט, וואס מ'דארף צו טוהן, וועלן מיר אלעס טון פאר די הצלחה פון מוסדות יטב לב! עס איז פאר אונז אלע א זכי', עס איז פאר מיר א זכי', און עס איז פאר אייך א זכי', אז מ'קען צולייגן א האנט, א פלייצע, צו די הייליגע מוסדות"*.

דערביי האט דער רבי אנגעוואונטשן אז דער זכות פונעם מייסד המוסד זאל ביישטיין פאר אלע וואס העלפן ארויס די מוסדות צו געהאלפן ווערן מיט אלעם גוטן, און זיין געבענטשט מיט הצלחה און מיט גרויס סייעתא דשמיא.

דערנאך האט הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו ארויסגעברענגט אין עטליכע ווערטער דעם שווערן עול וואס ליגט אויף רבינו שליט"א צו דעקן די הייליגע מוסדות בארה"ק, און שטארק משבח געווען די געטרייע עסקנים הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו און ר' אברהם יהושע גלאנץ הי"ו וועלכע געבן זיך אוועק בלב ונפש פאר די הצלחה פון די הייליגע מוסדות.

*ארץ ישראל גבוה מכל הארצות*

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
https://chat.whatsapp.com/CZoW5ee6gca0rtDWynpjrI
נאך בילדער פונעם מסע הלוי' פאר די געשעדיגטע ספרי תורה וכתבי הקודש ה"י, היינט מאנטאג נאכט אול"י ז' אדר, פארענט פון בית מדרשינו אויף רח' יונה בעיה"ק ירושלים ת"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
*על כן ציון במר תבכה וירושלים תתן קולה*

מיט ציבראכענע הערצער, איז היינט אויפדערנאכט אול"י ז' אדר פארגעקומען די מסע הלויה פון די צוויי געשעדיגטע ספרי תורה וכתבי הקודש ה"י פון די העלישע שריפה בבנין קהלתינו ומוסדותינו הק' בירושלים עיה''ק.

די מסע הלויה איז פארגעקומען על פני רחבת בית מדרשינו הגדול ברך משה אויף רח' יונה בירושלים עיה''ק, בהשתתפות פון הונדערטער אנ''ש בארה''ק זקנים עם נערים, אינאיינעם מיט טויזענטער בני ירושלים עיה''ק, ובראשם הרבנים הגאונים שליט''א וחברי ביד''צ העדה החרדית, וועלכע האבן באגלייט בבכיות נוראות די די צוויי ספרי תורה אינאיינעם מיט די פולע תשמישי קדושה.

אנגעהויבן בערך אום 7:00 פארנאכטס בארה''ק האט מען ארויסגעברענגט אויף רחבת בית מדרשינו הגדול די צוויי געשעדיגטע ספרי תורה אינאיינעם מיט די פילע תפילין אין תשמישי קדושה, און הרה"ג ר' יעקב מענדל ניילינגער שליט"א מרבני קהלתינו הק' און בעל תפילה קבוע ימים נוראים האט אנגעהויבן פארזאגן די פרקי תהילים, און דערנאך פארגעזאגט די קינות פון תשעה באב, אויף די שרעקליכע אבידה, און ממשיך מיט פארשידענע קאפיטלעך תהלים.

דערנאך האט הגה''צ דומ''ץ קהלתינו ירושלים שליט''א שליט"א אנגעפאנגען זיינע פייערדיגע ווערטער בבכיות נוראות און מעורר געווען דעם גאנצע ציבור לתשובה ולתיקון המעשים, און נאך זיין דרשה האט דער דיין שליט"א פארגעזאגט אינאיינעם מיט די גאנצע ציבור די "ווידוי" בהתעוררות רב.

דערנאך האט אויפגעטרעטן הגאון הגדול רבי שמעון יצחק שלעזינגער שליט"א חבר הביד"צ בדברי הספד חיזוק והתעוררות.

נאך די דרשה איז ערשינען כ''ק פוסק הדור מרא דארעא קדישא מרן ראב''ד ירושלים שליט''א, מען האט געזאגט א קאפיטל תהילים און דערנאך האט דער רב שליט''א משמיע געווען דברות קודש בקול חוצב להבות אש דברי התעוררות זיך מחזק זיין בדברים הצריכים חיזוק, און געזאגט אז דער שטן פארלייגט'זיך אויף די אלע פעולות לטובה להעמיד הדת על תילה פון ידי"נ כ"ק רבינו שליט"א, און האט געבעטן צו העלפון צוריק בויען דעם בית הגדול והקדוש ברוב פאר והדר, וואס דאס וועט זיין דער בעסטער ענטפער פאר'ן שטן, און ס'וועט זיין "גדול יהיה כבוד הבית הזה האחרון יותר מהראשון" און האט מסיים געווען בברכות קדשו.

דערנאך האט הגאון רבי יעקב מענדל ניילינגער שליט"א פארגעזאגט די סליחות "אזכרה אלוקים", און אינאיינעם מקבל "קבלת עול מלכות שמים".

דאן האבן די גבאים פון "חברה קדישא" פארגעזאגט א קאפיטל תהילים, און די צוויי נדבנים פון די ספרי תורה הר''ר דוד פרייא שליט"א און הר''ר משה אבראמאוויטש שליט"א האבן געזאגט קדיש יתום בבכיות נוראות.

נאך די לויה האט הרה"ח ר' ישכר יאקאב הי''ו מנהל מוסדותינו הק' בירושלים אויסגערופן דעם גאנצן סדר פון די מארגנ'דיגע יום תפילה ותענית בבכי ומספד, כהוראות הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א.

ארום 8:45 האט דער גאנצע ציבור אנגעהויבן מלוה זיין די ספרי תורה ווען די ירושלימער גאסן זענען שווארץ פון די טויזענטער מלוים וואס האבן באגלייט מיט א טיפן טרויער און צובראכנקייט די צוויי געשעדיגטע ספרי תורה מיט די פולע תשמישי קדושה אויפן וועג צום הר המנוחות.

*וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'*

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
https://chat.whatsapp.com/CZoW5ee6gca0rtDWynpjrI
*מכתב קודש מכ"ק רבינו הגה"ק שליט"א*
לאנשי שלומינו וחברי קהילתינו הקדושה
בעיה"ק ירושלים תו"ב
*לקראת העצרת הספד ויום תפילה רבתי*
היום ז' אדר - בביהמ"ד הגדול מהרי"ץ דושינסקיא
עיה"ק ירושלים תו"ב

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
https://chat.whatsapp.com/CZoW5ee6gca0rtDWynpjrI
Audio
*דברי נהי וקינה מכ"ק רבינו הגה"ק שליט"א*
*על שריפת ספרי תורה ובניני קהלתינו הק' ה"י*

בעיה"ק ירושלים ת"ו
יום ז' אדר - אצל שיעור תהלים אחר התפילה
בהיכל המתיבתא הק' בקרית יואל יצ"ו
סניף דברי יואל

▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️

https://chat.whatsapp.com/CZoW5ee6gca0rtDWynpjrI
*מאנטאג פרשת תצוה 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א*

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' יואל ברא"ט קויפמאן הי"ו, משמש, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' שלמה מנשה ב"ר יואל פאלקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים.
ב"ר אברהם שמעון מארקאוויטש הי"ו.
ב"ר אברהם אויש הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' ראובן גלאנץ הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' אהרן יוסף לאנדא הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים און די בעלי ברית'ן בהיכל הביהמ"ד.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און אום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' יושע בער שווארץ הי"ו - ר' יואל ברש"י לאקס הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' חיים אלעזר פארקאש הי"ו - ר' ישכר מרדכי ליכטמאן הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:15 ביז 11:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 9:45.

דערנאך האט רבינו שליט''א געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש, פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' יואל וויינגארטן הי"ו (מאנסי) - הרה''ג ר' יוסף משה פארגעס שליט''א.
ר' אליעזר זוסיא פליישמאן הי"ו (וומסב''ג) - ר' יואל יצחק ראטה הי"ו.