Nafshi Journal
439 subscribers
114 photos
7 videos
3 links
The only Yiddish mental health voice.

Contact:
- @NafshiJournalContact
- nafshi@momentmagazine.org

Follow:
- twitter.com/nafshijournal
- instagram.com/nafshijournal
- linkedin.com/company/34743658
- nafshijournal.com
Download Telegram
to view and join the conversation
ערפאלגרייכער טעראפיסט ר׳ יוסף פלאהר: ״איך האב מיטגעטיילט מיינע מחשבות און ערפארונגען אלס טעראפיסט אין די היימישע קאמיוניטי. קויפט ״נפשי״, עס איז אנגעפולט מיט אסאך ווערדפולע ארטיקלען״
164 זייטן; 20 ארטיקלען, קאלומס און רובריקן; 23 פראפעסיאנאלן - אינהאלט פון די מעגא ״נפשי״ סוכות אויסגאבע
איז אַכציג פּראָצענט פונעם ציבור אויף פּילן? ליידן מער פרומע אידן פון אָו-סי-די ווי די אַלגעמיינע באַפעלקערונג? "נפשי" מאַכט אַ סוף צו צענדליגער יאָרן פון לעגענדעס און מיטאָסן, און ברענגט פאַר אייך צום ערשטן מאָל די אמת'ע סייענטיפישע ציפערן, איבער דעם גייסטיגן געזונט צושטאַנד פון דער חרדי'שער באַפעלקערונג, מיט דער הילף פון דר. ר' יצחק שעכטער הי"ו, פון "אַטשיוו", דער דירעקטאָר פון "אַרק", אַן אינסטיטוציע געווידמעט צו פאָרשן "מענטעל העלט" ביים היימישן עולם | שמעון ראָלניצקי
וויאזוי א באשיידענע אונטערנעמונג פאר פּסיכישער הילף אין דער היימישער מאנסי איז אויסגעוואקסן אין אן אלזייטיגער, ארומנעמיגער אינסטיטוציע מיט א שטאב פון הונדערטער מומחים, צענדליגער טויזנט קליענטן, און הילף פאר צענדליגער מוסדות. — א געשיכטע מיט א 'ביזנעס' אין וועלכן געלט איז א בלאסער פאקטאר, דערציילט דורכ׳ן בעל המעשה הר״ר אהרן ארי' ריינער וועלכער שטייט אונטער דער ברייטפארצווייגטער אונטערנעמונג פאר די לעצטע צוואנציג יאר מיט א פעסטער אנטשלאסנקייט צו העלפן ווי מער מענטשן פירן א בעסער לעבן, אן דעם וואס ס׳זאל אפּקאסטן א פארמעגן - עס איז יא פארהאן אומזיסטע הילף, און דוקא פון העכסטן קוואליטעט | פינחס גלויבער
"נפשי" שטעלט 6 טעראפיסטן אויפ'ן פארהער-באנק // וואס זיין א טעראפיסט מיינט פאר אן ארטאדאקסישן איד און וויאזוי זייערע טעג גייען דורך אין פערזענליכן לעבן // רייכע שמועסן מיט היימישע פראפעסיאנאלן וועלכע דערציילן זייער פריוואטן לעבנס געשיכטע, פארוואס זיי זענען געווארן טעראפיסטן, וויאזוי זיי באהאנדלען פראגעס און קאמענטארן פון ארומיגע און... צי זיי אליין גייען אויף טעראפי // הרב יעקב שטויבער; הרב דר. דוד פאקס; הרב מענדל קיוואק; הרב יוסף פלאהר; הרב שלמה בינעטה; מרת ג. אסובסקי; און א באנוס ארטיקל דורכ'ן מחנך הרב שלום יעקב וואזנער
דער שרעקליכער חורבן דורכאויס דער צווייטער וועלט-מלחמה האט אונז איבערגעלאזט צעקליעטשט און פארוואונדעט, און שטודיעס ווייזן אז די יסורי נפש זענען געבליבן אינעם די-ען-עי און גיסן זיך אריבער אויף ווייטער צום דריטן און אפילו פערטן דור | פינחס גלויבער
Nafshi Journal
איז אַכציג פּראָצענט פונעם ציבור אויף פּילן? ליידן מער פרומע אידן פון אָו-סי-די ווי די אַלגעמיינע באַפעלקערונג? "נפשי" מאַכט אַ סוף צו צענדליגער יאָרן פון לעגענדעס און מיטאָסן, און ברענגט פאַר אייך צום ערשטן מאָל די אמת'ע סייענטיפישע ציפערן, איבער דעם גייסטיגן…
הארטע ציפערן: פיל ווייניגער פון אונזער ציבור ליידט פון דעפּרעסיע (Mood disorder) אין פאַרגלייך צו דער אַלגעמיינער באַפעלקערונג. ווי אויך האָבן מיר בעסערע ציפערן ווען ס'קומט צו עי-די-עיטש-די און אַנדערע גייסטיגע פּראָבלעמען. דער חידוש איז נאָר אַז ווען ס'קומט צו ענקזייעטי, זענען אונזערע נומערן יאָ העכער ווי ביי דער אַלגעמיינער באַפעלקערונג
Nafshi Journal
וויאזוי א באשיידענע אונטערנעמונג פאר פּסיכישער הילף אין דער היימישער מאנסי איז אויסגעוואקסן אין אן אלזייטיגער, ארומנעמיגער אינסטיטוציע מיט א שטאב פון הונדערטער מומחים, צענדליגער טויזנט קליענטן, און הילף פאר צענדליגער מוסדות. — א געשיכטע מיט א 'ביזנעס' אין…
לעגענדארער שריפטשטעלער ר׳ פנחס גלויבער ביי זיין שמועס מיט ר' אהרן ריינער, אנפירער פון "עטשיוו", וועלכער גאראנטירט צוצושטעלן מענטל העלט הילף פאר יעדן איינציגן מענטש וואס קלאפט אן אין זיין טיר, מיט געלט צי אן געלט

@nafshi
נפשי #36 ערשינען!

דער רופא נפשות
א שמועס מיט'ן ווארעמען דאקטאר יצחק שינדלער, אנפירער פון לעגענדארן פתח תקוה צענטער, וועלכער העלפט שוין צענדליגער יארן אידישע קינדער לעבן גייסטיג-געזונטע לעבנס. // "איך האב שוין געזען אין מיין אפיס פון די באקאנטסטע מענטשן ביי כלל ישראל. אויב מיר וואלטן נאר געקענט מודה זיין אז מיר זענען אלע מענטשן, מיט די זעלבע מיטמאכענישן און נסיונות, וואלט עס געווען אזויפיל בעסער"

מיין פערזענליכע און פראפעסיאנעלע EMDR רייזע
צום באדויערן האבן נישט צופיל מענטשן געהערט פון EMDR. פאקטיש האב איך ניטאמאל געוואוסט אז עס עקזיסטירט ביז דריי יאר נאך א שווערן קאר עקסידענט וואס האט מיך טראומאטיזירט


גיטין סעריע דורך ר' יושע לאנגסאם: דער צעשיידונג
פערספעקטיוון: שלאפלאזע נעכט צוליב סטרעס
חבלי טראומא: מיינע קינדער מאכן מיר נערוועז
מענטשן און געשעענישן: פון כף הקלע צו מנוחה און שלווה
הגאון רבי דוד לעווי: איך זוך אלץ צו אנטלויפן פון שטוב

פרישע נומער פון "נפשי" בייגעלייגט אינעם "מאמענט" פון היינטיגע וואך.

@nafshi
נפשי #37 ערשינען!

דאס הערצעלע פון א טעראפיסט
אויפוואקסנדיג מיט א טאטע וואס האט זיך יארן געראנגלט מיט א מחלה ביז זיין פטירה, האט דאס קינד אלץ געזוכט אריינצוקריכן טיף בנפש האדם. היינט אלס ערוואקסענער העלפט ר' מאטי סאלאמאן, LMHC, אנדערע דורכשווימען די שטורמישע לעבנס כוואליעס / אפנהארציגן און רירנדן שמועס - בן מנחם

יא, טראמפ גייט געווינען!
דער טראמפיסטישער צוגאנג פון טראכטן פאזיטיוו עד הסוף קען אונז אייגנטליך דינען אלס א מאדעל אין לעבן

היתכן, א טעראפיסט צעטיילט א פארפאלק?!
אויסקלארונג פון ר' יעקב שטויבער, LCSW

-מסכת גיטין: די ראלע פון עלטערן
-הגה"צ ר' דוד לעווי: ווען מיין זון דער מתמיד ווערט פלוצלינג פארלאשן
-חבלי טראומא: ספעציעלע הילף אין קלאס האט צעקלאפט די סעלף עסטיעם ביז היינט
- ענקזייעטי: מילכיגע קליידער אין א פליישיגן וואש-מאשין, חלילה! -- פינחס גלויבער

פרישע נומער פון "נפשי" בייגעלייגט אינעם "מאמענט" פון היינטיגע וואך.

@nafshi
נפשי #38 ערשינען!

מענטל העלט קרישקעלעך
דער פאן טרעגער פון היימישע מענטל-העלט אנגעלעגנהייטן, הרב סענדר ארנשטיין, שילדערט אינטערעסאנטע אנעקדאטן און פערזענליכע ראט פון די גרעסטע רבנים, אלס גרינדער פון דער גרעסטער מענטל-העלט רעפערל ארגאניזאציע "ריליעף" וואס האט שוין דורכגעדרייט 115,000 קעיסעס אין די לעצטע 20 יאר

יא צעטיילן, נישט צעטיילן?
פארזעצונג פון בריוו שטורעם איבער ר' יעקב שטויבער'ס געשיכטע ווי ער האט אויפגעקלערט א מאן איבער זיין ווייב'ס BPD

← פערספעקטיוון: נויטיג איך זיך אין הילף? וויאזוי מען שאצט זיך אליין אפ
← טראומא: אכטונג, די ערשטע יארן פון א קינד בויט דעם יסוד פאר זיין לעבן!
← מענטשן און געשעענישן: א גאנץ הארץ אויף א צעבראכענעם פוס
← מסכת גיטין: צוריק ביי די עלטערן אין שטוב
← הגאון רבי דוד לעווי: א מאן א קעניג אדער א שטיקל שטויב?
← דר. עקיבא פערלמאן: דער ריינער אמת וואס האט מיך געברענגט צו ווערן א טעראפיסט


פרישע נומער פון "נפשי" בייגעלייגט אינעם "מאמענט" פון היינטיגע וואך.
א בליק אויף צוריק צום ענדע פון יאר 2020 למס׳.
פאדערשטע זייט פון נפשי #39, חודש שבט תשפ״א, בייגעלייגט אינעם ״מאָמענט״ פעקל פון היינטיגער וואך
פאדערשטע זייט פון נפשי #40, חודש אדר תשפ״א, בייגעלייגט אינעם ״מאָמענט״ פון היינטיגער וואך
פאדערשטע זייט פון נפשי #41, חודש ניסן תשפ״א, בייגעלייגט אינעם מעגא ״מאָמענט״ יו״ט פסח פעקעדזש
פאדערשטע זייט פון נפשי #42, חודש אייר תשפ״א, בייגעלייגט אינעם ״מאָמענט״ פון היינטיגער וואך
פאדערשטע זייט פון נפשי #43, חודש סיון תשפ״א, בייגעלייגט אינעם ״מאָמענט״ יו״ט שבועות פעקעדזש
פאדערשטע זייט פון נפשי #44, תמוז תשפ״א, בייגעלייגט אינעם ״מאָמענט״ פון היינטיגער וואך